פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
פרייוויליג
שריפטשטעלער
הודעות: 1778 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
שליחה
דורך פרייוויליג » מאנטאג יאנואר 11, 2016 10:40 pm
דעת תורה האט געשריבן: פרייוויליג האט געשריבן: נאך וואלט געווען אינטערסאנט אויסצושמיעסן פון וואו עס שטאמט פארשידענע א.ג. מנהגים אינערהאלב אידיש. למשל: ווען א פרעמדע מאן טרעפט א פרעמדע פרוי נוצט ער נישט א לשון נוכח, נאר אנשטאט נוצט מען 'איר'. קודם דארף מען פארשטיין וואס איז אידיש הייליגער פון לשה"ק ווי מען נוצט נישט קיין ספעציעלע טערמינען ווען מען צוויי מינים רעדן, אויסער אז מען באטאנט צי עס איז א זכר אדער א נקיבה. עס וואלט זייער אינטערסאנט געווען אויב עמיצער קען ברענגן די מקור דערפון.
ווען א פרעמדע מאן טרעפט א פרעמדע מאן, וועט מען - אנהייב עכ"פ - אויך זאגן איר. און ס'איז אינעוויטעבל אז מיט די מחיצה צווישן מענער און פרויען הנהוג במחוזותינו זאל מען רעדן לכה"פ אזוי פרעמד ווי צו א פרעמדע מאן.
מען קען זאגן אז 98% מענטשן איבעלט עס ווען מען רופט זיי ׳איר׳. אויסער די 2% וואס ליידן אויף מזרח וואנט און אנדערע חלאים. עס מאכט דעם מענטש שפירן ווי א שמאטע, און זייער אומפארמעל. איך פרעזענדליך וועל כמעט קיינמאל נישט נוצן ׳איר׳ אויסער פאר א זקן מופלג וואס האט שוין נישט קיין ציינער. עס מאכט אסאך מאל אוממעגליך צו פירן א געשפרעך מיט א מענטש, ווייל דער ׳איר׳ שטינקט פון ביר און ׳אייך׳ איז בכלל נישט קיין זאך.
--
איך האב אויפגעברענגט די נושא פון איבערזעצן ספרי קודש אויף לשון חול, ווייל עמיצער האט גערעדט פון האבן איבערזעצט דעם חובת הלבבות פון אראמיש.
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757 זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
שליחה
דורך ירא שמים » מאנטאג יאנואר 11, 2016 11:16 pm
רבנים און ביי די תורה׳דיגע קרייזן בכלל איז כמדומה אידיש קיינמאל נישט געווען קיין ארטיקל, סאיז נישט גענוצט געווארן אלס שריפטליכער שפראך חוץ פאר נשים וע״ה און מהאט קיינמאל נישט געלערנט קיין גראמאטיק דערויף.
פרייוויליג
שריפטשטעלער
הודעות: 1778 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
שליחה
דורך פרייוויליג » זונטאג יאנואר 17, 2016 10:48 am
די מעלות די חודש ביי מאמע לשון, האט א גאנצע אפשאצונג איבער די 'וב' פון שטעט אין דער אלטער היים. ווי באבוב, דינוב וכדו'. א גאנצע אריכות פארוואס מען זאגט נישט באבעוו, אדער דינעוו. נאך דעם זאגט צווישן אנדערע אז להוציא לבם של יידישיסטן וואס האבן אלעס געזוכט צו פאראידישען, ווי למשל 'עמעס', 'משיגאסען' א.ד.ג. עס איז אזוי אינטערסאנט צו זען ווי וואך נאך וואך קאכט זי איבער די מאמע לשון, אבער זי איז בכלל נישט אויסן צו גיין אין די פיסטריט פון די יידישיסטן. טייטשט די יידישיסטן האבן געהאט איין סארט משוגעת, און די בעל המעלות האט אן אנדערע סארט משוגעת. נאך א מורא'דיגע משוגעת פון די מעלות האב איך אויפגעפאסט [ח"ו זיך נישט פארמישן מיט די יידישיסטן] אז זי זוכט נאר צו נוצן ריינע אידישע ווערטער, אינדערצייט וואס מען נוצט זיי קוים, למשל: 'לערערין', ווער זאגט נאך היינט לערערין? אדער 'קיכן' ווער שרייבט נאך היינט 'קיכן'? אזוי איז נאך דא צענליגער ביישפילן.. אבער זי טרוימט אויף עפעס אנדערש... זי איז נישט קיין יידישיסט..
