וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

דאנערשטאג אווענט-פרשת משפטים-וועטערבאריכט -שניי מעפ

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גיטען אווענט, איך דארף באמערקען אז דאס ווינטער איז בכלל זייער אן אינטרעסאנטער און אויסערגעווענטליכער ווינטער. איינס,איז אז עס איז בכלל נישט קיין קאלטער ווינטער, אבער טראצדעם האט עס ליב צו שנייען , אין דווקא אין פלעצער וואס זעהן פול ווייניגער שניי אין א געווענטליכער יאהר. אויך אז די מאדעלס ווייזען מער אין מער שניי ווי נענטער מען ווערט צו א שטורם וואס געווענטליך גייט עס ארויף און אראפ ביז א פשרה. סאו יעצט צום ענין א קאלד פראנט איז אדורך היינט אינדערפרי און אפילו אויב עס איז געבליבען מילד היינט, קומט געניג קאלטע לופט אריין איבערנאכט פאר נאך א קליינע שניי שטורם. די שטורם לויפט ארויף דער פראנט פון היינט צופרי אבער עס קומט נענטער ווי גערעכנט. אויב עס וואלט געווען גוט קאלט וואלטען מיר געקענט זען א פיינע 6-12 אינטש שטורם היינט נאכט און מארגען אינדערפרי. אבער עס איז זייער מילד , דער גראונד איז ווארעם ,און ווען די precipitation פאנגט אהן צו פאלען וועט עס זיין רעגן. פארטאגס וועט עס איבערגיין אויף שניי און אנהויבען צו פאלען heavy at times. דאס איז א שטורם מיט הויכע bust potential. ד״ה-אז אויב די קאלטע לופט קומט נישט אריין שנעל געניג און אויב שניי פאלט נישט heavy געניג קען עס איז אויסלאזען מיט פול ווייניגער ווי מיין מעפ. אבער אויפ׳ן אנדערע צד , איך קען נישט איגנארירען אלע מאדעלס וואס ווייזען אז עס קען זיין אפאר שעה פון שטארקע שניי. איך לייג צו א מעפ אבער מיט די הערה אז די אמונטס זענען וואס קען קלעבען אויף קעלטערע פלעצער, אויף די גאסען און ראודס קען זיין אסאך ווייניגער אדער אפשר נאר slush. ביי פרייטאג פארמיטאג איז עס פאריבער און עס וועט ווערען טייל זיניג און שיין ביז מאנטאג. מאנטאג נאכט ביז מיטוואך איז נאך זייער פארנעפעלט ,אבער עס קען קומען נאך איין אדער אפילו צוויי שטורם. רעגען , שניי , וויפיל , ארויס אין ים, נאך צו פרי...

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

דאנערשטאג נאכט- פארוואלקענט און קעלטער, לייכטע רעגן געמישט מיט שניי טוישט זיך צו שניי איבערנאכט, ארום 32.
פרייטאג- שניי מעגליך heavy אינדערפרי, דערנאך טייל זיניג און קיל נאכמיטאג, ארום 45. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 28 ביינאכט.
שבת און זונטאג- טייל זיניג און קיל, ארום 45 בייטאג. קלאר און קאלט , ארום 30 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג אין קאלט, ארום 38 בייטאג. פארוואלקענט מיט א chance פאר שניי , ארום 32 ביינאכט.
דינסטאג אין מיטוואך - פארוואלקענט מיט שניי אדער רעגען מעגליך, קיל, ארום 35. ארום 30 ביינאכט.
דאנערשטאג- טייל זיניג און קאלט, ארום 35.

וועטער לעקוואוד -

דאנערשטאג נאכט- פארוואלקענט און קעלטער, לייכטע רעגן געמישט מיט שניי טוישט זיך צו שניי איבערנאכט, ארום 32.
פרייטאג- שניי מעגליך heavy אינדערפרי, דערנאך טייל זיניג און קיל נאכמיטאג, ארום 45. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 25 ביינאכט.
שבת און זונטאג- טייל זיניג און קיל, ארום 45 בייטאג. קלאר און קאלט , ארום 27 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג אין קאלט, ארום 38 בייטאג. פארוואלקענט מיט א chance פאר שניי , ארום 32 ביינאכט.
דינסטאג אין מיטוואך - פארוואלקענט מיט שניי אדער רעגען מעגליך, קיל, ארום 37. ארום 30 ביינאכט.
דאנערשטאג- טייל זיניג און קאלט, ארום 35.

וועטער מאנסי אין מאנרא-

דאנערשטאג נאכט- פארוואלקענט און קעלטער, לייכטע רעגן געמישט מיט שניי טוישט זיך צו שניי איבערנאכט, ארום 27.
פרייטאג- שניי מעגליך אינדערפרי, דערנאך טייל זיניג און קיל נאכמיטאג, ארום 38. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 25 ביינאכט.
שבת און זונטאג- טייל זיניג און קיל, ארום 40 בייטאג. קלאר און קאלט , ארום 25 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג אין קאלט, ארום 38 בייטאג. פארוואלקענט מיט א chance פאר שניי , ארום 25 ביינאכט.
דינסטאג אין מיטוואך - פארוואלקענט מיט שניי מעגליך, קאלט, ארום 32. ארום 25 ביינאכט.
דאנערשטאג- טייל זיניג און קאלט, ארום 30.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מוצאי שבת קודש, אפדעיטס אויב עס פעלט אויס. א גוטען שבת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

בילד


וועטערבאריכט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Changeover times -winter weather advisories

שליחה דורך וועטערבאריכט »

.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

אפדעיט- פרייטאג צופרי, די שניי איז דא, עס פאלט heavy יעצט אין שטאט .
דער שניי וועט זיך ענדיגען ביי מיטאג.
מיינע פרעדיקטעט אמאונטס בלייבען ווי מיין מעפ פון נעכטען . א גוט שבת!


