אויפגעפארענע און אפגעפארענע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קלינג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

אויפגעפארענע און אפגעפארענע

שליחה דורך קלינג »

מיר פארמאגן א לייטישן ווערטער אוצר פאר היימישע יונגעלייט וואס טוישן עפעס א חלק אדער גאר דאס גאנצע לעבן: אפגעפארן, שוואכער געווארן, אפגעשייגעצט, אראפ פון וועג און נאך. די ווערטער זענען נאכנישט אריינגענומען געווארן אין קיין אפיציעלן ווערטער בוך, און מענטשן זענען זיך דערפאר מורה היתר צו נוצן די ווערטער סיי ווען און אויף סיי וועמען. וואלט אפשר געווען א פלאן צו מאכן אביסל ארדענונג אין דעם נושא, כדי זיכער צו מאכן אז מיר ווענדן אן דעם ריכטיגן ווארט אויפן ריכטיגן מצב.

איך בין נישט דער ריכטיגער בר הכי און קען זיך נישט אונטערנעמען דורכצופירן דעם פראיעקט, אבער איך וואלט זייער געוואלט צולייגן א פלייצע און העלפן מיט דאס ביסל וואס איך קען יא טאן: אויסצושמועסן א פאר היכי תמצא'ס פון מעגליכע סוגים אפגעפארענע און שוואך געווארענע יונגעלייט, ויתבררו ויתלבנו הדברים מיטן כח הרבים.

ווען א יונגערמאן איז מחלל שבת, האקט שטיקער אין די תעניתים, לאזט אויס יעדן צווייטן מנחה און יעדן דריטן שחרית, אבער גייט מיטן גאנצן לבוש, מיטן הוט און רעקל, און ווען נויטיג אויך מיטן גארטל, און באטייליגט זיך אין אלע גרעסערע געשעענישן בחצרות קדשינו: וואס איז די הלכה מיט אים? איז ער א חרדי'שער יונגערמאן, מאנשי שלומינו?

דער יונגערמאן האט קינדער, גרעסערע און קלענערע יונגלעך און מיידלעך, און ער איז א "נארמאלער מענטש", א גוטער טאטע און מאן. ער זוכט נישט צו מאכן קיינעם קיין פראבלעמען און קאפ ווייטאג. ער שפילט דעם געים אויף גאנצע 110 פראצענט. שבת גייט ער אין שול אינאיינעם מיט די קינדער. ער נעמט א סידור און מישט עס בלעטערט מיט אינאיינעם מיטן געלויף פונעם בעל תפילה. פאר א צוגאב נעמט ער נאך מיט א ספר, וואס ער שטעלט אוועק נעבן זיין סידור, און אפילו ביים ליינען בלייבט ער אויפן פלאץ און קלאצט אויף אן אפענעם חומש.

ער טוט אלעס ממש וויאזוי מען דארף, אבער איך און דו ווייסן אז שטילערהייט, ווען קיינער זעט נישט, פייפט ער זיך בגדול אריין אינעם שלחן ערוך. וויאזוי קוקן מיר אים אן? וואס איז דער סטאטוס פון אזא איינעם?

לאמיר נעמען צוויי אזעלכע יונגעלייט, וואס פירן בערך אזא ווירטשאפט. איינער איז סתם דאס וואס דער פסוק רופט א "העפי גאו לאקי": ער טוט וואס ער האט צו טאן אן צופיל טראכטן און אן זיך אפגעבן א חשבון אויף גארנישט. ער איז נישט ברוגז אויף קיינעם, דער מלמד האט אים נישט צופיל געשלאגן, דער טאטע איז נישט געווען געפערליך שטרענג, און קיינער האט אים נישט מאלעסטעד. סתם - ער האלט זיך נישט ביים אנשטרענגען, נישט במחשבה, נישט בדיבור און נישט במעשה. ער טראכט נישט פון שפעטער פון שידוכים מיט די קינדער, פון יענע וועלט, פון גהנום און פון גן עדן. ער איז א לעב יונג און טוט וואס עס קומט אים אונטער, און אזוי לאנג ווי עס דרייט נישט איבער די וועלט און בארירט נישט זיין סביבה, טוט ער וואס עס שמעקט אים.

