לב מלכים ושרים: פרעזידענט אבאמא

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

לב מלכים ושרים: פרעזידענט אבאמא

שליחה דורך שמעקעדיג »

כ'האב געטראכט אביסל אויסצושמועסן אונזער פרעזידענט אבאמא, וועלכער שטייט שוין מיט א פוס אינדרויסן פונעם ווייסן הויז, און ווערט באזידעלט און באשייגעצט ביי אלע שיכטן און קרייזן. לאמיר אביסל אראפלייגן דעם פארשוין פון מיין קוק ווינקל, כאטש איך פארשטיי אז נישט יעדער וועט זיין צופרידן דאס צו ליינען :x

דער אבאמא האט זיך איינגעקויפט שונאים, וואו אימער מען קוקט נאר און מען לייענט (בפרט ביי די רעפובליקאנע צייטונגען און בלאגס) זעהט מען אין איהם א פערזאן מלא חסרונות, וואס פירט אמעריקע אזש אין דר'ערד, האט נישט קיין לידערשיפ סקילס א_ווי דעם פריערדיגן פרעזידענט בוש וואס האט געמאכט די וועלט ציטערן פון אמעריקע. כהיום יום איז אמעריקע א געלעכטער, ממש א חוכא וטלולא איבער די וועלט, א פאפירענער טיגער וואס קען דערשרעקן מיט רויטע ליניעס, אבער נישט קיין סאך מער פון דעם. ביי אונז אידעלעך קומט נאך צו דער פאקט אז ער איז אביסל אומפריינדליך צו מדינת ישראל, נתניהו האקט שטיקער אקעגן אים, בפרט נאך די איראנער דיעל, הקיצור... דער אבאמא מאכט פורים פון אמעריקע.

אבער מיין בילד אויף אים איז אינגאנצן נישט אזוי, און עס קרענקט מיך פארוואס מענטשן טראכטן אנדערש ווען עס מאכט נישט קיין סענס. איך בין בדעה אחת מיטן פרעזידענט אז אמעריקע איז נישט די וועלטס-פאליציי, און מיר דארפן אויפהערן זארגן פאר יעדן און שטעלן יענעמ'ס פריאריטעטן בעפאר אונזער אייגענע. ער איז אמעריקאנער פרעזידענט, ריכטיג? אלזא זאל ער זארגן פאר אמעריקע, און א כפרה די איבריגע וועלט! מיר גייט גאנץ ווייניג אן צי דער שייגעץ אין סיריע "ציטערט" פון אמעריקע צי נישט. אודאי רעדט מען נישט אז עס זאל ווערן א הפקר וועלט און עס זאל זיך גיסן טעראר אין די גאסן ה"י, עס מוז זיין מוראה של מלכות; אבער דאס איז איין חלק פון אסאך אנדערע און באלאנגט הויפטזעכליך פאר די סי.איי.עי., עף.בי.איי., און די האומלענד סעקיוריטי חברה. און ב"ה אמעריקע האט נישט געליטן קיין ערנסטע טעראר אטאקעס בעת אבאמא'ס קאדענץ. אבער אויסער דעם חלק איז נאך פאראן אסאך וויכטיגע זאכן אינערהאלב אונזער אמעריקע וואס מען ברויך אדרעסירן, און סאמהאו קוקט מיר אויס ווי אבאמא פרובירט צו פאוקעסן אויף די דאזיגע חלקים, ווי איידער אויף די איבריגע וועלט. בקיצור, ער איז ענדערש א אינערן מיניסטער ווי איידער א אויסערן.

אבאמא האט אריינגעלייגט א געוואלד כוחות צו ברענגען מער דזשאבס אין אמעריקע; צו פארשפרייטן דעם אינטערנעט אפילו אין רורעל עריעס; ער האט געשאפן דעם קאנטראווערסיאלן אבאמא קעיר, און כאטש מען קען דן זיין איבער די בענעפיטן דערפון, למעשה זעה איך נישט פונקטליך וואס ער האט אויפגעטון, די העלט אינשורענס פרייזן זענען נאך אלץ הימל-שרייענד הויך, האט ער אבער כאטש פרובירט זיין בעסטע עד שידו (יד כהה ;) פאן אינטענדעד) מגעת, און זיך גענומען איבער דעם נושא. אנדערע פרעזידענטן האבן זיך נישט צופיל געקימערט דערמיט.

איך בין אויך געווען גאר צופרידן אין זיינע בראשית יארן אז ער האט קעהר גענומען פון די שווינדלערייען פון די בענק און די קרעדיט קארדס, און זיי געשטעלט אויפן פלאץ מיט שטארקע רעגולאציעס, צו פראטעקטן די קאנסומערס און נישט צולאזן די בענק זיך צעפירן אויפן חשבון פון די ארימע מאסן. איך האב בשעתו געשריבן דערפון דא אין שטיבל.

איבער איראן, דער פרעזידענט האלט אז ער טוט די בעסטע זאך פארן לאנד, און ער האט געקעמפט דערפאר מיט ציין און נעגל, און איבערגעקומען אלע שטערונגען און בזיונות אנטקעגן אים. לויט אים, איז אמעריקע – און די וועלט – היינט מער א פארזיכערטע פלאץ מיט שלום, ווי איידער די סכנות וואס וואלט געקענט קומען מיט א צעקריגטע איראן וואס וועט זיך ממילא פארשאפן דעם אטאם מיט דער צייט. דאס האט אויך געהאלפן נידערן די געז פרייזן, וואס איז אויך געשען אויף זיין זייגער, און עס קומט אים קרעדיט דערפאר (כאטש ער האט גארנישט געטון דערצו). איי מדינת ישראל איז מ'כלומר'שט ווייניגער פארזיכערט יעצט לגבי איראן? לו יהא אז ס'איז אמת, האלט נישט דער אמעריקאנער פרעזידענט אז זיינע בירגער דארפן סעקריפייסן צוליב עפעס א אידיש לענדל וואס איז נישט זיין דאגה, און ליתר שאת חוצפה'ען זיי צו אים די גאנצע צייט... וואס נאך ברויך ער טון?

יעצט אין דעם לעצטן יאר, האט אבאמא זיך גענומען ארבעטן צו רעפארמירן דעם פארשאלטענעם אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם. ווי אויך ארבעט ער שווער צו פארמיידן גאן שיסערייען, טראץ די מעכטיגע דרוק פון די לאביאיסטן און גאן אסאסיאציע. דער וויצע פרעזידענט ביידען וויל אויפטון גדולות ונצורות צו טרעפן א רפואה צו די ביטערע מחלה ל"ע. און איך בין זיכער אז כ'האב פארגעסן אפאר זאכן. דאס אלעס זענען זאכן וואס וועט מאכן א חילוק פאר מיר און דיר אינעם טאג-טעגליכן לעבן. איך שפיר אז אבאמא איז "מיין" פרעזידענט, נישט דער וועלטס פארזארגער וואס טוט אפשר אויף אויף יענעם עק וועלט אבער פאר מיר פערזענליך כאפט עס נישט קיין נפק"מ אין ערגעץ. אבאמא רעדט צו מיר, צו מיין טאש, צו מיין געזונט, צו מיין יוסטיץ, צו מיין זיכערהייט.

דאס איז שוין אויסער די פאקט וואס זיין מהלך המחשבה לויפט אביסל ווי מיינס... ער איז א איש השלום, זוכט נישט קיין געפעכטן מיט קיינעם, פרובירט אלעס אויסצוגראדן בדרכי שלום, און נישט אויפצורעגן קיינעם, גיבט אכטונג אויף יעדן ווארט, כאטש בשעת מעשה שיסט מען און מען איז שטילערהייט גורם חורבנות ביי די אייסיס רוצחים, אבער לפנים איז ער א נייס דזשענטלמאן.

אודאי בין איך ביי דער מיינונג אז מען דארף קענען פייטן ווען עס פעלט זיך אויס, און פאר אן עת מלחמה וואלט ער נישט געווען דער פאסיגער קאנדידאט; אבער אינעם יעצטיגן מצב פעלט עס נישט אויס, ער איז ווייניג אינטרעסירט אז אונזערע אמעריקאנער סאלדאטן זאלן אויסשטארבן און פארוואונדעט ווערן אין די אראבישע לענדער, ער ברענגט זיי אהיים צו זייערע משפחות, און שפארט זיך נאך אפאר דאלער אויך...

בקיצור, איך בין ווייט נישט אלעס מסכים מיט אים, אבער דאס איז נישט דער נושא דא. דער פאקט איז, איך שפיר אז ער פרובירט מיט אלע זיינע כוחות צו זיין א געטרייער פרעזידענט פאר אונז פשוט'ע מענטשן. ווער געדענקט נאך אנהויב האט אבאמא געהאט א סיסטעם אז ער זאל נישט ווערן "סטאק אין זיין וואשינגטאן באבל", און געהאט א אימעיל אדרעס וואו מען קען קאמענטירן און געבן עצות. ער האט געוואלט הערן פון די פשוט'ע בירגער וואס עס קוועטשט זיי.

