מיט א קליין ביסל חן פון הקב"ה קען זיך אלעס איבער דרייען!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

מיט א קליין ביסל חן פון הקב"ה קען זיך אלעס איבער דרייען!

שליחה דורך א שעפעלע »

מיט א טיפערן בליק
פרשת בא
ויתן ה' את חן העם בעיני מצרים..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

די מצריים כאפן איין מכה נאכן צווייטן אבער דער פרעה לאזט זיך נישט, זיין שרעקליכע גיאות ווערט גרעסער און שטערקער, עד כדי כך אז ער האט די חוצפה צו זאגן פאר משה רבינו לֵךְ מֵעָלָי הִשָּׁמֶר לְךָ אַל תֹּסֶף רְאוֹת פָּנַי כִּי בְּיוֹם רְאֹתְךָ פָנַי תָּמוּת – גיי אוועק פון נעבן מיר, היט דיך אפ זאלסט נישט פארמערן צו זעהן מיין פנים... אונזער הייליגע רבי איז מסכים צום געשעפט און זאגט אים כֵּן דִּבַּרְתָּ לֹא אֹסִף עוֹד רְאוֹת פָּנֶיךָ - ריכטיג האסטו גערעדט כ'וועל מער נישט קומען צו דיר – דאס קומעדיגן מאל וועסטו שוין קומען צו מיר... הקב"ה זאגט פאר משה עוֹד נֶגַע אֶחָד אָבִיא עַל פַּרְעֹה וְעַל מִצְרַיִם אַחֲרֵי כֵן יְשַׁלַּח אֶתְכֶם מִזֶּה כְּשַׁלְּחוֹ כָּלָה גָּרֵשׁ יְגָרֵשׁ אֶתְכֶם מִזֶּה - נאך איין קלאפ וועל איך ברענגן אויף פרעה און אויף די מצריים "זייערע בכורות וועלן שטארבן", און דערנאך וועט ער ענק שוין אינגאנצן פארשיקן פון מצרים, אבער נישט סתם פארשיקן נאר פארטרייבן וועט ער ענק פארטרייבן פון דעם לאנד...

דערנאך וואס הקב"ה זאגט פאר משה רבינו איבער דער מכת בכורות וואס גייט קומען, איז השי"ת מוסיף נאך א שטיקל דַּבֶּר נָא בְּאָזְנֵי הָעָם וְיִשְׁאֲלוּ אִישׁ מֵאֵת רֵעֵהוּ וְאִשָּׁה מֵאֵת רְעוּתָהּ כְּלֵי כֶסֶף וּכְלֵי זָהָב – רעד צו די פאלק אז זיי זאלן זיך בארגן - כלים פון זילבער גאלד קליידער און אזוי ווייטער... וַיִּתֵּן ה' אֶת חֵן הָעָם בְּעֵינֵי מִצְרָיִם – די פסוק איז ממשיך און זאגט אז אזוי איז טאקע געווען די אידישע קינדער איידער זיי זענען ארויס האבן זיי געבארגט פון די מצריים און זיי האבן זוכה געווען צו א געוואלדיגע חן וואס הקב"ה האט אויף זיי ארויפגעלייגט און די מצריים האבן זיי געבארגט די טייערסטע כלים זייערע און צוגעגעבן אפילו מער פון דאס וואס זיי האבן געבעטן...

לאמיר זיך פארטיפן, א) וואס ליגט אין דעם גאנצע נושא פון גיין בארגן גאלד און זילבער פון די מצריים, שטייענדיג אין א צייט וואס הקב"ה ווייזט די גרעסטע אותות ומופתים וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן – איז עפעס א פראבלעם צו מאכן א נס און עם ישראל זאל רייך ווערן? פארוואס דארף די רייכקייט קומען פונעם מצרי, און אויב דארף עס יא קומען פונעם מצרי זאל עס שוין זיין אויף אן אופן וואס מיר נעמען און גייען, וואס ליגט אין דעם 'בארגן' פונעם מצרי? ב) פארוואס טוט די פסוק איבערהאקן אינמיטן דעם מכה פון בכורות מיט דעם וַיִּתֵּן ה' אֶת חֵן הָעָם בְּעֵינֵי מִצְרָיִם וכו' לכאורה וואלט די פסוק געדארפט פארציילן אלעס איבער דעם מכת בכורות און דערנאך אז די אידישע קינדער האבן מקיים געווען דעם דבר ה' און זענען געגאנגען בארגן, אבער ווי מיר געפינען פארציילט אונז די פסוק גלייך אז הקב"ה האט געגעבן חן אויף די אידישע קינדער און זיי האבן געבארגט וואס דאס זאגט אונז אז דער בארגן די כלים איז עפעס א חלק פונעם מכת בכורות... לאמיר זיך דערין פארטיפן און בסייעתא דשמיא זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן.

די קומעדיגע מעשיות זענען אמתע וואס מיר האבן פרעזענדליך מיטגעהאלטן, כאטש אז איעדער פון אונז וואס מאכט נאר א טראפל אויף די אויגן קען אליין פארציילן צענדליגע אזעלכע מעשיות, טוען מיר פארציילן צוויי וואס האבן זיך אויסגעשפילט בהשגחה פרטית אין די לעצטע טעג פארענט פון אונזערע אויגן, (די נעמען און דיטאלן זענען פארטוישט).

וויליאמסבורג ברוקלין - ס'איז דינסטאג נאכט מ'איז זיך צוזאם געקומען צו א גאר רייכע מסיבת נאכטמאל ביי ר' זלמן קאלמענאוויטש אין שטוב, ס'האנדלט זיך פון א שרעקליכע פאל, א קליין זיבן יעריג קינד וואס איז נעבעך אויסגעשטעלט צו א זעלטענע שווערע מחלה ה"י און ס'מיז דרינגענד געשאפן ווערן 250,000 דאללער צו קענען ראטעווען דאס לעבן פונעם קינד, ר' קלמן זייענדיג א באקאנטע עסקן און נגיד האט ער זיך אריינגעלייגט אין דעם ענין ראשו ורובו געטוען איינלאדענען אלע גרויסע תומכים און נגידים פון שטאט ווילנדיג שאפן גרויסע סכומים צו קענען ארויסהעלפן די צובראכענע עלטערן פון דעם קינד ווי ווייט מעגליך. ר' קלמן האבנדיג אסאך ערפארונג אין די אלע סארט מסיבות האט ער זיך אנגעגרייט א שטאב פון עסקנים וואס וועלן אים צוהעלפן מיטן אויפנעמען דעם עולם, און אויך בשעת מעשה ארום גיין און טוען אנווארעמען דעם עולם זיך משתתף צו זיין מיט גרעסערע סכומים.

צווישן די פילע פארזאמעלטע זיצט ר' וואלף, אמתדיג האט קלמן מיט דעם ר' וואלף קיין סאך שייכות נישט, ער האט אים פשוט געמיזט לאדענען ווייל ער איז זיין שכן פון אקעגן איבער און אויך זיצן זיי נישט ווייט איינער פונעם צווייטן אין בית המדרש, קלמן האט געשפירט אז אזוי ווי ס'וועט זיין אויפן גאס א גרויסע געקומעכטץ און געגייעכטץ פאסט אז מען זאל אים אויך איינלאדענען...

אה! ווי הערליך שיין איז עס צוצוקוקן ווי אידישע קינדער קומען צו שטרוימען מיט די גרעסטע ווארעמקייט און זענען זיך משתתף מיט שיינע סכומים, מי כעמך ישראל ס'איז געוואלדיג! אבער ווי פארשטענדליך איז פאר די עסקנים דאס אלעס ווייט פון גענוג זיי דארפן שאפן דעם ריזיגן סכום פון 250,000 דאללער איז דערפאר פארמאכן זיי נישט קיין אויג אויף א סעקונדע, נאר גייען פון טיש צו טיש און טוען אנווארעמען דעם עולם אויף א פריוואטע פארנעם, איינע פון די עסקנים ר' שלמה האט באמערקט אז ביים עק זיצט דארט עפעס א אינגערמאן ..זאג קלמן ווער איז יענער דארט ביים דריטן טיש? אה ער איז נאר א שכן לאז אים – כ'גלייב נישט אז ער וועט דיר קענען געבן, כ'האב אים געלאדענט ווייל כ'האב געמיזט... אקעי כ'האב נאר געפרעגט, אבער דער שלמה האט עפעס געהאט אַן הרגשה אז ער וויל יא צוגיין צו דעם אינגערמאן, ער טראכט נישט קיין צוויי געבט א שפאציר צו ..שלום עליכם כבוד הרב און נאך א קורצע אריינפיר פאנגט ער אים אָן דערציילן די דיטאלן פון דעם קעיס, נאכן שמועסן א שטיקל צייט זאגט דער 'עק זיצער' ר' וואלף ..פיין ס'איז גענוג כ'האב געהערט וואס דא גייט פאָר - איך דארף גיין נעם אבער מיין נאמבער ווען דער מסיבה איז פערטיג און ס'פעלט נאך עפעס רוף מיך כ'וועל פרובירן העלפן, פיין הצלחה רבה א גוטע נאכט!