דעת תורה
שריפטשטעלער
הודעות: 2147 זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
שליחה
דורך דעת תורה » מאנטאג יאנואר 18, 2016 12:56 am
וואס הייסט "מ'זאגט נישט"? מ'זאגט טאקע יא. קוק אין יעדן פארצייטישן צייטונג וועסטו זען באבאוו. דאס אז אין פלעצער וואס מ'האט בכלל נישט געקענט אידיש ספעלינג שרייבט מען באבוב, און נאטורליך וויבאלד דער הויף רופט זיך אזוי רופט מען זיי אזוי , איז נאך נישט קיין קשיא וואס ברויך א תירוץ.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
הודעות: 20420 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:
שליחה
דורך berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 18, 2016 1:17 pm
[quote="פרייוויליג"]די מעלות די חודש ביי מאמע לשון, האט א גאנצע אפשאצונג איבער די 'וב' פון שטעט אין דער אלטער היים. ווי באבוב, דינוב וכדו'. א גאנצע אריכות פארוואס מען זאגט נישט באבעוו, אדער דינעוו. נאך דעם זאגט צווישן אנדערע אז להוציא לבם של יידישיסטן וואס האבן אלעס געזוכט צו פאראידישען, ווי למשל 'עמעס', 'משיגאסען' א.ד.ג. עס איז אזוי אינטערסאנט צו זען ווי וואך נאך וואך קאכט זי איבער די מאמע לשון, אבער זי איז בכלל נישט אויסן צו גיין אין די פיסטריט פון די יידישיסטן. טייטשט די יידישיסטן האבן געהאט איין סארט משוגעת, און די בעל המעלות האט אן אנדערע סארט משוגעת. נאך א מורא'דיגע משוגעת פון די מעלות האב איך אויפגעפאסט [ח"ו זיך נישט פארמישן מיט די יידישיסטן] אז זי זוכט נאר צו נוצן ריינע אידישע ווערטער, אינדערצייט וואס מען נוצט זיי קוים, למשל: 'לערערין', ווער זאגט נאך היינט לערערין? אדער 'קיכן' ווער שרייבט נאך היינט 'קיכן'? אזוי איז נאך דא צענליגער ביישפילן.. אבער זי טרוימט אויף עפעס אנדערש... זי איז נישט קיין : מרס. פרייוויליג: איך האב דעם ארטיקל אין די פרויען מאגאזין..."מעלות" נישט געליינט. ווייס איך נישט וואס די אידענעס האבן געהאט צו זאגן און פילאזאפירן איבער דעם טעם פארוואס מ'זאגט נישט באבעוו נאר באבוב אדער דינעוו נאר דינוב. נאר איין אך איז זיכער אז דאס ווארט..."קיכן"...אזוי ווי זיי שרייבן עס אנגעבליך, איז זיכער פארגרייזט. ווייל דאס ווארט שטאמט פון דייטש...און דאס דארף געשריבן ווערן מיט א וואוו. "קוכן" (בהברה ליטאית). נאר איך וואונדער מיך נישט אויף זיי. ווייל זיי זענען א חלק פון די אידישע פרויען באפעלקערונג וועלכע האבן באקומען דעם חינוך הקלוקל. און זיי זענען גלייך צו תינוקות שנשבו...!
פרייוויליג
שריפטשטעלער
הודעות: 1778 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
שליחה
דורך פרייוויליג » מאנטאג יאנואר 18, 2016 2:04 pm
קען זיין 'קיכן' איז מיין גרייז.. יעצט אז איך בין א מרת קען עס שוין מאכן סענס..
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » מאנטאג יאנואר 18, 2016 2:48 pm
העי פרייוויליג, כ'האב געמיינט ביזט א מיידל. אקעי, מעגסט דעך שוין אנטון א שפיצל; שוין העכסט צייט.