מה דינו של האי גברא? און וואס איז די הלכה פון א יונגערמאן וואס איז נישט מחלל שבת, אבער טרעט יא אויף די "קלענערע" זאכן, ווי תפילה בציבור, פאסטן דורכאויס די קלענערע תעניתים, שטיצט דאס בערדל, עסט די שבת סעודה נאקעט, אן קיין שטריימל און בעקיטשע, עסט זומער קאלטע פרוכט זופ אנשטאט הייסע טשיקען זופ, לאזט אריין OU אינדערהיים, און נעמט די קינדער קיין פלארידע אויף וואקאציע?

דער יונגערמאן איז לכאורה אסאך בעסער ווי דעם ערשטן, וואס טרעט בשאט נפש אויף די וויכטיגסטע און הארבסטע ענינים. אבער ווי וועט זיין די הלכה אויב דער צווייטער, דער פרומערער, וואס טרעט אויף די גרינגע זאכן, די קלייניגקייטן, טוט עס נישט צוליב לייכטזינינגקייט נאר בשיטה, מכח אויפגעקלערטקייט? איך ווייס? ער האט אריינגעבליקט אין פרעמדע קובצים תורניים און געטראפן אויפן אינטערנעט פוסקים און בעלי דרשנים וואס האבן אים קאליע געמאכט דעם קאפ און געפירט נאכצולאזן פון די אויבנדערמאנטע ענינים. ווער פון די צוויי איז ערגער: דער איז פייפט אן אלעס וואס איז נאר שייך צעפיפן צו ווערן, אבער ער טוט עס סתם אלץ לייכטזיניגקייט, אדער דער וואס קנייטשט און דרייט מיט קלייניגקייטן, מיט מסורה זאכן און מנהגים, אבער טוט עס נוסח אויבער-חכם, ווייל ער פארשטייט בעסער און טראכט אנדערש?

ווער פון די צוויי איז א גרעסערער פראבלעם? וועמענס קינדער דארפן פריער ארויספליען פון די מוסדות? ווער איז א גרעסערע שגץ און ווער פון די צוויי איז מער "אפגעפרעמדט"?

וואס איז מיט עמיצן וואס פארלאזט דעם חסידישן לעבנסשטייגער און באזעצט זיך אין א פרומע, ארטאדאקסישע געגנט? ער טוט אויס דעם שטריימל און בעקיטשע אבער איז מקפיד אויף יעדן סעיף פונעם שלחן ערוך. וואס איז דער דין מיט אזא איינעם? וויאזוי קוקן מיר אים אן אויב פארמאגט ער א פרוי און קינדער און נעמט זיי מיט? און וואס געשעט אויב ער לאזט זיי איבער און הייבט אן דאס לעבן פון אל"ף?

וואס טוט זיך מכח א פארקערטע מעשה, א מאדערן ארטאדאקס וואס ווערט חסידיש, אבער זיינע ארומיגע, עלטערן און אנדערע משפחה מיטגלידער זענען נישט מסכים? עס שאדט פאר שידוכים און פארשעמט די פאמיליע? און וואס טוט זיך אויב דער געווארענער חסיד האט איבערגעלאזט א ווייב מיט קינדער ביי די מאדערנע? איך ווייס? ער האט איינגעזען אז די מאדערנע אידישקייט איז פאלש און אפילו ערגער, און האט באשלאסן עס איבערצולאזן און ווערן אן עכטער, אויטענטישער איד, אבער זיין ווייב האט נישט מסכים געווען מיטצוגיין. איז דער יונגערמאן א צדיק א בעל מסירת נפש, אדער א חיה רעה, א פרא אדם, א משוגענער אומסטאבילער פארשוין וואס איז גרייט מקריב צו זיין אלעס אויף די וועלט צוליב זיינע שגעונות?

לאמיר זאגן אז אלס מאדערן ארטאדאקס האט דער געווארענער חסיד איינגעהאלטן יעדע הלכה מיט גרויס זהירות, אבער אלס חסיד הייבט ער אן נאכצולאזן מיט פארשידענע הלכות ווי זמן תפילה און עניני בין אדם לחבירו, זאכן אויף וואס ער האט פריער יא מקפיד געווען: איז ער געווארן בעסער און פרומער אדער "שוואכער געווארן"?