בדרך כלל האט יעדער פרעזידענט אסאך קריטיק בשעת'ן דינען אויפן אמט, און "היסטאריע" טוט זיי רי-עוועליועיטן שפעטער און ע"פ רוב קומען זיי ארויף מיט בעסערע אפשאצונגען ווי בשעת מעשה. איך גלייב אז דא וועט אויך זיין אזוי, סוף כל סוף וועט דאס לאנד איינזעהן אז דער פרעזידענט האט שווער געארבעט צו פארבעסערן זייער (אונזער!) לעבן, און אין א געוויסע זין, וועט מען אפילו זיך בענקען נאך אים.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט אבאמא

שליחה דורך פליקער »

נאך איין זאך וואס ער האט גאר שטארק מצליח געוועין, נעמליך אינטער זיין זייגער איז געז און אויל זעלטען ביליג, איך ווייס נישט פונקטלעך וואס עס האט מיט אים, אבער א פאס אויל איז שטוינענד ביליג, און מיר אלע ראפאבליקאנע און דעמאקראטן ציגלייך זענען גאר פריילעך.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט אבאמא

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערליכע ארטיקעל. מסכים מיט דיר!!

IMG-20160118-WA0074.jpg
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

פעדעראלע דעפיציט פראצענט פון GDP.

Last Bush year 9.8% , today 2.5%.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

chart-us-fatalities-afghanistan.jpg
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

fhghf-68737762450.jpeg
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 194
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט אבאמא

שליחה דורך יב הלוי סאלאווייטשיק »

כאטשיק איינער דערוואגט זיך צי זאגן דעם אמת..!

אלברט פרידמאן שרייט שוין לאנג, אז שוין יארן האט מען נישט געהאט אזא געלאגענעם פערזאן, פאר פרעזידענט...

ס׳אינז גאנץ זאכליך צי זאגן אז ווען ער לויפט ווען נאכאמאל, וואלט ער לכאורה געווינען נאכאמאל... אפגעזען פין די רעפובליקאנע צירקוס, נאר אפילי א פריימערי אין זיין פארטיי וואלט ער שיין געווינען...
כמדומה לי האט אבאמא דאס געזאגט ביי זיין באזיך אין אפריקע, אפאר חדשים ציריק...
!..A Lonely Man of Faith
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

יאפ איך בין מסכים ער איז א אייזענע פרעזידענט ער ווייסט אפילו ווען ער רעדט שוין יא פון אייסיס צו שטארק אכטונג געבן נישט אויפצורעגן די אייגענע אראבער און נאכדעם וועט ער זיך דארפן ספראווענען מיט אייגענע טערעריסטען... ער איז בכלל נישט אזוי שלעכט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ר' ליפא, איך האב קלאר מגלה דעת געווען אז ער איז נישט פערפעקט אין אלע הינזיכטן, אבער די חסרונות מאכט נישט אוועק זיינע מעלות.

די טרופן פאטאליטעטן קען מען אים באשולדיגן? ער האט דאך זיי נישט אהינגעשיקט! אדרבה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פליקער האט געשריבן:נאך איין זאך וואס ער האט גאר שטארק מצליח געוועין, נעמליך אינטער זיין זייגער איז געז און אויל זעלטען ביליג, איך ווייס נישט פונקטלעך וואס עס האט מיט אים, אבער א פאס אויל איז שטוינענד ביליג, און מיר אלע ראפאבליקאנע און דעמאקראטן ציגלייך זענען גאר פריילעך.

ווי געשריבן, עס האט נישט קיין סך מיט מר. אבאמא. אזויפיל קומט אים יא קרעדיט, ער האט שווער געארבעט אז די צוקונפטיגע קארס זאלן דאפלען זייער מיילעדזש.

יעדער איז טאקע העכסט צופרידן איבער די ביליגע געז פרייזן, אחוץ די אינוועסטארס וועלכע האבן אינוועסטירט שווערע געלטער אין די אויל אינדוסטרי... און געציילטע אמעריקאנע אויל ערצייגער. און זעלבספארשטענדליך די אפעק לענדער אינאיינעם מיט רוסלאנד, די הויפט סופלייערס פאר אמעריקאנער אויל. אבער פאר די פשוטי עם איז עס א אויסערגעווענליכע געווינס און ריליעף. כן ירבו (כן ימעטו..)
וירח ה' את ריח הניחוח
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

בנוגע צו אמעריקע זאל זיין די וועלט'ס פאליציי, איז א קלארע זאך אז דאס איז וויכטיג, ווייל וואלט אמעריקע געווען מעכטיגער וואלט נישט געווען אזויפיל אומרוען אין די וועלט, א יעדער וואלט געציטערט פון די מנהל וואס הייסט אמעריקע, די אומנערמאלע אומרוען אין די מיטל מזרח, איז קלאר אן אומדירעקטער השפעה פון די קלאציקייט פון די אבאמא אדמיניסטרעישען.

