ס'איז שוין א שטיק צייט וואס דער פראצענט פון "נושרים", יונגעלייט און ווייבלעך, וואס פאלן ארויס פון דער היימישער געזעלשאפט, איז זיך ווילד צעוואקסן. עס זענען אייביג געווען אזעלכע וואס זענען אוועקגעפאלן; אין די לעצטע עטליכע יאר האבן די ציפערן זיך אבער געהויבן העכער דער פראפארץ פון וויפיל דער אלגעמיינער וואוקס פונעם חרדי'שן ציבור וואלט בארעכטיגט.
וואס די אמת'דיגע ציפערן זענען איז נישט אזוי וויכטיג, פונקט ווי די פינקטליכע הגדרה וואס און ווער גייט אלץ אריין אין דעם כלל פון "אראפ פון וועג" (געביטן דעם לבוש? איבערגעלאזט די משפחה? אראפגענומען דאס קאפל? געבליבן מיט אלעם אבער איז פארט א מחלל שבת און כופר הכל און שעמט זיך נישט דערמיט?) איז נישט געפערליך נוגע. וויכטיג איז יא אז דער פראצענט - נישט בלויז די ציפערן - האט זיך גענוג געהויבן פאר דער טעמע צו פארנעמען א חשוב פלאץ אויפ'ן סדר היום. אזוי, בכל אופן, וואלט עס געדארפט זיין. לויט'ן כלל ווי מ'איז זיך ביי אונז נוהג, אז א פראבלעם עקזיסטירט נישט כל זמן מ'אנערקענט נישט איין זיין עקזיסטענץ, קענען מיר זיין רואיג זיין אז קיינער פון די אונזערע פירערס און פארזארגערס וועט נישט ארויפברענגען דעם אישו אין קיין שום עפנטליכן פארום. אבער, מילא. נישט דאס וויל איך אדרעסירן.
מיר דאכט זיך, אז דער פענאמען פון "אפפארן" האט אומווילנדיג און אגב'דיג געדינט אלץ אזא פארלויפער פאר אן אנדער סוג פון נושרים - מענטשן וואס פארלאזן די חרדי'שע געזעלשאפט, אבער ווערן נישט פארלוירן צו דער סעקולערער גאס, נאר צו אידישקייט. אנשטאט זיי פארלירן צו שוואוילטאג, פאלן יענע אריין אין שויס פון יהדות. זיי זענען, פונקט ווי די "אריגינעלע" נושרים, אנטוישט אינעם סיסטעם, אבער נישט מחמת די באגרעניצונגען קעגן הפקרות פונעם סיסטעם, נאר צוליב דעם וואס עס שטעלט זיי נישט צו קיין סיפוק און אדרעסירט נישט דאס לעבן און שוועריגקייטן פונעם היינטיגן יונגערמאן.
דער סיסטעם איז א נחלת הכלל און איז אויסגעשטעלט פאר'ן ציבור אינעם סאמע ברייטן זין פון ווארט. דער סיסטעם איז נישט אויסגעשטעלט פאר'ן יחיד - זיינע שאיפות, רצונות, פראבלעמען, און אייגנארטיגקייטן. יעצט, ווען דער יחיד איז נישט קיין "יחיד'יגער" אינדיווידואל און איז צופרידן זיך מיטצוגליטשן מיט'ן שטראם פונעם לעבן ווי ס'איז, איז אלעס גוט און וואויל. ווען עס קומט אבער צו א מענטש וואס זוכט עפעס מער, האט קשיות, זוכט און דורשט, האט דער סיסטעם נישט קיין ענטפער. הערצער וואס שטורעמען און מוחות וואס הונגערן וועלן זייער א סך מאל נישט געפינען אינעם סיסטעם מה שאהבה נפשם.
קיין אנגעגעסענע, צעבייזערטע מענטשן זיי זענען אבער נישט, די דאזיגע "מבקשים", און זיי באטראכטן אויך נישט זיך און זייער לעבן ווי א דורכפאל; דערפאר זענען זיי בכלל נישט להוט צו מאכן יסודות'דיגע שינויים, בפרט ווען דאס קומט מיט הארץ ווייטאג פאר זיך און די ארומיגע. ווען אזא איינער איז אבער מחליט נישט אויפצוגעבן און בלייבט אייפערדיג און אויפריכטיג זוכן דאס וואס אונזער סטרוקטור גיט אים נישט און דאס הארץ זאגט אים איז פארט בנמצא ערגעץ-וואו, קומט ער צום סוף אן און אנטדעקט - יהדות.