איך ווייס נישט וויאזוי מען האנדלט אין די אלע פעלער. איך ווייס וואס מען וואלט געזאגט אויף כמעט יעדן פון די אויסגערעכנטע מצבים, אבער איך ווייס נישט אויף זיכער צי איך וואלט טאקע געווען גערעכט. אבער ב"ה אז לא אלמן ישראל, און ס'איז פאראן צווישן אונז גענוג וואס זענען גענוג אומזיכער אין דעם אתה בחרתנו מענטאליטעט וואס מיר זינגען צו זיך כסדר, און דערפאר פילן זיי א דראנג אפצולעבלען יעדן משנה פון דא אויף ארויס מיט אלע מיני צונעמענישן, כדי זיכער צו מאכן אז אונזער, און נאר אונזער וועג, איז דער איינציגער אמת'ער און אויסגעהאלטענער.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

די נקודה וואס דו ווילסט ארויסברענגען איז פארשטענדליך, כאטש דו ברענגסט דאס נישט ארויס מיט פאסיגע משלים. אז איינער איז מחלל שבת בצינעה, עסט אין די תעניתים בצינעה, דרייעט זיך ארויס פון דאווענען אדער לייגן תפילין אומבאמערקטערהייט, נו פארוואס האסטו געקלערט אז מ'זאל קוקן קרום אויף אזא איינעם?!
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

איך האב אנגערירט אביסל איבער די נקידות וואס דו שמיעסט דא אויס אין א דערנעבעדיגן אשכול. לכאורה דער וואס טוט דאס אלס לייכטזיניגקייט איז די גרעסטע פארלירער דא. און דער גרעסטע געווינער איז דער וואס טוט אלעס מיט א חשבון. און איך וואלט געזאגט אז א נאראמלע מענטש וואס טוישט לעבנסשטייגער, פון חסיד צו מאדערן ארטאדאקס און ווייס ווערסע. אדער פון מיט שטריימעל צו אן די שטריימעל, פון לבוש צו לבוש און אלע היכי תמצא'ס וואס דו האסט אויסגערעכענט (איך רעד נישט פון גראבע איסורים) אזעלכע מענטשן האט געווענדליך א חשבון אויף 'אלעס'. פרעג אים פארוואס דו האסט געטוישט לבוש אא"וו און ער וועט דיר האבן צען סיבות. די רגע עס איז דא סיבות הייסט עס נישט קיין לייכטזיניגקייט. נישט קיין חילוק וואס די סיבה איז, און פון וואו עס קומט. יעדער האט א רעכט זיך אויסצוטרעטן זיין וועג.

יעצט צו דיין איבעיא: קיין ענטפער, וואס טייטשט נארמאל? וואס טייטשט משוגע? וואס טייטשט ערליך? יעדער מענטש האט אן אנדערע אפטייטשט פאר אלע פון זיי.
שווארצע קעיז
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 3:59 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: אויפגעפארענע און אפגעפארענע

שליחה דורך שווארצע קעיז »

איך האב א אנדערע פראגע "אלס חסיד הייבט ער אן נאכצולאזען מיט ....עניני בין אדם לחברו למשל וואס? אין טאקע נאר א "חסיד" האט פראבלעמן מיט עניני אדם...

Sent from my SM-G928T using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עה ראביי קלינג, די מאכסט אונז אביסעלע צו שווער די אידישקייט... מ'האמיר ביז יעצט געהאט אן עיזי וועי אוט מיט איין ווארט המכונה 'שגץ' און פטור אן עסק. וואס רבוש"ע קומט איר דא מיט נייע הגדרות און חילוקים אשר לא שערום אבותינו אזוי צו אזוי, לאז.. ס'גוט. ס'יגעווען רואיג ביז יעצט, מ'האמיר געהאט פאן, וואס גייטעך אן?...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עס איז דא א גרויסער נפק"מ להלכה צווישן א מחלל שבת בצנעא צי בפרהסיא. פארוואס? ווייל דער וואס באהאלט זיך און פרובירט כאטש אנשטעלן אן ערליך פנים איז פשט אז ער ווייסט אז עס איז נישט ריכטיג וואס ער טוט, ער קען זיך נאר נישט גובר זיין, ער איז כמו אונס און נישט ממש קיין מזיד. ווי אויך איז פאראן א גרויסע חילוק צווישן א מומר לתיאבון און א מומר להכעיס. די סברא איז אלץ די זעלבע, הגם אונזער תורה פארלאנגט למעשה'דיגע מצוות עשה און מצוות ל"ת, איז אבער די מחשבה אויך א גרויסע פאקטאר, און טאמער איינער איז עפעס עובר קוקט מען אסאך אויף די סיבה אונטער דעם וואס האט אים געשטופט דערצו.