און אויב איז דא אומרוען אין די וועלט, און לענדער וואקלען זיך, איז קלאר אז דאס גיבט א עפענונג פאר טעראריסטן צו קענען קאמאנדעווען אין זייערע לענדער אין די צייט וואס זייערע רעגירונגען שאקלען זיך ווי א לולב
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פארוואס זענען די אומרוען פון די וועלט וויכטיגער ביי דיר ווי דיר אליינס?

כ'בין מסכים אז ס'איז וויכטיג, אבער מען דארף שטעלן פרעיאריטעטן!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך וואלט דאס מסכם געווען אזוי, אין עניני פנים המדינה האט ער געטוהן צו דער זאך (מער ווייניגער) ווי שמעקי האט אנגעוויזן מיט אינפאסטרוקטור, גאן קאנטראל, די יוסטיץ סיסטעם וכו' וכו', אבער אין פארן פאליסי איז ער געווען א געפערליכער דיזעסטער, סיי מיט רוסלאנד, סיי מיט כינע, סיי מיט מדינת ישראל און די פאלאסטינער מענטאליטי, און אזוי אויך ביי די גאנצע אזוי גערופענע אראבישע פרילינג, רויטע ליין'ס זענען געמאכט געווארן פאר סוריא ווי נתניהו'ס רויטע ליין פאר איראן, ליביע מיטן בענגאזי אטאקע, עגיפטן מיטן בראטערהוד, אייסיס וכדו', דארט האט ער כמעט נאר קאליע געמאכט,
אין מיינע אויגן האט ער איין הצלחה אין פארן פאליסי און דאס איז די שלום מיט קויבע, דאס איז געווען א ריכטיגע זאך צו טוהן און ער איז געווען דער וואס האט דאס גענומען אין די הענט און שלום געמאכט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

נישט נאר וואס אין אויסערן פאליטיק איז ער געווען א דורכפאל, האט זיך אבער דארט ארויסגעוויזן איינמאל און נאכאמאל אז דער אבאמא "ווייסט נישט בחייכון וביומיכון וואס מ'דארף צו טוהן"
ער האט ביי קיין שום קאנפליקט נישט געהאט קיין מהלך, און נאך מער ווי דעים, ער האט כסדר געטוישט מהלכים, ווען ער האט ארויסגעשטעלט רויטע לינעי'ס האט ער דאס נישט איינגעהאלטן און נאך און נאך
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג איז אונטערן רושם פון די סטעיט אף די יוניאן, און ס׳דערקענט זיך אז ער האט עס מיטגעהאלטן.

זייער שיין ארויס געברענגט אלעס.

ס׳איז זייער נארמאל אז די לעצטע יאר פון א פרעזידענט אין אמט זאל שוין דער עולם ברעכן פון אים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: ייש"כ פאר ארויסברענגען מיט אזא קלארקייט די מעלות פון פרעזידענט אבאמא. נאר ס'איז דא נאך איין גרויסע זאך וואס ער האט אויפגעטון, גלייך אין אנהייב פון זיין פרעזידענטשאפט. ווען ער האט איבערגענומען אן עקאנאמיע וועלכע איז געווען חרוב ונחרב, סיי דורך קארופציע און סיי דורך אנדערע עקאנאמישע קאנדישאנס, ווי די שטארקע רעסעשן. און דורך די פינאנציעלע סובסידיעס וואס ער האט געגעבן פאר די גרעסטע קארפארעישנס אין אמעריקע, ווי די שטיצע פאר דזשענעראל מאטארס און די גרעסטע אינשורענס ארגאניזאציע אין די וועלט. עי.איי. דזשי. וואס ווען זיי גייען פאלן וואלט דער עקאנאמישער און מאראלישער מצב אין אמעריקע געווען פילפאכיג ערגער. ווען מיליאנען מענטשן וואלטן פארלוירן זייערע דזשאבס. און זיי וואלטן געשטאנען אין די גאסן און געהונגערט. ווען דאס זאלל ווען זיין זיין איינציגער אויפטוה, דיינו.
זייער א סאך פון די קריטיק אקעיגן פרעזידענט אבאמא איז פון א ריין פאליטישן שטאנדפונקט. אויך א גרויסער טייל האט צו טון מיט ראסיזם.. ווייל , ליידער איז נאך דא א גרויסער טייל פון די אמעריקאנער באפעלקערונג וועלכע קענען נישט צו קוקן אדער פארגינען פאר א טונקל הויטיגן פערזאן צו האבן הצלחה און באקומען קרעדיט דערפאר...!
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

דער איד וואס וואוינט אין פאריז וואס איז אים וויכטיגער יעצט ? ער זאל זיך קענען דרייען אין די גאסן אן מורא אדער עפעס אנדערש

דעס אוועקמאכן די סעקיוריטי בלויז פאר די סיבה ווייל דער טעראריסט שטייט נאך נישט אין דיין דירה מיט א מעסער איז נאריש און אבסורד

און די זעלבע לגבי די חובות דאך בלויז ווייל דו דארפסטוך יעצט נישט ספראווען מיט דעם איז דיר גוט אזוי ? זייער אויבערפלעכליך געטראכט (איך מיין ווער גייט דעס באצאלן ?........)

מאכן שווערע רעגולאציעס פאר ביזנעסער שטערט דיך נישט ווייל דיר קאסט עס נישט איז סעלפיש

טיילן וועל פעיר פאר יונגאטשעס וואס וואלטן געקענט נעמען געהעריגע זשאבס נאר ווילן האבן פאן און פוילעצן איז דיר גוט ווייל די ביסט נהנה איז אויך בלאס געטראכט

און אויב איינער האט געטון זאכן וואס איז א חורבן אויף שפעטער "קוקסטו אן ווי מיין פרעזידענט ווייל יעצט אויף די רגע שטייסטו גוט (אויך מיר גוט געפעפערטע פרייזן פאר העלט קעיר נאר איין דוגמא פון זיינע אויפטוען.....) איז נאריש אויבערפלעכליך און סעלפיש ועוד

וקצרתי במקום שיש יותר הרבה להאריך

און קוק אביסל צוריק ביי קלינטאן האט מען אויך דעס געזאגט ער איז גוט פאר מיין טאש און לכבוד דעם האבן מיר באקומען א 9/11
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גאנצל ביסט גערעכט, איך בין מיט דיר אויף איין פעידזש, ער האט א שווארצע זייט (שוין ווייטער...) אויכעט, אבער פארוואס טוט מען נאר פאקוסירן אויף זיינע שלעכטע חלקים? בוש האט אויך געהאט שלעכטע חלקים! פארוואס איז די אויסערן פאליטיק די חלק ואס טוט דאמינירן די נייעס און דאס איז מאכט די החלטה צי ער איז יא גוטע פרעזידענט צי נישט?
וירח ה' את ריח הניחוח
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

יעדע פרעזידענט טוט גוטע זאכן און שלעכטע זאכן

ווילסט מיר יעצט אויסלערנען אז מ'דארף קוקן אויף די גוטע זייט ?

יעצט וואס וועגט איבער די גוטע צו די שלעכטע ?

ביי מיר דאס חרוב לייגן די וועלטס סעקיוריטי שטייגט איבער אלעם (נאכדערצו מיט אזא פרעכהייט און ליצנות און ביליגקייט ווי ער)

און נאכאמאל קלינטאן איז געווען א גוטע פרעזידענט יא צו ניין ?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך האב געשריבן קלאר אז ביי מיר פערזענליך וועגט איבער די גוטע חלק, ווייל דאס טוט מיר אפעקטירן.
דאס ארויסבלאזן די סעקיוריטי פון יעדן פראפארץ העלפט נישט פאר קיינעם. כ'בין נאך נישט איבערצייגט אז די וועלט וואלט אסאך בעסער געשטאנען (לגבי מלחמות) מיט א פעסטן פרעזידענט; אבער אפילו יא, איז דאס "נישט" מיין ערשטע פריאריטעט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

דאס פערדל צורעדט זיך. דער but איז שוין נישט וויכטיג
2016-01-21 17.00.05.jpg
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]שמעקעדיג, דו שרייבסט צום זאך. איין טעות מאכסטו נאר. דו מיינסט אז רוב עולם זעהט דאס נישט איין, אבער אין אמת'ן זעהט דאס יא רובא דרובא פונעם עולם איין. כהיום שטייט אבאמא גאר שטארק אויס ביים אלגעמיינע באפעלקערונג פונעם לאנד (און פון די וועלט), נאר ביי די חרדי'שע עולם שטייט ער גאר שמאל.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

אזוי? הייסט ראסמוסען האט אויסגעפרעגט גאר אסאך חרדישע אידן...

The Rasmussen Reports daily Presidential Tracking Poll for Friday shows that 49% of Likely U.S. Voters approve of President Obama's job performance. Fifty percent (50%) disapprove
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
פארשפארט