סאלוציע פאר שעדליכע טעלעפאון געזוכט

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

סאלוציע פאר שעדליכע טעלעפאון געזוכט

שליחה דורך ליפא »

איך זוך אינפארמאציע אויב עס איז מעגליך צו באקומען א טעלעפאון וואס לאזט נישט הערן און נישט רעדן. איך פארשטיי אז ס'איז מסתמא אוממעגליך צו פארמאגן אזוינס, ווארום יעדע טעלעפאון האט א ספיקער אויבן און א מייק אונטן.

די סיבה צו מיין שאלה איז רוחניות און גשמיות!

רוחניות: מיין סמארט פאון איז טאקע געבלאקט מיט דריי פילטערס, אבער א חבר איז מיר מעורר אז מ'קען דורך מיין פאון רעדן און הערן לשון הרע רכילות און ניבול פה, און משומר אדער גדר קען דאס נישט בלאקן. ווי צו בעשטעטיגן זיינע ווערטער האט מיר פונקט א מינוט דערנאך איינער אריינגעקאלט און אנגעהויבן רעדן רכילות, וואס שטייט אין ספרי קודש אויף הולכי רכיל אז דאס איז דאס ערגסטע.

ווען איך גיי אין ביהמ"ד וויל איך נישט ארויסנעמען מיין פאון אפילו אין האל אדער סיי ווי אין בנין, משום והייתם נקיים. מענטשן זען מיר האלטן דעם טעלעפאון צום אויער ווער ווייסט אפשר טראכטן זיי אז איינער רעדט צו מיר לשון הרע? זיבן לאוין אין איין שאס!

אבער איך וויל דאך קענען האבן מיין שיינע לוח עפפ מיט קול הלשון עפפ אין די זעלבע צייט, ממילא מוז איך האבן דעם סמארט פאון.

גשמיות: אז מ'קען נישט רעדן און נישט הערן וועט דער בעטערי האלטן סך לענגער.

סתם אפשטעלן דעם פלאן איז מיר אויך נישט אן אפשין ווייל דאן וועל איך מוזן צאלן פולע פרייז פארן פאון וואס גייט ביז ארום $700.

קען מיר איינער העלפן מיט אינפארמאציע?
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סאיז דא אזא מאשינקע וואס ווערט אנגערופן אין די נישט אידישער וועלט טאבלוט, אויף דעם קען מען האבן קול הלשון אבער נישט רעדן, אויב די ווילסט אבער זיין ריין פון לשון הרע ורכילות ווי די זאגסט מאך זיכער צו בלאקן די שיעורים פון טאלנע רב וואדריזשע רב ועוד ועוד.

איך וואלט מאריך געווען אביסל מער אבער דער באקסל פון המעשה הוא העיקר פארשטעלט מיין סקרין.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליפא, חזור בך! הער אויף צו קאמפערמייזן מיטן אייבערשטען, דארפסט נישט קיין שום טאבלעט און קיין שום פענסי טעלעפאנען, מ׳זעט אז דו ביסט אסאך געפאלן אין אידישקייט זייט דו האסטוך גענומען קאווע שטיבלען, קודם האסטו נאך געהאט די הייליגע לאגא פון דעם רעבינסחרונלעווראכע ״ ״התאחדות הרבנים״ און דערנאך האסטו געטוישט צו די מאדערענע טריפנע OU רח״ל הנודע לשמצה, און ווער ווייסט צו ווען דיין ווייב זעט נישט שאשקסטו אריין קוקה-קולה אנשטאט דעם רבינ׳ס זעכיסויאגנאלייני מים-חיים וואס די רבי האט אויפגעשטעלט מיט בלוט און שווייץ און די בראשית יאהרן פון די טריפנע אמעריקא. דו דארפסטוך ערנסט נעמען אין די הענט אריין ווייל איינמאל מהייבט אן גליטשען ווער ווייסט ווי מ׳קען נאר נישט אנקומען! ע״כ נעם דיך אינטער אנשטאט קאווע שטיבל צו לערנען און דאווענען אביסל חובת הלבבות מיט מסילת ישרים וואלט נישט געשאדט צו לערנען יעדען טאג אנשטאט צו זיך דרייען אויפן אינטערוועש זאלסטו זיך אינטערנעמען א תשובה מהיום והלאה זאלסטו ארומגיין מיט דעם לוחם השם הרב שאול יצחק ראבינאוויטש שליט״א אין אלע בתי מדרשים און זאלסט ארויסכאפן פון א יעדעם וואס דו זעסט מיט א סמארטפאון און זאלסט עס אראפווארפן אויף דער ערד און טאנצן דריי מאל קדוש קדוש קדוש ביסט דו צוברעכסט דעם טעלעפאן לגמרי על אפם ועל חמתם! דערנאך זאלסטו גיין אויף ליע עווניא מיט צימערמאן און שרייען און שטיפן אלע פרויען וואס גייען מיט שייטלעך און שטיפן קערידזשעס רח״ל אולי יחוס אפשר וועט דיר די אייבישטער מוחל זיין אויף די חטא היודיע פון האבן א סמארטפאון! און פון היינט און ווייטער אויב ווילסטו וויסן די נייעס זאלסטו גיין יעדען טאג אין מקוה און דארט וועסטו שוין אלץ געוואר ווערן, און פאר וועטער באריכטן און טרעפיק ריפארטס זאלסטו רופן קאלמע וואס זיי זענען אויסגעצייכענט אין דעם אפילו די גוים נעמען די וועטער פון דארט, פאר כ״א כסלו און אנדערע יארצייטן זאלסטו קוקן אויף ״אייער-וועלט״ אבער ח״ו נישט מיט קיין סמארטפאון נאר מיט די אלטע טעלעפאנען וואס מפלעגט דרייען די נומבערס מיט די פינגער. אויב דארפסטו מעהר הילף צו תשובה טוהן פארבינד זיך מיט חכם מכל אדם הרב יוסף מזרחי, מיט הצלחה! חזק ואמץ!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שבת'ל, שבת!!! :lol: :lol:
(נעמסט אן חתונות?)
וירח ה' את ריח הניחוח
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: סאלוציע פאר שעדליכע טעלעפאון געזוכט

שליחה דורך טמיר »

דרך אגב האב איך ארויסגענומען פון דעם אשכול א נייע ווארט, נעמליך "סעלוציע"! מ'ברויך עס אריינשיקען צו דער בלאט זיי זאלן עס אריינלייגען אפיציעל אין די אידישע דיקשאנערי
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

גיי קויף א TOY טעלעפאן
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
פארשפארט