א' יתרו תשע"ו [י"ד שבט]:
-אראבער אינמיטען פלאנירען א טעראר אטאקע אין אבו דיס, דערהארגעט געווארען ווען אויפרייס מאטעריאל באהאפטען צו זיין קערפער האט אויפגעריסען,
- א ראקעט ארויס געשאסען פון עזה אין ריכטונג פון דרום ארץ ישראל האט אויפגעריסען פריצייטיג אין די גרעניץ פון עזה,
ס'געשעט אזוי פיהל ניסים בארצינו הקדושה אז מען באמערקט שוין כמעט נישט...
הודו לה' כי טוב !
ניסים טאגבוך בארצינו הקדושה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 44
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:11 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יהושפט: אויף דעם איז דא א (חסיד'ישער) טייטש אויף דעם פסוק אין תהילים/הלל..."הללו את ה' כל גויים, שבחוהו כל האומים כי גבר עלינו חסדו"...!
ס'איז א מעשה שהיה מיט דעם סולטאן פון טערקיי וועלכער האט אמאל פסח ביינאכט נישט געקענט שלאפן און ער איז געגאנגען שפאצירן אין די גאסן פון זיין הויפט שטאט, איסטאמבול. ווען ער האט באמערקט ביי איינס פון די הייזער ווי א גוי א גרויסער רשע האט געפלאנט אונטער צו לייגן א טויטן קערפער פון א קינד ביי דעם ראש הקהל'ס הויז. און פארשטייצעך אז זיין רשעות'דיגער פלאן איז צושטערט געווארן...! און ער האט געלאזט רופן זיין אידישן עצה געבער און ר'האט איהם געפרעגט אט דעם דיוק אין פסוק...(ס'הייסט אז דער סולטאן האט געקענט לערנען. אזוי איז געשטאנען אין מעשה ביכל). ...פארוואס שטייט אין פסוק אז די גויים דארפן לויבן השי"ת ווען די רשעות'דיגע פלענער אויף די אידן זענען בטל געווארן...? נאר דער תירוץ איז, אז די גויים וועלכע פלאנירן די רישעות אויף די אידן. זיי ווייסן דאך יא וואס זיי האבן געוואלט טון. און ס'איז צושטערט געווארן. דארפן זיי לויבן השי"ת...!
יעצט זאל קומען דער ליטוואק און זאגן אז די מעשה איז אנדעריש געווען און ער. זייענדיג דער גרויסער עקספעריט אין בכל מקצועות שבעולם. אויך אין די אידישע שפראך...זאלל זאגן אז דער בעל עגלה ווייסיט נישיט וואס ער רעדיט...! ווייל די מעשה האט נישיט געקעניט זיין אזוי. ווייל אין ספר צפנת פענח האט דער גרויסער גאון נישיט געשריבין אזוי...!...