וועטערבאריכט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

צווייטע אפדעיט- סורפרייז:די שטערקערע שניי בענדס וואס זענען פריער געווען איבער די שטאט האבען זיך אפגעשוואכט, און רוב פון די שטערקערע שניי איז איסט און אויך סאוט פון שטאט. בילד


וועטערבאריכט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וועטערבאריכט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א בענד פון heavier snow איז יעצט איבער דער שטאט, און דאס קען אראפלייגען אפאר אינטשעס ביז עס רוקט זיך ארויס.
די lower amounts פון מיין פרעדיקטשענס זעהן נאך אויס מעגליך.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

Snow amounts at 9am -2 inches in and around NYC on colder surfaces. Another inch or maybe 2 possible with one last band of heavier snow , this should be pretty much over for the city by 11am. Monroe and Monsey the accumulating snow is done around 1-3 inches on the ground there.
Lakewood has around 2-3 inches and can get another 2-3 inches at most. Snow should end there around 12-1pm


וועטערבאריכט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

אפדעיט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען ערב שבת, דער לעצטע בענד פון שניי רוקט זיך שטייטליך ארויס פון שטאט. פלאריס קענען נאך פאלען אביסעל פאר א שעה צוויי, אבער די accumulating snow איז דעריבער. דאס איז געווען זייער א נאסע שניי און אפילו מיט טעמפרעטורס ארום 31-32 האט עס נאר געקלעבט אויף גראז, ביימער און קעלטערע objects. עס איז נאך אלס א חידוש אז 24 שעה נאך א 60 דעגרי פרימארגען איז געווארען אזוי שנייאיג.
נאכמיטאג וועט בלייבען מערסטענס פארוואלקענט מיט אפשר אביסעל זון שפעט. שבת און זונטאג וועלען זיין שענער מיט זון . אבער,לייגטס נאך נישט אוועק די shovels אין שניי געצייג , נעקסטע וואך ״קען״ ברענגען מער שניי.
איך פאר קיין לעיקוואוד פאר א שמחה דער שבת , און איך האף ארויפצולייגען א וועטערבאריכט אויף מוצאי שבת בעזרת ה׳. א גוטען שבת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

מוצאי שבת קודש פרשת משפטים- וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גיטע וואך, א ווינטערדיגע וואך קומט . מארגען וועט זיין די שענסטע טאג פון דער וואך מיט זון און טעמפרעטורס אין די 40s. מארגען נאכט פאנגט זיך אהן א קאמפלעצירטע שטורם, א שטארקע שטורם וועט זיך דעוועלאפען ווייטער ארויס אין אטלענטיק אבער דאס צוזאמען מיט נאך א שטורם אין די גרעיט לעיקס וועט העלפען אריינשלעפען א חלק פון די moisture אין precipitation פון ביידע שטורם. א צווייטע שטורם פארט אין ים ארום דינסטאג , בקיצור סך הכל ,א גרויסע שניי איז נישט פארגעזען , אבער א פאר אינטשעס פון שניי מיט לייכטע שניי פון צייט צו צייט - מאנטאג ביז מיטוואך קען קומען. אזעלעכע scenarios זענען זייער שווער צו פראדיקטען , פיל שווערער ווי איין רעגאלער שטורם. עס קען זיך אויסלאזען מיט א קאוטינג ביז מערסטענס א 6 אינטש שניי טאטעל. וואס מען ווייסט יא איז אז ביי דאנערשטאג ווערט זיניג אבער קאלט, אביסעל שניי אפשר מעגליך פרייטאג מיט א ארטיק קאלד פראנט/קליפפער שטורם ,און דערנאך קומט א ארטיק קאלד פראנט מיט שטארק קאלטע וועטער פאר שבת פרשת תרומה.

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מוצאי שבת - מערסטענס קלאר און קיל, ארום 32.
זונטאג- טייל זיניג און קיל, ארום 45 בייטאג. פארוואלקענט מיט רעגען און שניי מעגליך, קיל , ארום 32 ביינאכט.
מאנטאג-לייכטע רעגען אדער שניי טוישט אויף שניי נאכמיטאג קאלט, ארום 35 בייטאג. פארוואלקענט מיט א chance פאר שניי , ארום 30 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך - פארוואלקענט מיט שניי מעגליך , קאלט , ארום 35 בייטאג . ארום 30 ביינאכט.
דאנערשטאג און פרייטאג- טייל זיניג און קאלט, ארום 32 בייטאג. שטארק קאלט ,ארום 20 ביינאכט.
שבת- זיניג, ווינטיג און שטארק קאלט, ארום 25 בייטאג. ארום 10 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מוצאי שבת - מערסטענס קלאר און שטארק קאלט, ארום 25.
זונטאג- טייל זיניג און קיל, ארום 48 בייטאג. פארוואלקענט , קיל , ארום 32 ביינאכט.
מאנטאג-פארוואלקענט און קיל, ארום 40 בייטאג. פארוואלקענט מיט א chance פאר שניי , ארום 30 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך - פארוואלקענט מיט שניי אדער רעגען מעגליך , קיל , ארום 38 בייטאג . ארום 30 ביינאכט.
דאנערשטאג און פרייטאג- טייל זיניג און קאלט, ארום 35 בייטאג. שטארק קאלט ,ארום 18 ביינאכט.
שבת- זיניג, ווינטיג און שטארק קאלט, ארום 27 בייטאג. ארום 10 ביינאכט.

וועטער מאנסי און מאנרא-

מוצאי שבת - מערסטענס קלאר און שטארק קאלט, ארום 20.
זונטאג- טייל זיניג און קיל, ארום 45 בייטאג. פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר שניי מעגליך, קאלט , ארום 28 ביינאכט.
מאנטאג-לייכטע שניי מעגליך , קאלט, ארום 35 בייטאג. פארוואלקענט מיט א chance פאר שניי , ארום 25 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך - פארוואלקענט מיט שניי מעגליך , קאלט , ארום 32 בייטאג . ארום 25 ביינאכט.
דאנערשטאג און פרייטאג- טייל זיניג און קאלט, ארום 30 בייטאג. שטארק קאלט ,ארום 15 ביינאכט.
שבת- זיניג, ווינטיג און שטארק קאלט, ארום 20 בייטאג. ארום 5 ביינאכט.


די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה זונטאג אווענט , א גוט וואך.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

אפדעיט- דאס מאל איז עס געגאנגען פארקערט, רוב מאדעלס זענען אריינגעקומען מיט די שטורם אפילו ווייטער ארויס אין ים. דעריבער , אויב פאלט יא עפעס שניי וועט עס זיין לייכט מיט א קאוטינג צו א אינטש -צוויי , מאנטאג ,דאס איז פאר דער שטאט אין אויך לעיקוואוד. אפסטיעט וועט בכלל נישט זען קיין שניי. מאנטאג נאכט ביז מיטוואך איז א צווייטע שטורם, אין אויך א nurlan trough, דאס איז זייער שווער צו וויסען ווי די העכערע accumulation וועט זיין, עס קען זיין סאוט נאו דזערסי-פילעדעלפיא, אדער נאו יארק סיטי-לאנג איילענד. היינט אווענט וועט לכאורה זיין מער אינפארמעשען. אבער דערווייל זעט אויס ווי גאר א לייכטע שניי אויב עפעס ביז שפעט מאנטאג.


וועטערבאריכט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

מאכטפולער שטורם דעוועלאפט זיך יעצט אין די קאראליינעס

שליחה דורך וועטערבאריכט »

.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

זונטאג אווענט-פרשת תרומה-וועטערבאריכט /שניי מעפ

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט. באמת, א קאמפלעצירטע וועטער באריכט. א מעכטיגע שטורם דעוועלאפט זיך היינט לעבען די קאראליינע קאוסט , דער שטורם רוקט זיך ווייט געניג נישט צו ברענגען א גרויסע שניי שטורם/בליזזארד פאר די נאו יארק סיטי area ,אבער עס איז נאך אומקלאר ווי ווייט די precipitation אויף די עק פון דער שטורם קומט יא אהן. נאך א זאך איז אז טעמפרעטורס פון אנהייב וועלען נישט זיין צו קאלט, דעריבער, ווי די שניי וועט פאלען לייכט וועט עס נישט קענען קלעבען. דאס איז יא קלאר אז ווי מען גייט איסט פון שטאט וועט מען זען העכערע אמאונטס , אבער פון די שטאט ווי מער מען גייט אפסטעיט גייען די אמאונטס אראפ. דערווייל וועל איך גיין מיט א פשרה וואס וועט ברענגען אפאר אינטשעס פון שניי (זעט די שניי מעפ*) אפילו נאך דעם וואס דער שטורם גייט פארביי קען אנקומען א פרישער שניי, דאס וואלט געקומען דינסטאג אין מיטוואך, די שניי וועט נאכאמאל זיין לייכט ארום דער שטאט פון א נייער ים שטורם, אבער א nurlan trough וואס דאס קען אמאל ברענגען א heavier band פון שניי קען אריינברענגען heavier amounts ערגעץ, ווי דעס געשעט איז אויך זייער אומקלאר. פיינעלי א ארטיק קאלד פראנט קען ברענגען אביסעל שניי דאנערשטאג ... בקיצור א chance פאר שניי פון מארגען אינדערפרי ביז דאנערשטאג,געדענקט , דער שניי וועט אבער נישט פאלען א גאנצע צייט. נאכדעם צום סוף וואך קומט א שטארקע ארטיק קאלד פראנט אריין מיט די קעלטסטע לופט פונעם ווינטער פאר שבת פרשת תרומה.
דער גרואנד האג קען זיך גיין באהאלטען , ספרינג זעט אויס צו זיין כאטש אפאר וואכען אוועק.

*זעט די מעפ אינטער די פאוסט פאר שניי אמואנטס - דאס איז פאר די ערשטע שטורם ( מאנטאג אין מאנטאג אווענט)

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

זונטאג נאכט-פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר שניי פארטאגס, קעלטער , ארום 32 ביינאכט.
מאנטאג-שניי מעגליך , ווינטיג אין קאלט, ארום 35 בייטאג. פארוואלקענט מיט א chance פאר שניי , ארום 28 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך - פארוואלקענט מיט שניי מעגליך , קאלט , ארום 35 בייטאג . ארום 30 ביינאכט.
דאנערשטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר לייכטע שניי. ארום 32 בייטאג. ארום 20 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג און קאלט, ארום 30 בייטאג. שטארק קאלט ,ארום 20 ביינאכט.
שבת און זונטאג-מערסטענס זיניג, ווינטיג און שטארק קאלט, 20-25 בייטאג. ארום 10 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

זונטאג נאכט-פארוואלקענט מיט א chance פאר שניי איבערנאכט, קעלטער , ארום 32 ביינאכט.
מאנטאג-שניי מעגליך , ווינטיג אין קיל, ארום 36 בייטאג. פארוואלקענט מיט א chance פאר שניי , ארום 28 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך - פארוואלקענט מיט שניי אדער שניי/רעגען געמישט מעגליך , קאלט , ארום 37 בייטאג . ארום 28 ביינאכט.
דאנערשטאג-מערסטענס פארוואלקענט און קעלטער לייכטע שניי מעגליך, ארום 32 בייטאג. קלאר אין קאלט ,ארום 15 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג און קאלט, ארום 30 בייטאג. שטארק קאלט ,ארום 20 ביינאכט.
שבת און זונטאג-מערסטענס זיניג, ווינטיג און שטארק קאלט, ארום 25 בייטאג. 5-10 ביינאכט.

וועטער מאנסי און מאנרא-

זונטאג נאכט-מערסטענס פארוואלקענט , קעלטער , ארום 25 ביינאכט.
מאנטאג-מערסטענס פארוואלקענט , ווינטיג אין קאלט, ארום 32 בייטאג. פארוואלקענט מיט א chance פאר שניי , ארום 25 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך - פארוואלקענט מיט לייכטע שניי מעגליך , קאלט , ארום 32 בייטאג . ארום 25 ביינאכט.
דאנערשטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר לייכטע שניי. ארום 30 בייטאג. ארום 12 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג און שטארק קאלט, ארום 27 בייטאג. שטארק קאלט ,ארום 10 ביינאכט.
שבת און זונטאג-מערסטענס זיניג, ווינטיג און שטארק קאלט, 15-20 בייטאג. ארום 0 ביינאכט.


די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מאנטאג אווענט , א גוטע נאכט.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

מאנטאג אווענט- פרשת תרומה- וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט. היינט איז געווען אן אינטרעסאנטע טאג, איך ארבייט אין די 5 towns און אויפן וועג פון ברוקלין ביז דארט האט אנגעפאנגען צו שנייען מער ,וואס מער איך בין געפארען איסט, עס איז טאקע געווען דערנאך ביי 1 אזייגער נאכמיטאג אבער א גוטע 2-3 אינטשעס זענען געפאלען דארט. דערווייל איז זייער ווייניג שניי געפאלען אין סענטרעל פארק און אפשר א האלב אינטש אין ברוקלין , כמעט גארנישט מער אפסטעיט. ווייט איסט אין לאנג איילענד איז געפאלען מער ווי 6 אינטשעס. היינט נאכט וועט זיין א ברעיק מיט אפאר לייכטע שניי פלאריס אדער snow showers . מארגען נאכמיטאג און ביינאכט קומט אהן נאך א שטורם וואס גייט נאכאמאל ארויס ווייט געניג אז מען וועט נאר זען א לייכטע שניי פאר אלע פלעצער. אבער ווי פריער געשמיסט א nurlan trough וואס ברענג אמאל heavier bands פון שניי וועט אנקומען מארגען נאכט. דערווייל לויט רוב מאדעלס וועט עס זיין אין סאוט נאו דזערסי ( לעיקוואוד )אין דארט איז שוין טאקע דא א winterstorm warning. לויט אפאר אנדערע מאדעלס קומט עס אויך נאנט צום שטאט. אויב עס קומט יא אהן קען עס ברענגען א גוטע 4-6 אינטש שניי און מיר וועלען מיזען ווארטען ביז מארגען צו פעסטשטעלען פונקטליך אויב עס קומט יא אדער נישט. מיטוואך קען נאך זיין אפאר snow showers אבער די שניי וועט זיין לייכט מיט קליינע chances פאר accumulating snow. דאנערשטאג קומט אהן שטארק קאלטע לופט און ביי פרייטאג וועט שוין בלייבען אין די 20s. פרייטאג צונאכטס איז דא נאך א chance פאר שניי און מיט דער פרישע ארטיק לופט וועט שבת בלייבען נאר אין די 20s און מוצאי שבת קען זיין נאנט צו 5 דעגריס! זונטאג קען בלייבען אין די teens בייטאג אבער ביי מאנטאג גייט עס צירוק אין די 30s. ביזי ,ביזי צייטען פאר א וועטערבאריכטער.

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מאנטאג נאכט-פארוואלקענט מיט א קליינער chance פאר לייכטע שניי , ארום 25 ביינאכט.
דינסטאג - פארוואלקענט מיט לייכטע שניי מעגליך , קאלט , ארום 35 בייטאג .שניי מיט מעגליכע accumulations , ארום 30 ביינאכט.
מיטוואך- פארוואלקענט , א קליינער chance פאר לייכטע שניי , ארום 37 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט אין קעלטער, ארום 25.
דאנערשטאג-מערסטענס פארוואלקענט און קאלט. ארום 32 בייטאג. טייל פארוואלקענט אין שטארק קאלט,ארום 20 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג און שטארק קאלט, ארום 27 בייטאג. פארוואלקענט מיט שניי מעגליך ,ווינטיג און שטארק קאלט ,ארום 18 ביינאכט.
שבת-מערסטענס זיניג, ווינטיג און שטארק קאלט, 25 בייטאג. גאר קאלט , ארום 5 ביינאכט.
זונטאג- מערסטענס זיניג אין גאר קאלט, ארום 18 בייטאג. ארום 12 ביינאכט.
מאנטאג- מערסטענס זיניג אין נישט אזוי קאלט, ארום 32.

וועטער לעקוואוד -
Winterstorm warning 4-8 inches tuesday and tuesday night.
מאנטאג נאכט-פארוואלקענט מיט א chance פאר שניי , ארום 25 ביינאכט.
דינסטאג - פארוואלקענט מיט שניי מעגליך , קאלט , ארום 35 בייטאג .שניי מיט מעגליכע moderate accumulations , ארום 28 ביינאכט.
מיטוואך- פארוואלקענט , א קליינער chance פאר לייכטע שניי , ארום 37 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט אין קעלטער, ארום 22.
דאנערשטאג-מערסטענס פארוואלקענט און קאלט. ארום 32 בייטאג. טייל פארוואלקענט אין שטארק קאלט,ארום 15 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג און שטארק קאלט, ארום 28 בייטאג. פארוואלקענט מיט שניי מעגליך ,ווינטיג און שטארק קאלט ,ארום 18 ביינאכט.
שבת-מערסטענס זיניג, ווינטיג און שטארק קאלט, 25 בייטאג. גאר קאלט , ארום 5 ביינאכט.
זונטאג- מערסטענס זיניג אין גאר קאלט, ארום 22 בייטאג. ארום 12 ביינאכט.
מאנטאג- מערסטענס זיניג אין נישט אזוי קאלט, ארום 32.

וועטער מאנסי און מאנרא-

מאנטאג נאכט-פארוואלקענט מיט א chance פאר לייכטע שניי , ארום 22 ביינאכט.
דינסטאג - פארוואלקענט מיט לייכטע שניי מעגליך , קאלט , ארום 32 בייטאג .שניי מיט מעגליכע לייכטע accumulations , ארום 25 ביינאכט.
מיטוואך- פארוואלקענט , א קליינער chance פאר לייכטע שניי , ארום 35 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט אין קעלטער, ארום 20.
דאנערשטאג-מערסטענס פארוואלקענט און קאלט. ארום 27 בייטאג. טייל פארוואלקענט אין שטארק קאלט,ארום 12 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג און שטארק קאלט, ארום 25 בייטאג. פארוואלקענט מיט שניי מעגליך ,ווינטיג און שטארק קאלט ,ארום 10 ביינאכט.
שבת-מערסטענס זיניג, ווינטיג און שטארק קאלט, 20 בייטאג. גאר קאלט , ארום 0 ביינאכט.
זונטאג- מערסטענס זיניג אין גאר קאלט, ארום 12 בייטאג. ארום 5 ביינאכט.
מאנטאג- מערסטענס זיניג אין נישט אזוי קאלט, ארום 28.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דינסטאג אווענט , א גוטע נאכט.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Nurlan/inverted trough

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטע גרעפיק וואס ווייזט ווי אזוי א nurlan trough ארבייט.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

די נייע מאדעלס ווייזען אז דער heavier bands קומען ארויף העכער און איבער נאו יארק סיטי. עס זעט אויס ווי אפאר אינטשעס שניי איבעראל מארגען און מארגען נאכט. אבער ווי די 6-8 אינטשעס גייען אנקומען וועט מען נישט וויסען ביז מארגען. בילד


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

די שניי אמאונטס פון היינטיגע שטורם.בילד


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

אפדעיט- היינט זעט יעצט אויס צו בלייבען מערסטענס פארוואלקענט אבער קיין שניי וועט מען לכאורה נישט זען ביז היינט נאכט. איבערנאכט קען אלע היימישע געגענטער זען אפאר אינטשעס שניי , אבער אפילו 4-6 אינטשעס זענען אפשר מעגליך ארום נאו יארק סיטי. ווי די heavy bands קומען אהן צום סוף איז שווער צו פראדיקטען. א גוטען טאג.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

דינסטאג אווענט- פרשת תרומה- וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט. דורכ׳ן טאג היינט האבען כמעט אלע מאדעלס אוועק גענימען דער heavy snow bands פון די נאו יארק סיטי אין נאו דזערסי area.עס קען שנייען אפאר אינטשעס אין אלע היימישע געגענטער היינט נאכט אבער עס זעט נישט אויס ווי קיין גרויסע אמאונטס, עס קען אמאל זיין א סערפרייז , ווער ווייסט?. מארגען וועט נאך קענען זיין אביסעל איבערגעבליבענע snow showers מיט טעמפרעטורס ארום 40. דאנערשטאג וועט ווערען אסאך קעלטער, שטארקע פרעסטען קומען אהן פאר שבת אין זונטאג מיט טעגליכע טעמפרעטורס אין די teens , אין מוצאי שבת קען זיין די קעלטסטע נאכט פון די יאהר, אין נאנט צו 5 העכער zero אין שטאט. מיט דער ווינט קען זיך פילען ווי 15-25 אונטער zero. ביי מאנטאג ווערט מילדער אין עס קען זיין אביסעל שניי וואס גייט איבער צו רעגען ביי דינסטאג.

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

דינסטאג נאכט-שניי מיט מעגליכע accumulations פון 1-3 אינטשעס, ארום 30 .
מיטוואך- פארוואלקענט , א קליינער chance פאר לייכטע שניי אדער רעגען געמישט, ארום 40 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט אין קעלטער, ארום 25.
דאנערשטאג-מערסטענס פארוואלקענט , ווינטיג און קעלטער. ארום 32 בייטאג. טייל פארוואלקענט אין שטארק קאלט,ארום 18 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג און שטארק קאלט, ארום 27 בייטאג. פארוואלקענט ,ווינטיג און שטארק קאלט ,ארום 18 ביינאכט.
שבת-מערסטענס זיניג, ווינטיג און שטארק קאלט, ארום 22 מיטאג דערנאך ווערט נאך קעלטער נאכמיטאג . קלאר אין גאר קאלט , ארום 5 ביינאכט.
זונטאג- מערסטענס זיניג אין גאר קאלט, ארום 18 בייטאג. ארום 15 ביינאכט.
מאנטאג אין דינסטאג - מערסטענס פארוואלקענט מיט שניי וואס טוישט אויף רעגן,נישט אזוי קאלט, ארום 40.

וועטער לעקוואוד -

דינסטאג נאכט-שניי מיט מעגליכע accumulations פון 2-3 אינטשעס, ארום 30 .
מיטוואך- פארוואלקענט , א קליינער chance פאר לייכטע שניי אדער רעגען געמישט, ארום 40 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט אין קעלטער, ארום 22.
דאנערשטאג-מערסטענס פארוואלקענט , ווינטיג און קעלטער. ארום 30 בייטאג. טייל פארוואלקענט אין שטארק קאלט,ארום 16 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג און שטארק קאלט, ארום 27 בייטאג. פארוואלקענט ,ווינטיג און שטארק קאלט ,ארום 18 ביינאכט.
שבת-מערסטענס זיניג, ווינטיג און שטארק קאלט, ארום 25 מיטאג דערנאך ווערט נאך קעלטער נאכמיטאג . קלאר אין גאר קאלט , ארום 0 ביינאכט.
זונטאג- מערסטענס זיניג אין גאר קאלט, ארום 20 בייטאג. ארום 10 ביינאכט.
מאנטאג אין דינסטאג - מערסטענס פארוואלקענט מיט שניי וואס טוישט אויף רעגן,נישט אזוי קאלט, ארום 40.

וועטער מאנסי און מאנרא-

דינסטאג נאכט-שניי מיט מעגליכע accumulations פון 1-3 אינטשעס, ארום 25 .
מיטוואך- פארוואלקענט , א קליינער chance פאר לייכטע שניי אדער רעגען געמישט, ארום 38 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט אין קעלטער, ארום 20.
דאנערשטאג-מערסטענס פארוואלקענט , ווינטיג און קעלטער. ארום 28 בייטאג. טייל פארוואלקענט אין שטארק קאלט,ארום 10 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג און שטארק קאלט, ארום 25 בייטאג. פארוואלקענט ,ווינטיג און שטארק קאלט ,ארום 10 ביינאכט.
שבת-מערסטענס זיניג, ווינטיג און שטארק קאלט, 10-15 מיטאג דערנאך ווערט נאך קעלטער נאכמיטאג . קלאר אין גאר קאלט , ארום 5 below zero ,ביינאכט.
זונטאג- מערסטענס זיניג אין גאר קאלט, ארום 14 בייטאג. ארום 7 ביינאכט.
מאנטאג אין דינסטאג - מערסטענס פארוואלקענט מיט שניי וואס טוישט אויף רעגן,נישט אזוי קאלט, ארום 35-40.


די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מיטוואך אווענט , אפדעיטס אויב עס פעלט אויס דורך דער נאכט, א גוטע נאכט.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

שנעלע אפדעיט- עס זעט אויס ווי עס וויל נישט שנייען היינט נאכט. עס צופאלט פאר עס קומט אהן, אפשר פלאריס אדער לייכטע שניי איבערנאכט , א קאוטינג צו מערסטענס איין אינטש. א גוטע נאכט.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

מיטוואך אווענט-פרשת תרומה-וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט. די שניי דער וואך איז געווען שוואך , אבער די קעלט קומט אין גרויסען. היינט נאכט קומט איין שטארקע קאלד פראנט אריין מיט אפאר שניי פלאריס מעגליך אבער מער וויכטיג איז עס ווערט ווינטיג אין שטארק קאלט. מארגען און פרייטאג בלייבט אין די 20s, נעכט אין די teens. שבת וועט ווערען נאך קעלטער מיט טעמפרעטורס וואס פאלען אדורך די teens נאכמיטאג און מוצאי שבת וועט זיין מורא׳דיג קאלט. אז איהר געדענקט , לעצטע יאר איז די קעלטסטע נאכט געווען ארום 2 העכער zero. דאס יאר קען אויך זיין נאנט צו zero. די wind chills וועלען אויך זיין געפערליך קאלט פון 15-25 below. זונטאג וועט בלייבען זיניג אבער שטארק קאלט, אבער ביי מאנטאג ווערט בעסער אין עפעס א שטורם מיט שניי אדער רעגן/שניי קען קומען נעקסטע וואך. ביי מיטוואך קומט דער זון צוריק מיט נארמאלע טעמפרעטורס.

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מיטוואך נאכט-מערסטענס פארוואלקענט אין קעלטער, א קליינער chance פאר א snowshower ,ארום 22.
דאנערשטאג-מערסטענס פארוואלקענט , ווינטיג און קעלטער. ארום 30 בייטאג. טייל פארוואלקענט אין שטארק קאלט,ארום 15 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג און שטארק קאלט, ארום 28 בייטאג. פארוואלקענט ,ווינטיג און שטארק קאלט א פלארי אדער snowshower ,ארום 18 ביינאכט.
שבת-מערסטענס זיניג, ווינטיג און שטארק קאלט, ארום 22 מיטאג דערנאך ווערט נאך קעלטער נאכמיטאג . קלאר אין גאר קאלט , 0-5 ביינאכט.
זונטאג- מערסטענס זיניג אין גאר קאלט, ארום 18 בייטאג. ארום 15 ביינאכט.
מאנטאג - טייל זיניג אין מילדער, ארום 38. שניי מעגליך ביינאכט, ארום 30.
דינסטאג - מערסטענס פארוואלקענט מיט רעגן,מילד , ארום 45. ארום 35 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג אין מילד, ארום 45.

וועטער לעקוואוד -

מיטוואך נאכט-מערסטענס פארוואלקענט אין קעלטער, א קליינער chance פאר א snowshower ,ארום 22.
דאנערשטאג-מערסטענס פארוואלקענט , ווינטיג און קעלטער. ארום 30 בייטאג. טייל פארוואלקענט אין שטארק קאלט,ארום 13 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג און שטארק קאלט, ארום 28 בייטאג. פארוואלקענט ,ווינטיג און שטארק קאלט א פלארי אדער snowshower ,ארום 18 ביינאכט.
שבת-מערסטענס זיניג, ווינטיג און שטארק קאלט, ארום 22 מיטאג דערנאך ווערט נאך קעלטער נאכמיטאג . קלאר אין גאר קאלט , ארום 0 ביינאכט.
זונטאג- מערסטענס זיניג אין גאר קאלט, ארום 18 בייטאג. ארום 10 ביינאכט.
מאנטאג - טייל זיניג אין מילדער, ארום 38. שניי מעגליך ביינאכט, ארום 30.
דינסטאג - מערסטענס פארוואלקענט מיט רעגן,מילד , ארום 47. ארום 30 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג אין מילד, ארום 45.

וועטער מאנסי און מאנרא-

מיטוואך נאכט-מערסטענס פארוואלקענט אין קעלטער, א קליינער chance פאר א snowshower ,ארום 18.
דאנערשטאג-מערסטענס פארוואלקענט , ווינטיג און קעלטער. ארום 25 בייטאג. טייל פארוואלקענט אין שטארק קאלט,ארום 8 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג און שטארק קאלט, ארום 25 בייטאג. פארוואלקענט ,ווינטיג און שטארק קאלט א פלארי אדער snowshower ,ארום 10 ביינאכט.
שבת-מערסטענס זיניג, ווינטיג און שטארק קאלט, ארום 10 מיטאג דערנאך ווערט נאך קעלטער נאכמיטאג . קלאר אין גאר קאלט , 5 below zero ביינאכט.
זונטאג- מערסטענס זיניג אין גאר קאלט, ארום 15 בייטאג. ארום 8 ביינאכט.
מאנטאג - טייל זיניג אין מילדער, ארום 32. שניי מעגליך ביינאכט, ארום 25.
דינסטאג - מערסטענס פארוואלקענט מיט שניי/רעגן,מילד , ארום 40 . ארום 30 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג אין מילד, ארום 40.


די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דאנערשטאג אווענט , א גוטע נאכט.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

ווי קאלט גייט ווערען. קענען מיר זען zero?

שליחה דורך וועטערבאריכט »

די לעצטע מאל עס איז געווען zero אדער ווייניגער איז געווען 1994 דאס איז 22 יאר צוריק. די לעצטע מאל עס איז געווען 1 דעגרי איז געווען 2004. לעצטע יאר איז געווען 2 דעגריס. אהן שניי אויף דער ערד איז זייער שווער פאר נאו יארק סיטי אנציקומען צו zero. אבער מיר האבען גראדע א מעגליכקייט דאס מאל, דער קאלטע לופט קומט גראד פון די ארטיק אויפן נארט ווינטען, דאס קען ברענגען די קאלטע לופט גלייך פון קאנאדע אהן עס אנווארעמען אויפן וועג . די גרעסטער חידוש וואלט געווען צו צוברעכען א רעקארד פאר קעלט נאך א גאר מילדער ווינטער.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

דאנערשטאג אווענט-פרשת תרומה- וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט. היינט איז געווען א קאלטע טאג אבער נאך קעלטערע לופט קומט אהן פאר שבת. טעמפרעטורס שבת אינדערפרי וועלען זיין ארום 18 אבער וועלען פאלען במשך דער טאג. מוצאי שבת וועט זיין געפערליך קאלט, אין די wind chills וועלען זיין מסוכנ׳דיג. זונטאג בלייבט נאך זייער קאלט אבער ביי מאנטאג ווערט אסאך בעסער. מאנטאג נאכט אין דינסטאג קומט דער נעקסטע שטורם אבער חוץ אביסעל שניי אדער אייז אין אנפאנג וועט זיך עס שנעל טוישען אויף רעגן ביי דינסטאג צופרי אין שטאט. אפסטעיט קען נעמען לענגער אבער דאס זעט נישט אויס ווי א גרויסע שניי דערווייל.

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

דאנערשטאג נאכט-טייל פארוואלקענט , זייער ווינטיג און שטארק קאלט,ארום 15 wind chills around zero.
פרייטאג- טייל זיניג און שטארק קאלט, ארום 26 בייטאג. פארוואלקענט ,ווינטיג און שטארק קאלט א פלארי אדער snowshower ,ארום 18 ביינאכט. Wind chills around zero.
שבת-מערסטענס זיניג, ווינטיג און שטארק קאלט, ארום 18 מיטאג דערנאך ווערט נאך קעלטער נאכמיטאג .wind chills around zero. טייל פארוואלקענט און גאר קאלט , 0-5 ביינאכט.
.Wind chills around 20 below zero
זונטאג- מערסטענס זיניג און גאר קאלט, ארום 18 בייטאג. קלאר און שטארק קאלט,ארום 15 ביינאכט.
מאנטאג - טייל זיניג און נישט אזוי קאלט , ארום 35. שניי טוישט אויף רעגן ביינאכט, ארום 32.
דינסטאג - מערסטענס פארוואלקענט מיט רעגן,מילד , ארום 48. ארום 32 ביינאכט.
מיטוואך-רעגען אדער שניי אינדערפרי, דערנאך טייל זיניג און קיל, ארום 42. קלאר און קעלטער, ארום 25 ביינאכט.
דאנערשטאג-זיניג און קיל, ארום 38.

וועטער לעקוואוד -

דאנערשטאג נאכט-טייל פארוואלקענט , זייער ווינטיג און שטארק קאלט,ארום 15 wind chills around zero.
פרייטאג- טייל זיניג און שטארק קאלט, ארום 28 בייטאג. פארוואלקענט ,ווינטיג און שטארק קאלט א פלארי אדער snowshower ,ארום 18 ביינאכט. Wind chills around zero.
שבת-מערסטענס זיניג, ווינטיג און שטארק קאלט, ארום 18 מיטאג דערנאך ווערט נאך קעלטער נאכמיטאג .wind chills around zero. טייל פארוואלקענט און גאר קאלט ,ארום 0 ביינאכט.
.Wind chills around 20 below zero
זונטאג- מערסטענס זיניג און גאר קאלט, ארום 18 בייטאג. קלאר און שטארק קאלט,ארום 10 ביינאכט.
מאנטאג - טייל זיניג און קיל, שניי מעגליך שפעט, ארום 35. שניי טוישט אויף רעגן ביינאכט, ארום 32.
דינסטאג - מערסטענס פארוואלקענט מיט רעגן,מילד , ארום 48. ארום 35 ביינאכט.
מיטוואך-רעגען אדער שניי אינדערפרי, דערנאך טייל זיניג און קיל, ארום 40. קלאר און קעלטער, ארום 28 ביינאכט.
דאנערשטאג-זיניג און קיל, ארום 40.

וועטער מאנסי און מאנרא-

דאנערשטאג נאכט-טייל פארוואלקענט , זייער ווינטיג און שטארק קאלט,5-10
wind chills around 5 below zero.
פרייטאג- טייל זיניג און שטארק קאלט, ארום 22 בייטאג. פארוואלקענט ,ווינטיג און שטארק קאלט א פלארי אדער snowshower ,ארום 12 ביינאכט. Wind chills around 10 below zero.
שבת-מערסטענס זיניג, ווינטיג און שטארק קאלט, ארום 15 מיטאג דערנאך ווערט נאך קעלטער נאכמיטאג .wind chills 10-15 zero. טייל פארוואלקענט און גאר קאלט , ארום 5 below zero ביינאכט.
.Wind chills around 30 below zero
זונטאג- מערסטענס זיניג און גאר קאלט, ארום 13 בייטאג. קלאר און שטארק קאלט,ארום 0 ביינאכט.
מאנטאג - טייל זיניג און נישט אזוי קאלט, ארום 30. שניי טוישט אויף אייז ביינאכט, ארום 25.
דינסטאג - מערסטענס פארוואלקענט מיט אייז , דערנאך רעגן,מילדער , ארום 45. ארום 30 ביינאכט.
מיטוואך-רעגען אדער שניי אינדערפרי, דערנאך טייל זיניג און קיל, ארום 40. קלאר און קעלטער, ארום 22 ביינאכט.
דאנערשטאג-זיניג און קיל, ארום 35.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מוצאי שבת קודש , א גוטע נאכט און א גוט שבת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

בילד


Sent from my iPhone using Tapatalk
פארשפארט