א מענטש וואס טוט אן עוולה בצנעא, וועט אלץ זיין מער אקצעפטירט ווי דער א.ג. 'מחוצף' וואס האט דרייסטקייט צו זיין אנדערש פון יעדן איינעם און לאכן פון די וועלט. כ'גיי נישט אריין אויב ס'איז ריכטיג; כ'רעד פון א פאקט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז דא א גרויסער נפק"מ להלכה צווישן א מחלל שבת בצנעא צי בפרהסיא...

גראדע יא.

איינער וואס איז מחלל בפרהסיא איז א מומר (עירובין סט:, ועי' בתוס' ד"ה "הוציא"; ביטע נישט אויפברענגן די עירוב פאליטיק...). איינער וואס איז מחלל שבת בצנעה קען מוציא זיין א צווייטען מיט קידוש, יכול להצטרפו למניין (מחלוקת בפרהסיא), קען עולה זיין לתורה און קען זיין אן עד לקידושין. (עי' בשולחן ערוך או"ח שפ"ה סעיף ג', ועיין עוד במשנה ברורה שם סק"ו שאפילו אם רק מתבייש לחלל בפני אדם גדול).
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דו ביסט מודה צו מיינע ווערטער אדער דו ביסט זיך מתווכח?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

שמעקעדיג האט געשריבן:דו ביסט מודה צו מיינע ווערטער אדער דו ביסט זיך מתווכח?

כ'בין זיך מתווכח אז ס'איז ארגער בצנעה ע"פ הלכה.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

[tag]שמעקעדיג[/tag] און [tag]שלום על ישראל[/tag], מען רעדט דא פון א אינגערמאן וואס איז מחלל שבת טאקע נאר בצנעה אבער מחלל שבת און בפרהסיה דינט ער די סיסטעם, ווערס. איינער וואס טוהט נישט קעגן שולחן ערוך אבער שטימט נישט מיט די סיסטעם געזעצן ווי למשל שבת סעודות אן שטריימל און בעקיטשע.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

געוואלדיג האט געשריבן:[tag]שמעקעדיג[/tag] און [tag]שלום על ישראל[/tag], מען רעדט דא פון א אינגערמאן וואס איז מחלל שבת טאקע נאר בצנעה אבער מחלל שבת און בפרהסיה דינט ער די סיסטעם, ווערס. איינער וואס טוהט נישט קעגן שולחן ערוך אבער שטימט נישט מיט די סיסטעם געזעצן ווי למשל שבת סעודות אן שטריימל און בעקיטשע.

יא, יא. מיר זענען פארפארן.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שלום על ישראל, איר זענט ווייזט אויס אביסל מיד :D די משלים וואס איר ברענגט זענען דוקא מסייע צו שמעקעדיג און נישט צו אייך.

שמעקעדיג, שיינע סברא, אבער דער אמת'ער טעם הנפק"מ איז מבואר קלאר בש"ס ופוסקים אז בפרהסיא ווערט באטראכט ווי א סטעיטמענט פון כפירה במעשה בראשית, ד. ה. די הלכה באטראכט אזא איינעם ווי א כופר "כעכו"ם לכל דבריהם", משא"כ בצינעא איז א פלעינע עבריין ווי א יעדע אנדערע עבירה.
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

ריכטיג האט געשריבן:שלום על ישראל, איר זענט ווייזט אויס אביסל מיד :D די משלים וואס איר ברענגט זענען דוקא מסייע צו שמעקעדיג און נישט צו אייך...

פארוואס זאגסטו אזוי?
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דיינע ראיות ווייזן אז בצינעא איז לייכטער, והיינו דברי שמעקעדיג.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיר האט זיך אויך אזוי געדוכט, און דעריבער האב איך אים געפרעגט צי ער ברענגט א ראי' לדברי אדער ער איז סותר.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
כאפצעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 10:11 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: אויפגעפארענע און אפגעפארענע

שליחה דורך כאפצעם »

ואהבת לרעך כמוך...

אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו...

נעם ארויס די אלע ווערטער פין די דיקשענערי... ווי שגץ, בם, אפגעפארענע, וכו'....

