א פארלוירן איד געזוכט.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
[NAMELESS]

א פארלוירן איד געזוכט.

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס קומט פאר א זוכעריי אקציע דורך די פאליציי און ערשטע הילף פון שיכון סקווירא, נאך א איד דוד מרדכי אהראנאוויטש ני"ו. ער פעלט שוין פון פרייטאג נאכמיטאג, ווי ער איז געזען געווארן צום לעצט.

דוד מרדכי, איז א איד מיט ספעציעלע געברויכן. [אדאנק 'פראדאקטיוו' וואס האט אים באוואפענט מיט קאנפידענץ האט ער גע'סטאפט נעמען מעדיקאציע, די נאכפאלגן איז היסטערי... (ווי איך האב פארציילט אין די פראדאקטיוו אשכול) אזש עס קען גאר זיין פאטאל.]

די לעצטע הודעה איבער אים, איז דורך א טעקסי דרייווער וואס האט אים גענומען פרייטאג נאכמיטאג צום 'וואשינגטאן ברידזש'. (...)

ער איז 46 יאר אלט.
בערך זעקס פיס הויך.
לייכט ברוינע קאליר בארד.
פיאות ארום די אויערן.
מיט ברילן, ברוין אין ווייס.
וואקט שטייט און פאמעליך.
טראגט אלטץ א בענדל וואס האלט די ברילן צוגעבינדן צום קאפ.

ווער עס ווייסט עפעס, זאל זיך פארבינדן מיט די פאליציי. ויה"ר ער זאל זיך אפגעפונען געזונט און שטארק.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

0202123-32.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:די לעצטע הודעה איבער אים, איז דורך א טעקסי דרייווער וואס האט אים גענומען פרייטאג נאכמיטאג צום 'וואשינגטאן ברידזש'. (...)


שטייט אז די לעצטע פלאץ וואס מ'האט אים געזעען איז 'קליוולאנד'.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך ישראל גלויבער »

ברוך דיין האמת
איך הער! נו נו..
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

קאנפליקטינג רעפארטס קומען אריין. איינער טענה'ט אז מ'האט אים געטראפן בעת א צווייטער זאגט אז מ'האט בלויז געזעהן אויף ווידעא ווי ער פאלט אריין אין וואסער.

עני יוניטס פון ניו סקווער וואס קענען אויסקלארן? האט מען שוין געמאלדן וועגן א לויה?
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

outspoken האט געשריבן:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:די לעצטע הודעה איבער אים, איז דורך א טעקסי דרייווער וואס האט אים גענומען פרייטאג נאכמיטאג צום 'וואשינגטאן ברידזש'. (...)


שטייט אז די לעצטע פלאץ וואס מ'האט אים געזעען איז 'קליוולאנד'.


קליוולאנד איז א גאס אין ניו סקווירא

hudsonvalley.news12.com/news/officials-search-for-missing-rockland-man-last-seen-walking-across-george-washington-bridge-1.11396222
באניצער אוואטאר
וזרח השמש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 3:24 am
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

Re: א פארלוירן איד געזוכט.

שליחה דורך וזרח השמש »

בעפאר מיר נעמען די פעדער אין די האנט אריין דערמאנען מיר זיך די מאמר חז"ל וואס לערנט אינז "אל תדין חברך עד שתגיע למקומו"
ס'קען זיך אפט מאל מאכן אז מיט איין קליינע ווארט, קען מען ליידער גורם זיין גאר שווערע שאדן'ס, במילא איז כדי צו היטן ס'מערסטע וואס ס'איז שייך אויף כבוד המשפחה.

ווי פארשטענדליך ברויך מען ווייטער ממשיך זיין בתפילות ותחנונים, אז ער זאל זוכה זיין צו קבר ישראל.

כדי צו אביסל פארשטיין וואס דא האט פאסירט, און צו קענען אביסל באגרייפן די שווערע ארבעט און כוחות וואס וואוילע אידן האבן משקיע געווען צו קענען אפגעפונען די פארלוירענע, איז אט האט איר א שטיקל אנאליז איבער די זיכעריי וואס האט זיך ליידער גע'ענדיגט אין א אופן נישט ווי מ'האט געהאפט.

(די זייגער'ס זענען נישט פונקטלעך, אבער בערך על הסדר)

מאנטאג נאכט בערך 9:00 האט ערשטע הילף באקומען א רוף איבער א איד וואס האט געזאלט אנקומען צו א חמשה עשר בשבט סעודה און ער האט נישט ערשינען, די רופער לייגט צו: ער איז געווען ביי א שבתון אין די סיטי, און זינט דעמאלס קלינגט נישט זיין טעלעפון און מ'קען אים נישט אין ערגעץ כאפן.

9:30 - ערשטע הילף שיקט אריבער וואלאנטירן צו די פארלוירענע איד'ס דירה, און נאכן קלאפן עטליכע מאל - אין קול ואין עונה.
נאכן זאמלען אביסל אינפראמאציע הערט מען אז ער האט ניטאמאל אנגעקומען צום שבתון אין שטאט.

מ'הייבט אן זאמלען אינפראמאציע פון משפחה און ידידים וואס נאר מעגליך צו קומען אויף די שפירן..


10:30 - נאכן דערקלערן אז ס'רעדט זיך פון ערנסטע סיטואציע, האט מען בפיקוח המשפחה גערופן די פאליציי און אנגעהויבן א אינוועסטיגעישאן.

10:45 - א בחור האט געמאלדן אן ערשטע הילף וואלאנטיר, אז ער ווייסט איינער וואס האט געזען די פארלוירענעם אויפן וואשינגטאן בריק פרייטאג נאכמיטאג בערך 1:40.

11:15 - עטליכע מענטשן האבן אריינגערופן ערשטע הילף אז זיי האבן געזען די פארלוירענע פרייטאג אינדערפרי ביי רפואה העלט סענטער בערך 11:45.

11:30 - ערשטע הילף רופט ראקלענד חברים וואס ספעציעלעריזט זיך אין זיכערייען, צוויי קאקדינעיטער'ס זענען געקומען קיין סקווירא, און מ'איז דורך געגאנגען עטליכע פלענער וויאזוי צו ווייטער גיין.

11:40 - א פאלאקט מיט דעטאלן פונעם פארלוירענעם ווערט פארשפרייט, און בעט אז ווער עס האט סיי וועלכע אינפראמאציע זאל ביטע רופן ערשטע הילף.

11:45 - נאכן האבן צוויי מקורות פון מענטשן וואס האבן אים געזען, האט מען אנגעהויבן נאכזוכן קעמרעס אין די געגנט פון רפואה העלט סענטער, און ווארשיינליך האט מען אים טאקע געזען אויפן קעמרעס אין די געגנט פון רפואה, וואקענדיג אינעם ריכטונג פון שטעטל.

עטליכע עסקנים האבן אנגעהויבן רופן די שטאטישע עסקנים צו איינשפאנען די ען-וויי-פי-די און די פארט-אוטארעטי פאליס, און אזוי אויך האט מען זיי געבעטן צו איבערקוקן קעמרעס נעבן און ביים בריק.
(דערווייל גייען זיי נישט איבערקוקן)


12:00 - ערשטע הילף הייבט אן רופן און שיקן די פאלאקט צו שפיטעלער צו אנפרעגן אויב זיי ערהאלטן אפשר א פאציענט וואס איז מעגליך די פארלוירענע.
אזוי אויך לאזן זיך ארויס עטליכע וואלאנטירן צו שפיטעלער וואס מ'האט נישט באקומען קיין געהעריגע ענטפער פון זיי.

12:15 - חברים ד'ראקלענד זיכט אין מאנסי ביי די משפחה.

1:00 - ערשטע הילף רופט אן לאקאלע ארגענעזאציע'ס און בעט צו פארשפרייטן די פאלאקט מיט אינפראמאציע איבער די פארלוירענע.

1:30 - נאכן נישטערן און איבערקוקן עטליכע קעמרעס באשטעטיגט ערשטע הילף אז די פארלוירענעם האט זיך אריינגעזעצט אין א טעקסי, און פארט א לינקס ארויס פון סקווירא, אבער ס'איז כמעט אומ'מעגליך צו זען פון וועלכע קאמפאני די טעקסי איז, און די לייסענס פלעיט נומערן.

2:00 - א איד רופט אריין ערשטע הילף אז ער האט אים 'זעכער' געזען אויף וואשינגטאן ביי ווילסאן זונטאג נאכמיטאג.
עטליכע וואלאנטירן שפרינגן גלייך אריין, און זאמלען קעמרעס צו איבערקוקן.
נאך צוויי שעה זיצן און איבערקוקן ווידיאו'ס - און מ'האט גארנישט געטראפן.

3:00 - ראקלענד קאונטי פאליציי הויפקווארטיר קלינגט אלע פאליציי סטאנציע'ס אין ראקלענד קאונטי צו אלאמירן איבער די פארלוירענעם.

3:30 - ערשטע הילף האט באקומען א ידיעה ממט א מעגליכקייט אז די פארלוירענעם איז געווען אין א געוויסע שול אין וואשינגטאן הייטס.
מ'רופט די גבאי פון די שול, נאכן שיקן א בילד באשטעטיגט ער אז די פארלוירענעם איז נישט געווען אין זיין ביהמ"ד.

3:45 - פאלאקטן מיט אינפראמאציע ווערט אויפגעהאנגען ביי די געשעפטן אין שטעטל, אזוי אויך ביי די טיהר'ן און שול.

4:00 - ערשטע הילף זעצט זיך צוזאם פאר א מיטינג מיט אלע אירע קארדינעיטער, און מ'קומט צום שלוס אזוי:

מקור א' - די מעגליכקייט אז ער האט זיך אריינגעזעצט אין א טעקסי; האט מען גערופן אלע לאקאלע שפיטעלער, און אויך איבערגעגעבן די אינפראמאציע פאר די פאליציי, אבער דערווייל האט מען נישט קיין פלעיט נומערן אדער אינפראמאציע אויף די קאר.

מקור ב' - די מעגליכקייט אז מ'האט אים געזען אויפן וואשינגטאן בריק; האט מען גערופן אלע שפיטעלער אין שטאט אזוי אויך אין די געגנט ווי די שבתון איז פארגעקומען האט מען גערופן אלע פאליציי סטאנציע'ס.

מקור ג' - די מעגליכקייט אז מ'האט איל געזען אין שטעטל זונטאג נאכמיטאג; האט מען דורך געזיכט פילע קעמרעס און מ'האט דערווייל גארנישט געטראפן.

במילא, צו סאך קען מען נישט טון ווייטער היינט ביינאכט, איז קומענדיגע אינדערפרי וועט מען ווייטער גיין מיט מקור א' און ב', און אזוי אויך נאכאמאל רופן אלע שפיטעלער זינט עס טוישט זיך שיפט.


דינסטאג (היינט) 8:00 צופרי - ערשטע הילף ארבעט מיט עקספערטן, און מ'האט ב"ה באוויזן צו ארויסבאקומען פון די אומ-קלארע ווידיאו, די לייסענס פלעיט נומערן מיט די פינקטליכע דעטאלן פון די טעקסי וואס האט אפגעפירט די פארלוירענעם.

די פרטים ווערט איבער געגעבן פאר די פאליציי, זיי רופן אראפ די טעקסי דרייווער פאר אויספארשונג.

11:15 - עטליכע דיטעקטיוו'ס זעצן זיך צוזאם פאר א מיטינג אין די ווילעדזש אפיס מיט עטליכע ערשטע הילף וואלאנטירן.
די וואלאנטירן גיבן איבער פאר די דיטעקטיוו'ס די מאקסימום אינפראמאציע און עטליכע ווידיאו'ס ווי מ'זעט די פארלוירענעם. די דיטעקטיוו'ס האבן אפאר מאל איבער געפרעגט די ערשטע הילף וואלאנטירן "איר ארבעט אפשר פאר די עף-בי-איי? די אינפראמאציע וואס איר גיבט אינז דא, איז מורא'דיג קראנט און מיר באוואונדערן אייער ארבעט!".

12:00 - די מעיאר ר' ישראל משה שפיטצער מיט יענקי מאיער פון מתעסקים שתדל'ן אז מ'זאל איבערקוקן די קעמרעס פון די וואשינגטאן בריק.

2:00 - א טעלעפון רוף צו אלע איינוואוינער אין שטעטל וואס בעט אז ווער ס'האט סיי וואסערע אינפראמאציע זאל ביטע רופן ערשטע הילף.

2:30 - ניוז 12 מעלדט איבער די פארלוירענעם.

3:15 - פילע חברים ארגענעזאציע'ס רופן ערשטע הילף אז זיי זענען גרייט צו ארויסהעלפן אויב ס'פעלט זיך אויס צו אנהויבן א סוירטש אין א געוויסע געגנט. - מי כעמך ישראל!!!
(אבער וויבאלד מ'האט נישט געוויסט ווי ער איז געגאנגען נאכן בריק, האט מען ווי פארשטענדליך נישט געקענט אנהייבן א זיכעריי... )

4:00 - מ'האט ענדליך אנגעהויבן איבערקוקן די קעמרעס פונעם בריק.

6:00 - ליידער האט מען געזען אויפן קעמרעס וואס עס האט פאסירט וד"ל.



ווי געשריבן אין אנהויב, פעלט נאך אויס אינזער תפילות אז די דייווער'ס זאלן אים טרעפן אינגיכן און ער זאל זוכה זיין צו קבר ישראל.

און ווי פארשטענדליך קומט זיך א ריזן דאנק פאר ערשטע הילף דשיכון סקווירא פארן אריינלייגן איבערמיטיגליכע כוחות און שעות אויף שעות ארבעט נאר מיט איין ציל: צו טרעפן א פארלוירענע איד!

וחברים כל ישראל, א הערצליכע דאנק פאר אלע חברים ארגענעזאציע'ס ובראשם חברים ד'ראקלענד קאונטי.

וכל העוסקים בצרכי ציבור באמונה הקב"ה ישלם שכרם.

c.p.
געדענק! נאך יעדע נאכט שיינט די זין אויף
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: א פארלוירן איד געזוכט.

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

איך ליין מיט שפאנונג ......

כהאב אבער א גאנצע צייט געציטערט אז סגייט זיך ענדיגן אז מהאט איהם געטראפן אויף וואשינגטאן עוויניא ביי די בריק וואס פירט אדורך פין משפחת גאלדמינצער צו משפחת שפיטצער.

ליידער ליידער האט זיך עס נישט גוט גענדיגט

יה"ר שלא ישמע עוד .....
דאס מענטשעלע שפילט........
מארמאראשער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:35 am
האט שוין געלייקט: 274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

Re: א פארלוירן איד געזוכט.

שליחה דורך מארמאראשער »

אויב ממעג פרעגן.... ער האט א ווייב? קינדער?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מארמאראשער האט געשריבן:אויב ממעג פרעגן.... ער האט א ווייב? קינדער?


מיר גייט נישט אזוי אין לעבן צו וויסן אלע איינצעלהייטן פון די פאסירונג, אבער אז די פרעגסט וועל איך דיר מסביר זיין וויאזוי די גייסט דאס געוואר ווערן.

אצינד ווען דער עולם איז נייגעריג צו וויסן וואס ס'האט פאסירט גייט דאס קיינער נישט מיטיילן, מ'גייט לאזן דעם עולם אין שפאנונג און מ'גייט נישט אויסזאגן וואס דא האט פאסירט, מכלומרשט גייט אזוי די מעשה פארגעסן ווערן, ענדערשט זאל דער עולם אנהייבן צו גראבן דערין.
דערנאך ווען אפאר קאנספיראציע טעאריקער וועלן אנהייבן שפאקולירן אין פארשפרייטן זייערער שפעקולאציעס און דאס גייט ווערן די אנגענימענע ווערסיע ביים עולם וועט שוין מוזן ארויסקומען הכחשות און דארט וועט מען טרעפן אלע איינצעלהייטן.

דאס איז א חלק פון אונזער מענטאלעטי צו דערשטיקן די פאקטן האלטנדיג אז אז ס'גייט בלייבן דערשטיקט.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

שלום, איין זאך ווייס איך שוין אז דיין ברידער איז ערק נישט. א ברידער ווואלט נישט אזוי גערעדט.

(אפשר אין משפחת שטיסל יא?)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שלום שטיסל האט געשריבן:
מארמאראשער האט געשריבן:אויב ממעג פרעגן.... ער האט א ווייב? קינדער?


מיר גייט נישט אזוי אין לעבן צו וויסן אלע איינצעלהייטן פון די פאסירונג, אבער אז די פרעגסט וועל איך דיר מסביר זיין וויאזוי די גייסט דאס געוואר ווערן.

אצינד ווען דער עולם איז נייגעריג צו וויסן וואס ס'האט פאסירט גייט דאס קיינער נישט מיטיילן, מ'גייט לאזן דעם עולם אין שפאנונג און מ'גייט נישט אויסזאגן וואס דא האט פאסירט, מכלומרשט גייט אזוי די מעשה פארגעסן ווערן, ענדערשט זאל דער עולם אנהייבן צו גראבן דערין.
דערנאך ווען אפאר קאנספיראציע טעאריקער וועלן אנהייבן שפאקולירן אין פארשפרייטן זייערער שפעקולאציעס און דאס גייט ווערן די אנגענימענע ווערסיע ביים עולם וועט שוין מוזן ארויסקומען הכחשות און דארט וועט מען טרעפן אלע איינצעלהייטן.

דאס איז א חלק פון אונזער מענטאלעטי צו דערשטיקן די פאקטן האלטנדיג אז אז ס'גייט בלייבן דערשטיקט.


יפה דיברת אזוי גייט עס געווענדליך, מ'מיינט נאך אז מ'טוט א טובה, געווענדליך ווערט עס נאר ערגער מיטן נישט אויסזאגן די פאקטן.
פארשוויגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך פארשוויגען »

איך וויל נישט אויסזעהן ווי א נאר וואס פרעגט וואס יעדער פארשטייט שוין אליינס.. דער וד"ל דארפן מיר אלע צו פארשטיין עס מיינט ער האט אראפגעטאנצען פון בריק, יא?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איז נישט קאווע שטיבל א מקום נאר פאר ערוואקסענע??...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מארמאראשער האט געשריבן:אויב ממעג פרעגן.... ער האט א ווייב? קינדער?

ער האט דריי קינדער, צוויי חתונה געהאט און איין בחור. אויך (1?) ברודער. זיין טאטע ר' אביגדור יאסער איז ממש יעצט אוועק לחיי עלמא.
ער איז געווען חתונה געהאט, נאכן כאפן א שווערע אויסברוך, האט ער זיך גע'צוועלעווט.

יארן לאנג איז ער געווען פארשפארט כלוי בבית. זעקס יאר צוריק, האט ער אנגעהויבן ארויסצוקומן פון דערהיים. (איך געדענק דער בדחן וועלוול פעלדמאן האט מיר דאן געזאגט: געוואגטער, ביי קידוש החמה האב אויך אים אינזין... נאכן זיך נישט באווייזן צום ליכט שיין צענדליגער יאר)

במשך די לעצטערע יארן האט ער זיך געדרייט צווישן מענטשן, פארהעלטענמעסיג אונטער נארמאלע אומשטענדן. אבער די לעצטערע חדשים איז ער געפערליך צוריק געפאלן. עד שבא לגבות את חיובו ונתקיימה בידו רח"ל.

-------
יעצט, פאר אלע נייגעריגע קאטשקעס וואס זארגן זיך פון קאווער-אפס, און ווילן וויסן וועלכע קאליר פילן ער פלעגט נעמען, געלע צו גרינע, צו וועלכע טישאוס ער פלעגט ניצן, קלינעקס, אדער די ברוינע שוהל טישאוס, קענען זיך פארבינדן אויף די נומער 1951-262-3752. און פרעגט אייערע פראגן.
פארשוויגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך פארשוויגען »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:-------
יעצט, פאר אלע נייגעריגע קאטשקעס וואס זארגן זיך פון קאווער-אפס, און ווילן וויסן וועלכע קאליר פילן ער פלעגט נעמען, געלע צו גרינע, צו וועלכע טישאוס ער פלעגט ניצן, קלינעקס, אדער די ברוינע שוהל טישאוס, קענען זיך פארבינדן אויף די נומער 1951-262-3752. און פרעגט אייערע פראגן.

פארוואס פעלט אויס דער זלזול אין דער ציבור. דאס וואס דער עולם אינטרעסירט זיך וויסען פרטים ווייל עס גייט זיי אן א צרה פון א היימישער איד, איז דער זעלבער עולם וואס ווען עס פעלט אויס זייער הילף זוכען טאנצען זיי שוין און לייגן צו א האנדט ווי מען דארף, ביי די מעשה און ביי אנדערע מעשיות. עס איז נישט שיין אז ווען מדארף דער עולם פארשטייט מען אז כולנו בני איש אחד מיר זענען אלע ברודער און מיר קעירען וועגן א איד'ס צרה, און מ'בעהט זיך פאר הילף. און ברגע וואס מען דארף שוין נישט דער הילף מאכט מען אוועק די קשר ווי כאילו מיר זענען סתם נייגעריקע קאטשקעס וואס שטערן נאר פאר די גרויסע טאטעס. דיין ברודער וואלסטו אזוי גענטפערט ווען ער בעט פרטים אדער וואלסט מענטשליך דערציילט וואס ער וויל וויסען?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארשוויגען האט געשריבן:דיין ברודער וואלסטו אזוי גענטפערט ווען ער בעט פרטים אדער וואלסט מענטשליך דערציילט וואס ער וויל וויסען?

אויב די ברודער וואלט געפרעגט אויף א פובליק פארום? כ'האף אז נישט...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב זיך נישט באצויגן מיט די קאטשקעס צו מארמאראשער, נאר צו שטיסל'ס צינישקייט. ער שטעלט אוועק ווי כאילו די קאנספיראציע שטאפלן שפרינגן יעצט הויך ווי טראמפס סטאקס.

דא שטייט אז ער איז געווען א איד מיט ספעציעלע געברויכן, און אז ער האט זיך ליידער גענומען די לעבן. ס'נישט דא מער וואס צו העלפן דא. חוץ אז די ווילסט שוקן סאפער פאר זיין בחור'ל.

דא בעט מען אז מען זאל נוהג זיין כבוד המשפחה... יעצט, איז איינער מחיוב צו פארציילן יעדער דעטאל? ניין!

איי, זאג מיך יא אויס אלע פרייוועט אינפארמעישן, ווייל... איך בין פון די וואס וואלטן געהאלפן זיכן, און איך מעג וויסן. (נאכדערציה, קיינער פרעגט נישט פון נייגער פשוט פון זארג...) איך מיין אז די זאך איז קלאהר.

-------
נ"ב. איי, עזריאל זאגט א גערעכטע נקודה, אז אין רוב פעלער צאלט זיך נישט אויס שווייגעניש, גערעכט. דאס מיינט נאך נישט אז ווייל עס צאלט זיך נישט אויס, דארף איינער גיין ענטפערן יעדער שאלה.

--------
נ"ב"ב. אויב האסטו עני שאלה וואס אפעקטירט נישט כבוד הנפטר והמשפחה, צו איר זארגט זיך צו איר זענט פלעין נייגעריג, פרעגט, און איך וועל אייך פרובירן צו ענטפערן.
פארשוויגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך פארשוויגען »

איך האב נישט קיין קאשעס. איך פארשטיי די מעשה. איך באצי זיך נאר צו די פארשידענע הודעות מען זאל נישט שמועסען כבוד המשפחה בלא בלא, וואס מאכען עס אויסזעהן כאילו עס איז דא ווער ווייסט וואס באהאלטען דא. אויב וואלט מען נישט צוגעלייגט די אזהרות און פשוט מודיע געווען בדרך כבוד וואס די מעשה איז וואלט אויך שטיסל נישט געהאט וואס צו האבען טענות. עס פארשטייט יעדער אז מען בעהט נישט צו וויסען וועלכע פיל ער האט גענומען אדער סיי וועלכע פריוואטע זאך, נישט פון דעם רעדט מען. נאר סתם אז למשל מען איז מפרסם אין אלע צייטונגען און סייטס א הודעה העלפן זיכען איז מענטשליך אז מען איז מפרסם די זעלבע פלאץ די סוף פון די מעשה נארמאל אן קיין וד"ל און אזהרות פון כבוד המשפחה. בפרט אז עס איז טאקע נישטא וואס צו באהאלטען, די מעשה איז טרויעריג אבער גאנץ פשוט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער געוואגטער יונגעל איז גאר דער וואס האט מיט זיין געוואגטקייט אנגעהויבן רעדן פון פיללן, ביי זיין ערשטע תגובה אין די אשכול נאך פאר סאיז אפילו געווען נוגע צום שמועס און נאך פאר ער איז געווען זיכער פארלוירן האט ער תיקף גענומען דאס ווארט און אויסגערופן מיט א צינישקייט אויף א פובליק פלאטפורמע אז דער ברויך פילעכלעך דערנאך באשולדיגט ער מיר גאר.
איך האב קיינמאל נישט געפרעגט וועגן פיללן און נישט וועגן סעלף קאנפידענץ, האסט א גילטי פילינג גיס מיר נישט אן דערמיט.

והשנית, קעגן דיין צינישקייט בין איך א תם במילא בא׳טיטל מיר נישט אלץ א ציניקער. (דאס קענסטו נעמען אלץ א קאמפלימענט)
ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך ישראל גלויבער »

קינדערלעך, מיר ווילן וויסן די פארזעצונג, נישט אייערע הרגשים..
ווער ס'האט עפעס חדשות זאל זיך לאזן הערן..
איך הער! נו נו..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך ישראל גלויבער »

נו... השבת אבידה.. ווער קען עהם דערווישן..
איך הער! נו נו..
פארשפארט