די חידוש פון ר' שלמה יודא

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

די חידוש פון ר' שלמה יודא

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיר - סיסטעם אריינגעזעצטע - זענען גאנץ בוואוסטזיניג אז צופיל איז נישטא וואס צו טון. מיר זענען ארומגענומען מיט די רבנים לייבן און מיט די שרעקעדיגע גבירים בערן, יעדער חסידישער גביר אלל אויווער ברוקלין אין מאנסי וויל נאר ווייזן ווי מער פרומער זיי זענען, וויפיל נאך פארטיי'אישער בנינים מ'קען הויעך ארויפציען. און ס'איז זייער אן אפטער ערשיינונג אז ווען א יחיד - א נצרך ר"ל - וועט אנקומען צום גביר און שטוב, וועט די גביר נישט ארויסנעמען דאס ערשטע דאלער פאר ער איז בודק די ציצית און די סייז קאפל פון דעם צרה באטראפענער...

פארפאלן, אזוי גייט דאס און נישט דא וואס צו טון. די גבירים זוכען נאר די אינטענטשען פון די גדולי מנהיגי האומה, און זיי וועלן שטיצן א יעדער זאך וואס פאלט נאר איין פאר זיי, פון כינוסי כלל ישראל'ס ביז כוס של אליהו'ס מיט אלע תקנות אינצעווישן (ביז זייער אייגענע שטוב שטייצעך). ס'טוט זייער וויי אז אפילו אזא צדיק נשגב ווי ר' הערשל שרייבער טאנצט אויך מיט אויף דעם וואגאן כידוע ואאפ"ל.

אט דא קומט אריין די חידוש פון ר' שלמה יודא. ער איז דא דער נחשון! ער האט אוועקגעלייגט די כבוד חשבונות אין די זייט און ער איז ארויסגעקומען מיט'ן אמת לאמתו! ער איז נישט געלאפן מיט'ן שטראם, ער איז געלאפן אקעגען דעם שטראם. נאר וויבאלד ער איז 'דער ערשטער' נאך לאנגע יארן, פארדעם איז יעצט פארנומען זיך ספראווענען מיט דעם ביז ער האט שוין אפי' זיך געדארפט אנטשולדיגן. אבער די מעשה איז געטון געווארן אין דער מעסעדזש איז ארויף אויפ'ן אויבער פלאך, נאר ס'נאך די ערשטע מאל וואס יענע חברה טעיסטן די פעפער און פארדעם ווארפן זיי טענטרום'ס. ס'דארף נעמען אביסל צייט ביז זיי וועלן זיך צוגעוויינען צו די נייע ריאלעטי וואס גייט אי"ה טוישן דאס ביז יעצטיגע מהלך, און אפי' צוביסלעך אבער די זעלבע וועט עס שוין יעצט נישט זיין. די דרשה וועט נישט אזוי שנעל אויספליען פון די אויערען.

רבי שלמה יודא איז טאקע נאר איינער דערווייל און האט אויך נישט אדרעסירט אנדערע פראבלעמען וואס איז מעשה ידי העסקנים בנשיאות הרבנים, אבער ס'איז דאך צום האפן אז די אייז וואס האט זיך אנגעהויבן ברעכען וועט עס טון מער און מער ביז ס'וועט מקוים ווערן וואס שטייט אין פסוק ומלאה הארץ דעה את ה'. אמן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: די חידוש פון ר' שלמה יודא

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הא הא הא. אין יור דרימז ברודער!
דער רעכניץ האט מיטגעטאנצט דער סיסטעם אויפ'ן האר. נישט דער פיהרער איז שולדיג נאר דער יונגערמאנטשיקעל איז שולדיג!
ער רעדט פונקט וואס די מנהיגים האבען געוואלט מ'זאל רעדען, נאר אביסל צו שארף פאר זיי. און טאקע מפטירין כדאתמול.
יעדער איינער הערט וואס ער וויל הערען. איזרעילי סייט'ס רעדען פון גזענות, כאילו דאס איז די פראבלעם, דא רעדט מען קעגען מנהיגים, כאילו דאס האט שי"ר געמיינט. אלס לויט דער דמיון פונ'ם מענטש

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זאגסט אז ער רעדט פונקט וואס זיי האבן געוואלט מ'זאל רעדן. טאקע דאס איז די פראבלעם, די ר"י קענען נעבעך נישט רעדן. זיי זענען געבינדן פון אלע זייטן דורך זייערע קנאקערס און ע"פ רוב אפי' איינגערעדט פון זיי, און אמאל ווען איינער וויל שוין יא רעדן קען ער אויך נישט. מ'האט געדארפט ווארטן ביז רש"י קומט אריבער. און יעצט קומט מען גאר זאגן אז ער רעדט 'פונקט וואס זיי ווילן' אז פארוואס זאגט ער נישט נאך פון זיי? פארוואס איז ער נישט קיין אומר דבר בשם אומרו? און חוץ פון דעם, אויב איז ער א שלוחותיה דרבנן פארוואס האט מען טענות אויף עם? ס'דארף גיין סטרעיט צו די ר"י? און פארוואס האט ער זיך געדארפט אנטשולדיגן? לכאורה דארפן די ר"י זיך אנטשולדיגן, ווייל וועגן זיי האט ער גערעדט אזוי שארף. פון וועלכע גדול קומט אזא סארט דרך הלימוד??
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: די חידוש פון ר' שלמה יודא

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נישט פון גדולים, נאר פון יורשים. א כנופיא וואס זייער איינציגסטע ציל איז צו האלטען זייער מאכט, וויל זיכער מאכען אז די טענות זענען קיינמאל נישט געווידמעט צו זיי. אזוי האט מען באשולדיגט די יונגעלייט נישט די מנהלים, ווייל 'ארדנונג מוז זיין' און ס'קען נישט זיין א גייסט פון בארעדען מנהיגים. דערנאך שיקט מען די שוואגער צו פרעדיגען אז די פראבלעם איז גאר א מעלה, און פון אלע זייטען איז מען געדעקט.
מ'מוז געדענקען אז דער הויפט פאליטישע פיהרער אין לעיקוואוד איז געשטארבען מיט א האלבע יאר צוריק, און די פיר 'גדולים הסמוכים על שלחן אמם' דארפען שוין אליינס טראכטען.מא פאר גרייזען קען מען זיי נאכגעבען.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך Chasidishmashpia »

זייער גוט געטון מיט ארויפברענן די נושא אבער לדעתי וועט עס נישע קיין סאך העלפען
פארשפארט