נייע ארגאניזאציע "חבר'טעס" ווערט באגריסט

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
medic
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 2:04 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

נייע ארגאניזאציע "חבר'טעס" ווערט באגריסט

שליחה דורך medic »

בפרוס החודש שמרבין בו בשמחה:

נאך די מורא'דיגע הצלחה פון די וואויל באקאנטע "עזרת נשים" ארגאניזאציע, וואס ס'איז שווער צו באגרייפן וויאזוי מ'האט זיך אמאל געקענט באגיין אן דעם, ס'איז פשוט שוידערליך צו טראכטן וואו מ'וואלט שוין היינט געהאלטן ווען נישט די לעבנס וויכטיגע עזרת נשים קארפס און אירע געטרייע וואלונטירן.

נאך די אויסערגעווענליכע הצלחה פון "עזרת נשים" ביי הצלה, איז יעצט געקומען די רייע זיך צו נעמען צו די צווייטע פאזע.

נעמליך איז שוין אין רוב גרויסע אידישע שטעט פארהאן "חברים" גרופעס, שוין אפילו דא א "אינטערסטעיט חברים" ארגאניזאציע, וועלכע קומען צו הילף ווען א דרייווער איז געשטראנדעט אינמיטן וועג אן קיין געז, בוסט, פארזינקען אין די שניי, אזוי אויך ווען איינער איז אויסגעשפארט פון שטוב, א שלאס פון א געשעפט עפענט זיך נישט, א קינד איז פארכאפט אין א פארשלאסענע קאר, אין געוויסע שטעט דינען די חברים אויך ווי די שומרים ארג'ס און העלפן געטראפענע אידן ווען אימער ס'לאזט זיך.

האבן די חשובע פעמיניסטישע פרא פרויען גרופעס זיך צוזאמען געזעצט, מטכס עצה צו זיין, גענוי ווי מ'האט זיך אן עצה געגעבן מיט די הצלה גרופעס, ווי די חשובע פרויען האבן געפונען אן עצה און לעזונג צו דעם חשש אז ווען א פרוי איז אין א סכנה וועט זי נאך רופן די הארצלאזע מענער הצלה וואלונטירן, און זיי קענען נאך אנקומען אין בלויז סעקונדעס, און באהאנדלען די פאצינעט איר צו געבן ערשטע הילף, און מעגליך נאך גאר ראטעווען איר לעבן, מיט אזא שנעלקייט און קאלטקייט, און ווער רעדט נאך אויס ס'פעלט אויס אז די וואלונטירן זאלן נאך דארפן אנרירן א פרוי, און ווער רעדט נאך איר אויפהייבן און טראגן שנעל אין שפיטאל אריין, איז דאך שוין אידישקייט אויך א מאן דאמר אין די געשעפט, דעריבער האבן זיי געטון צו די זאך, און געגרינדעט די פרויען וואלונטירן גרופע, ווי פארשטענדליך זענען פרויען ווארעם און פול מיט הארץ, און נישט איבערגעאיילט, נאר וועלן ווארטן ביז די קאר סערוויס קומט אן זיי אפטראגן צום עמערדזשענסי, אדער ווארטן אז די פרענד וועלכע דרייווט יא זאל איר קומען אויפפיקן אויפ'ן וועג צו די עמערדזשענסי און מיטנעמען, און ווען מ'קומט אן צום קאלל נעמט מען נישט ארויס תיכף די מאשינערי, נאר מיט מוטערליכע הארציגקייט מעסט מען די פיבער, מ'נעמט ארויס א נעפקין צו אפווישן די טרערן, און די מער פראפעסיאנעלע וועלן אויפזוכן און צולייגן די סטעטעסקאופ צו הערן אויב ס'איז נאך דא א הארץ קלאפעניש, און אויב נאך די גאנצע צייט זעט מען אז מ'קען נאך דאך ראטעווען דורך פראפעשאנעלס, וועט מען תיכף ארויס זוכן די סעל פאון פון צווישן די טישוס אין די פאקעט בוק, און רופן 911, און תיכף ומיד באשטעלן א שטאטישע אמבולאנס, ווייל זיי זענען דאך באוואוסט אנצוקומען גאר גיך, און די האלבע שעה ביז די שטאטישע אמבולאנס קומט קענען זיי רואיג זאגן שמע ישראל און זאגן די "לאנגע וידוי" מיט'ן פאציענט, ווייל ווי נישט האבן זיי דאך געטון די מערסטע מעגליך צו דערנענטערן די פאציענט צו די אנדערע וועלט פון דין וחשבון, און מיט מוטערליכע ווארעמקייט וועלן זיי אנהאלטן די הענט פון די אויסגייענדן פאציענטקע.

זעלבסט פארשטענדליך אז ווען די געטרייע עזרת נשים זעען אז די מצב איז ערנסט, וועלן זיי שנעל זיך נעמען שיקן טעקסטן פאר די חבר'טעס און תהלים גרופ'ס איינצורייסן פאר די חולנית, אא"וו.

לעצטנס האט פאסירט אז א פלינקע עזרת נשים וואלונטירקע האט זיך נישט געקענט אריבערשלעפן א שניי בערגל, און א "חברים" וואלונטיר האט געדארפט געבן א האנט צו שלעפן דעם "קיט", און העלפן די וואלונטירקע אריבערקריכן דעם שניי, דאס קומט שוין נאכדעם וואס א עזרת נשים וואלונטיר האט מיט בערך א יאר צוריק זיך געמוטשעט ארום צו גיין פאדעלס מיט וואסער נאך רעגן, אזוי אז די שיך און טייטס זאל נישט ווערן "פוטש" נאס, און ווען א וואוילער אינגערמאן איז אדורך געגאנגען און געהערט די "yoy" און "אוי" זיפצן פון די פרוי האט ער איר געהאלפן אריבערגיין דעם "ים" צום סייד וואק.

נאך די מעשיות איז נתעורר געווארן א זאך וואס איז שוין לאנג געווען גאר באזארגענד און דרוקענד אויף די איידעלע הערצער פון די חשוב'ע פרויען רעכט-דענקער, און איז שוין אפאר מאל אויפגעברענגט געווארן מיט גרויס אייפער אויף די ווייבערישע וועב זייטלעך, וואס פאסירט למשל ווען א לעידי דרייווער בלייבט שטעקן אינמיטן פארן אן קיין געז, אדער זי דארף א בוסט, וועט א מאן קומען געבן א בוסט? אדער א מאן וועט איר ארויסשטופן פון שניי? א "מאן"? און אויב איז א פרוי אויסגעשפארט פון שטוב, וועט א "מאן" קומען עפענען די טיר?? א "מאן"? געוואלד!

דעריבער איז ווערט צו באגריסט און אפלאדירט ווערן די נייע חברה "חבר'טעס", וואס וועלן זיין גרייט צו טון אלע פליכטן וואס "חברים" טוט פאר מענער, און די נייע "חבר'טעס" וועט זיין "גענוי אזוי סוקסעספול" ווי די "עזרת נשים" און טון זייערע פליכטן גענוי אזוי פלינק און געשיקט ווי די עזרת נשים.
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך Milk shake »

א גוטע זשאוק! אויף וועמענס חשבון??? דו ביסט שוין אמאל געווען א פרוי און געפילט די בושה און אומאנגענעמענקייט ווען א מאן דארף איר קומען באהאנדלען אין ספעציעלע אומשטענדן?? די עזרת נשים איז געגרינדעט געווארן ביי חושבע רבנים און דיינים, און האט באקומען די ברכה פון אסאך רבי'ס און גדולים, דיין ניק זאגט אלעס אויס, א פארווייטאגטע הצלה מעמבער וואס מ'האט דיר עפעס אוועקגענומען....
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מעדיק: דו האסט נישט געקוקט אויפ'ן לוח ווען דו האסט געשריבן די תגובה. ס'איז נאך א טאג פאר ערב ראש חודש אדר א'. נאר דער תוכן פון די הודעה איז אזוי שטארק פאסיג פאר ר"ח אדר אז מ'האט 100% מקיים געווען די הלכה פון ..."שלשים יום קודם החג שואלין ודורשין בהלכות החג"... :lol:
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: נייע ארגאניזאציע "חבר'טעס" ווערט באגריסט

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אנטשולדיגט אבער דער דאטום איז גאר די פראבלעם.
משנכנס אב ממעטין בשמחה. און מ'איז ממעט און ממעט און ממעט, ביז ווען? ביז ר"ח אדר. הייסט'ס ל' שבט איז דער טרויעריגסט'ע טאג פון יאר, ווען ס'פאסט נישט אזעלכע וויצען!

און אגב אורחא, דער מילק שעיק האט א פאוינט. ס'איז שטילעהייט באקאנט ביי הצלה ארג'ס אז ווען א יונגע פרוי גליטשט זיך אויס קומען צען יוניט'ס צו לויפען. ווען אן אלטע איד גליטשט זיך אין וואנע, דארף מען אפאר מאל בעטען ביז מ'גייט שוין. ודי בזה.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: נייע ארגאניזאציע "חבר'טעס" ווערט באגריסט

שליחה דורך דעת תורה »

א חסיד האט אמאל געמאכט א אב'דיגן וויץ, און די הומארלאזע ליטאים האבן עס אנגענומען מיטן גאנצן ערנסטקייט!...
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

געהערט א ווערטעל, אז עזרת נשים האט א תקנה, אז ס'מעגען נאהר לויפען כאטשיק צוויי וואלונטירס אויפאמאהל, אז אויב איין פרוי וואלונטיר חלש'ט ביים אנקומען און זעהן די צענע ביים חולה, זאהל כאטשיק זיין נאך איינע איהר צו מונטערען..
ishchusid
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 6:53 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: נייע ארגאניזאציע "חבר'טעס" ווערט באגריסט

שליחה דורך ishchusid »

Milk shake האט געשריבן:א גוטע זשאוק! אויף וועמענס חשבון??? דו ביסט שוין אמאל געווען א פרוי און געפילט די בושה און אומאנגענעמענקייט ווען א מאן דארף איר קומען באהאנדלען אין ספעציעלע אומשטענדן?? די עזרת נשים איז געגרינדעט געווארן ביי חושבע רבנים און דיינים, און האט באקומען די ברכה פון אסאך רבי'ס און גדולים, דיין ניק זאגט אלעס אויס, א פארווייטאגטע הצלה מעמבער וואס מ'האט דיר עפעס אוועקגענומען....

איך האב אליין מיטגעהאלטן ביי א לידה ביי א שכן אין שטוב ווי עס איז געקומען צו פליען כמעט א מנין הצלה מעמבערס. ווי די מאן האט מיר שפעטער פארציילט האט איינער געארבעט, נאך איינער אדער צוויי געהאלפן אביסעל, די איבעריגע זענען געשטאנען אין די זייט אין געקוקט. היינט שוין יארן שפעטער אין די פרוי שעמט זיך נאך אלס ווען זי זעהט אין גאס פון די מעמבערס.
medic
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 2:04 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

שליחה דורך medic »

Kool man האט געשריבן:געהערט א ווערטעל, אז עזרת נשים האט א תקנה, אז ס'מעגען נאהר לויפען כאטשיק צוויי וואלונטירס אויפאמאהל, אז אויב איין פרוי וואלונטיר חלש'ט ביים אנקומען און זעהן די צענע ביים חולה, זאהל כאטשיק זיין נאך איינע איהר צו מונטערען..


א פרוי איז געווען אויף צרות, האט זי שנעל אנגערופן "עזרת נשים" זאל איר קומען ראטעווען, זיי זענען טאקע געקומען צו "רייסן" צו די קאלל, ביי די טיים זיי זענען אנגעקומען איז שוין די פרוי געווען אריין און ארויס פון "קאנטשעסנעס", ווען זיי האבן געזען אז זיי האבן שוין נישט אין זייער רעסעפי בוק וואס צו טון מיט איר, האט איין געטרייע וואלונטירקע געליינט קריאת שמע מיט די "פעסינג אוט" פאציענטקע, די מאן איז אהיימגעקומען און געזען די ספעקטאקל, און ווי זיין פרוי ליגט אן באוואוסטזיין און א געטרייע וואלונטיר - אנשטאט רופן הצלה - ליינט קריאת שמע מיט איר הויך מילה במילה, האט ער תיכף גערופן די הצלה און מ'האט איר אין מינוטן אפגעפירט אין שפיטאל עוד בה נשמתה בכפה, וואו זי איז שנעל אריבער א עמורזשענסי פראצעדור און איר לעבן איז געראטעוועט געווארן אין די לעצטע מינוט.

אינדערפרי ווען די פאציענט איז שוין געווען צוריק ביים פולן באוואוסטסזיין, איז אריינגעקומען א ביקור חולים וואלונטיר'קע, די פאציענטקע האט געפרעגט אויב זי קען איר ברענגען דעם עזרת נשים וואלונטיר פון נעכטן, ווייל זי האט אזוי שיין געליינט מיט מיר נעכטן נאכט קרישמע, איך וויל זי זאל יעצט זאגן מיט מיר "מודה אני"...
(געהערט פון א מאן פון די ביקור חולים וואלונטיר'קע)
פארשפארט