אידישקייט אין די תקופה פון ציוניזם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

אידישקייט אין די תקופה פון ציוניזם

שליחה דורך berlbalaguleh »

אט דאס איז די העדליין פון א ווידעא קליפ אויף יו.טוב. פון איבער א שעה לאנג.דאס איז דער תמצית פון אן אינטערוויו און אויך א סיור (אנטשולדיגט. איך ווייס נישט דאס אידיש ווארט פאר דעם אויפ'ן מאמענט.) וואס "הרב" ישראל דוד ווייס פון די נטורי קרתא , אין די באגלייטונג פון "הרב" משה בער בעק (י"א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]) פאר אן אראבישן שגץ פון עפעס א נייעס אגענטור (לא דייקתי בשמו). הרב ווייס פיהרט איהם ארום איבער די פארשידענע מוסדות התורה אין מאנסי און ער באווייזט איהם אז אויף קיין איינס פון זיי געפונט זיך נישט דער מדינת ישראל פאן. ווייל ער ארבעט מיט די הנחה אז א יעדער איינס פון די מוסדות זענען אקעיגן ציונות. וואס איז טיילווייז אמת. ווייל פון נישט זיין קיין ציוניסטישע אנהענגערס ביז טון די מעשים תעתועים וועלכע ער און זיין גרופ טוען איז נאך א שטיקל מרחק. שפעטער פארן זיי צו זיין (ישראל דוד ווייס) הויז. וועלכעס זעהט אויס זייער בעל'בתיש און קלאסיש אידיש אהערגעשטעלט פאר אזא צודרייטע בריאה. נאר, רעדנדיג מיט דעם אראבישן שגץ רעדט ער לכאורה גאנץ לאגיש (לשיטתו) ער רעדט זייער א גוטן ענגליש, וואס ער האט זיכער נישט געלערנט אין די ישיבות וואו אונז אלע, אדער רוב פון אונז, זענען געגאנגען. נאכדעם אינטראדוסט ער דעם אלטן דר-ק צו דעם אראבער. זאגנדיג אז זיין (דעם אלטנ'ס) ווייב איז שוין זעקס דורות א פאלעסטינער. דער אלטער קען נישט קיין אות אחת ענגליש. ער זאגט א ..."מאמר" און ווייס טרענסלעיט. נאר ער זאגט אזעלכע פערדישע זאכן וועלכע הייבן נישט אן צו מאכן קיין סענס אפילו לשיטתם. ער רעדט צום טמא'נעם אראבישן, אנטיסעמיטישן שייגעץ כאילו ער האט דא פאר זיך א קלאס, להבדיל אלף אלפי הבדלות פון אידישע קינדער. ביני לביני ווארפט ישראל דוד ווייס אריין זיין אייגענעם געדאנק. די אונטערשטע שורה פון דעם אלעם איז אז נאך די אלע דברי הבל ורוח וואס זיי רעדן דארט צוזאם פרעגט דער אראבער ימ"ש..."אבער וואס טוט עטץ צו אראפקלאפן דאס ציונות. (כאילו וואס זיי ביללן און טוען ביז איצט איז גארנישט מיט גארנישט). אויף דעם ענטפערט איהם ישראל דוד אז זיי גייען ארום איבעראל לעקטשורן און דעמאנסטרירן אקעיגן ציונות. אויך איז יד"וו מדגיש פאר דעם פאשאלטענעם אראבער אז ער קען אדורגיין גאנץ ווילאמסבורג און ער וועט נישט טרעפן אפילו איין ציוניסטישן פאן...!

די נאמען פון דעם קליפ אויף יו.טוב איז....Judaism in the era of Zionism
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

berlbalaguleh האט געשריבן: רעדנדיג מיט דעם אראבישן שגץ רעדט ער לכאורה גאנץ לאגיש (לשיטתו) ער רעדט זייער א גוטן ענגליש, וואס ער האט זיכער נישט געלערנט אין די ישיבות וואו אונז אלע, אדער רוב פון אונז, זענען געגאנגען.

ער קומט פון א פרייע [מעגליך נישט אידישע] שטיב אין די מידוועסט, ער איז שפעטער געווארען א בעל תשובה/עבירה


דאס איז די יו טוב לינק
https://www.youtube.com/watch?v=UnPVUxGZl8M
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

במאמר המוסגר: רעדענדיג פון הרב ווייס איז אינטערסאנט אנצומערקן זיין ענגליש. אויב האב איך אמאל געמיינט אז א חסידישע אינגערמאן קען גרייכן א פראפעסיאנאלע ענגליש איז ער נישט קיין ריכטיגע דוגמה. וויבאלד ער איז אויפגעוואקסן אין ענגלאנד. איך בין נייגעריג וויפיל חסידישע אינגערלייט וואס איר קענט וואס קענען רעדן אזא גוטע ענגליש.
ishchusid
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 6:53 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: אידישקייט אין די תקופה פון ציוניזם

שליחה דורך ishchusid »

מור וקציעה האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן: רעדנדיג מיט דעם אראבישן שגץ רעדט ער לכאורה גאנץ לאגיש (לשיטתו) ער רעדט זייער א גוטן ענגליש, וואס ער האט זיכער נישט געלערנט אין די ישיבות וואו אונז אלע, אדער רוב פון אונז, זענען געגאנגען.

ער קומט פון א פרייע [מעגליך נישט אידישע] שטיב אין די מידוועסט, ער איז שפעטער געווארען א בעל תשובה/עבירה


דאס איז די יו טוב לינק
https://www.youtube.com/watch?v=UnPVUxGZl8M

ער איז נישט קיין בעל תשובה, אין ער קומט נישט פון די מידוועסט.
זיין פאטער איז געווען א פיין ערליך היימישער איד, געוואונט אין בארא פארק.
מן הסתם זיך גוט געגעסן דאס געזונט מיט דעם זוהן'ס מעשים טובים.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מיר האבען שוין דריי אדרעס'ן פאר דער פארשוין; מידוועסט, ב.פ. און ענגלאנד. אפשר האט ער דריי פערזאנאליטעט'ן, און יעדער איינער שטאמט פון אן אנדערע פלאץ, ווער ווייסט?

דאס פאסירט ווען מ'מאכט נייע עבודות און מצוות נישט געבויט אויף תורה. מ'מאכט זיך א סברא, אז וויבאלד דער מדינת ישראל איז אזוי געפערליך קעגען דער אויבישטער (א זאך וואס אסאך האלטען נישט זייענדיג פון זייער חברה), ממילא איז פשוט אז דער אויבישטער'ס ארבעט איז זיי אראפצוקלאפען (נישט טראכטענדיג אז דער אויבישטער האט אונז געגעבען א תורה און שין אויסגעלערנט וואס איז זיין ארבעט. אונז זע'מיר נישט פון וואלד ארויס אז מ'דארף ממציא זיין אן אייגענעם תורה), און פאר דעם דארף מען זוכען שותפים כדי צו געונגען אין דעם (דער שותפות האט דער תורה אויך געהייסען מאכען? אפשר פארקערט, וויבאלד די אראבער ווילען הרגנ'ען אידען, דארף מען מאכען א שותפות מיט ציונים זיי צו ראטעווען? או כלך לדרך שלישית....), און אזוי האט מען א פארטיגע שטיקל תורה, וואס אן עם הארץ קען עס איינשלינגען, אבער איינער וואס ווייסט אז אונזער לעבען דארף געפיהרט ווערען פון תורה און נאר פון תורה דארף שוין וויסען אז לא זו הדרך ולא זו העיר.

איך הער אבער אז ר' משה בער אי א איד א תלמיד חכם, און אויב אזוי, הגם ער איז זיך לכאורה שטארק טועה, מ"מ דארף מען רעדען פון איהם פערזענליך מיט דרך ארץ, על אף אז ער איז נישט גערעכט. לא כך למדנו בתורה?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרייוויליג האט געשריבן:במאמר המוסגר: רעדענדיג פון הרב ווייס איז אינטערסאנט אנצומערקן זיין ענגליש. אויב האב איך אמאל געמיינט אז א חסידישע אינגערמאן קען גרייכן א פראפעסיאנאלע ענגליש איז ער נישט קיין ריכטיגע דוגמה. וויבאלד ער איז אויפגעוואקסן אין ענגלאנד. איך בין נייגעריג וויפיל חסידישע אינגערלייט וואס איר קענט וואס קענען רעדן אזא גוטע ענגליש.

פרייוויליג: איך קען דיר געבן עטליכע ביישפילן פון חסיד'ישע יונגעלייט/ (מידל עידזשט) וועלכע רעדן זייער א גוטן ענגליש. נאר איך ווייס אז ס'וועט זיין ווער ס'וועט קרומען מיט די נאז און אפפרעגן מיין סטעיטמענט. איך פרוביר אבער צו זיין אביעקטיוו. איך מיש דא נישט אריין קיין פאליטישע אגענדעס פון פארטיי אדער אנדערע אינטרעסן...! 1) ר' משה דוד ניעדערמאן פון יו.דזשעי.או. אין וויליאמסבורג: 2): ר' אריה לייב גלאנץ: 3) ר' יצחק אבראהאם:...
איך הער שוין דעם געלעכטער פון א פאר לצים. אבער די אלע מענטשן קען איך פערזענליך און זייער ענגליש רעדן איז זייער גוט פאר חסיד'ישע יונגעלייט וועלכע זענען נישט אויפגעוואקסן מיט די ענגלישע שפראך...!
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

Re: אידישקייט אין די תקופה פון ציוניזם

שליחה דורך פרייוויליג »

משה דוד נידערמאן פארמאגט א פיפטע גרעיד ענגליש, אדער דער וואס קען נישט קיין ענגליש מיינט אז דאס איז פראפעסינעל... סליחה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיר האבען שוין דריי אדרעס'ן פאר דער פארשוין; מידוועסט, ב.פ. און ענגלאנד. אפשר האט ער דריי פערזאנאליטעט'ן, און יעדער איינער שטאמט פון אן אנדערע פלאץ, ווער ווייסט?

דאס פאסירט ווען מ'מאכט נייע עבודות און מצוות נישט געבויט אויף תורה. מ'מאכט זיך א סברא, אז וויבאלד דער מדינת ישראל איז אזוי געפערליך קעגען דער אויבישטער (א זאך וואס אסאך האלטען נישט זייענדיג פון זייער חברה), ממילא איז פשוט אז דער אויבישטער'ס ארבעט איז זיי אראפצוקלאפען (נישט טראכטענדיג אז דער אויבישטער האט אונז געגעבען א תורה און שין אויסגעלערנט וואס איז זיין ארבעט. אונז זע'מיר נישט פון וואלד ארויס אז מ'דארף ממציא זיין אן אייגענעם תורה), און פאר דעם דארף מען זוכען שותפים כדי צו געונגען אין דעם (דער שותפות האט דער תורה אויך געהייסען מאכען? אפשר פארקערט, וויבאלד די אראבער ווילען הרגנ'ען אידען, דארף מען מאכען א שותפות מיט ציונים זיי צו ראטעווען? או כלך לדרך שלישית....), און אזוי האט מען א פארטיגע שטיקל תורה, וואס אן עם הארץ קען עס איינשלינגען, אבער איינער וואס ווייסט אז אונזער לעבען דארף געפיהרט ווערען פון תורה און נאר פון תורה דארף שוין וויסען אז לא זו הדרך ולא זו העיר.

איך הער אבער אז ר' משה בער אי א איד א תלמיד חכם, און אויב אזוי, הגם ער איז זיך לכאורה שטארק טועה, מ"מ דארף מען רעדען פון איהם פערזענליך מיט דרך ארץ, על אף אז ער איז נישט גערעכט. לא כך למדנו בתורה?

ליטוואק פון בודאפעסט: מיט די עצם הנחה ביסטו 100% גערעכט. אט דאס טענה איך. אז אונז אידן האבן מקבל געווען די תורה ביים בארג סיני און נישט קיין שום שיטה אדער אנדערע אידעאלאגיע. און היינט איז אין ארץ ישראל דא 2 קלאסן. ערליכע אידן וועלכע זענען שומרי תורה ומצוות. אויך איז דא פארשידענע קאטעגאריעס פון מענטשן (אידן און נישט אידן) וועלכע האבן נישט דעם עול תורה ומצוות. אונז דארפן מיר ארבעטן צו לערנען תורה און מקיים זיין די מצוות. די איבעריגע אינטרעסירט אונז נישט. אינהו בדידהו. ואנן בדידן...ווי די גמרא זאגט. איי. די מצוה פון הוכח תוכיח. דאס גייט נישט אן ביי די פרייע חברה היינט אין א"י. מכח כמה טעמים...אבער אזא פארשוין ווי ר' משה בער בעק האט נישט קיין שום שוויות פון א ת"ח. ווייל ער איז א חוטא ומחטיא. און ער איז מחזק ידי עוברי עברה און ידי רשעים ורוצחים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרייוויליג האט געשריבן:משה דוד נידערמאן פארמאגט א פיפטע גרעיד ענגליש, אדער דער וואס קען נישט קיין ענגליש מיינט אז דאס איז פראפעסינעל... סליחה

פרייוויליג: מיין שאלה איז אויב דו האסט איהם שוין געהערט אמאל רעדן. אדער דו האסט געהערט פון איינעם וועלכער האט איהם געהערט רעדן...?!
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

Re: אידישקייט אין די תקופה פון ציוניזם

שליחה דורך פרייוויליג »

שוין געהערט רעדן כמה פעמים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[quote=
"berlbalagule

פרייוויליג: איך קען דיר געבן עטליכע ביישפילן פון חסיד'ישע יונגעלייט/ (מידל עידזשט) וועלכע רעדן זייער א גוטן ענגליש. נאר איך ווייס אז ס'וועט זיין ווער ס'וועט קרומען מיט די נאז און אפפרעגן מיין סטעיטמענט. איך פרוביר אבער צו זיין אביעקטיוו. איך מיש דא נישט אריין קיין פאליטישע אגענדעס פון פארטיי אדער אנדערע אינטרעסן...! 1) ר' משה דוד ניעדערמאן פון יו.דזשעי.או. אין וויליאמסבורג: 2): ר' אריה לייב גלאנץ: 3) ר' יצחק אבראהאם:...
..!
[/quote][/quote]
ר' בערל וואס האסטו קעגן חיים משה שטויבער???? :lol: :lol: :lol:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:משה דוד נידערמאן פארמאגט א פיפטע גרעיד ענגליש, אדער דער וואס קען נישט קיין ענגליש מיינט אז דאס איז פראפעסינעל... סליחה

פרייוויליג: מיין שאלה איז אויב דו האסט איהם שוין געהערט אמאל רעדן. אדער דו האסט געהערט פון איינעם וועלכער האט איהם געהערט רעדן...?!

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=NV2-IxtZJMw[/youtube]
פארשפארט