גרייט אייך רבותי, "ווערמין סופריעם" יר"ה פאר פרעזידענט 2016!

אויב האט איר גע'חלום'ט אויף דאונעלד טראמפ אדער בען קארסאן אז זיי גייען אפראטעווען אמעריקע און איר צוריק-שטעלן אויף די פוס דאן קענט איר חלום'ן ווייטער, דאס פאלק האט שוין געזאגט איר מיינונג, ווערמין סופריום. די גאנצע קלינטאן, סענדערס, רוביאו, דשינדעל און בוש, דאס איז אלעס גוט פאר א ווערטל, זיך אונטערצוהאלטן אין שווערע צייטן. דער ריכטיגער ווארשיינליכער צוקונפטיגער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן (אין צוגאב פון פארטא-ריקא, גואם, מיט אמעריקאנער מיליטערישע אנוועזענהייט אין גוואנטאנאמע בעי קיובא און נאך שבע ועשרים ומאה מדינה) איז גאר א מאן מיט סאך העכערע אמביציעס, און צום וויכטיגסטענס, סאך בעסערע טשאנסען ווי סיי וועלעכע אנדערע קאנדידאט אויף די קורץ-זיכטיגע מידיע ליסטע.
באקענט אייך מיט אונזער צוקונפטיגער פרעזידענט. דער סאמער מאן וואס איז ערווארטעט אום חנוכה שנת תשע"ז למספרינו אנצופירן מיט דער מעמד הדלקת הנרות אין ווייסן הויז, מיט נאך פארשידענע וויכטיגע פרעזידענטליכע פונקציעס במשך'ן יאר.
יא, איר זעהט גוט, דער מיטן שטיוול אויפן קאפ. אז מ'האט די שכל אין קאפ טראגט מען דארטן די שטיוול.
פרעזידענט סופריום איז נישט קיין נייער פנים אין אמעריקאנעם פאליטיק, ער איז ברייט באקאנט דורכאויס דעם לאנד. צום ערשטען און העכסטן מיט זיינע גאר נאנטע באציאונגען מיטן נוא יארק'ן מעיאר דשימי מעקמילאן וואס קען אגב שטארק אריינשפילן לטובת אחינו בני ישראל האבענדיג א רעפיוטאציע פון רייכע באקאנטשאפט מיט די נוא יארקער פאליטישע שטאט טאטעס.
מערקט אין לעצטן בילד דעם גרויסן ציין בערשטל וואס ווערט געהאלטן דורכן פרעזידענט אליינס. איינס פון זיינע שטערקסטע קאמפיין פארשפרעכונגן איז צו האלטן דעם אמעריקאנעם פאלק -- גרויס און קליין -- פאראנטווארטליך צו פוצן זיך די ציין מידי יום ביומו אהן קיין תירוצים.
בעיקר לויפט ער אונזער פרעזידענט אויף א ליבערטעריען/אנארכיסטישע פלאטפארם. די קאנסטיטוציע איז ביי אים קודש קדשים, בפרט -- פארשטייט-זיך -- די צווייטע אמענדמענד וואס פארלאנגט פון יעדער רעכטדענקיגער בירגער זיך צו באוואפענען ביז צו די געפוצטע ציין מיט אלע סארט מיליטערישע ביקסן על כל רעוועלוציע שלא תבוא. א גאנצע ספעקטאקעל האט זיך אפגעשפילט די פארגאנגענע נאוועמבער דעם 20'סטן ווען אונזער פרעזידענט האט זיך געגרייט, צוזאמען מיט זיינע פילע שטיצער, צי פיילן פאפירען אין א נוא העמפשיר קאורט באוואפענט מיט זיינע כלי זיין (איין גאן איז אים זאגאר געווען אנגעהאנגן אויף זיין קאפ-שטיוול) פונקט דעם טאג וואס איינער בען קארסאן האט מחליט געווען אויך זיך אנצוריקן מיט א מיליטער פון די סיקרעט סערוויס וואס האבן פארבאטן פרעזידענט סופריום מיטצונעמען מיט זיך זיינע פילע ביקסן אין קאורט בילדונג.
נאך א וויכטיגע קאמפיין אישו ביי די ווערמין טיקעט איז טיים טרעוועל. דער סופריום רעגירונג גרייט זיך אריינצווארפן וויפיל געלט ס'לאזט זיך נאר אויסצוטרעפן די ריכטיגע מעטאדן צו ברענגן טיים טרעוועל, די טעכניק פון צוריקגיין אין צייט צוריצוועגס. די העכסטע ציל זיינער זאגט אונז מר. סופריום איז אנצוקומען ביז אדולף היטלער'ן אליינס און אים אומברענגן בעוד מועד. לאמיר האפן.
נישט אז פרעזידענט ווערמין שטייט שמאל אדער איז אנגעוויזן אויף אונזערע שטימען. ס'איז אבער אלעמאל איינגענעם צו האבן געשטימט פארן געווינער. אלזא אויב האט איר שוין בטעות אפגעמאכט פאר אן אנדערע פון די שוואכערע קאנדידאטן איז ראטזאם איר זאלט איבערטראכטן אייער באשלוס. אויב איז אייך דאונאלד טראמפ צום הארצן וועגן זיי אויסגעשפראכענקייט, נישט מורא האבענדיג צו זאגן קלאר וואס ליגט אים אויפן צונג, זיי אויסזעהן, דאן האט איר א סאך א בעסערע קאנדידאט, ווערמין סופריום!!
איז אפשר בערני סענדערס אייער קאנדידאט וועגן זיין איבערמידליכע איבערגעגעבענקייט צו לייזן די גלאבאל-ווארעמונג פראבלעם, נאט אייך איינער וואס זאגט צו סאך בעסערע פלענער פארן צוקונפט. ווען פרעזידעט סופריום נעמט איבער דעם אפיס זאגט ער צו די רעגירונג זיינע וועט געבן איטליכע אמעריקאנער בירגער א פערדל צו רייטן און שלעפן פעקלעך און מער וועט קיין אמעריקאנעם נישט בייפאלן אזא משוגעת ווי נוצן געזאלין-פרעסער אטאמאבילן והיה שלום.
אויב וואלט איר געשטימט פאר הוקאבי, קלינטאן אדער בוש ווייל זיי זענען שוין יארן אין פאליטיק, דאן געדענקט אז סופריום שטייגט זיי אלע איבער. דאס איז שוין זיין פערדע סוקסעפולע פרעזידענטליכע קאמפיין.
האט איר געטראכט פון בען קארסאן, פון טעד קרוז, קארלי פאוירינא, אוי גאט אין הימל! דער ווערמין סופריום איז דאך אזוי גוט, אין אזא ריכטיגע צייט, נאך ווי שטייגט ער זיי אלע איבער. גיבט אים נאר א טשאנס און אמעריקע וועט שוין קיינמאל נישט זיין די זעלבע.
מר. ווערמין סופריום פיילט פאפירן פאר פרעזידענטשאפט אין נוא העמפשיר צוזאמן מיט דר. בען קארסאן. קוקט און האט הנאה (יוטויב)
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=7m7d52l5dwA[/youtube]
(מערקט אויפן טיש א סעמפל פון דר. בען קארסאן'ס מח, איינע פון ווערמין סופריום'ס קאמפיין פארשפרעכונגען צו "מאכן די זאמביס שפירן א שלעכעטע טעם אין בען קארסאן'ס מח)

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1303 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
Re: גרייט אייך רבותי, "ווערמין סופריעם" יר"ה פאר פרעזידענט 2
הערליכע שיינע ארטיקל פול מיט הומאר. (שלא יישאר הנייר חלק שלא יאמרו מה בין בני לבן חמי ודוק וק''ל.)
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
כ'ווייס פון א גאר פאסיגע ווייס פרעזידענט פאר פרעזידענט ווערמין. ממש א בראדער פון א צווייטע מאטהער. מיט זיין ענטוזיוזעם וועט ער גאר גרינג געווינען. בלייבט נאר איבער אים צו טרעפן די צווייטע שטיוול און ס'איז א וויניג טיעם!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=imiOWvZUPF0[/youtube]

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
אין אן ערענסטע נאטיץ פון אונזער פרעזידענט סופריום טענה'ט ער — און מיט רעכט — אז דאנאלד טראפ האט אים צו פארדאנקן זיין הצלחה (זיין וואס?). "נאך אלעמען" זאגט די פרעזידענט, וואס לויפט שוין זינט 1992, "בין איך דער וואס האט אריינגעברענגט וואנזיניגקייט אינעם פרעזידענט קאמפיין. און ער (טראמפ) האט געזעהן א געלעגענהייט איז ער אריינגעשפרינגן."
חזי מאן גברא רבה אסהיד עליה...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=lrDDkKPUFa4[/youtube]

- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
- האט שוין געלייקט: 470 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
'
Democratic presidential candidate Vermin Supreme holds a giant toothbrush above the head of a member of U.S. Republican presidential candidate and New Jersey Governor Chris Christie's security detail as Christie makes a stop to greet voters at T-Bones Great American Eatery...
REUTERS

אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
יא, ויהי ממחרת, און דער בחור איז דא. ווערמין סופריעם האט געוואונען די ניו העמפשיר דעמאקראטישע נאמאנאציע אויפן פערטן פלאץ, די זעלבע פאזיציע וואס דשעב בוש אויפן רעפובליקאנע טיקעט און דר. בען קארסען (נישט מער געדאכט) אין אייאווא.
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
נאך זיין איינשווערונג אין 2013.
פון די קאמענטס:
Not sure if he's a brilliant schizophrenic with a great sense of humor or a brilliant comic with great sense of schizophrenia.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UbvtkNGGQfo[/youtube]

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?