אמת'דיגע אידן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
קלינג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

אמת'דיגע אידן

שליחה דורך קלינג »

עס איז נישטא קיין פונקטליכער ציפער פון וויפיל מענטשן כלל ישראל באשטייט היינט, אבער די שאצונגען לויפן פון ארום צען ביז פופצן מיליאן אידן. אין דעם ציפער זענען אריינגערעכנט אלע מענטשן וואס פאררופן זיך אלס אידן, אפילו גאר פרייע און אסימילירטע.

דאס איז וואס זיי, די גוי'אישע און פאר'גוי'אישטע קעפ זאגן. מיר ווייסן אבער יא דעם אמת, אז רוב רובם פון די צען-פופצן מיליאן זענען אזוי אידן ווי מיר, יראים וחרדים לדבר השם, זענען שווארצע. קען זיין אז על פי הלכה זענען זיי אידן (הגם ווי אידיש זענען שוין זייערע "אידישע" מאמעס. אבער, שוין. לאמיר נישט מקטרג זיין אויף די פארבלאנזשעטע נשמות), אבער - וואס מאכסטו זיך נאריש - פון דעם רעדט מען דען?

יעדער ווייסט עס גוט - זיי אליין ווייסן עס אויך, אפילו נישט אייביג פאסט עס זיי מודה צו זיין - אז די אמת'ע אידן זענען מיר. סתם ארטאדאקסישן זענען אויך אידן, אבער פארט נישט די אמת'ע אריגינעלע זאך. ווען זיי וואלטן געווען ריכטיגע אידן, וואלטן זיי דאך אויסגעזען ווי מיר. אפילו זייער ארטאדאקסישקייט טראגט אויך יענע פנים. קוק וואספארא גרויסע האר די חברה האבן, און זאג דו מיר אז דאס האט עפעס מיט אידישקייט, אדער גאר ארטאדאקסישקייט. האסט אמאל געזען זייערע ווייבער? רחמנא ליצלן וויאזוי זיי גייען אנגעטאן! איך רעד שוין נישט פון שמחות - דעמאלט טוען זיי זיך אינגאנצן ווי שיקסעס. אפילו אין סתם א גרינעם מיטוואך גייען זיי מיט שייטלעך ביזן וויאזוי-הייסט-עס מיט קליידער וואס זענען אזוי ווייט פון די קני אז אפילו "לבוד" קען מען נישט זאגן. (געהעריג פארדרייט די יוצרות: אנשטאט קורצע שייטלען מיט לאנגע קליידער האבן זיי מהפך געווען הקערה על פיה. ממש נישט נארמאל). זאג דו אליין: דאס הייסט אידיש?

דאווענען דאווענען זיי מיט א מאדערנע הברה. עברית גאר! אונזער לשון קודש איז זיי נישט גענוג גוט, האסטו געזען אזוינס. זיי מוזן זאגן די ווערטער מיטן העברעאישן ארויסרעד. אנדערש וועלן די מלאכים זיי צוכאפן די תפילות אויפן וועג ארויף (ווי גלייך זייערע תפילות וואלטן אנדערשווי יא ארויפגעגאנגען!).

זייער לערנען טראגט אויך יענעם פנים. וואס ווייסן זיי וועגן זיך ממית זיין באהלה של תורה? א שיעור דף יומי ביי לאנטש, און ער דרייט זיך ארום צופרידן ווי די וועלט איז זיינס. קוק נאר אן זייערע ספרים: שיין, מסודר, אויפן פלאץ ווי אין א ספרים געשעפט. די טישן און בענק אין זייערע שולן (אויך מיר שולן! קוק אויף די מחיצה מיט די קאלירטע פענסטער כא כא כא) זענען למען השם גלאנצעדיג און פענסי ווי ביים פריץ אין פאלאץ. דאס הייסט א שול? א בית השם דארף זיין היימיש, געשמאק, מיט פליגן אין די פלארעסענט לעקטערס און אפגעוועטשטע בענק. (דו לאך. האסט אמאל געזען די בילדער פון די שולן אין אייראפע פאר די מלחמה? נו שוין. אז דו ווייסט נישט, רעד נישט, האסטו געזען אזוינס!).

הכלל, ס'איז א דבר ברור פאר יעדן וואס איז נישט בלינד און טראכט נאך מיטן אייגענעם שכל, אז ווען מען רעדט פון אידן, מיינט מען אונז, דאס יהדות החרדית הצרופה, דאס קליין הייפעלע וואס איז נאך געבליבן טהור און אפגעטיילט פון די איבעריגע וועלט. אלע אנדערע זענען שוין פארפלעקט און פארוועלט. עפעס שיריים איז נאך יא דא. פאראן עפעס ליטווישע, מיט די קנייטש היטלעך, וואס האבן אין זיך נאך עפעס פונעם תמימות. אבער אפילו דאס איז צום פארדאנקען וואס פלעטבוש געפינט זיך אין שכינות פון די חסידישע בארא פארק און נישט צו ווייט פון דער ירושלים דאמעריקע! אי לאו דאס, וואלטן זיי, די פלעטבושער אידן מיט די געביגלטע העמדער און געשטרייפטע הויזן, געטראגן דעם זעלבן פנים ווי די אנדערע פארבלאנזשעטע אידן נעבעך פון מאנהעטן און לאנג איילאנד. (וועגן ארקענסא פרעגסטו? פאראן דארט אידן? נע. דאס זענען נעבעך אסימילירט שוין דורי דורות).