יהדות: פשוט אזוי. די אריגינעלע אידישקייט פונעם תנ"ך, חז"ל, די ראשונים, און חסידות איידער עס איז "נשתכח געווארן" איז מלא חן און חיות. (באמת אזוי. חסידות איז געדרוקט און קען נישט פארגעסן ווערן - הגם אזויפיל עוולות ווערן אויסגעפירט אין איר נאמען.) אידישקייט האט אזויפיל צו זאגן און פארקויפן אויף יעדן אספעקט פון מענטש און וועלט. אין לויף פון די יארן איז זי פארנאכלעסיגט געווארן און אין א געוויסן זין גאר פארגעסן געווארן. וויפיל ס'איז פון איר יהדות יא איבערגעבליבן אין אונזער לעבן, איז איבערגעדעקט און איינגעהילט געווארן אין אן קיין שיער שיכטן און שלייערן פון צוגאבן, אומנויטיגע פרטים, און אפילו אמונות טפילות.
יהדות איז אזויפיל מאל איבערגעפאקט און איבערגעוויקלט געווארן, ביז מיר האבן שוין פארגעסן אינעם אייגנטליכן קינד וואס ליגט באהאלטן אונטער דעם בארג פון שיכטן קליידער און דאכענעס. היות די צוגאבן און צוגעהערן האבן היינט טאקע שוין נישט קיין הענט און קיין פיס, פלאצט דאס עסק צוביסלעך ביי אלץ מער מענטשן - וועלכע אנטדעקן לבסוף דעם אוצר וואס איז אזוי זארגפעליג פארפאקט געווארן טיף אינעווייניג. אידישקייט באשטייט נישט בלויז פון האר-שפאלטנדע גמרא פלפולים און זיכער נישט פון גדרים על גבי חומרות על גבי גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה און וואס האט לכתחילה נישט קיין שום פשט. אידישקייט דעקט דאס גאנצע לעבן און אלע אספעקטן פונעם מענטש, מיט זיינע נטיות, אספיראציעס, און לעבן אויף דער וועלט, אינעם עולם העשיה מיט אלעם וואס די דאזיגע שיינע, פילפארביגע וועלט שטעלט מיט זיך פאר. אידישקייט איז נישט קיין אקסטעטיש, פרישות'דיג לעבנס-שטייגער וואס ווארפט אפ די הנאות פון דער וועלט און שפארט זיך איין אין ד' אמות של פרישות. דאס איז א קריסטליכער געדאנקענגאנג און די "איסיים"-סעקטע פון זמן בית שני ווערט טאקע דורך א סך פארשערס באטראכט ווי אן אפצווייג פון צדוקי'זם אדער פארגייערס פון די ערשטע קריסטן.
דאס איז מיט וואס א וואקסנדע צאל "נושרים" טרעפן זיך נאך דעם וואס די עקזיסטירנדע "אמונה" מיט וואס מיר וואקסן אויף אין די לעצטע יארצענדליגער פלאצט ביי זיי. און פלאצן פלאצט עס גאר שנעל נאכ'ן אביסל טראכטן - אדער פילן. זיי זעצן זיך לערנען תנ"ך און חסידות אן דעם פארקרימטן פערספעקטיוו וואס האט זיך אויף די הייליגע ספרים אנגעקליבן אין די לעצטערע תקופות. מען דערשרעקט זיך ווייניגער פונעם אויבערשטן, כלפי וועמען מ'אנטוויקלט אנשטאט א ליבשאפט און וועמענס אפשטויסנדע רעפוטאציע ווערט פארטוישט מיט א געזונטן, אינטימען קשר וואס לאזט פלאץ פאר טעותים און עוולות און ווערט פארט נישט גערירט אויף קיין האר.
"ברעסלאוו" - די עקספלאזיע אין "דעזערטירער" וואס פארלאזן די גרויסע, עטאבלירטע קהילות און הויפן - איז בלויז איין מאניפעסטאציע פון דעם פענאמען, וואס שפילט זיך אפ אויף א סך גרעסערן פארנעם אין קעפ און הערצער, וואו קיינער אויסער דער מענטש אליין האט נישט קיין צוטריט. ס'איז זייער מסתבר אז אונטער דער ערד בריט זיך שטיל אויס א מעכטיגע רעוואלוציע, וואס וועט אוועקפירן אלץ מער בחורים און מיידלעך, יונגעלייט און ווייבלעך, פון חרדי'שקייט - נישט צו דער גאס, נאר צו אידישקייט: די אמת'דיגע, מקורות'דיגע, ריינע אידישקייט וואס האט ליב די בריאה, שמייכלט צו דער וועלט, טאלערירט א צווייטן, און דערהייבט חילוקים און אנדערשקייטן.
איינער פון די גרעסטע און אריגינעלסטע תורה'דיגע פערזענליכקייטן וואס כלל ישראל האט ארויסגעגעבן אין דעם לעצטן דור-צוויי איז בלי ספק הגראי"ה קוק זצ"ל. ער פארטייטשט דעם חז"ל "חוצפא יסגי" אינעם דור ערב ביאת הגואל ווי אן אומבאוואוסטזיניגער שטרעבן דורכצוברעכן די מויערן און שטערונגען וואס אזויפיל צרות אין גלות האבן אויפגעבויט. איך וואלט לפי דרכו געזאגט דאס זעלבע אויף דעם אראפ-פון-וועג פענאמען - וואס האט בלא יודעים צוגעגרייט דעם באדן פון אראפווארפן דעם עול הגלות און די משונה'דיגע צוגעהערן וואס דאס האט אנגעברענגט, און אנשטאט דעם מקבל מרות זיין פונעם רבונו של עולם און זיין תורה.
אויב זאל דאס זיין אמת, ווינטש איך אונז אלעמען אז די ציפערן פון "נושרים" - די וואס ביים ארויסגיין פונעם טויער החרדי קומען אויף דער אנדערער זייט ארויס צו יהדות - זאלן זיך פארמערן למעלה מן המשוער.
וועגן "נושרים" וואס פאלן נישט אוועק
- בר-כוכבא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 365 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
וועגן "נושרים" וואס פאלן נישט אוועק
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: וועגן "נושרים" וואס פאלן נישט אוועק
ווי האט מיר א יונגערמאן געזאגט לעצטנס אז היינט איז געווארען אז די גשמיות באקומט מען פון די חסידות-קהילה און די חסידות טרעפט מען אויף די אינטערנעט וכדומה...
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
קולע אל השערה ממש.
ווייל אמאל איז מען געווארען צו געצויגען צו קאמיניסטין, ציוניסטין, אדער סיי וועלעכע פארטיי אדער גרופע, ס'האט עפעס געצויגען.
בימינו אלה גייט מען נישט 'אראפ' צוליב א פארטיי אדער א גרופע וואס איז מושך תכונת נפשו, נאר עס איז מער "פון ווי מ'גייט" ווי איידער "צו ווי מ'גייט".
מענטשען זענען מער פארביטערט אויפן מצב, ווי איידער צוליב דער גרינער גראז פון יענעם.
ווייל אמאל איז מען געווארען צו געצויגען צו קאמיניסטין, ציוניסטין, אדער סיי וועלעכע פארטיי אדער גרופע, ס'האט עפעס געצויגען.
בימינו אלה גייט מען נישט 'אראפ' צוליב א פארטיי אדער א גרופע וואס איז מושך תכונת נפשו, נאר עס איז מער "פון ווי מ'גייט" ווי איידער "צו ווי מ'גייט".
מענטשען זענען מער פארביטערט אויפן מצב, ווי איידער צוליב דער גרינער גראז פון יענעם.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: כפול
סיבה: כפול
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בר כוכבא: צו דעפינירן אין קורצע ווערטער. דאס איבערלאזן חרד'יזם, ווי ס'ווערט פראקטיצירט אין איהר איצטיגן פארעם, איז די שבירת הכלים.(מ'רעדט דאך דא נישט פון די פארצרה'טע יונגע מענטשן וועלכע לאזן איבער אידישקייט ווייל זיי זענען טראומאטיזירט געווארן דורך די וועלכע האלטן די לייצעס.) דערנאך זענען זיי ראוי מקבל צו זיין דאס עכטע אידישקייט, וועלכע קומט מיט אינטעלעקטואלע נייגעריגקייט. און אמת'ע אהבת ה' און אהבת הבריות...!
- בר-כוכבא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 365 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
וועגן "נושרים" וואס פאלן נישט אוועק
שיין מגדיר געווען.
[emoji108]
[emoji108]
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:בר כוכבא: צו דעפינירן אין קורצע ווערטער. דאס איבערלאזן חרד'יזם, ווי ס'ווערט פראקטיצירט אין איהר איצטיגן פארעם, איז די שבירת הכלים.(מ'רעדט דאך דא נישט פון די פארצרה'טע יונגע מענטשן וועלכע לאזן איבער אידישקייט ווייל זיי זענען טראומאטיזירט געווארן דורך די וועלכע האלטן די לייצעס.) דערנאך זענען זיי ראוי מקבל צו זיין דאס עכטע אידישקייט, וועלכע קומט מיט אינטעלעקטואלע נייגעריגקייט. און אמת'ע אהבת ה' און אהבת הבריות...!
במילים אחרות, דו האסט א בעסערע סיבה פארוואס איבערצולאזן די חרידים ווי די טראומאזירטע נושרים. דיין סיבה איז צוליב אינטעלעקטקייט און סקרנות, און זייער סיבה איז צוליב פיין און פלאג. באמת איז דאס נישט אזא גרויסע חילוק, נאר די חילוק איז אין Reason.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
זייער שיין.
לאמיר האפן אז דער פענאמען זאל שוין מער נישט זיין קיין נשירה נאר א קצירה. נישט קיין יוצאים נאר נשארים.
די תופעה זאל זיך אזוי צו-וואקסן אז דער סיסטעם וועט מוזן ווערן געטוישט פון אינעווייניג.
לאמיר האפן אז דער פענאמען זאל שוין מער נישט זיין קיין נשירה נאר א קצירה. נישט קיין יוצאים נאר נשארים.
די תופעה זאל זיך אזוי צו-וואקסן אז דער סיסטעם וועט מוזן ווערן געטוישט פון אינעווייניג.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק