ב"ה מ'האט מיר אויפגערופען לגדולה, איך בין ארויף צו גאר גרויסע שטאפלען פון רוחניות'דיגע דערגרייכונגען, כי אותך ראיתי צדיק לפני בדור הזה, שטייט'ס אויף לעבודת הבורא, ווייל דער באשעפער אליינ'ס האט דיר געוויילט פון אלע ליטווישע מגולחי פנים, חלב עכו"ם זויפער'ס מטומטמים וואס גייען אויף דעיט'ס, קורצע רעקעל באקליידערטע'ס, קנייטש היט טראגער'ס, בעלי גאוה ושחצנות, צו שטיין אויף איין בלעמער מיט ר' סענדער און זיין דער וואס וועט איינשלינגען די חצים ובליסטראות פון די קנאים לדבר ה', די הייפעלע ברכיים אשר לא כרעו לבעל וואס זענען אונז מזכה מיט זייער אנוועזענהייט ביי אונז אין שטיבל.
אז [tag]berlbalaguleh[/tag]האט זיך גענומען צו מיין ביינער מיר אויסצולערנען לעקיש, מיינט עס אז אין ביני לבין ר' סענדער יותר מחוט השערה, טאקע דער שערה פון דער נימא מצא לה וואס האט פאראורזאכט די קורצשלאס ביי ר' בערעל אין געוויסען. דער קליינע חילוק אז ר' סענדער האט גע'ארבעט אויף פרנסה און אויף מיר איז עס נאך א ספק און א סתירה, מאכט נישט אויס לגבי דער יסוד פון די ענין, אז איך און סענדער זענען פון איין שטיק שטאף גענייט, צווילינגען פון די זעלבע טאטע (און מעגליך מאמע אויך).
מ'ווייסט שוין וואס איך טוה פאר פרנסה און ווי איך דריי מיר, הגם ס'זעט אויס אפאר סתירות אינ'ם ענין. אבער חזקה אויפ'ן הויכגעשעצטע בעלעגלה אז ס'וועט איהם געלונגען מיישב צו זיין די סתירה מיט עפעס א פארדרייטען כשרונ'דיגע שכר מצוה בהאי עלמא ליכא מיט א ברייתא דר' ישמעאל און א מחלוקת ויזתא און פרשנדתא'דיגע פלפול, אין די זעלבע צייט ווען מ'מאכט חוזק פון 'יענער צלמ'הארציגע' וואס זאגען פלפולים של הבל אין א רמב"ם. ס'וועט אזוי גלאנצען דער תירוץ אזש מ'וועט שוין נישט וויסען וואס איז געווען דער קושיא מעיקרא און דער קאפ וואס האט זיך אזוי פארדרייט אויף לינק'ס פון די פשטלעך פון דער ליטוואק וועט זיך דרייען אויף צוריק והכל על מקומו יעמוד בשלום, פונקט ווי ניוטא"נ'ס דריטע געזעץ האט אונז שוין פעסט באשטעטיגט, און דינא דמלכותא דינא, און אזוי וועט מערצעשעם בלייבען.
מ'ווייסט שוין אויך וואס מיין ווייב טוט אגאנצע טאג, נאך מער ווי איך קען. איך ווייס נאר וואס ס'שטייט אין די קרעדיט קארד ביל'ס, אבער אלע דא האבען שוין די זכייה צו וויסען אין וועלכע אפיס קען איך איהר טרעפען און וואס זי טוט דארט.מ'טוט נישט אריינרעכענען דער צד אז איך בין גאר א גרוש וואס האט נישט קיין ווייב אין שטוב, און איך פארע זיך אליינס מיט מיין קינדער.
מ'ווייסט שוין אויך אין וועלכע אפיס איך זיץ צו שרייבען אויף ק"ש, זיצענדיג אין ביה"כ אין כולל א גאנצע טאג, אדער ביים ארבעט, ווענט זיך אויף וועלכע צד פון די סתירה מ'וועט אריינגייען. דער גרויסע זכות וואס איך האב אז איך בין נישט אינגאנצען א מתנגד, עפעס האב איך נאך מיט די געוואלדיגע חידוש פון חסידות, וואס ווען נישט פאר די הפצת המעיינות פון מנהיגים פון קאלעדזש ארויס וואלט אינגאנצען פארגעסען געווארען עפ"י דער גרויס מיה און פלאג וואס דער רבי פון סענדער האט אריינגע'ארבעט משכיח צו זיין ביי אידען, און איך ווייס גוט אין וועלכע צימער זיך צו דרייען צו הייסען א חסיד פון פריערדיגע צייטען, מחסידים הראשונים. איך טראג אפשר נישט קיין גארטעל און איך שנייד מיר די בארד, איך דאווען שבת אינדערפרי פאר אכט אזייגער און איך האב קיינמאל נישט געגעסען קינדל אום שמח"ת (איך ווייס ניטאמאל ווי ס'זעט אויס), דער אלטע היים מיינט ביי מיר ענגלאנד און איך ווייס ניטאמאל וואס די ווערטער 'היימישע השגחה' באדייט. געזיפטע מעהל און באקוקטער אייער זענען מיר ווייניגער וויכטיג ווי ישן מעהל און מיין קינדער (ולדעת ר' בערעל איך אויך) קענען נישט קיין ווארט אידיש. אבער מיט איין זאך האב איך נאך זוכה געווען זיך אנצוכאפען אינ'ם גארטעל פון חסידות, איין ווינקעל אין הארץ (אדער ערגעץ אנדעריש) איז נישט פארדעקט מיט די צלם. איך זיץ אפ שעות אין ביה"כ. נישט אינגאנצען פארלוירען, דער שקר האט אין זיך נאך אביסל אמת, ווייל דער מתנגדיש'ע יישבן ווארעמט א בית כסא בענקעל במשך כמה שעות אין טאג. בעטען אז ס'זאל זיצען לעבען איהם א גלאז וואסער איז צו פיל (ווער ווייסט? דער ליטוואק קען עס נאך אויסטרינקען אזוי ווי דער בריסקער ביי מים אחרונים. אופס, דער בריסקער איז געווען מנחם בגין וואס אלס ציוניש'ע פיהרער באקומט עקסטרע ליבע פון ר' בערעל פאר'ן אויסלייזען די אידען באצייטענ'ס), אבער א התחלה איז עס נאך.
מ'האט שוין א מיינונג אויף וויפיל תורה איך קען, און ווען ס'וואלט געווען אביסל מער צייט אין טאג, וואלט ר' בערעל אויפגעוויזען מיין עמהארצות אין יעדער אשכול וואס איך האב דארט זיך געוואגט אריינצוטרעטען מיט די אנשמירעכצער פון מיין שרייבמאשין. ער איז גרייט אויפצוווייזען אז רבית מוקדמת מיינט טאקע קויפען אויף ביליגער מחמת הקדמת מעות, און דער רעגירונג'ס שמירה אויף מילך פארזיכער'ט אונז נישט אז די פלעשל האט נישט געזייגט ביי קיין פערד. ער קען אויפווייזען אז הרב שך האט פאלש פארשטאנען דער ליובאוויטשער רבי און אז מ'דארף לערנען הלכה אן ח"ו פארשטייען די פלפול הסוגיא, נאר סתם דורכליינען א ליקוט'ל וואס איז געדרוקט געוארען אין תשנ"ו בהסכמת מרן ר' משולם פייוויש שווארץ. אלס קען ער אויפווייזען, נאר דא עקא, די קינדער אין בארא פארק קענען נישט בלייבען א גאנצע נאכט אין חדר, און קיין קפיצת הדרך האט ער דאך נישט, און דעריבער מוזען אונז אלע בלייבען מיט די גרייזען וואס דער ליטוואק האט אנגעמאכט, ביז ווי לאנג די קינדער זענען נישט אין די היים און ר' בערעל קען אהיים גייען זיך ווייקען אין א ווארמע וואנע און אפטרינקען די ווארמע מילך (אונטער די שטרענגע השגחה פון די רבנים וואס מ'האט נאך נישט באשטעטיגט ווער זיי זענען און ווי לאנג איז זייער בערד, אבער שטייט golden flow אויפ'ן פלאש און ווער דארף מער ווי דעם?), און ווען באבי לייגט זיך צו אזייגער ניין, קען ער ארויסנעמען בגניבה זיין שפילצייג און ווייטער קאטשקען און ערקלערען כיד השליוואוויץ הטובה עליו.
פון די הייסע לופט וואס האט זיך געבלאזען פון ר' בערעל'ן וואלט מען געקענט ערלעדיגען אלע בערג שניי אין די געסער פון לעיקוואוד, ס'וואלט זיך אויסגעלאזט ווי פוטער אויפ'ן קאפ פון דער ליטוואק וואס מ'האט געכאפט ביים סקולענער טיש. אזוי וועט ר' בערעל ווייטער קענען פיהרען דער באס מיט איין האנט און שרייבען אויפ'ן קלוגע-פאון מיט די אנדערע, און מיר וועלען אלע נהנה זיין ('שטייט זיך, נישט די וואס האבען קינדער אויף זיין באס, אבער וועמען גייט אן די נישטיגע פאר עלטער'ן אין ב.פ. כלפי טויזענטער פון איבער די גארער וועלט וואס ווארטען מיט דארשט פאר די דברי פקחות פון די בייטש פון די בעלעגלה) פון פסקי הלכה, דברי דרוש, טיפזיניגער דעות, און פארצווייגטע וויסענשאפטען.
וואופ'ס, ס'האט אויסגעבראכען א שלום, מ'גייט שוין נישט קעמפען, מ'גייט שוין נישט שעלטען, מ'גייט שוין זיין וואויל, איך זאג צי, אלס האט זיך שוין גע'ענדיגט. ר' סענדער גייט בלייבען א יחיד בדורו, נטורי קרתא וועט בלייבען מיט איהר ספעציעלע ווינקעל אין הארץ פון ר' בערעל, און איך, ליטוואק פון בודאפעסט, בלייב עלענד און אליינס, אן קיין שום קעגענער'ס אן קיין שונאים, סתם מיכל במלא מובן המילה.
אלזא, דער וואס וויל זיך איינמעלדען מיט מיר צו קעמפען, ממשיך זיין בדרכו של נאר,,פרייליך, מנשה לוסטיג ודעימיה, איז געבעטען שוין אנצוהויבען כדי אלע שטיבעל דרייער'ס זאלען נישט בלייבען מיט דער צלמ-הארציגע, נישט-קענער פון אידיש, דריי קאפ עם הארץ.
--------------------
ר' בערעל, איך האב אנגעהויבען פאר דו האסט איבערגעבעטען, און ווי קען איך לאזען אזא שיינעם שטיקל גייען לטמיון? דעריבער ר' בערעל איך בעט אייך שוין מחילה אבער איינהאלטען קען איך זיך נישט. דער עולם וועט עס סייווי נישט פארשטייען ווייל ס'איז דאך נישט קיין אידיש.
אנשי שם: סענדער דייטש און ליטוואק פון בודאפעסט
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אנשי שם: סענדער דייטש און ליטוואק פון בודאפעסט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: אנשי שם: סענדער דייטש און ליטוואק פון בודאפעסט
ב"ה איינער האט זיך שוין געמאלדען! איך בין שוין נישט איינער אליינס. נאך א שווערער שבת פון עלענדקייט און קלעם, איז דער ישועה געקומען. איינער וואס רופט זיך מור וקציעה, וואס וויל נעמען א טרעמפ אויפ'ן חשבון פון ר' בערל, וואס כפי הנראה האט נישט מיט ר' בערל מער ווי א גע'אייניגטע וויסטע שנאה צו הרב שך, האט מחליט געווען אז ער נעמט איבער דעם שופר, ער וועט ווייטער [URL][ viewtopic.php?p=319569#p319569 /URL]בלאזען לטובת הכלל והפרט, און מיר אלע קענען ווייטער לעבען.
נאר מחמת הספק איז ראטזאם אז דער וואס וואוינט אין ב.פ. און שיקט קינדער אין חדר, זאל זיי נישט לאזען אויפ'ן באס אין די נעקסטע שטיק צייט, וויבאלד ס'וועט אפשר זיין אן אויפגערעגטע דרייווער מיט זיין סעלפאון אין האנט בשעת'ן דרייווען.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נאר מחמת הספק איז ראטזאם אז דער וואס וואוינט אין ב.פ. און שיקט קינדער אין חדר, זאל זיי נישט לאזען אויפ'ן באס אין די נעקסטע שטיק צייט, וויבאלד ס'וועט אפשר זיין אן אויפגערעגטע דרייווער מיט זיין סעלפאון אין האנט בשעת'ן דרייווען.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא