א שמיעס מיט פלטיאל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

א שמיעס מיט פלטיאל

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]איך דריי מיך זייער זייער זעלטן אויף אייוועלט. פונקט היינט האב איר אריינגעקראכט אין א פרישע טיווי עפיזאד וואס שפילט דארט וועכענטליך, מען מאכט אינטערוויאוס מיט ניקים. די אינטערוויאו פון היינט איז עולה על גביהן, ממש עס לוינט זיך צו ליינען, די אינטערוויאו איז צום לאכן און צום ברעכן, והנה אויב האט איר נישט קיין נערווען דורך צו ליינען די אינטערוויאו וועל איך עס אייך אינטערפעטעטן בקיצור. אט ליינט:

ווען האט איר די ערשטע מאל אנגעהויבן צו ליינען די דבר יום ביומו?

פליטיאל: גראד נאך מיין חתונה.

ווען פלעגט איר דאס ליינען?

פלטיאל: אין מקוה, איך האב עס ארויף געקלעבט אויף די וואנט פונעם מקוה, און עס אזוי געליינט.

וויאזוי האט זיך געהאלטן די פאפיר:

פליטיאל: מיט וואסער.

וואס האט איר געטון בשעת׳ן ליינען די דבר יום ביומו?

פליטיאל: געקראצט מיין פיס.

האט זיך די פאפיר אלץ געהאלטן אויפן וואנט?

פליטיאל: ווענד זיך, אויב פלעג איך עס ליינען פאר א לאנגע צייט פלעגט די וואסער זיך אויסטריקענען, און די פאפיר איז אראפגעפאלן.

אויסער די דבר יום ביומו, וועלכע נאך אינטערסאנטערע נושאים האט איר ליב צו ליינען?

פליטיאל: פיליזאפיע, אנטראפאלאגיע, און אנצליקיפידיה.

פשיהא! קיינמאל נאכנישט געהערט אזעלכע הויעכע וויקעבעלערי ווערטער, קענט איר מסביר זיין ווען עס איז די ערשטע מאל איר האט געהערט די ווערטער?

פליטיאל: דאס ערשטע מאל וואס איך האב געהערט די ווארט אנצליקיפידיה איז געווען ווען איך בין געווען א קינד און געליינט די 'קאליפול אנצליקיפידיה' ביכל פון חיות און מאשינען, ראקעטן, און באנען. דארטן האב איך באקומען א שטארקע געפיל פאר אסטראנאמיע. די ערשטע מאל וואס איז האב געהערט פון פיליזאפיע, און גראדע באקומען א געפיל דערצו איז געווען ווען איך האב די ערשטע מאל געליינט 'יפה בעטו'. איך פלעג דאס אסאך ליינען, און איך קען זאגן אז איך בין א שטארקע ידען אויך אין סייענס.

וואס איז דאס סייענס?

פלטיאל: סייענס איז אזאך וואס האט צוטון מיט די variety of the nature formats that possess the human and universal biology. איך ווייס נישט צו איר קענט ענגליש, אבער דאס מיינט די חוש פון שמעקן דיעות פון מענטשן. איך האב אויפגעבויעט די שטארקע חוש הסייענס ווען איך האב מיך אנגעהויבן צו דרייען אויף 'אייוועלט' און באמערקט די פארשידענארטיגע מיינונוגען פון מענטשן. כשם שדעתיהם אינם שוות כך פרצופיהם אינם שוות, אזוי זאגט דאך שלמה המלך אין ספר משלי. נעמט א דוגמה וואס האט למשל פאסירט ווען עמיצער האט פרעגט צו מען האט געמעגט איבערבויען די פאליש אין ראדני. איז אנשטאנען קאנטער געפעכטען פון די עולם דא, מאנכע האבן געטענה'ט אז מען טאר נישט צעווארפען די ווענט וואס האט אין זיך איינגעזאפט אזויפיל 'הייליגע פעלאשען', און עס וואלט ווייטער געדארפט דינען אלס א לענדמארק פון די גרעסטע מאס moisture אין ברוקלין. אנדערע האבן געטענה'ט אז מען מוז עס צעווארפען ווייל די טוילעט אינעם פאליש פלעגט אויפברענגען זכרונות פון די באראקען פון אנטלאפענע קיען אין א וואלד. בקיצור איך פלעג אלס דערשנאפען מי ומי ההולכים ווער עס האט א דעה ישרה און ווער עס האט משכילישע מיינונגען.

איך זע אז איר רעד אסאך ענליגשע ווערטער, פון וואו האט איר זיך אויסגעלערנט אזוי גוט ענגליש?

פליטיאל: פונקט האט מיר א געשעפטס מאן פאריגע וואך געזאגט די זעלבע זאך. פאסירט האט עס ווען איך האב געוואלט באצאלן 'דער איד' וואס איך האב געקויפט. און איך האב נאר געהאט א צוואנציגער, די רעדזשיסטער האט נישט געהאט קיין רעשט (עס מיינט טשענזש בלע"ז) האט ער מיר געפרעגט אויב איך האב קלענערע געלט. האב איך אים געזאגט: בעסיקלי האב איך אויך קוינס, וואס קען טעקנעקלי ראטעווען די סיטשיועשען דא, עפטער אולל בין איז מיזריבעל אז איך האב פונקט געהאט ביי מיך קלענערע געלט. בקיצור א מעשה, צו מאכן א קורצע מעשה לאנג, ער האט געמאכט א מינע ווי איינער זאגט: דו האסט א גוטע ענגליש.

פריער האסטו געזאגט עפעס א ווארט אנטראפאלאגיע, האסט מיר נאכנישט געענטפערט אויף יענע ווארט וואס דאס באדייט?

פליטיאל: אה! אנטראפאלאגיע מיינט די שליכטונג פון די מענטשהייט מיט די אלגעמיינע יוניווערס, עס איז עפעס אזא סארט טערמין פון אנצליקיפידיה, נאר עס מיינט מער סאשעל און נאטורליך. איך האב געהערט א גאנצע אפהאנדלונג וועגן דעם פון סיני מאבליצקי און אי"ה ביי א געלעגענהייט וועל איך שרייבן א לענגערע ארטיקל.

פארמאגט איר מער ווי איין ניק דא אויף אייוועלט?

אודה ולא אבוש, די ערשטע יאר נאך מיין חתונה ווען איך האב נאך געלערנט אין קינגסטערעס (אוטש.. גילו.. חחח) האב איך געהאט 14 ניקים. אבער נאך א שטיק צייט האב איך מחליט געווען צו עפענען נאך איין ניק און מיט דעם בין איך געבליבן.

פארוואס האט איר אויסגעוועלט פונקט די נאמען פלטיאל?

פלטיאל: דאס איז א סוד (עס קען זיך גרעניצען מיט גילו)

שרייבט איר אמאל מיט די אנדערע ניקים?

פליטיאל: ניין, די איינציגסטע מאל וואס איך באנוץ זיך מיט די אנדערע ניקים איז ווען איך שרייב א אשכול און קיינער ענטפערט נישט, קום איך אריין מיט א גרינע פינגערס פון מיין אנדערע ניק.. שוין האב איך אייך מגלה געווען א סוד.

וויאזוי האט איר אזויפיל צייט צו שרייבן אין מיטן טאג, איר האט אמאל געזאגט אז איר ארבעט פאר מוסדות רמ"א?

פליטיאל: וואס הייסט, די איבריגע צייט ארבעט איך דאך אויף עמעזאן, און ווייסטאך, רוב יאר איז נישט די סיזען סא איך האב אסאך איביריגע צייט.

איר האלט אז די עולם גייט גלייבן אז דאס איז א אינטערוויאו פון צוויי מענטשן, אדער עס זעט אויס ווי איין מענטש וואס פרעגט און עטנפערט?

פלטיאל: וואס רעדט איר, זיכער גייט מען מיינען אז עס איז צוויי מענטשן! וואס הייסט איך מאך דאך חוזק פון מיך אליין, ואין אדם משים עצמו רשע.[/justify]
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: א שמיעס מיט פלטיאל

שליחה דורך ירא שמים »

א געזונטע לץ דער פלטיאל… כמיין פרייוויליג…
[NAMELESS]

Re: א שמיעס מיט פלטיאל

שליחה דורך [NAMELESS] »

חחחחחחחח

טאקע גוווווט!!!
פארשפארט