א דרשה פון דער פרעמד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
אלאדין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

א דרשה פון דער פרעמד

שליחה דורך אלאדין »

[center]א מעשה'לע לכבוד מארטין לוטער קינג'ס טאג[/center]

ס'איז שוין געווען ביינאכט. דער טאטע האט געדרייט די בארד מיט איין האנט, פארקנייטשנדיג די שטערן איבער א שטיקל תוספות אין מסכת גיטין, בשעת זיין זון איז אריינגעקומען אין שטוב. דער טאטע האט אויפגעהויבן די אויגן פון דער גמרא און געכאפט א זייטיגן בליק צו זיין בחור'ל. באגריסנדיג זיין זון האט ער באמערקט א מאדנעם גלאנץ אין זיינע אויגן, אבער ער האט נישט געלייגט קיין באזונדער אכט אויף דעם.

"וויאזוי איז אריבער דער טאג?" האט דער טאטע געפרעגט.

"איך ווייס נישט ווי איך זאל עס אויסדרוקן... עה... איך האב געהערט ערגעץ א דרשה... א בעל דרשן, טאטע, וואס מ'הערט נישט. ס'האט זיך מיר אויסגעדאכט אז דאס איז א נביא וואס רעדט. א נביא פון אמאל."

הערנדיג אזעלכע ווערטער האט דער טאטע אריינגעשטעלט א האנט אין דער גמרא, פארקלאפט די מסכת גיטין אויף דער האנט און געכאפט א טיפן בליק אויף בעריש'ן. ס'האט אים געוואונדערט צו וויסן וועלכן בעל דרשן בעריש האט אינזין, צי איז דאס דער מאגלעניצער רבי, דער אזויגערופענער עובד השם, וואס איז געקומען אין בעריש'ס ישיבה געבן א דרשה פאר די בחורים, אדער זאל עס זיין דער כאטעלאווקער ראש ישיבה, א נייער כוכב וואס קומט אויף מיט אייגן-געמאכטע שיטות וויאזוי צו שטייגן אין לערנען, און בעריש האט גראדע דערמאנט לעצטנס אז ער וויל גיין אים הערן.

דער טאטע האט ביידע בעלי דרשנים נישט איבריג ליב געהאט. זיי ביידע האבן געהאט עפעס א שמעק פון היינטיגע חידושים, נייע מעשיות, און ס'איז נישט געווען פון דער סחורה וואס מ'האט געזען אינדערהיים אין די פריערידיגע דורות. "אזוי גייט עס היינט," האט ער געקלערט צו זיך, "יעדער שמויגער מאכט זיך אויף אייגענע תורות און ער ווערט מיר א גאנצער בעל שם טוב. נאר וואס דען? אז ס'איז נישטא מער קיין צדיקים, אז דער דור איז א דור יתום, ס'איז נישטא אויף וועמען זיך אנצושפארן, האט עס אזא פנים."

ווי קומט עס אבער אז בעריש זאל זיך אויסדרוקן מיט אזעלכע ווערטער איבער א היינטיגן דרשנ'דל? ס'טייטש? א נביא גאר? בשעת דער טאטע האט זיך איינגעקוקט אויף בעריש'ן איז אים זיין מויל געווען עטוואס פארקרומט, די נאז פארצויגן, און ער האט אויסגעברומט מיט א ביטול טאן צו זיין זון:

"דו רעדסט וועגן נביאים... האסטו אמאל געהערט ווי א נביא רעדט? וויאזוי קען זיך דיר שוין דאכטן אז דו הערסט א נביא?" ער האט אפגעאטעמט א רגע און דערנאך ווייטער געזאגט: "א נביא! א נביא! וואס ווייסטו וועגן נביאים? צי ווייסטו אפילו נאר וואס אן אמורא איז געווען? מיר האבן גאר קיין השגה נישט. אין ש"ס איז נישט דערמאנט געווארן נאר אזעלכע וואס האבן געקענט מחיה מתים זיין. ווייסטו דאס? מיר רעדן נישט יעצט וועגן די גרויסע אמוראים וואס ווערן כסדר צוגעברענגט, נאר אפילו בלויז צו קענען דערמאנט ווערן איין מאל מיט עפעס א מימרא'לע אין ש"ס האט מען געמוזט קענען לעבעדיג מאכן טויטע. אט דאס איז געווען אן אמורא. היינט ווער רעדט שוין וועגן נביאים? ס'איז דאך גארנישט עפעס וואס מיר קענען זיך פארשטעלן..."