קיינער ווייסט נישט וואס יענער איז אריבער... יענעמס מצב...

אין הימל קען מען נאך יענעם אנקיקען אלץ צדיק לויט די שוועריקייטן וואס יענער איז דורך....
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שווארצע קעיז האט געשריבן:איך האב א אנדערע פראגע "אלס חסיד הייבט ער אן נאכצולאזען מיט ....עניני בין אדם לחברו למשל וואס? אין טאקע נאר א "חסיד" האט פראבלעמן מיט עניני אדם...

Sent from my SM-G928T using Tapatalk

שווארצע קעיז: אזוי איז משמע פון די סטעטס. סטאטיסטיקס, בלע"ז. ודיבר הכתוב בהווה...!
ס'פונקט אזוי ווי די שווארצע קאמיוניטי פיהרערס טענה'ן אז ..."בלעק קריים"...איז א ראסיסטישע אויפפאסונג...!
דו האסט שוין אמאל געזעהן א חסיד'ישער יונגערמאן ווען ער וויל אריבערגיין זאלל ער זאגן...עקסקיוז מי...?!
שווארצע קעיז
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 3:59 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: אויפגעפארענע און אפגעפארענע

שליחה דורך שווארצע קעיז »

berlbalaguleh האט געשריבן:
שווארצע קעיז האט געשריבן:איך האב א אנדערע פראגע "אלס חסיד הייבט ער אן נאכצולאזען מיט ....עניני בין אדם לחברו למשל וואס? אין טאקע נאר א "חסיד" האט פראבלעמן מיט עניני אדם...

Sent from my SM-G928T using Tapatalk

שווארצע קעיז: אזוי איז משמע פון די סטעטס. סטאטיסטיקס, בלע"ז. ודיבר הכתוב בהווה...!
ס'פונקט אזוי ווי די שווארצע קאמיוניטי פיהרערס טענה'ן אז ..."בלעק קריים"...איז א ראסיסטישע אויפפאסונג...!
דו האסט שוין אמאל געזעהן א חסיד'ישער יונגערמאן ווען ער וויל אריבערגיין זאלל ער זאגן...עקסקיוז מי...?!

נאכאמאהל אויב איך פארשטייא גוט מיינסטו צו זאגען אז נעכטען האט ער נאך געזאגט עקסיוז. .. אין הויקעס פויקעס געווארן א חסיד אין געווארן א מושחת במדות

Sent from my SM-G928T using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שלום על ישראל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז דא א גרויסער נפק"מ להלכה צווישן א מחלל שבת בצנעא צי בפרהסיא...

גראדע יא.

איינער וואס איז מחלל בפרהסיא איז א מומר (עירובין סט:, ועי' בתוס' ד"ה "הוציא"; ביטע נישט אויפברענגן די עירוב פאליטיק...). איינער וואס איז מחלל שבת בצנעה קען מוציא זיין א צווייטען מיט קידוש, יכול להצטרפו למניין (מחלוקת בפרהסיא), קען עולה זיין לתורה און קען זיין אן עד לקידושין. (עי' בשולחן ערוך או"ח שפ"ה סעיף ג', ועיין עוד במשנה ברורה שם סק"ו שאפילו אם רק מתבייש לחלל בפני אדם גדול).

שלום על ישראל: כ'האב דיר געגעבן א לייק. אבער כ'האב עס צוריקגעצויגן. ווייל פאר מיר איז משמע אז דו ברענגסט א ראיה צו שמעקי. אזוי איז משמע פון דיינע ווערטער. (חוץ די אומפארשטענדליכע ווערטער..."ער איז א מומר"...!) אבער אז דו אליינס זאגסט אז דו ביסט זיך מתוכח. נאר דער ציטאט פון שו"ע ומשנ"ב ווייזט דאך פונקט פארקערט...תיקו...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שווארצע קעיז:...יא...!
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

ריכטיג האט געשריבן:שלום על ישראל, איר זענט ווייזט אויס אביסל מיד :D די משלים וואס איר ברענגט זענען דוקא מסייע צו שמעקעדיג און נישט צו אייך.

גערעכט. [tag]ריכטיג[/tag] און [tag]berlbalaguleh[/tag], איך האב נישט גוט פארשטאנען [tag]שמעקעדיג[/tag]'ס ווערטער. סליחה.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
פארשפארט