דער מסיבה האט זיך געענדיגט ס'איז טאקע געווען א געוואלדיגע הצלחה אבער צו דעם ריזיגע סכום זענען זיי נישט אנגעקומען, אזוי זיצנדיג צוזאמען נאכן מסיבה זאגט שלמה פאר ר' קלמן ..כ'האב א נומבער פון דער אינגערמאן וואס איז געזיצן ..ווער די מיינסט דעם ר' וואלף?!?! אויסגעשטעלט האט זיך עס אז מען האט זיך מיט ר' וואלף פארבינדן און ער האט געהאט דעם געוואלדיגן זכות צו זיין א מציל ומושיע און געגעבן פאר דעם צוועק דעם פאנטאסטישן סכום פון איבער הונדערט טויזענט דאללער, יא טייערע ברידער איר ליינט גוט איבער הונדערט טויזענט דאללער! און נישט נאר וואס ער האט זיך משתתף געווען בממון האט ער זיך אריינגעלייגט אין דעם קעיס יושב ורובו און זוכה געווען צו זיין א שליח ה' ארויסצוהעלפן דעם קינד און דער גאנצע משפחה, און עד היום איז ער מיט זיי פארבינדן אויף טריט און שריט מאכנדיג זיכער אז אלעס פארט על מי מנוחות...

נאך א קליין מעשה וואס מיר האבן ממש לעצטע וואך מיט-געהאלטן. ס'איז מאנטאג אינדערפרי נאכן דאווענען און ברוך אברהם געבט א רוף אויס ..חברה אויב איינער ווייסט פון א געלונגענע אינגערמאן וואס זיכט ארבעט לאזט מיר וויסן ווייל ביי אונז אין קאמפאני איז דא א גוטע אפענע פאזיציע, זייענדיג באקאנט מיט עטליכע חברים וואס זיכן גוטע/בעסערע פרנסות האבן מיר עס זיי מודיע געווען, ס'האט נישט גענומען לאנג און דריי חברים זענען זיך געגאנגען טרעפן מיט די בעלי בתים פונעם פירמע מיטן ציל צו באקומען דעם פאזיציע, אבער איינע פון אונזערע חברים וויסנדיג אז ער מיטשעט זיך געפערליך שטארק אויף פרנסה האבן מיר זיך פאר אים אביסל מער אונטערעסירט און נישט סתם איבערגעגעבן די נייעס נאר זיך מיט אים פארבינדן און געפרעגט ..זאג מאיר וואס טוט זיך - ביסט געגאנגען פאר דעם אונטערוויו?! ווי שאקירט זענען מיר געווארן צו הערן ווי ער ענטפערט ..כ'האב געהערט ווער ס'זענען געגאנגען – כ'גלייב נישט אז ער וועט מיך דארפן, זיי זענען אסאך מער געלונגען, ער וועט מיך זיכער נישט נעמען ס'איז א שאד די צייט?!?! ברידער טייערע גלייבט מיר אז על פי דרך הטבע איז ער געווען גערעכט, די אנדערע דריי זענען פיל מער געלונגען און פאסיג פאר דעם פאזיציע, אבער דער סוף פארשטייט איר אליין מיר האבן אים צוגערעדט צו גיין און פון אלע פיר איז ער געווען דער וואס האט עס באקומען...

כהנה וכהנה זענען פארהאן טעגליך פילע מעשיות ווי ממש דאס וואס קיינער טראכט נישט אז ס'וועט ווערן – דאס וואס קיינער חלומט נישט אז ס'וועט זיין מיט הצלחה שטעלט זיך ארויס צו זיין דער גרעסטע הצלחה און סוקסעס, און דארט ווי אלע מיינען און טראכטן אז דאס וועט זיין דער טויער פונעם ישועה פון דא וועט די הצלחה ארויסוואקסן – פלוצלינג ווערט עס פארמאכט און פארקנאקט און דער מענטש שפירט ווי ער טאפט א וואנט, און אמאל מאכט זיך אז דער זעלבע פלאץ ווי יארן האט ער געטאפט א וואנט ווערט פלוצלינג א מקור פון ישועות און הצלחות..!

דער הסבר דערפון איז גאנץ פשוט ווייל אלעס ווערט געפירט דורך הקב"ה דער מלך העולם מיט א פונקטליכע השגחה פרטית וואס מיר האבן נישט דערין קיין שום השגה, איינע פון די וועגן ווי אזוי הקב"ה טוט זיך פאר אונז באווייזן און אונז געבן א געלעגנהייט צו זעהן אז אונטער אלעס וואס טוט זיך אפ אויף די וועלט שטייט הקב"ה דער אחד יחיד ומיוחד איז מיטן אונז ווייזן אז דער מענטש קען נישט אויסרעכענען וואס גייט זיין - דער מענטש פירט נישט און מאכט נישט, נאר פונקט פארקערט הקב"ה ווייזט אונז קלאר אז דארט ווי דער דרך הטבע זאגט 'ניין' טאקע דארט וועט זיין דער 'יא' און דארט ווי דער טבע זאגט 'ניין' ווערט פלוצלינג א 'יא', אלעס ווערט געפירט אויף טריט און שריט מיט א העכערע כח און ס'איז נישט אין אונזערע מעגליכקייט דאס אויסצורעכענען וכדומה, וואס ס'בלייבט איבער פאר אונז מענטשעלעך אויף די וועלט איז צו טוען אונזער קליין ביסל השתדלות באגלייט מיט שטארקע כוחות התפלה וזה הוא, מער פון דעם קענען מיר נישט - ס'איז נישט אין אונזערע הענט!

דערמיט קומען מיר צוריק צו אונזער פרשה, די מצריים זייענדיג דער מקור פון קליפת הכפירה דער וואס האבן געפרעגט און אויסגערופן איבער די וועלט דעם מִי ה' אֲשֶׁר אֶשְׁמַע בְּקֹלוֹ - דער מענטש פירט און מאכט אלעס אויף די וועלט, אט זיי האט הקב"ה אנגעפאנגען שטראָפן מיט שווערע מכות און כידוע פון די ספה"ק אז איעדע מכה איז געווען נאך א געוויסע התגלות אז הקב"ה איז דער מלך העולם – השי"ת איז דער איינציגסטער וואס פירט און מאכט אלעס וואס ס'פאסירט אויף די וועלט, למשל מכות דם האט געוויזן אז הקב"ה איז משגיח אויף די וואסערן – צפרדע אויף די באשעפענישן אויף די ערד וכו', אבער יעצט שטייענדיג ביי מכת בכורות דער מכה וואס גייט מגלה זיין פארן מצרי אז נישט קיין נ"מ וואס ער האט געמיינט און געטראכט ביז יעצט – גייט אים יעצט קלאר ווערן אז אויך דער 'גרויסע מענטש' איז א שטיק גארנישט און זיין גאנצע חיות ליגט איעדע רגע ביד ה' וואס דאס איז דער גרעסטע מכה פאר א פאלק וואס פרובירט זיך איינרעדן אז דער מענטש האט עפעס אייגענע כוחות און דא צוגייט דער גאנצע חלום ווי א זייפן בלאז...

ווען ס'קומט צו ווייזן פארן מצרי אז ער איז א גארנישט איז פארהאן צוויי חלקים איינס איז דער פשוטע מכת בכורות מען פאנגט אָן שטארבן און מען ווערט געוואר אז ס'איז דא בעל הבית אויף די וועלט וואס געבט לעבן, אבער ס'איז פארהאן נאך א חלק און אפשר גאר א טיפערע חלק און דאס איז דער וַיִּתֵּן ה' אֶת חֵן הָעָם בְּעֵינֵי מִצְרָיִם, הקב"ה נעמט א פאלק וואס האט פיינט דעם איד מיט די גרעסטע שנאה וואס נאר פארהאן, און דא איז השי"ת משפיע אויף עם ישראל אביסל חן און דער מצרי באגיסט אים מיט גאלד און זילבער, לאמיר זיך פארשטעלן ווי אזוי האט אויסגעקוקט ווען דער מצרי האט זיך געגעבן א כאַפ וואס דא איז פארגעקומען ער האט זיך די האָר פון קאפ געריסן נישט קענענדיג פארשטיין ווי אזוי איז שייך אז פאר א פאלק וואס מיר האבן אזוי פיינט האבן מיר אלע צוזאמען זיי געבארגט גאלד און זילבער און דאס טייערסטע?!?! דער תירוץ איז פאר זיי זייער קלאר געווען אז די וועלט האט א בורא עולם וואס ער מאכט און טוט – אמת אז ס'האט נישט קיין פשט ס'איז אקעגן איעדע ברעקל נערמאלע פארשטאנד, אבער טייער מענטשעלע ס'דארף נישט האבן קיין פשט אדער הסברים ווען פון הימל וויל מען עפעס וועט אזוי זיין... הקב"ה האט זיי קלאר געוויזן אז נישט נאר איז דער מענטשליכע גוף ביד ה', נאר דער גאנצע מענטשליכע דעת און מחשבה איז ביד ה'!

טייערע ברידער פאר אונז איז דאס א וויכטיגע יסוד אין לעבן, דער מענטש מאכט זיך כסדר כל מיני מחשבות און חשבונות ער מיינט אהער און אהין, מיר מאכן אפ פון ווי דער ישועה וועט קומען, מיר מיינען מיר ווייסן?! דער פאקט אז מיר פארגעסן אז דער ישועה איז בלויז פון הקב"ה מאכט אז מיר זאלן פיל מאל האבן א פחד צו פרעגן אדער בעטן הילף פון אנדערע, ווייל מיר קוקן אויפן בילד אז ס'איז עפעס וואס ליגט ביי יענעם אינדערהענט - נו יענער וועט מיך זיכער נישט העלפן?! אבער אויף דער מינוט וואס דער אידעלע כאפט זיך אויף און באמערקט אז ס'איז אלעס ביד ה', אלעס ליגט אין די הענט פון הקב"ה דער מלך העולם האט ער שוין נישט קיין ברעקל פחד און קיין מורא, ער ווייסט קלאר אז מיר קענען נאר טוען אונזער קליין ביסל השתדלות דעס איבריגע טוט הקב"ה... מיר מענטשעלעך מיינען אז דאס וועט זיין מיט הצלחה און יענץ וועט זיין אדורך פאל און מיט אביסל חן פון הקב"ה געבט זיך די וועלט א דריי איבער און פונעם גרעסטן ארימאן ווערט דער רייכסטע, פון א צובראכענער ווערט מען א אויפגעלעבטער! געדענק ס'איז אלעס ביד ה', דער גרעסטע פיינט אונזערע קען זיין דער וואס וועט זיין דער מקור פונעם ישועה, מיר דארפן נאר אויפמאכן די אויגן און גלייבן בעטן האפן צו הקב"ה אז ער זאל אונז שוין באגליקן, ער זאל אונז באלייכטן די אויגן צו זעהן און גלייבן אז די ישועה ליגט ביי אים אין די האנט, וואס ס'פארלאנגט זיך פון אונז איז דער ריינע אמונה און בטחון אין דער ישועת ה', און אט וועלן מיר זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• הער אויף מאכן חשבונות ווי דער הצלחה וועט יא אדער נישט זיין, השלך על ה' - ס'איז אלעס ביד ה'.
• מיט א קליין ביסל חן פון הקב"ה קען זיך אלעס געבן א דריי איבער - ס'איז אלעס ביד ה'.
• דארט ווי די האלסט אז ס'וועט א ישועה נישט זיין, אט דארט קען זיין ליגט דער ישועה - ס'איז אלעס ביד ה'.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"הtiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך א שעפעלע »

פארשפארט