דער טאטע האט געווארט צו זען וואס אן איינדרוק זיינע ווערטער האבן געמאכט אויף זיין זון איידער ער האט ווייטער גערעדט:

"ובכן, קומסטו זאגן אז דו האסט געהערט א נביא רעדן. וועמען האסטו דערמיט געמיינט? דעם מאגלעניצער? דער וואס שטעלט זיך אהער מיט זיינע תורות איבער די עשר ספירות, קלערנדיג אז ער איז דער אר"י ז"ל אליין? אדער ווייניגסטנס זיינס א תלמיד? אדער מיינסטו דערמיט דעם ראש ישיבה דארט, וואס איז נאר זיין נאמען? כ'שוין פארגעסן... יענער וואס פארקויפט זיך זיינע תורות לאקשן איבער דעם ריכטיגן צוגאנג צו לימוד התורה, ווי גלייך מיר וואלטן נישט געהאט קיין מסורה פון דריי טויזנט יאר וויאזוי אפצולערנען א שטיקל גמרא? ווי גלייך די תורה איז געלעגן א פאר'יתומ'טע, ביז סאיז געקומען דער גרויסער ראש ישיבה, זאל געזונט זיין, און ער האט אויסגעלערנט כלל ישראל וויאזוי צו לערנען א דף?"

בעריש האט געגלאצט אויפ'ן דאך בשעת דער טאטע האט גערעדט, קענטיג אז ער שוועבט אין אן אנדער וועלט. אנשטאט צו ענטפערן אויף די קשיות פון זיין טאטן האט ער אנגעהויבן צו מורמלען האלבע זאצן:

"איך האב געזען דאס צוגעזאגטע לאנד... איך בין געשטאנען אויפ'ן בארג... איך האב עס געזען מיט די אויגן... איך וועל אפשר נישט מיטגיין מיט אייך. אבער מיינע אויגן האבן געזען דעם אויפקום פון דער שכינה אויף דער גארער ערד."

"וואס א נארישקייטן רעדסטו דארט?" האט דער טאטע געוואלט וויסן.

"איך ווייס נישט וויאזוי עס צו ערקלערן," האט בעריש געזאגט. "ס'איז געווען... וויאזוי זאל איך זאגן?... ער האט גערעדט וועגן באפרייען דעם עול פון די שווארצע..."

דער טאטע האט געגעבן א שלעפ ארויס די האנט פון דער גמרא און זיך געגעבן א האסטיגן שטעל אויף. "ווער האט גערעדט? וועגן וואס רעדסטו?"

"איך בין געווען פריער ביים ציין דאקטאר," האט בעריש געשטאמלט, "איך בין געווען געצוואונגען צו ווארטן דריי פערטל שעה ביז מיין אריינגיין צום דאקטאר. אינצווישן האט געשפילט דארט די כלי... איך האב נישט געוואלט קוקן, גלייב מיר, נאר איך האב באמערקט אז ס'איז נישט מער ווי א דרשה פון עפעס א שווארצן. איך האב נישט געוואלט אויסהערן, כ'האב מיר פארשטאפט די אויערן און פרובירט אריינצוקוקן אין דער גמרא וואס איך האב געהאלטן אין דער האנט, אבער --- "

דער טאטע איז געווארן אומגעדולדיג און אויסגעקוקט מיט דערשראקענע אויגן צו זיין זון. בעריש איז אנטשוויגן געווארן א רגע און דערנאך פארגעזעצט:

"אבער אינמיטן לערנען דעם תוספות האב איך מיטאמאל דערהערט א געשריי, א קלאפעריי. איך האב אויפגעהויבן די אויגן צו דער כלי... צי איך האב געוואלט אדער נישט, איך האב געמוזט. איך האב נישט געקענט זיך צוריקהאלטן. ס'האט אויסגעזען אזוי... אזוי.. ווי זאל איך ערקלערן? כ'קען נישט ערקלערן. ער האט גערעדט וועגן דער תורה. אזוי מיין איך. ער האט גערעדט וועגן ארץ ישראל, דאס לאנד וואס דער אויבערשטער האט צוגעזאגט פאר אידן. איך האב געוואלט זען וואס האט א שווארצער צו רעדן וועגן ארץ ישראל, און איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן. איך האב געכאפט א בליק."

"נו רעד שוין שנעלער," האט דער טאטע אונטערגעשטופט זיין זון, מיינענדיג אז ער גייט באלד פון זינען אראפ.

"בקיצור, ער האט גערעדט נישט וועגן ארץ ישראל, נאר וועגן די שווארצע, אבער ער האט גענוצט ארץ ישראל אלס משל. פונקט ווי משה רבנו איז געשטאנען אויפ'ן בארג נבו אראפקוקנדיג צום הייליגן לאנד וואס דער אויבערשטער האט צוגעזאגט פאר אידן, אזוי האט דער שווארצער רעדנער געזאגט אז ער שטייט יעצט אויפ'ן בארג וואס קוקט אראפ צו דער גאולה פון דעם שווארצן פאלק. ער האט געזאגט: 'איך וועל אפשר נישט אריינגיין מיט אייך, אבער מיינע אויגן האבן געזען דאס קומען פון דער שכינה.' עפעס אזוי האט ער געזאגט."

"הייסט דאס אז יענער שווארצער איז דער נביא דיינער געווארן? אים האסטו געמיינט? דעם להבדיל בין טומאה לטהרה'ניק? אים האסטו פארגליכן צו די שרפי מעלה? די הייליגע מענטשן וואס מיר האבן גאר קיין השגה נישט אין זייער גשמיות'דיגן עקזיסטענץ, ווער רעדט נאך וועגן זייער רוחניות... צו זיי האסטו געוואלט פארגלייכן דעם אוכל נבילות וטריפות, להבדיל אלף הבדלות?"

בעריש האט געשוויגן און זיין פנים איז געווען רויט, דער טאטע האט נישט געוואוסט צי ס'איז פון בושה אדער פון התרגשות. נאך אפאר סעקונדעס האט בעריש ארויסגעבאמקעט פון מויל: "איך האב נישט געמיינט חלילה צו פארגלייכן. נאר איך האב געמיינט צו זאגן... ווי זאל איך עס ערקלערן? איך האב געמיינט צו זאגן אז ס'איז געווען עפעס פון אן אנדער עולם. עפעס גאר אנדערש פון סיי וואס איך האב נאר אמאל געהערט. סיי די שפראך, די ווערטער וואס ער האט גענוצט, דער רגש, די פאטאס, אלעס איז געווען פון א וועלט וואס איך האב קיינמאל נישט געזען."

בעריש האט ווייטער גערעדט: "הערנדיג זיין רעדן האט עס מיך מיטגעריסן ביים הארצן. איך האב געטראכט וועגן דעם אינהאלט פון זיין דרשה. ער האט נישט גערעדט וועגן עפעס וואס איז ווייט, אומדערגרייכבאר, נאר וועגן א ממשות'דיגע ענדערונג וואס ער וויל אז ס'זאל געשען אין דער אמעריקאנער געזעלשאפט. ער פאדערט אויף מ'זאל טון יושר, טוישן די אויפפירונג פון מענטשן, מ'זאל זיך אויפפירן ערליך איינער צום אנדערן... אט אזעלכע ווערטער, מיט דער שפראך, מיט די געדאנקען, האבן עפעס אפגעבליצט אין מיין מוח. איך ווייס אז כ'האב קיינמאל נישט געהערט ענליכע געדאנקען – אדער אן ענליכע שפראך – פון סיי וועלכן בעל דרשן, אבער פארט האט עס מיר עפעס אפגעקלונגען היימיש... און דא איז מיר געקומען אין מוח די נביאים."

"טפו!" האט דער טאטע אויסגעשריגן. "גענוג מיט די הבלים!"

בעריש וואלט אפשר געוואלט רעדן וועגן די נישט-אידישע נביאים וואס ווערן דערמאנט אין פסוק, א שטייגער ווי בלדד השוחי און צופר הנעמתי, אבער ביים טאטן איז אדורכגעלאפן א סקרוך אין די ביינער צו זען וואס א דיבוק ס'איז אריין אין זיין זון. וויפיל מאל האט ער געהערט אז איין בלויזער באזוך ביים דאקטאר קען קאליע מאכן א נשמה? אט איז עס! זיין תכשיט'ל, דער מתמיד, איז בלויז אין איין האלבער שעה חרוב געווארן. ער האט געזען די כלי, ער האט געהערט די דברי טינופת דארטן, און דער שאדן איז געשען.

פארט, האט דער טאטע געקלערט, די גמרא האט א כח צו רייניגן די נשמה פון א מענטש. אפילו אויב די ווערטער פון יענעם גוי זענען אריין אין זיין מוח, וועלן די ווערטער פון דער גמרא עס אויסרייניגן. הלואי, כולי האי ואולי... דער טאטע האט געכאפט א בליק אויף זיין זון וואס איז נאך געווען ערגעץ פארפלויגן אין חלום, און ער האט אים אהערגענומען אויף א לענגערן מוסר שמועס. דער עיקר פונעם שמועס איז געווען איבער דעם שאדן וואס בלויז א קליינער בליק ארויס פון דער גמרא קען אנמאכן, און ווי גרויס ס'זענען די נסיונות פונעם יצר אויף דער וועלט וועלכער לאקערט אויף יעדן טריט און שריט.

בעריש האט אויסגעהערט זיין טאטן ערנסטערהייט, ביז זיינע אויגן האבן אויפגעבליצט אויף א רגע און ער האט איבערגעהאקט: "טאטע טייערער, איך פארשטיי אז כ'האב נישט געדארפט זען וואס כ'האב געזען. אבער דו ווייסט וואס איך קלער יעצט? מיך וואונדערט נאר, פארוואס האבן מיר נישט אליין אזעלכע כמו-נביאים? פארוואס האבן מיר נישט אליין אזעלכע דרשנים וואס זאלן אונז אויפפאדערן צו טון גוטס, אויף דעם הימלישן לשון וואס מיר טרעפן נאר אין די כתבי הקודש? פארוואס טרעפן מיר נישט צווישן אונזערע מענטשן אזעלכע וואס זאלן זיין דורכגענומען מיט דעם גייסט פון אונזערע נביאים, אז זיי זאלן ווייניגסטנס קענען ניצן אזעלכע און ענליכע אויסדרוקן ווי דאס וואס יענער האט גענוצט?"

"נאכאמאל יענער און נאכאמאל יענער!" האט דער טאטע געזאגט פארווייטאגט. "ווער איז יענער? דער טייוול אליין! אן עבד עבדים. און אז ער האט גענוצט עפעס א לשון הפסוק, איז וואס? גרויסע חכמה. היינטיגע צייטן איז נישטא מער קיין נבואה, מהיכי תיתי ס'איז געגעבן געווארן פאר שוטים. גייט זיך יענער שוטה, עפנט אויף א חומש, און זאגט נאך וואס משה רבנו האט געזאגט, און אונזער בחור'ל ווערט פארגאפט ווי גלייך ער האט געהערט ממש דברות קודש פון בארג סיני."

"ניין טאטע," האט בעריש געזאגט, "ער האט נישט נאכגעזאגט קיין ווערטער פון חומש. ער האט נאר באזירט זיין דרשה אויף דעם געדאנק, אויף דעם גייסט, אויף די אידעעס פונעם תנ"ך. דעם "הר נבו" האט ער גענוצט אלס א מעטאפאר, ווי א משל צו זיין מצב. ס'איז ביי אים ווייניג געווען צו שטארבן, ווייל זיינע אויגן האבן שוין געזען --- "

"גענוג! גענוג!" האט זיך דער טאטע געבעטן. זעענדיג אז אויף דער מינוט וועט ער מיט זיין זון נישט קענען רעדן, האט ער באשלאסן עס איבערצולאזן אויף אן אנדער מאל. דערווייל האט ער זיך צוריקגעזעצט מיט א פארווייטאגן פנים צו דער גמרא, האפנדיג אז זיין זון זאל פארגעסן אלעס וואס ער האט מיטגעהאלטן היינט אינדרויסן פון שטוב.

*

דער סוף פון דער מעשה איז נישט קלאר. טייל זאגן אז דער זון האט זיך צוריקגעכאפט צום גוטן וועג און ער האט פארגעסן אלעס וואס ער האט געהערט יענע האלבע שעה אינעם דאקטאר'ס אפיס, אנדערע זאגן אבער אז כאטש ער האט זיך צוריקגעזעצט צו דער גמרא איז ער שוין קיינמאל דער זעלבער מענטש נישט פארבליבן, ווייל דער נזק וואס ווערט געמאכט אין איין סעקונדע קען מער קיינמאל נישט צוריקגעדרייט ווערן. ווידער נאך אנדערע ווייסן צו זאגן זאגן אז די מעשה איז געשען צוויי מאל ביי צוויי אנדערע מענטשן, אזוי אז ביידע ווערסיעס קענען זיין אמת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלאדין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

צוקער זיס געשריבען, און אגב זייער פראפעסיאנאל, די איידיע וואס איך זעה דא - צעווישען אנדערע- איז אז ביי אסאך חרדישע אידן ווייסן די טאטעס אזוי ווייניג פון זייערע אייגענע קינדער אז צומאל זארגן זיי זיך אויפן קינד אויף זאכן וואס זענען דברים של מה בכך, ווען דאס קינד האלט שוין סאך ווייטער, די טאטע דא איז באזארגט אז דאס קינד ווערט צופיל באגייסטערט פון דעם משפיע וואס גייט נישט אויפן אויסגעטראטענעם דרך פונעם רעבינזיכרוינעליבראכע , ווייניג האט ער נעבעך געוויסט אז זיין זון הערט שוין נעבעך דעם טמא'נע כלי און ווערט באגייסטערט פון א שווארצן פרעדיגער, א בראך צו מיינע יארן, די אנדערע וואך האט א חרדישע טאטע וואס איז געווען א שוויצער ביי די עדה זיך אויפגעהויבן מיט די גאנצע משפחה און פארלאזט... וואס האט זיך די באבע זיינע געזארגט, אז ער זאל חלילה נישט רעדן עברית.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
אן אומוויסענדע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 77 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך אן אומוויסענדע »

אז מען רעדט שוין פון דעם מארטען לוטער קינג'ס טאג וואלט פאסיג געווען צו איבערזעהן (יעדער האט דאס שוין זיכער געזעהן) זיין "איך האב א טרוים" רעדע
אן אומוויסענדע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 77 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך אן אומוויסענדע »

[youtube]http://youtu.be/I47Y6VHc3Ms[/youtube]
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

טרענס-קאליר

שליחה דורך ירח בן יומו »

אזוי ווי לעצטענס האט זיך אפגעטון וועגן א מענשט וואס געפעלט איהם נישט זיין אידענטיטי און ער וויל זיך טוישן פון א זכר צו א נקיבה אדער גאר צו א קוה.

נאך ליינען און ווערען באגייסטערט פון דעם הערליכן ארטיקל, בענקט זיך מיר צו ווערן א שווארצער, יא יא א שחור. איז דא עפעס עצות דערצו? איז שוין דא אזאנע וואס האבן דאס געטון?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אבטולמוס האט געשריבן:מיר זענען גליקליך, אז מיר פאלן אריין אין דעם גשם וואס עס איז חרדישע אידישקייט, צו האבן דעם נביא ה' [tag]אלאדין[/tag] שיחי' אונז צוריק ארויפצופירן צו העכערקייט.

ויש גורסים: נביא מוחמד אלאדין שיחי'...


-------------
[tag]אלאדין[/tag], דיין פענע איז גאלד, דיין געדאנקנסגאנג איז קלאר, דיין פונקט איז שארף ווי דער שווערד פון אללא'ס קנעכט.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

א דרשה פון דער פרעמד

שליחה דורך ירא שמים »

רח״ל וואס איין בליק אויף די טמא׳נע כלי קען מאכן…
אלאדין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

שליחה דורך אלאדין »

א דאנק פאר דער ווארעמער שטיצע.

[tag]אבטולמוס[/tag] און [tag]אדנירם[/tag], איר זענט צו ברייטהארציג מיט אייערע קאמפלימענטן... א דאנק ;)
פארשפארט