פארוואס, פארוואס, אוי פארוואס?!
- ליפא
- חבר ותיק
- הודעות: 2159
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
- האט שוין געלייקט: 2314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל
פונקט מארגן געהערט א סיפור: א בחור מתלמידי קלויזענבורג, עוד בחיים חיותו של אותו זקן, איז אמאל געווען אין מאנהעטן ביי א דאקטער אין א גרויסע בילדינג. אין דעם עלעוועיטער איז געווען נאך א עלטערע איד, מיט א ליטווישן אויסקוק. דער איד פרעגט דעם בחור וויאזוי הייסט איר? און דעם בחור ענטפערט עם זיין נאמען. דערנאך פרעגט דער בחור צוריק 'אין וויאזוי הייסט איר'? ענטפערט עם דער איד ' איך העיס משה פעינשטעין'. דער בחור וואס האט נישט געוואוסט קיין מעשות רופט זיך גלייך אן 'אהה, איר זענט עס די שגץ'!! 'יא, יא' ענטפערט ר' משה בענוות קדשו מיט אן אראפגעקוקטן געזוכט 'איך בין עס'.
דאונט ווארי, דער בחור איז נישט גלייך נתפעל געווארן פון ר' משהנען'ס תמימות. נאר הערשט אפאר יאר שפעטער, נאך זיין חתונה האט ער געכאפט וואס דא איז געווען!!
דאונט ווארי, דער בחור איז נישט גלייך נתפעל געווארן פון ר' משהנען'ס תמימות. נאר הערשט אפאר יאר שפעטער, נאך זיין חתונה האט ער געכאפט וואס דא איז געווען!!
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
ליפא האט געשריבן:פונקט מארגן געהערט א סיפור: א בחור מתלמידי קלויזענבורג, עוד בחיים חיותו של אותו זקן, איז אמאל געווען אין מאנהעטן ביי א דאקטער אין א גרויסע בילדינג. אין דעם עלעוועיטער איז געווען נאך א עלטערע איד, מיט א ליטווישן אויסקוק. דער איד פרעגט דעם בחור וויאזוי הייסט איר? און דעם בחור ענטפערט עם זיין נאמען. דערנאך פרעגט דער בחור צוריק 'אין וויאזוי הייסט איר'? ענטפערט עם דער איד ' איך העיס משה פעינשטעין'. דער בחור וואס האט נישט געוואוסט קיין מעשות רופט זיך גלייך אן 'אהה, איר זענט עס די שגץ'!! 'יא, יא' ענטפערט ר' משה בענוות קדשו מיט אן אראפגעקוקטן געזוכט 'איך בין עס'.
דאונט ווארי, דער בחור איז נישט גלייך נתפעל געווארן פון ר' משהנען'ס תמימות. נאר הערשט אפאר יאר שפעטער, נאך זיין חתונה האט ער געכאפט וואס דא איז געווען!!
ליפא'לע, I feel very bad for you, אבער די חוצפה והתרסה, אוועקמאכן אלע גדולי ישראל וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן, און זיך האלטן פאר די פאן טרעגער פון אידישקייט און חומרות - אז דער מקיל איז אפגעשטעמפלט געווארן אלס קל, איז נישט געווען קיין נחלת הכלל. נישט קלויזנבורג, נישט וויזניץ, נישט גור, און נישט סקווירא, האבן פארמאגט די חוצפה און איבערהויפט זלזול, ווי דער קרייז וואו דו געהערסט.
ביטע, דיין פרובירן פארוואסערן די נושא אנשטאט פארדאמען די רשעות וואס איז פארגעגאנגען די לעצטע יובל השמונים, איז ממש די נקודה וואס [tag]שמעון וואלף[/tag] האט פריער ארויסגעברענגט. אז מ'איז נישט מכיר אינעם עבר, און אינעם פאקט אז ס'געווען א ספעציפישע קרייז וואס האט זיך איבערהויפט אויסגעצייכנט אין בא'עולה'ן אזויפיל ערליכע אידן, דאן איז דער אשכול נאך וואליד בזמנינו אלה אויך!
איך אין דיין ארט, וואלט איך מודה געווען על האמת, און ענדערש פאקוסירט אין די פאזיטיווע חלקים בעבר, אדער אינעם שענערן מציאות בהווה, ווען טעראר איז שוין נישט אזא אנגענומענע מהלך ווי אמאל. אויב איך וואלט זיך נישט געטרויט מודה צו זיין על האמת, וואלט איך מיך געווישט די נאז און געגאנגען ווייטער. אבער אריינלייגן אויגן אין ערד ווי א בת היענה, און זאגן אז מ'האט נישט געפייניגט מער ווי אנדערע האבן געטון, איז אבסורד.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
ליפא, די נעמסט עס זייער פערזענטליך. שמעקעדיג האט שוין קלארגעשטעלט אז רוב סאטמערע זענען פיינע נארמאלע מענטשן. ליידער האבן טעראיסטן פארכאפט די לייצעס פון די שופרות (צייטונגן) און זיי שטעלן דעם טאן.
און לגבי די מעשה מיט ר' משה, לדעתי איז עס א זשאוק אבער אויפ'ן צד אז ס'האט יא פאסירט קלעבט עס בעסער אויף א סאטמערע ווי עניבאדי עלס.
און לגבי די מעשה מיט ר' משה, לדעתי איז עס א זשאוק אבער אויפ'ן צד אז ס'האט יא פאסירט קלעבט עס בעסער אויף א סאטמערע ווי עניבאדי עלס.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 12
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 3:59 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
Re: פארוואס, פארוואס, אוי פארוואס?!
וואס איך האב געהערט א שמועס צווישען צוויי בעלזע חסידים קעגען דעם סאטמארן רבין רחמנא ליצלן איך האב קיינמאהל נישט געהערט רעדען פון א סאטמאר חסיד אויפען הייליגען בעלזער רב ר' אהרן זי"ע
Sent from my SM-G928T using Tapatalk
Sent from my SM-G928T using Tapatalk
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: פארוואס, פארוואס, אוי פארוואס?!
א שטארקע פאינט. אבער די בעלזע וועלן ענטפערן אויף דעם אז טאקע משם ראי' אז בעלזע רב איז דער מלאך אלקים וואס קיינער טרויעט זיך נישט צו רעדן אויף עם...
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: פארוואס, פארוואס, אוי פארוואס?!
שמעקעדיג, נישט יעדער וואס איז אנטי סאטמער איז בעלזא!
וחוץ מזה ווער האט דיר געזאגט אז די בעלזער האבן געמאכט טעראר?
וחוץ מזה ווער האט דיר געזאגט אז די בעלזער האבן געמאכט טעראר?
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: פארוואס, פארוואס, אוי פארוואס?!
בכל אופן זייער א וויכטיגער אשכול שש, די אינגע דור דארף וויסן וואו אזוי אידישקייט האט זיך געבויעט אין אמעריקא!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1029
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
- האט שוין געלייקט: 1704 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל
איך וויל אנהייבן מיט באדאנקען אדנירם פאר זיינע שיינע באלערענדע ארטיקלן ספעציעל אין "היסטאריע", כאטש ווי יעדער חסיד איז ער איינזייטיג און זעט נישט קיין עוולות אין די חסידות ווי ער איז אויפגעצויגן געווארן, עס איז א נארמאלע זאך און מדרך העולם, איך האף ער וועט פארשטיין א צווייטן אויך
ועל של עכשיו באתי צו ענטפערן אויף זיין אשכול "פארוואס, פארוואס אוי פארוואס"
איך וויל מאכן 2 הקדמות:
א) זאכן וואס מ'האט גערעדט צווישן זיך אין חדר, ביהמ"ד, מקוה, איז לא מעלה ומוריד, דאס איז איבעראל פארהאן און עס איז נישטא קראנטע באווייזן. (געהערט פון איינעם וואס האט געהערט פון האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, ווי באקאנט פלעגט ער אסאך קומען צו רביה"ק מסאטמאר זצ"ל, האט ער זיך אפגערעדט צו אים איינמאל אז דער רבי רעדט אויף זיין טאטן זצ"ל און ער קען נישט קומען מער אלץ כיבוד אב, צווישן אנדערע האט אים די רבי געזאגט, איך זאג מיינע טענות אויף אים נאר אין שטוב קיינמאל נישט ברבים, און דאס טוט דיין טאטע אויך)
ב) ווען איך פארענטפער עפעס אז אנדערע האבן עס געטון בעפאר דעם מיינט נישט צו בארעכטיגן, עס מיינט נאר צו פרעגן "פארוואס" פרעגסטו נאר אויף סאטמאר, אבער טעראר איז בשו"א נישט בארעכטיגט
יעצט לאמיר גיין על ראשון ראשון
א) צי ווייסט איר וואס פארא טעראר אפאראט בעלז אין ירושלים האט געפירט אקעגן די עדה החרדית און פערזענליך קעגן גאב"ד ר' יצחק יעקב ווייס זצ"ל ווייל זיי האבן גע'אסר'ט זייער שחיטה, לדוגמא רי"י ווייס האט געהאט א פיקוח נפש ליין וואס ער האט אויפגעהובין שבת, האבן זיי געשיקט מענטשן רופן אין שב"ק וואס האט אים גורם געווען מוראדיג צער און עגמ"נ, געשיקט דעליוועריס פון פיצא וכדומה אינמיטן די נאכט וכדומה, די רעאקציע איז נאר געווען א ענטפער, (זע הקדמה 1)
ב) כאטש איך קען עס פארענטפערן וועל איך עס יעצט נישט טון, נאר דערמאנען אז מהר"א שליט"א האט אים צוויי מאל איבערגעבעטן דערויף, איין מאל אין א בריוו (געדריקט דאן אין גליון "אז נדברו", "דער איד" האט עס נישט געוואלט אריינלייגן) עס איז אפילו נתפרסם געווארן א תשובה פון הגאוה"צ מקאשוי זצ"ל וואס איך שעם מיך צו זאגן וואס ער האט געשריבן, איך גלייב נישט אז ער האט דאס געענטפערט, דאס צווייטע מאל ביי א דרשה ברבים לאחר פטירתו, איך מיין אז דא איז גילטיג דער כלל אז מ'דערמאנט נישט קיין עבירות וואס מ'האט שוין תשובה געטון
וואס וואלט ליובאוויטש (אדער סיי וועלעכע אנדערע חסידות) געטון ווען עס קומט אריין איינער און פרעדיגט אין דיינע קינדער השקפה און לימודים פארקערט ווי דו ביסט אויפגעצויגן געווארן, איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן ווי טאטעס האבן געוויינט און געבלוטיגט ווי מען רייסט אוועק זייערע קינדער וואס זיי האבן אויפגעצויגן, צו א ווילד פרעמדע קולטור און שיטה (לשיטתם) און מען האט געבעטן זאלן אויפהערן עס האט גארנישט געהאלפן, נאר דאס וואס מ'האט געטון פאר ר' פנחס קארף און ר' מענדל וועכטער האט געסטאפט "די קינדער אנטלויפן קיין ליובאוויטש" , זעה אויך הקדמה ב'
קלויזענבורגער רבי זצ"ל איז אנגעקומען קיין אמעריקע פאר רביה"ק מסאטמאר זצ"ל, אסאך סאטמארע חסידים האבן זיך געדרייט ביי אים ביז ווען זייער רבי איז אנגעקומען אהער (און קלויזענבורגער רבי האט אים געאפפערט צו ווערן א מגי"ש ביי אים אין ישיבה) זענען אלע צוריקגעגאנגען (ועוד טעמים וד"ל) דאס האט אים זייער געבאדערט און ער האט צענדליגער מאל פוער פיו געווען ברבים רופענדיג אים פעטער לבן וכדומה, עס איז געווארן א פייט וכל דאלים גבר, (זע הקדמה ב') רביה"ק זצ"ל האט "קיינמאל" נישט גערעדט אויף אים ברבים (און נישט אויף קיין איין מענטש פערזענליך)
דאס איז לופט מעשיות, אויב יא איז עס קינדער פון חדר און בחור'לעך (איך האב געלערנט אין סאטמארע חדר דאן, איך האב עס קיינמאל נישט געהערט ביז יעצט) אין פובליק צי אין "דער איד" איז עס קיינמאל געשטאנען און לגבי "צוליב דעם האבן זיי..." האב איך שוין געענטפערט אויבן.
וואו ווען וואס? קיינמאל האט מען נישט געשריבן עמטליך קעגן די אמת'ע גדולי התורה אזעלכע ווערטער, פרייוואט האט מען איבעראל גערעדט איינער אויפן צווייטענס גדולים,
אויב האט מען געזאגט אז זיי זענען אפיקורסים וכדומה (איך ווייס נישט אויב ברבים און אוודאי נישט מיט נעמען) האבן זיי ראיות מן התורה ונביאים וכתובים, מעגסט האלטן אנדערש אבער זיי האבן געהאט גענוג בעקינג.
אלס חסיד פון מהר"א שליט"א "געב איך דער 100% גערעכט"
זיי האבן מברר געווען ע"פ ד"ת אז דאס איז א סכסוך אין די קהלה וואס יעדער איז זיך מתחייב צו פאלגן די תקנת הקהלה און די ווייטאג איז געווען גרויס איז געווען א פליטת פה, נישט אריינגייענדיג אין די היסטארי פון יענעם ב"ד און זייער ראב"ד, קיין איין אנדערע קהלה וואלט נישט אנדער געהאנדעלט.
אמת, עס איז געווען א העצעריי פון יחידים וואס האבן אנגעדרייט גאנץ סאטמאר (אנגעפירט פונעם טוען אין די אויבן דערמאנטע ד"ת) רבינו הב"מ זצ"ל האט אינטערגעשריבן ביים זמן ש"ק די קול קורא, צוויי מינוט דערנאך האט עס שוין געהאנגען איבעראל, סיי ווי וואלט מען נישט אנדערש געהאנדעלט מיט איינעם וואס איז א געפאר פארן חסידות (זע הקדמה ב') און ער איז טאקע צוריקגעקומען בתוך הקהל ווייל מען האט איינגעזען דעם טעות, דרך אגב, יענע צייט איז א בחור פון די ישיבה אין קר"י (ב"פ) א חתן געווארן מיט ר' מעכיל'ס טאכטער, אנקומענדיג אין ישיבה האט מהר"א אים באפוילן צו קאלן אפנעמען די מז"ט פון זיין שווער טראץ די באפעל פון א גאון וצדיק מפורסם נישט צו ריפן, עד היום איז אנגענומען אויף יענעם וואס איז היינט א וועלט באוואוסטער רבי שליט"א אז ער איז נוטה צו מהרז"ל ווייל ער האט א שווער הארץ אויף מהר"א
א) קיינמאל נישט געהערט דערפון, אדרבה געהערט פון מיין טאטן אז ער איז געקןמען צום רבינ'ס טיש אין אר"י ביותרת הכבוד, נישט אינטערשאצענדיג זיין גדלות בתורה וצדקות איז ער קיינמאל נישט געווען קיין נומבער מיט וועם מ,האט זיך געקריגט (חוץ אויב האסט עס דערמאנט ווייל עס גראמט מיט "אויער")
ב) פארשטיי נישט וועם דו מיינסט דערמיט, אויב דו מיינסט (קנאי'שער) לגבי קנאות קעגן ציוניזם וויל איך דיר זאגן אז מ'האט ארויף געלייגט אויף אים א נאסן ליילעך, ער איז זייער ווייט געווען דערפון
נישט אריינצוגיין אין פרטים משום כבוד ד' הסתר דבר, זייענדיג דבוק צו מו"ר בעל ברך משה זצ"ל אלע יארן, ווייס איך און יעדער וואס וויל וויסן אז די אויבן דערמאנטע און די אפאר אנדערע אויסברוכן איז בכלל נישט געווען זיין מהות, פארקערט "אלע" זיינע קינדער (אפילו די וואס שטעלן אן א פנים) קענען זיך פארשטעקן פאר זיינע נאטירלעכע נאבעלע מידות און אהבת ישראל ואכמ"ל, אפשר גייט עס אריין אין גדר פון המספר אחר מטתו של ת"ח.
ווי דערמאנט אויבן אלס חסיד פון מהר"א שליט"א ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט ואין לנו בה חלק בזה
א) איך בין נישט באקאנט מיט די פרטים, כפי שמונח בזכרוני איז געווען א פסק דין לטובתו, א צווייטער ב"ד האט געגעבן די סירוב, ווי אויך האט מען פארציילט דעמאלטס אז דער ב"מ ז"ל וועלעכער איז געווען בראשית נשיאותו און נאכנישט געקענט פייטן די קאמפאני אבער ער איז אראפ פון באלעמער בשעת די עליה, איך בין אבער נישט קלאר דערין
ב) מהר"א האט געהאלטן א דרשה אלס רב פון שטאט, די טיר איז געווען פארשפארט פאר בחורים און יונגלעך ווייל ער האט געדארפט מעורר זיין אויף דברים שהשתיקה יפה להם, מ'האט אויסגערופען אז מ'זאל עס נישט אפטעיפן, זיינע שונאים האבן עס פארשפרייט (עס איז שוין געווען נאך די טיילונג) סא איך פארשטיי בכלל נישט די טענה אויף אים
קיינמאל נישט געהערט, אדרבה צענדליגער סאטמארע חסידים זענען געווען אויך סקווערע חסידים, אפשר זאגסטו וואס מ'האט אים געטון
עס האט גארנישט געהאט מיט סאטמאר פאר סאם ריזען איז און די גאנצע יודישע וועלט אזוי געווען אנגענומען אפילו עס איז נישט אמת, פונקט ווי די שטאט כעלעם האט גארנישט צוטון מיטן מציאות.
בנוגע צי ער האט זיך נאר "אונטערגעווארפן" עיין אין די חיבורים פון תלמידו ומשמשו ר' אברהם שמואל געשטעטנער וואסערע קנאי ער איז געווען
א) קיינמאל געהערט (זע הקדמה א')
ב) איך בין נישט קיין טעראריסט אויב איך דינג מיך מיט דיר אויף דעם
א) ווי "היסטאריקער" פארציילן איז געווען א צוויי פאכיגן קריג פונקט אזויפיל האבן געוואלט ר' שמואל גראס ווי ר' אביש און מען האט זיך געשלאגן איינער מיטן אנדערן, והנהגת הרה"צ מספינקא זצ"ל יוכיח
ב) קיינמאל געזאגט, אדרבה מ'פארציילט אז ווען מ'האט אים געזאגט וואס מ'זאגט נאך פון אים האט ער געזאגט "ח"ו איך זאל אים פארגלייכן צו אהרן הכהן"
ג) קיינער האט קיינמאל גערעדט פון אים
נאך דא אסאך צו שרייבן ועוד חזון למועד

א) "פארוואס צובראכן שטיינער פעלזער,
אויפן היינטיגן בעלזער,"
ב) "ווען קומט גארנישט צו צום נעימה,
פון שרייען 'עפרא לפומא'."
א) צי ווייסט איר וואס פארא טעראר אפאראט בעלז אין ירושלים האט געפירט אקעגן די עדה החרדית און פערזענליך קעגן גאב"ד ר' יצחק יעקב ווייס זצ"ל ווייל זיי האבן גע'אסר'ט זייער שחיטה, לדוגמא רי"י ווייס האט געהאט א פיקוח נפש ליין וואס ער האט אויפגעהובין שבת, האבן זיי געשיקט מענטשן רופן אין שב"ק וואס האט אים גורם געווען מוראדיג צער און עגמ"נ, געשיקט דעליוועריס פון פיצא וכדומה אינמיטן די נאכט וכדומה, די רעאקציע איז נאר געווען א ענטפער, (זע הקדמה 1)
ב) כאטש איך קען עס פארענטפערן וועל איך עס יעצט נישט טון, נאר דערמאנען אז מהר"א שליט"א האט אים צוויי מאל איבערגעבעטן דערויף, איין מאל אין א בריוו (געדריקט דאן אין גליון "אז נדברו", "דער איד" האט עס נישט געוואלט אריינלייגן) עס איז אפילו נתפרסם געווארן א תשובה פון הגאוה"צ מקאשוי זצ"ל וואס איך שעם מיך צו זאגן וואס ער האט געשריבן, איך גלייב נישט אז ער האט דאס געענטפערט, דאס צווייטע מאל ביי א דרשה ברבים לאחר פטירתו, איך מיין אז דא איז גילטיג דער כלל אז מ'דערמאנט נישט קיין עבירות וואס מ'האט שוין תשובה געטון
"פארוואס געווען אזויפיל שלעגער און שחט'ער,
צו הרג'ענען ר' מענדל וועכטער,
פון צוליב אט דעם פוסטקייט טעראר און קוויטש,
זענען די קינדער אנטלאפן קיין ליובאוויטש."
וואס וואלט ליובאוויטש (אדער סיי וועלעכע אנדערע חסידות) געטון ווען עס קומט אריין איינער און פרעדיגט אין דיינע קינדער השקפה און לימודים פארקערט ווי דו ביסט אויפגעצויגן געווארן, איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן ווי טאטעס האבן געוויינט און געבלוטיגט ווי מען רייסט אוועק זייערע קינדער וואס זיי האבן אויפגעצויגן, צו א ווילד פרעמדע קולטור און שיטה (לשיטתם) און מען האט געבעטן זאלן אויפהערן עס האט גארנישט געהאלפן, נאר דאס וואס מ'האט געטון פאר ר' פנחס קארף און ר' מענדל וועכטער האט געסטאפט "די קינדער אנטלויפן קיין ליובאוויטש" , זעה אויך הקדמה ב'
"פארוואס זענען געווען אזויפיל דערווערגער,
צו פייניגן דעם אלטן קלויזנבורגער,
ווען דער מעלה פון א מויל וואס שטעכט,
האט דער פעטער פארמאגט פונקט אזוי מיט רעכט."
קלויזענבורגער רבי זצ"ל איז אנגעקומען קיין אמעריקע פאר רביה"ק מסאטמאר זצ"ל, אסאך סאטמארע חסידים האבן זיך געדרייט ביי אים ביז ווען זייער רבי איז אנגעקומען אהער (און קלויזענבורגער רבי האט אים געאפפערט צו ווערן א מגי"ש ביי אים אין ישיבה) זענען אלע צוריקגעגאנגען (ועוד טעמים וד"ל) דאס האט אים זייער געבאדערט און ער האט צענדליגער מאל פוער פיו געווען ברבים רופענדיג אים פעטער לבן וכדומה, עס איז געווארן א פייט וכל דאלים גבר, (זע הקדמה ב') רביה"ק זצ"ל האט "קיינמאל" נישט גערעדט אויף אים ברבים (און נישט אויף קיין איין מענטש פערזענליך)
"פארוואס געמאכט דעם ליובאוויטשער פאר יאשקע,
און געמאכט א בלבול פון הויזן אויף חי' מושקא,
ווען צוליב דעם האבן זיי זייערע קינדער אנגעוואוירן,
וואס הערנדיג דעם אמת זענען זיי חב"ד'סקע געווארן."
דאס איז לופט מעשיות, אויב יא איז עס קינדער פון חדר און בחור'לעך (איך האב געלערנט אין סאטמארע חדר דאן, איך האב עס קיינמאל נישט געהערט ביז יעצט) אין פובליק צי אין "דער איד" איז עס קיינמאל געשטאנען און לגבי "צוליב דעם האבן זיי..." האב איך שוין געענטפערט אויבן.
"און תורה ריזן זענען געווארן חיות אין שטאל,
פארן זיי 'ברכים אשר כרעו לבעל'.
וואו ווען וואס? קיינמאל האט מען נישט געשריבן עמטליך קעגן די אמת'ע גדולי התורה אזעלכע ווערטער, פרייוואט האט מען איבעראל גערעדט איינער אויפן צווייטענס גדולים,
אויב האט מען געזאגט אז זיי זענען אפיקורסים וכדומה (איך ווייס נישט אויב ברבים און אוודאי נישט מיט נעמען) האבן זיי ראיות מן התורה ונביאים וכתובים, מעגסט האלטן אנדערש אבער זיי האבן געהאט גענוג בעקינג.
"פארוואס מעג מען נאכשרייען, שלאגן, און מאכן חרוב,
דער וואס פארלאזט זיך אויף זיינען רבנים שהתירו את העירוב,
און עס געדענקט זיך נאך אמבעסטלעך,
ר' הלל וויינבערגער'ס 'בהמות און 'מילך קעסטלעך'
אלס חסיד פון מהר"א שליט"א "געב איך דער 100% גערעכט"
"פארוואס בלי צדק ובלי חקר,
האט מען פארוואנדלט אלס שלשה רועי בקר,
רבנים וואס האבן זיך דערוואגט א ד"ת אנצונעמען,
וויבאלד ביי די נתבעים איז דער קרית יואל'ער געווען פון די נעמען."
זיי האבן מברר געווען ע"פ ד"ת אז דאס איז א סכסוך אין די קהלה וואס יעדער איז זיך מתחייב צו פאלגן די תקנת הקהלה און די ווייטאג איז געווען גרויס איז געווען א פליטת פה, נישט אריינגייענדיג אין די היסטארי פון יענעם ב"ד און זייער ראב"ד, קיין איין אנדערע קהלה וואלט נישט אנדער געהאנדעלט.
"פארוואס געמעגט רודפ'ן און דערקוטשן
דעם ניקלשבורגן ר' מעכעלע לעבאוויטש'ן,
און א טעראר האט געקרוינט מיט הצלחה,
נאר דורכן חרוב מאכן זיין משפחה."
אמת, עס איז געווען א העצעריי פון יחידים וואס האבן אנגעדרייט גאנץ סאטמאר (אנגעפירט פונעם טוען אין די אויבן דערמאנטע ד"ת) רבינו הב"מ זצ"ל האט אינטערגעשריבן ביים זמן ש"ק די קול קורא, צוויי מינוט דערנאך האט עס שוין געהאנגען איבעראל, סיי ווי וואלט מען נישט אנדערש געהאנדעלט מיט איינעם וואס איז א געפאר פארן חסידות (זע הקדמה ב') און ער איז טאקע צוריקגעקומען בתוך הקהל ווייל מען האט איינגעזען דעם טעות, דרך אגב, יענע צייט איז א בחור פון די ישיבה אין קר"י (ב"פ) א חתן געווארן מיט ר' מעכיל'ס טאכטער, אנקומענדיג אין ישיבה האט מהר"א אים באפוילן צו קאלן אפנעמען די מז"ט פון זיין שווער טראץ די באפעל פון א גאון וצדיק מפורסם נישט צו ריפן, עד היום איז אנגענומען אויף יענעם וואס איז היינט א וועלט באוואוסטער רבי שליט"א אז ער איז נוטה צו מהרז"ל ווייל ער האט א שווער הארץ אויף מהר"א
א) "פארוואס געשריגן 'ציוני אויפן גאון וצדיק דער ערלויער,
נישט הערנדיג זיינע ווערטער מיט א גאנצע אויער,"
ב) "פארוואס אדורך אן קיין עונש נאר פטור בלא כלום,
דער בלוט צאפער פונעם קנאי'שער צדיק ר' רפאל בלום."
א) קיינמאל נישט געהערט דערפון, אדרבה געהערט פון מיין טאטן אז ער איז געקןמען צום רבינ'ס טיש אין אר"י ביותרת הכבוד, נישט אינטערשאצענדיג זיין גדלות בתורה וצדקות איז ער קיינמאל נישט געווען קיין נומבער מיט וועם מ,האט זיך געקריגט (חוץ אויב האסט עס דערמאנט ווייל עס גראמט מיט "אויער")
ב) פארשטיי נישט וועם דו מיינסט דערמיט, אויב דו מיינסט (קנאי'שער) לגבי קנאות קעגן ציוניזם וויל איך דיר זאגן אז מ'האט ארויף געלייגט אויף אים א נאסן ליילעך, ער איז זייער ווייט געווען דערפון
"פארוואס קען א רבי זאגן קוק און זע,
וויאזוי עס האט אויסגעזען דער מוטער פון הרב ממאנטיווידע,
און ער פארבלייבט א רועה לעדתו,
שרייענדיג עמלק אויף א חושב רעתו."
נישט אריינצוגיין אין פרטים משום כבוד ד' הסתר דבר, זייענדיג דבוק צו מו"ר בעל ברך משה זצ"ל אלע יארן, ווייס איך און יעדער וואס וויל וויסן אז די אויבן דערמאנטע און די אפאר אנדערע אויסברוכן איז בכלל נישט געווען זיין מהות, פארקערט "אלע" זיינע קינדער (אפילו די וואס שטעלן אן א פנים) קענען זיך פארשטעקן פאר זיינע נאטירלעכע נאבעלע מידות און אהבת ישראל ואכמ"ל, אפשר גייט עס אריין אין גדר פון המספר אחר מטתו של ת"ח.
"פארוואס מעג מען מבאיש זיין דעם גערוך,
זאגאר פון אן אייגענעם - ר' משה שטערנבוך.
און פארוואס מעג מען אויסארבעטן א גאנצע פלאן,
וויאזוי צו מאכן פאר אן אפיקורס הגראי"ל שטיינמאן."
ווי דערמאנט אויבן אלס חסיד פון מהר"א שליט"א ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט ואין לנו בה חלק בזה
א) "פארוואס געגעבן אן עליה פארן ערשטן מסרב לדין,
און שפעטער האבן אזוי געטון די אייגענע זיהן,
און פארוואס געמעגט זיין מוציא לעז,"
ב) "און פארוואס געמאכט לאנגע שארט קאטס אלס זיין שפייז."
א) איך בין נישט באקאנט מיט די פרטים, כפי שמונח בזכרוני איז געווען א פסק דין לטובתו, א צווייטער ב"ד האט געגעבן די סירוב, ווי אויך האט מען פארציילט דעמאלטס אז דער ב"מ ז"ל וועלעכער איז געווען בראשית נשיאותו און נאכנישט געקענט פייטן די קאמפאני אבער ער איז אראפ פון באלעמער בשעת די עליה, איך בין אבער נישט קלאר דערין
ב) מהר"א האט געהאלטן א דרשה אלס רב פון שטאט, די טיר איז געווען פארשפארט פאר בחורים און יונגלעך ווייל ער האט געדארפט מעורר זיין אויף דברים שהשתיקה יפה להם, מ'האט אויסגערופען אז מ'זאל עס נישט אפטעיפן, זיינע שונאים האבן עס פארשפרייט (עס איז שוין געווען נאך די טיילונג) סא איך פארשטיי בכלל נישט די טענה אויף אים
"פארוואס זיך אויפגעפירט אזוי שווער,
צום אלטן קאלאראשער צדיק פון סקווער,
וויבאלד ער האט זיך נישט 'אונטערגעווארפן' ווי אלע,
צום שר התורה און בי"ד של מעלה."
קיינמאל נישט געהערט, אדרבה צענדליגער סאטמארע חסידים זענען געווען אויך סקווערע חסידים, אפשר זאגסטו וואס מ'האט אים געטון
"פארוואס פארוואנדלט אלס 'שוטים' א גרופע,
ערליכע אידן וואס האבן זיך געדרייט אין פאפא,
ווען ער האט שוין יא פארשטאנען קלאר,
און זיך יא אונטערגעווארפן צום טעראר."
עס האט גארנישט געהאט מיט סאטמאר פאר סאם ריזען איז און די גאנצע יודישע וועלט אזוי געווען אנגענומען אפילו עס איז נישט אמת, פונקט ווי די שטאט כעלעם האט גארנישט צוטון מיטן מציאות.
בנוגע צי ער האט זיך נאר "אונטערגעווארפן" עיין אין די חיבורים פון תלמידו ומשמשו ר' אברהם שמואל געשטעטנער וואסערע קנאי ער איז געווען
א) "פארוואס געשריגן שייגעץ פון גרויס ביז קליין,
אויפן פוסק הדור רבי משה פיינשטיין,"
ב) ווען מ'זעט זיין גאונות וצדקות אין אגרות משה,
נאך אזויפיל ווי אין ויואל משה.
א) קיינמאל געהערט (זע הקדמה א')
ב) איך בין נישט קיין טעראריסט אויב איך דינג מיך מיט דיר אויף דעם
פארוואס נישט געצאלט קיין טאלער,
פארן שפאלטן דעם קאפ פון ר' אביש'ל קראלער,
און דער רבי האט געקענט זאגן 'אהרן טעה בעגל',
אבער א רשע גאר געמאכט פון ר' שלום פויגל."
א) ווי "היסטאריקער" פארציילן איז געווען א צוויי פאכיגן קריג פונקט אזויפיל האבן געוואלט ר' שמואל גראס ווי ר' אביש און מען האט זיך געשלאגן איינער מיטן אנדערן, והנהגת הרה"צ מספינקא זצ"ל יוכיח
ב) קיינמאל געזאגט, אדרבה מ'פארציילט אז ווען מ'האט אים געזאגט וואס מ'זאגט נאך פון אים האט ער געזאגט "ח"ו איך זאל אים פארגלייכן צו אהרן הכהן"
ג) קיינער האט קיינמאל גערעדט פון אים
נאך דא אסאך צו שרייבן ועוד חזון למועד
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 455
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל
אוי פארוואס.. פארוואס?? נעמט מען אזא שיינע קהילה ווי סאטמאר, וואס בליט שוין אזוי שיין פאר די לעצטע זיבעציג יאר, מיט זייער מנהיג וואס האט געראטעוועט כלל ישראל, און מען לייגט ארויף נאסע לייליכער, כאילו זיי טערעראזירן און באשמיצן?? כאילו זיי שלאגן און פארשעמן?? כאילו זיי בארעדן און באשרייען?? כאילו זיי ווארפן און פארשיקן?? כאילו זיי צוטרעטן און צוקלאפן?? וכו׳ וכו׳... די תירוץ איז...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1029
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
- האט שוין געלייקט: 1704 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל
אדנירם האט געשריבן:קשקוש - קריא.
אויב איינער קלערט א רגע אז די פריערדיגע תגובה איז צום זאך, זאל ער זיך מעלדן. ס'מיר פשוט א שאד די טירחה אדורכצוגיין די גאנצע תגובה, שטיקל ביי שטיקל, און עס אפענטפערן. אבער אויב געוויסע טראכטן אז יש דברים בגו, זייטס מיר מודיע אז כ'זאל אויפגעבן מיין צייט דערפאר.
אנטשולדיגט, נישט אזוי ענטפערן קלוגע מענטשן וואס האבן וואס צו ענטפערן
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
שש, כאטש וואס איך האלט אז דער היסטאריקער רעד פאר פייער און פאר וואסער, און וויפיהל איך וועל אים פרובירן צו מסביר זיין וואספארא הוילע שקרים ער שרייבט דא וועל איך נישט מצליח זיין אים צו געבן צו פארשטיין די אמיתת הדברים, על כן בין איך דער ערשטע וואס טוט אפעלירן צו דער זאלסט אים יא ענפערן שטיקל ביי שטיקל, ואלי מיט דיין געוואלדיגע כח הסברה וועט עס אריינגיין און זיין קאפ.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
די בעסטע פארט געפעלט מיר וואס די בעלזע האבן טערארעזירט דעם עדה, אזוי איבער צודרייען היסטאריע?
נאך א גוט שטיקל וואס דו שרייבסט, "וואו ווען וואס? קיינמאל האט מען נישט געשריבן עמטליך קעגן די אמת'ע גדולי התורה אזעלכע ווערטער"
העללא? איך האב געהערט פון כמה וכמה יודן וואס האבן געלערנט אין טשעבינע ישיבה, וואס האבן מיר דערציילט ווי די סאטמערע בחורים האבן געטאנצן אויפן גאס ברוך המקום שהרגו ווען דער שר התורה טשעבינע רב איז נסתלק געווארן.

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
אויב אזוי ווייניג ווייסט א 'היסטאריקער' אנן מה נענה אבתריה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
אדנירם האט געשריבן:אויב איינער קלערט א רגע אז די פריערדיגע תגובה איז צום זאך, זאל ער זיך מעלדן. ס'מיר פשוט א שאד די טירחה אדורכצוגיין די גאנצע תגובה, שטיקל ביי שטיקל, און עס אפענטפערן. אבער אויב געוויסע טראכטן אז יש דברים בגו, זייטס מיר מודיע אז כ'זאל אויפגעבן מיין צייט דערפאר.
[tag]היסטאריקער[/tag], זעהט מיר אויס ווי א שוואכע היסטאריקער...
היסטאריקער האט געשריבן:זאכן וואס מ'האט גערעדט צווישן זיך אין חדר, ביהמ"ד, מקוה, איז לא מעלה ומוריד, דאס איז איבעראל פארהאן און עס איז נישטא קראנטע באווייזן.
אזוי?! קינד און קייט רעדן אויך גדולי הדר כאילו ער איז עפעס א שגץ, כופר, וכו', און ס'איז לא מעלה ומוריד?!
היסטאריקער האט געשריבן:ווען איך פארענטפער עפעס אז אנדערע האבן עס געטון בעפאר דעם מיינט נישט צו בארעכטיגן, עס מיינט נאר צו פרעגן "פארוואס" פרעגסטו נאר אויף סאטמאר, אבער טעראר איז בשו"א נישט בארעכטיגט
הער איך. טא ביזטו מסכים סאטמאר האט אפגעטוען כל דבר רשעות, דו זאגסט נאר אז אנדערע אויך. מעגליך. דא פרעגסט פארוואס פונקט סאטמאר? ווייל יעצט רעדט מען פון סאטמאר. ווען דו ביסט מודה צו די סאטמארע שקצ'עריי, וועלן מיר אלע גיין לייענען דיין אשכל איבער שטיק פון אנדערע קהלות.
היסטאריקער האט געשריבן:...מהר"א שליט"א האט אים צוויי מאל איבערגעבעטן דערויף, איין מאל אין א בריוו ... דאס צווייטע מאל ביי א דרשה ברבים לאחר פטירתו...
די צווייטע דרשה ברבים האסטו אפשר? איך, און טויזענטער אנדערע וואס זענען געווארן עקספאז'ד צו די דברי נבלה, האבן קיינמאל נישט געהערט קיין בקשת מחילה (ס'קען פארט זיין וואר)
היסטאריקער האט געשריבן:וואס וואלט ליובאוויטש (אדער סיי וועלעכע אנדערע חסידות) געטון
נאכאמאל, דאס גייט נאר צו פרעגן פארוואס מ'פרעגט פונקט אויף סאטמאר, והשבתיך כבר.
היסטאריקער האט געשריבן:קלויזענבורגער רבי זצ"ל ... רביה"ק זצ"ל האט "קיינמאל" נישט גערעדט אויף אים ברבים
דו ענטפערסט אויפן רבי'ן זצ"ל, אבער די קשיא איז אויף די טעראריסטן.
היסטאריקער האט געשריבן:דאס איז לופט מעשיות, אויב יא איז עס קינדער פון חדר און בחור'לעך (איך האב געלערנט אין סאטמארע חדר דאן, איך האב עס קיינמאל נישט געהערט ביז יעצט)
וואס האסטו נישט געהערט? אז דער ליובאוויטשער איז פאררופן געווארן אלס משיח שקר? חי' מושקא איז געגאנגן מיט הויזן? איך האב אויך געלערנט אין סאטמאר, און געהערט די אלע שטיות פעם ועוד. וועמעם מיינסטו דו פאדרייסט די קאפ דא? ואפשר אז מיר האבן געלעבט אין אנדערע צייטן.
היסטאריקער האט געשריבן:וואו ווען וואס? קיינמאל האט מען נישט געשריבן עמטליך...
(אויף און תורה ריזן זענען געווארן חיות אין שטאל)
למשל "בערעלע בעלזער" מיט א בילד פון א בער, געשאסן אלס פאשקעווילן ברחוב העיר הייסט עמטליך?
כ'מיין אז ס'איז גענוג פון מיין צייט פארשווענדעד אויף די קינדערישע דעפענסיווע פראפאגאנדע וואס מיר פארקויפן פאר אונזערע קעלבעלעך. ווער ס'וויל, קען זיך ארומשפיעלן מיט די צווייטע העלפט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שלום על ישראל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
אין איין ווארט, די קשיות פון שש זענען נישט געווענדעט דווקא צו די סאטמאר'ע רבי'ס, נאר אויך (אדער דייקא) צו די מענטשן וואס האבן דאס געטון.
ווי אויך מאכט מען נישט קיין נפק"מ צווישן קהילת מהרז"ל און מהר"א (און אפילו בני יואל), יעדער האט זיך די אייגענע קופה של שרצים, קהלת מהר"א האט אויך א אייגענע טעראריסטישע בעקגראונד, ווילסט אריינקריכן אין עטרת מאיר צבי ממזרים סומאטוכע? און לאמיר נישט פארגעסן אז ביז נישט לאנג צוריק זענען ביידע געווען איין גרויסע קהלה און זיי זענען געקנאטן פון דעם זעלבן טייג (נישט אריזאנא ווייץ טייג).
כאטש איך האב אויבן פרובירט פארענטפערן פארשידענע זאכן, און איך האלט אז די מעלות אין סאטמאר שטייגט איבער די חסרונות, איז פארט נישט קיין תכלית זיך צו מאכן נישט-זעענדיג אויף די אלע טעראר שטיק, אדרבה, זאלן די סאטמארע אידן וויסן מיט וועלכע ברילן די וועלט קוקט אויף זיי... און כאטש מהיום והלאה נזהר זיין פון נוצן די מהלכים אקעגן איינער וואס גייט נישט אין שפאן.

וירח ה' את ריח הניחוח