איר זעט דאך אליין אז אין די צייט וואס מיר זענען פארנומען מיט דברים העומדים ברומו של עולם, זענען יענע פארנומען מיט הבלים און נארישקייטן. בשעת אונזערע בני תורה סייענטיסטן געפינען ווערעמלעך אין וואסער, מילבן אין די לופט, שרצימ'לעך אין סטראבעריס, עבודה זרה אין שייטלען, גורמי גיטין אין טעלעפאנען, דעות כוזבות אין ארטיקלען וועגן קאמאנדא אקציעס, זענען יענע "פוסקים" פארנומען זיך צו גריבלען מיט אזעלכע אומרעלעוואנטע טעמעס ווי גירות פון ספק אידן, הלכה'דיגע שאלות אין טעכנאלאגישע ערפינדונגען, און נאך אזעלכע גוי'אישע ענינים וואס האבן במילא נישט קיין שייכות, נישט מיט אונז און נישט מיט קיין שום נארמאלן בר דעת.

מיר געבן זיך אפ מיט אמת'ע ברענענדיגע אישוס, וואס זענען שרעקליך שטארק נוגע כמעט יעדן אידיש קינד באשר הוא שם. אונזערע קובצים תורניים באהאנדלען תשובות וועגן יבמות, חלוצות, מבוי סתומ'ס, מצה מעל פון מי פירות, וואספארא ברכה מען דארף פארט מאכן אויף קארטאפל, און צי פטר חמור איז נוגע ביי א כוי. כאפט נאר א קוק אין זייערע הלכה'דיגע דיונים: שאלות אין שמיטה, צי מען מעג שרייבן חוהמ"ד אויף א קאמפיוטער, צי קלאונינג איז אויסגעהאלטן על פי הלכה, וועגן ארויפשטעלן און אראפנעמען א שטערבליך קראנקען פון א רעספערעיטאר, און נאך אזעלכע קינדערישע פלפולים וואס קומען פון נישט לערנען תורה בטהרה.

ס'איז נישט נאר מיט תורה און תפילה, נאר אפילו ביי סתם וואכנדיגע זאכן, עניני עולם הזה, זעט מען קלאר אז מיר זענען די אויף וועמען דער פסוק האט עדות געזאגט "כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני כל העמים". די אויסטערלישע חכמה און פקחות מיט וואס מיר צייכענען זיך אויס שטעלט אין שאטן די גרעסטע פילאזאפן פון אלע צייטן. די קונצן מיט וואס אונזערע מוחות קומען אויף אויסצושפילן א וועלט וואלטן קיינמאל נישט איינגעפאלן אריסטא און איינשטיין (אויך מיר א איד). די טיפזיניגקייט וואס ליגט אינעם אנקומען צום סאשעל סערוויס אפיס אויסגעצירט ווי גראף פאטאצקי'ס בת יחידה אבער גלייכצייטיג באוואפנט מיט אן אפליקאציע וואס זאגט קלאר אז די הכנסה פון די משפחה איז קוים גענוג צו דערהאלטן דאס חיות, איז א לומדות וואס וואלט דעם רמב"ם (אויך געווען אביסל פארכאפט. ווי קומט דאקטאריי און קענטעניסן אין וועלט זאכן צו א איד א בן תורה?) אין לעבן נישט איינגעפאלן.

אפילו מיט שפראך זענען מיר ראפינירט ביז א קלימאקס. אן אישו מיט אינטערנעט ווערט א "גזירת שמד". רעגירונגס שטיצע ווערט קונסטליך איינגעהילט אין אזעלכע מליצות מלא חן ווי "אכטער", "פיי סאמעך", "חאזערייען" וכדומה. אן ארעמע אימיגראנט איז אן ערל'טע. פארקריפלען דעם טראפיק פאר טויזנטער מענטשן גייט גאנץ געשמאק אריין אינעם גדר פון קידוש השם און שאפט א נחת רוח פאר די קדושי עליון בגנזי מרומים, און אן עירוב ברענגט אויף די שטאט א כוואליע פון חילול שבת. אן אויסגאבע מיט קאלירטע בלעטער איז השכלה, און דאס פלייש פונעם צד שכגד איז ממש נבילה וטריפה.

דאס אליין, אונזער נורא ואיומ'דיגע חכמה, איז גענוג באווייז אז מיר זענען די אמת'דיגע אידן און אלע אנדערע זענען אין בעסטן פאל אזא מין נאכגעמאכטע זאך.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

א מייסטער ארטיקל......איך בין פארגאפט!!!!
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

צום לאכן :lol: און צום וויינען :(
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קלינג האט געשריבן:איר זעט דאך אליין אז אין די צייט וואס מיר זענען פארנומען מיט דברים העומדים ברומו של עולם, זענען יענע פארנומען מיט הבלים און נארישקייטן. בשעת אונזערע בני תורה סייענטיסטן געפינען ווערעמלעך אין וואסער, מילבן אין די לופט, שרצימ'לעך אין סטראבעריס, עבודה זרה אין שייטלען, גורמי גיטין אין טעלעפאנען, דעות כוזבות אין ארטיקלען וועגן קאמאנדא אקציעס, זענען יענע "פוסקים" פארנומען זיך צו גריבלען מיט אזעלכע אומרעלעוואנטע טעמעס ווי גירות פון ספק אידן, הלכה'דיגע שאלות אין טעכנאלאגישע ערפינדונגען, און נאך אזעלכע גוי'אישע ענינים וואס האבן במילא נישט קיין שייכות, נישט מיט אונז און נישט מיט קיין שום נארמאלן בר דעת.

דיין ארטיקל איז טיילוויז אמת, אבער דאס איז היבש איבערגעטריבן. עס געפינען זיך נאך צווישן אונז פוסקים וואס זענען פארנומען מיט אמת הלכה שאלות, נישט יעדער איז ביזי מיט ווערימלעך אין וואסער און דעות כוזבות :P
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט