דער שערוריה פון קידושי טעות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9698
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3445 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9136 מאל

דער שערוריה פון קידושי טעות

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

היות מ'האט שוין ערגעץדערמאנט די מעשה פון קידושי טעות, וויל איך דערמאנען די נקודות וואס זענען נוגע כדי ארויסצוברענגען די הלכות. איך האב געזען אז ידידינו הרב [tag]אדנירם[/tag] האט זיך פארגרייזט אין דער ענין אין אן אנדערע'ן פארום, און איך וויל עס ארוימשמועס'ן.
א מעשה האט זיך לעצטענ'ס אפגעשפילט אז אן אלטע רב, מזקני ההוראה וואס אנדערע תלמידים פון ר' משה פיינשטיין זאגען אז ער איז 'א ריז' און 'א לייב', האט מתיר געווען אן אשת איש אן א גט מיט א פסק פון קידושי טעות. די פאליטיק איז ללהב יצא און מ'דארף נישט אריינגייען דערין, הרוצה ליטול ילך ויטול. איך באצי מיר בעיקר צום הלכה דערפון.
אסאך ווילען טענה'ן אז די הלכה איז נישט די וויכטיגע חלק דא, ווייל אפילו ווען להלכה איז די היתר יא אויסגעהאלטען, מ"מ וויבאלד אומארנטליכע רבנים וועלען זיך באנוצען דערמיט שלא במקומו, א שטייגער ווי דער טרויעריגע באקאנטע 'ראקמאן היתר', דעריבער דארף מען עס באקעמפ'פען. דער אנדערע צד המטבע איז, טאמער די פרוי איז מותר, פארוואס דארף זי ליידען א גאנץ לעבען צו זיין א קרבן פון כלל ישראל. ואני אומר, און איך, לוי יצחק בן שרה סאשא זאגט, ווען איינער וויל באצאלען א פרייז, דארף ער קודם וויסען וואס ער באצאלט. אז איינער וויל זאגען אז די הלכה דארף מען אוועקלייגען, זאל ער קודם וויסען וועלכע הלכה ער לייגט אוועק, און וויפיל ער באצאלט דערויף. דערנאך קען מען שמועס'ן דער איבעריגע חלק.
------------------------
די צד המתירים, און די דעת בעלי בתים והמון עם איז, אז פונקט ווען מ'קויפט א קאר און ס'גייט נישט העכער ווי דרייסיג מ.פ.ש., אדער א הויז וואס מ'טרעפט גלייך נאכ'ן קויפען אז ס'איז פול מיט טערמייט"ס, אדער מער גמרא'דיג גערעדט, אז מ'קויפט א בהמה און מ'טרעפט א מחט בעובי בית הכוסות, הייסט'ס א מום אין די מקח, וואס דער קונה מעג צוריק פאדערען זיין געלט, ווייל ס'איז א מקח טעות, אויף אזא מקח האט ער זיך נישט געראכטען. אזוי אויך מעג די פרוי זאגען אז זי האט נישט געראכטען אויף א מאן אזא משוגענ'ער, און זי האט נישט געווואסט פאר דעם וואס ער איז, און דעריבער איז איהר קידושין געווען א גענצליכע טעות.
אבער דער תורה קוקט אן די זאך אין גאנצען אנדעריש, און קיינער פון די פוסקים האלט נישט פון אזא סברא. א פשוט'ער מום אין די מאן איז קיינמאל נישט קיין תירוץ אז מ'זאל קענען זאגען אז די קידושין איז נישט חל, און נישט אויף דעם איז געבויט די היתר דא.
פאלגענד איז די רשימה פון תשובות פון די גדולי הפוסקים וואס רעדען פון די נושא אהין און צוריק, און דערנאך וועט מען אביסל ארומרעדען די יסודות פון די סוגיא.
שו"ת שבות יעקב ח"א סי' ק"א
שו"ת חוות יאיר סימן רכ"א
שו"ת בית הלוי ח"א סימן ג' וסימן ד'
שו"ת עין יצחק אבה"ע ח"א סימן כ"ד מאות ל"א ואילך
שו"ת מהרש"ם ח"ג סימן ט"ז
שו"ת אגרות משה אבה"ע ח "א סימן ע"ט (אנטשולדיג'ט, פונקט די באנד פעלט אין היברובוקס, איך ווייס נישט פארוואס)
חזון איש אה"ע סימן ס"ט אות כ"ג – כ"ה
פירושי איברא להגאון ר' י"א הענקין ח"א עמ' 41
דער גמרא זאגט אונז(ב"ק קח:) אלא מעתה יבמה שנפלה לפני מוכה שחין תיפוק בלא חליצה דאדעתא דהכי לא קדשה עצמה התם אנן סהדי דמינח ניחא לה בכל דהו כריש לקיש דאמר ריש לקיש טב למיתב טן דו מלמיתב ארמלו. דער גמרא פרעגט ווען א פרוי פאלט ליבום צו איהר שוואגער א מוכה שחין, זאל זי קענען זאגען אז זי וואלט קיינמאל נישט חתונה געהאט מיט זיין ברודער ווען זי וואלט געווואסט אז זי וועט אריינפאלען ליבום צו אזא איינער. ענטפערט די גמרא אז א פרוי האט בעסער ליב צו זיין מיט א מאן ווי אליינס, און דעריבער האט זי נאכאלס א בענעפיט פון האבען א מאן.
דא איז פארהאנען א מחלוקת רש"י און תוספות. רש"י זאגט וז"ל, דמינח ניחא לה - להתקדש לראשון שהוא שלם על ספק זה שאם ימות תזקק לאחיו. ד.ה. אז וויבאלד זי האט געהאט נאמאלע ערציאונגען מיט די ערשטע מאן, איז זי גרייט אריינצוגייען אין די ספק אז די צווייטע וועט זיין א מוכה שחין, ווייל זי האט די בענעפיט פון זייענדיג פארהייראט. תוספות זאגט אבער אז די גאנצע קשיא רעדט נאר ביי אן ארוסה, ווייל ביי א נשואה האט זי דאך די מעלה פון זייענדיג גענצליך פארהייראט, און אויף דעם זאגט די גמרא טב למיתב טן דו, דהיינו אפילו ווען זי האט קיין שום בענעפיט געהאט פון די הייראטונג.
קומט אויס לפ"ז אז לויט רש"י מוז זיין עפעס א באציאונג צווישען מאן און פרוי אז מ'זאל קענען זאגען טב למיתב טן דו, און לויט תוספות דארף מען דאס אויך נישט. (נאר מעורר צו זיין – א מוכה שחין איז כופין לגרש אפילו ווען די פרוי וויל נאך בלייבען מיט איהם (כמבואר בסוף המדיר, ובטושו"ע אה"ע סי' קנ"ד), ווייל ס'איז א סכנה צו וואוינען מיט אזא איינער, און דעריבער האט זי גארנישט פון די נישואין).
הייסט'ס לויט תוספות איז נישט דא וואס צו רעדען, יעדער נישואין איז א טב למיתב טן דו, אן אומדנא פון די גמרא ואין לאחריה כלום. אבער לויט רש"י ווען א נישואין האט קיין שום באדייט נישט, קען מען מוחה זיין אלס קידושי טעות. די פוסקים וואס רעדען פון דעם האנדלען אלס לפי תוספות.
יעצט לגופו של סברא. א מקח טעות, א מום אין א מקח איז נישט סתם יעדער זאך וואס א מענטש וואס איינער קען זאגען ער וואלט עס נישט געקויפט ווען ער ווייסט וואס ער ווייסט היינט. ס'דארף זיין א מום אין די מקח, א פעלער אין די עצם זאך. צווישען לומדים זאגט מען א משל פון קויפען א קאר און די ראדיא ארבעט נישט. איינער קען זאגען אז ער וואלט נישט געפיהרט א קאר וואס האט נישט קיין ראדיא, אבער צו דער עצם קאר וואס דארף איהם פיהרען פון פלאץ צו פלאץ האט עס נישט, און קיין מקח טעות איז עס נישט. ער קען אפשר מאנען אונאה טאמער דער קאר איז נישט אזויפיל ווערט ווי ער האט באצאלט, אבער מקח טעות נישט.
ווען מ'האט א מחלוקת אין די גמרא (ב"ק מו.) וואס איז די הלכה ביי א מוכר שור לחבירו ונמצא נגחן צו ער האט עס געקויפט לשחיטה אדער לרדיא, הייסט'ס א מחלוקת וואס קויפט מען ווען מ'קויפט אן אקס. צו מ'קויפט אן ארבעט'ס מאשין צו מען קויפט א שטיק פלייש. ווען ס'איז א שטיק פלייש, איז א נגחן נישט קיין סתירה, ווען ס'איז אן ארבעט מאשין, איז א נגחן יא א סתירה.
אזוי אויך איז א מאן אין א שידוך. דער עיקר פון חתונה האבען איז די אינטימשע באציאונגען צווישען מאן און פרוי, דאס איז די עומק פון די סברא פון טב למיתב טן דו (לויט רש"י). אז מ'וויל טענה'ן מקח טעות, מוז עס זיין א סתירה צו דעם. דעריבער ווען די פוסקים ווילען טענה'ן מקח טעות ביי א חתונה, רעדען זיי נאר פון א פאל וואס אין לו גבורת אנשים, ישען על ביתו ולא יעמוד. אזא איינער קען זיין א פיינער מענטש וואס קויפט בלומען יעדער פרייטיג, און הערט אויס אלע איהר בויכווייטאגען, וואס איז מכבד איהר עלטער'ן און איז מטפל מיט איהר ווען זי פילט זיך נישט גוט, ער מאכט אסאך געלט און לעבט ברייט און איידעל. אבער טאמער ער קען נישט טוהן וואס א מאן טוט, האט זי נישט קיין מאן. אבער פארקערט איז אויך אמת. ווען ער קען טוהן וואס מ'טוט, הגם ער איז א גראביאן און א בולעוואן, א גנב און א שנאררער, א בעל גאוה און א שחצן, מיט נאך יעדער שלעכטע מדה אינ'ם בוך, איז ער נאך אלס א מאן און טב למיתב טן דו מלמיתב ארמלו.
ר' משה פיינשטיין קומט אויף אבער מיט א נייעס. איינער וואס איז א משכב זכור'ניק, צו א משוגע'נער וואס מ'לייגט אין א משוגעים הויז, מ'קען מיט איהם נישט רעדען קיין צוויי ווערטער נארמאל, איז פראקטישעהייט ווי אין לו גבורת אנשים, ער איז איינער וואס באציאונגען מיט איהם איז ווי באציאונגען מיט א האלצענע שטעקען. דאס איז זיין חידוש, במקום עיגון גדול וואס ער קען נישט געבען קיין גט.
---------------------
אוודאי זענען דא נאך מראה מקומות און סברות, און איך דארף ניטאמאל זאגען נישט ארויס צו ברענגען קיין הלכה פון דא, אבער אויפ'ן שפיץ גאפעל איז דאס די נושא.
אין אונזער פאל דא, דארף מען וויסען צו ס'פאסט בכלל אזא סברא אז מ'קען נישט וואוינען מיט איהם, צו ס'איז א מקום עיגון וואס דערפאר קען מען זיך נישט וויסענדיג מאכען פון שיטת תוס', און צו דער תוספת חידוש פון ר' משה פאסט אויך.
צו דערצו דארף מען אויך מברר זין צו ס'איז א סבורה וקבלה מיט'ן בלייבען מיט איהם נאכ'ן אויסגעפונען די אלע זאכען, און צו מ'האט טאקע מברר געווען אז ער איז טאקע אזא משוגענ'ער און צו די משוגע'ס איז זיכער דא געווען פאר'ן חתונה.
ערשט דערנאך קען מען קלערען צו מ'זאל מוותר זיין אויף א הלכה כדי צו ראטעווען די דור פון אומ-פאראנטווארטליכע רבנים וואס וועלען נוצען א היתר שלא במקומו צו מיקל זיין אין איסור אשת איש.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר