בערני סענדארס-ביאגראפיע

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
מייקל פאראדעי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

בערני סענדארס-ביאגראפיע

שליחה דורך מייקל פאראדעי »

אזויווי לעצטענס איז געווארן גאר פאפיולאר די דעמקראטישע קאנדידאט פאר פרעזידענט בערני סענדארס און ווי איך האב נאר געזוכט אויפן נעט האב איך נישט געקענט געפונען קיין איין פלאץ ווי מ'קען ליינען א נארמאלע ביאגראפיע איבער אים אין אידיש און ווי איראניש האט ניטאמאל די אידישע סענעטאר און קאנדידאט פאר פרעזידענט א זייטל אויף די אידישע וויקעפידיע, ע"כ האב איך באשלאסן צו באשרייבן די ערשטע ביאגראפיע אין די היסטאריע פון סענטאר בערני סענדארס געשריבן אין אידישע שפראך- דא אויף קאווע שטיבל!. עס וועט ווערן באשריבן אין צוויי חלקים די ערשטע טייל איז איבער זיין פערזענליכע לעבן - זיין יוגענט, בילדונג, און משפחה. דער צווייטער טייל וועט זיך רעדן איבער זיין פובליק לייף - זיין פאליטישע קאריערע אין ווערמאנט און אין וואשינגטאן און איבער זיינע פאליסיס און השקפות.

דערווייל האב איך נאר געדענדיגט חלק א' און איך האף גאר בקרוב ארויפצולייגן חלק ב' אי"ה.

אויב איינער קען מיר העלפן טראנספארמירן די ארטיקל און עס ארויפלייגן אויף אידישע וויקעפידיע זאל זיך ביטע פארבינדען מיט מיר אין אישי, ווי אויך אויב האלט איר אז סאיז דא א טעות אין די ארטיקל און סאיז נישט הונדרעט פראצענט אקאראט ביטע לאזט מיך וויסן אין אישי און איך וועל עס פראבירן נאכפארשן און מתקן זיין, א דאנק פון פארויס.

[center]בערני סענדארס ערשטע ביאגראפיע אין אידיש![/center]
זיין יוגענט, בילדונג, און משפחה
בערנארד "בערני" סענדארס (74) איז געבוירן סעפטעמבער 8 1941 אין ברוקלין ניו יארק צו אלי און דאראטי (דורותי) סענדארס. זיין טאטע איז געוועהן א אידישע אימיגראנט פון א קליינע שטעטעל אין דרום פולין און איז געבוירן אין 1904 ער האט אימיגרירט קיין אמעריקע אין 1921 איבערלאזענדיג זיין גאנצע משפחה אין פוילין ווי זיי זענען נעבעך שפעטער אומגעקומען עקה"ש אין די האליקאוסט, הי"ד. זיין מאמע איז געבוירן געווארן October 2, 1912 אין ניו יארק צו אידישע אימגראנטן לבית גלאסבערג. בערני איז אויפגעוואקסן אין מידוואד ברוקלין זיי האבן געוואוינט אין א אפארטמענט בילדונג אויף 1525 E 26th St און ער איז געגעאנגען אין פובליק סקול אין The Kings Highway Academy) P.S. 197) און די נאכמיטאג שעה'ן האט ער געלערנט אידישע שטודיעס אין היבראו סקול.

בערני האט איין עלטערע סיבליניג אין ענגלאנד זיין ברודער לוי (לעררי) סאנדערס (81) איז געבוירן אין 1935 און איז אויפגעוואקסן צוזאמען מיט בערני אין ברוקלין און האט אימגירירט קיין ענגלאנד אין 1968 ווי ער איז שפעטער געווארן א פאליטישאן און א אקטיוויסט אין די ענגלישע "גרין פארטי". בערני רומט גאר שטארק זיין עלטערע ברודער און זאגט אז ער האט זיך אסאך געלערנט פון אים און אסאך פון זיינע איידיעס איז אים צו פארדאנקען.

בערני'ס אינטערעסע אין פאליטיקס האט זיך אנגעהויבן גאר יונג,ער זאגט אז פון גאר א יונגע עידזש האב איך פארשטאנען די וויכטיגקייט פון פאליטיקס "א אומבאוואוסטע מאן וואס האט געהייסן אדאלף היטלער ימ"ש האט געוואונען די וואלן אין דייטשלאנד אין 1932 און אלץ די רעזולטאט זענען ליידער מעהר ווי 50 מיליאן מענטשן אומגעברענגט געווארן כולל 6,000,000 אידן הי"ד און עס האט אויסגברוכן א צווייטער וועלט מלחמה וואס איז געוועהן פון די ערגסטע מלחמות אין היסטאריע, פונדעם האב איך מיך געלערנט אלץ גאר א קליין קינד אז פאליטיק איז אין פאקט זייער וויכטיג!"

זיין טאטע האט געארבעט שווער אלץ א פּעינט (פארב) סעילסמאן און איז געוועהן טייל פון א סטראוגלינג ארבעטס-קלאס משפחה, סאנדערס האט אנערקענט אין גאר א פרי יוגענט די אמעריקענע עקאנאמישע דיספּעראטי און איקוואליטי אויפוואקסענדיג צו ארימע עלטערן אין ברוקלין. ווי ער האט אמאל גזאגט אין א אינטערוויו מיט די גארדיאן צייטונג, "איך האב געזען און געפילט די אומרעכט און אומ-יושר אין די אמעריקאנע סיסטעם וואס דאס איז טאקע געווען די הויפט אינספיראציע אין מיין פאליטישע קאריער". סאנדערס פארעכנט אמעריקאנער סאציאליסט פירער Eugene V. Debs אלץ א וויכטיגע השפעה אויף זיין גאנג אין פאליטיקס. סאנדערס פארציילט אז אלץ קינד פלעגן זיינע עלטערין זיך אסאך ארומקריגן און די געווענטליכע סיבה דערפאר איז געוועהן ווייל זיין מאמע פלעגט פארלאנגן געלט און זיין טאטע האט נישט געהאט פון ווי צונעמען און די רעזולט האט געברענגט צו טענהרייען און קריגעריי וואס האט געהאט א שטארקע השפעה און אימפקעט אויף דעם יונגען בערני. זיין ברודער לעררי זאגט אז זיי זענען טאקע נישט אויפגעוואקסן הונגעריג ווייל למעשה האבן זיי געהאט צו עסען און די מינאמאלע געברויכן אבער אלעס איז געוועהן גאר שטארק אויף א מצומצמ'דיגע אופן און ווען ס'האט זיך פארלאנגט צו קויפן נייע שטוב געברויכן ווי קליידער געשיר און טעפיכער איז נישט געוועהן פון ווי צונעמען קיין געלט דערפאר.

בערני האט שטארק ליעב געהאט ספארטס און איז געוועהן שטארק אריינגעטוהן אין די אמעריקאנע בעיסבאל קולטור פון די 50' יאהרן, ער פלעגט נאכפאלגן די דעמאלסטיגע "ברוקלין דאוטשערס", ער האט לעצטענס געזאגט אז ער קען נאך היינט אויסרעכענן די ליין-אפ פון די "ברוקלין דאוטשערס" מיט די פונקטליכע נעמען פון די שפילערס פון די 1955 יאהרן. ער איז געוועהן איינע פון די בעסטע שפילער אין די סקולס Basketball טיעמס און געדינט אלץ קעפיטאן פון די ספורטס טיעם ווי ער האט טאקע שפעטער געווינען א טשאמפּיאנשיפּ פון די סטעיטס בעיסקעטבאול טיעמס.

אין 1954 האט בערני סעלעבערירט זיין בר מצוה.

בילד

אין הויך שולע איז סאנדערס געגאנגען לערנען אין James Madison High School אין ברוקלין אויף 3787 Bedford Avenue און איז שפעטער געגאנגען לערנען אין ברוקלין קאלעדזש פאר איין יאהר פון 1959 ביז 1960. דערנאך האט ער געטוישט שולע און געאנגען שטודירן אין The University of Chicago, זייענדיג דארט אין די אוניווערסיטעט אין שיקאגוי איז זיין אינטערעס אין פאליטיק שטארק געוואקסן און ער געווארן אינוואלוועט און אריינגעטוהן אין די "סיוויל רייטס באוועגונג" און געדינט ווי אן ארגאניזירער פאר די Student Nonviolent Coordinating Committee זייענדיג אין קאלעדזש האט סאנדערס אנגעפירט און ארגענייזט פראטעסטן און איז געווארן א מיטגלידער פון די Young People's Socialist League, ווי אויך איז ער געוועהן שטארק אריינגעטוהן אין ארגענייזן פראטעסטען פאר די Congress of Racial Equality וואס האט באקעמפט ציווילע רעכטן פאר די שווארצע באפעלקערונג און די דעמאלסטדיגע סעגרעגאציע. אין 1963 האט ער אנטייל גענומען אין די מארש אין וואשינגטאן פאר דשאבס און פרידאם ווי ד"ר מארטין לוטער קינד דזושניאר האט געהאלטן די באוואוסטע "איך האב א טרוים" רעדע.

אין יאנואר 1962 האט סאנדערס מאביליזירט און אנגעפירט א ראלי אין דער אוניווערסיטעט פון שיקאגא אדמיניסטראציע בנין צו פראטעסטירן אקעגן די אוניווערסיטעט פרעזידענט דזשארזש וועלז בידעאל סעגרעגטעד קאלעדזש-קאמפּאסעס פאליסיס
"מיר פילן עס איז ווייט פון יושר די סיטואציע ווען ניגראָו און ווייסע סטודענטן פון די אוניווערסיטעט קענען נישט לעבן צוזאמען אין די אייגענע אוניווערסיטעט-אפארטמאנטס!" האט סאנדערס אויסגערופן אין פראטעסט. די פראטעסט איז למעשה געוועהן די ערשטע פראטעסט אין די היסטאריע פון די שיקאגא אוניווערסיטעט בנוגע קאלעזש-קאמפאסעס סעגרעגאציע און די איניציאטיוו האט נאכגעפאלגט ווייטערדיגע פראטעסטען וואס האט געברענגט צו א ענדע פון סעגרעגאציע אין קאלעדזשעס. און זומער פון 1963 איז ער געפונען געווארן שולדג פון ריזיסטינג ארעסט בשעת א דעמאנסטרעישאן קעגן סעגרעגאציע אין שיקאגא פובליק סקולס און ער האט באקומען א קנס פון $25.

בילד
א באוואוסטע בילד ווי א צוואנציג יאהר אלט בערני העלפט ארגאניזירן א סיוויל רייטס פראטעסט פאר האוזינג סעגרעגאציע פון דעם שיקאגא אוניווערסיטעט פראפערטיעס

בילד
א לעצטע אנטדעקטע בילד ווי בערני סענדארס מארשירט אינטער מארטין לוטער קינג אין סעלמא אלבאמא פאר ציווילע רעכטן פאר די שווראצע באפעלקערונג

בילד
בערני אין סאלאמא פראטעסטירט פאר ציווילע רעכטן פאר די שוורצע באפעלקערונג אין א געפעכט מיט די לאקאלע פאליציי

סאַנדערס מוטער איז נפטר געווארן אין יוני 1959 אין דער בלויזן עלטער פון 46 יאר אלט גלייך נאך בערני האט גראדאירט פון הויך שולע. סאנדערס טאטע איז שפעטער נפטר געווארן אין אויגוסט 4 1962, אין דער בלויזן עלטער פון 57, א חודש בעפאר זיין 58'סטע געבורסטאג, תנצבה"ח.

בערני זאגט אז זיין טאטע וואס איז געקומען פון פוילן ביי די זיבעצן יאהר אלט אן א ניקל אין זיין טאש און זיך שטארק געמוטשעט א גאנץ לעבן פאר פרנסה וואלט קיינמאל נישט געגלייבט אז זיין זוהן וועט נאך אמאל זיין א סענעטאר און א קאנדידאדט פאר פרעזידענט. און ער גלייבט אז ביידע פון זיינע עלטערן וואלטן געוועהן זייער שטאלץ מיט אים און זיין ברודער לעררי.

לויט לעררי סענדארס זענען ביידע ברודער געוועהן פּאָסט-וואורלד וואר יונגע אידישע ראדיקאלען אין זייער מיינד און מחשבה-גאנג וואס האבן זיך אויסגעמישט מיט די אלגעמיינע גאס און באפעלקערונג.

סאנדערס האט עטליכע מאל זיך אויסגעדרוקט אז ער איז "שטאָלץ צו זיין א איד" הגם ער איז נישט רעליגיעז אויפוואקסענדיג אין א סעקולאר אידישע שטוב. זיין איציטיגע ווייב איז א קאטהאליק, בערני האט אפט אויסגעדריקט אדמערעישאן פאר די היינטיגע פויפסט פרענסיס און געזאגט אַז "די פירער פון די קאטהאליק טשורטש ברענגט ארויף גאר וויכטיגע אישוס און עס איז שטארק נייטיג אז מיר זאלן צוהערן וואס ער זאגט". סאנדערס שעירט אסאך פון די היינטיגע פויפסט פרינציפאלס איבער עקאנאמישע איקוואלאטי און גלאובל ווארמינג, סאנדערס דיסקרייבד אים אלץ א אויסערגעווענטליכע חכם און א העלד.

אין 1964 האט סאנדערס גראדירט פון די אוניווערסיטעט פון שיקאגא מיט א Bachelor's degree אין פאליטקעל סייענס ער האט חתונה געהאט מיט דעברא שילינג און געקויפט א קליינע זומער הויז אין ווערמאנט, זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער און זיך גע'גט נאכן זיין חתונה געהאט פאר בלויז אכצען חדשים.

די נעקסטע פאר יאהר האט בערני פראבירט פארשידנע ארבעט און שטעלעס אריינגערעכענט שרייבער, פילימעיקער, מוזישאן, סיי אין ווערמאנט אין סיי אין ניו יארק ווי אויך האט ער פארוויילט אין א קיבוץ אין מדינת ישראל פאר אפאר חדשים.

דערנאך איז בערני ארויסגעגאנגען און גע'דעיט סוזאן מאט (Susan Mott) מיט וועם ער האט געהאט זיין איינציגסטע ביאלאגיקעל קינד, זיין זוהן לוי איז געבוירן געווארן אין Mar. 21, 1969, קורץ דערנאך האבן זיי זיך אפגעטיילט און זיי האבן למעשה קיינמאל נישט חתונה געהאט אינאיינעם.

לוי איז כמעט נישט אריינגעמישט אין פאליטיקס און פירט א שטילע לעבן, ער האט גראדואירט פון די אוניווערסיטעט פון ארעגאן און האט א דעגרי אין היסטאריע. ער ארבעט אין א אינשארינס פירמע האנדלינג און אנאלייזינג דיסעביליטי קלעימס. לוי האט אויך געארבעט ווי א קאנסולטאנט פאר זיין פאטערס 2006 סענאט קאמפיין. לוי האט געשטיצט פרעזידענט אבאמא ביי די עלעקשאנס און ער האט געהאט א 15 מינוטיגע מיטינג מיט אים אין 2012. אבאמא האט אויך געהאלפן בערני'ס קאמפיינען אין 2006 פאר די סענאט זיץ פון ווערמאנט.

לוי סענדארס מיט פרעזידענט באראק אבאמא אין 2012
בילד

אין 1988 האט סאנדערס חתונה מיט זיין איציטיגע ווייב דזשעין אָ'מעאַראַ דריסקאָלל Jane O’Meara Driscol) ,65) וואס איז (פונקט ווי אים) אויפגעוואקסן אין ברוקלין, זי קומט פון א קאטוילישע שטוב פון פינף קינדער ווי זי איז געגאנגען אין א קאטוילישע שולע און שפעטער געלערנט אין אפאר קאלעדזשעס, ווי זי האט צום סוף באקומען איר קאלעדזש דעגרי אין סאושעל וואורק פון Goddard College און אין 1966 האט זי באקומען א דאקטראט פון Union Institute & University. זי איז די געוועזענע פרעזידענט פון בורלינגטאן קאלעדזש. בערני האט זיך צום ערשט באקענט געמאכט מיט זיין ווייב אין די נאכט פון זיין ערשטער קאמפיין וויקטארי אלץ מעיאר פון בורלינגטאן אין 1988 און פון דארט און ווייטער זענען זיי געווארן גאר נאנט און זיך זייער גיט פארשטאנען און אויסגעקומען איינער מיטן צווייטען און ביזן היינטיגן טאג איז זי זיין רעכטע האנט און זיין אדווייזער און באגלייט אים ווי ער גייט נאר און פארט ארום קאמפיינען מיט אים. זי רומט שטארק בערני און זאגט אז ער איז א אויסערגעווענטליכע געטרייע מאן און א גוטע טאטע/זיידע פאר די קינדער/אייניקלעך ווי אויך א גוטע הארץ וואס פירט זיך בפשטות ווי א פשוטע מענטש מיט ענוה און האט נישט ליב ווען מ'רימט אים. בערני העלפט ארויס אסאך אין שטוב און ביז היינטיגן טאג אפילו זייענדיג א סענעטאר פון ווערמאנט מאכט ער אליינס זיין לאנדרי און גראסערי שאפינג פאר זיין שטוב. זי האט מיטגעברענגט דריי קינדער פון איר ערשטע מערידזש און בערני פארעכענט זיי פונקט ווי זיין אייגענע. ער האט זיבן אייניקלעך וואס ער האט זייער ליעב און רעדט פון זיי כסדר און ער געט אפ אסאך פון זיין טייערע צייט צו פארברענגען מיט זיי.

בערני האט געקויפט 75 אקער לאנד אין ווערמאנט פאר די נישטיגע סכום פון $2500. ער וואוינט אין א עווערידזש פשוטע הויז אין בורלינגטאן ווערמאנט. ער זאגט אז די סיבה פארוואס ער האט זיך לכתחילה אוועקגעצויגן פון די שטאט און געקומען וואוינען קיין ווערמאנט איז ווייל ער האט שטארק ליב צו וואוינען אינדרויסן פון שטאט. און פון אלץ קליין קינד ווען ער איז געגאנגען אין זומער קעמפ אין אפסטעיט ניו יארק האט ער זיך שטארק פארליבט אין די מאונטעינס און אין די דארפיש לייף סטייל און אירע הערליכע נאטור. בערני האט ליעב צו הייקן און שפאצירן אין די וועלדער און ער זאגט אז ער האט געפילט ווי ווערמאנט פיט אים פּערפעקט פונקט ווי א הענטשקע.
בילד
בערני מיט זייו ווייב דזשעין אין 1984

בילד
בערני מיט זיין פאמילע פארנט פון זייער הויז אין בורלינגטאן אין 1988. פון לינקס, דעיוו, העידער, לוי, און קארינא.

בילד
בערני מיט דזשעין קאמפיינען אין ווערמאנט אין 2005

חלק ב'
פאליטישע קאריערע-אנהייב - המשך יבא אי"ה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 7 אום מייקל פאראדעי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מייקל פאראדעי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

שליחה דורך מייקל פאראדעי »

[tag]שבת אחים[/tag] און אנדערע זענען געלאדענט צו קאמאנטירן. אפשר נאך אזא ארטיקל וועט ער זיך ענדליך אויפוועקן... :)
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

הערליך ווארום און שיין אראפגעשריבן!
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

גאר א שיינע, אויספירליכע ארבייט.

וויפיל יונגער ווי אים איז זיין יעצטיגע פרוי?
מייקל פאראדעי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

שליחה דורך מייקל פאראדעי »

ישראל קאפקע האט געשריבן:גאר א שיינע, אויספירליכע ארבייט.

וויפיל יונגער ווי אים איז זיין יעצטיגע פרוי?


א דאנק אייך,
ניין יאהר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מייקל פאראדעי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

באמת פון זען די קעפעל בין איך גלייך געלאפען קיין וויקיפידיה דורכצובליקען, און אין כמעט יעדער נושא בין איך גאנץ איינשטימיג מיט איהם. נאר זיין פרא-אבארשען איז מיר נישט אזוי אייאייאיי. אבער אלע אנדערע זאכען זענען פונקט נארמאל און געלאסען. דער אמעריקאנע גאס איז אזוי רעכט, אז א צענטריסט ווי איהם ווערט שוין פאררעכענט ווי אן עקסטרעם לינקער.
ס'איז מיר קיינמאל נישט געשמאק צו האבען א איד דארט אויפ'ן אמט, דער בענדזשאמין דיזרעלי איז שוין גענוג פאר די וועלט. אבער למעשה איז ער אזא שייגעץ ביז צום חתונה האבען מיט רעליגיעזע גויט'עס (מער ווי איין מאל), אז איך גלייב נישט אז ער האט צופיל מיט אידען איינגעלייגט (אחוץ זיין אידישע נאמען), אבער פאר אנטיסעמיטען איז עס נאכאלס צופיל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מייקל פאראדעי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

שליחה דורך מייקל פאראדעי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:באמת פון זען די קעפעל בין איך גלייך געלאפען קיין וויקיפידיה דורכצובליקען, און אין כמעט יעדער נושא בין איך גאנץ איינשטימיג מיט איהם. נאר זיין פרא-אבארשען איז מיר נישט אזוי אייאייאיי. אבער אלע אנדערע זאכען זענען פונקט נארמאל און געלאסען. דער אמעריקאנע גאס איז אזוי רעכט, אז א צענטריסט ווי איהם ווערט שוין פאררעכענט ווי אן עקסטרעם לינקער.
ס'איז מיר קיינמאל נישט געשמאק צו האבען א איד דארט אויפ'ן אמט, דער בענדזשאמין דיזרעלי איז שוין גענוג פאר די וועלט. אבער למעשה איז ער אזא שייגעץ ביז צום חתונה האבען מיט רעליגיעזע גויט'עס (מער ווי איין מאל), אז איך גלייב נישט אז ער האט צופיל מיט אידען איינגעלייגט (אחוץ זיין אידישע נאמען), אבער פאר אנטיסעמיטען איז עס נאכאלס צופיל.


למעשה איז ער אויפגעוואקסן אין גענצליכע פרייע שטוב און איז לכאורה פארעכענט ווי א תינוק שנשבה. א שייגעץ איז ער זיכער נישט, אפשר א שוגג. פרא-אבערשען איז היינט רוב אמריקע! און אפילו דאכצעך ביי אסאך ריפובליקאנער און רעכטע פאליטשאונס. זיין גרעסער פראבלעם וועט לכאורה זיין וויאזוי צו האנדלן מיט מדינת ישראל אויב וועט ער עלעקטעט, הגם ער איז גראדע יא מעהר פרא-איזריאעל געשטימט איז ער למעשה גאר לינק און ליבעראל ווען ס'קומט צו מלחמה און געפעכטען אין די מיטל איסט. און פון נישט קיין רעליגעיזער שאנדפונקט איז לכאורה זיין גרעסטער פראבלעם צו ווערן עלעקטעט אין די יונייטיד סטעיטס אלץ א "דעמקראט סאושליסט" וואס איז שטארק דימאנייזט אין די אמעריקאנע קאפיטליסטישע קולטור, הגם וואס פרעזידענט אבאמא איז אויך א שטיקל סאשוליסט דאך האט ער נישט די סטיגמא ווי בערני וואס ווערט באצייכענט ביי די גאר רעכטע לאגער אלץ א שטייפע אידישע בולשעוויק און א קאמוניסט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מייקל פאראדעי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

טאמער רוב אמעריקא איז פרא-אבארשען איז מיר נישט אינטרעסאנט. דאס אז ס'איז פאררעכענט פאר א הומען רייטס נושא איז מיר נישט געשמאק. דער סטעיט וואס גלייכט עס יא זאל עס צולאזען און דער וואס נישט איז נישט. איך קום נישט אזוי פון א רעליגיזער שטאנדפונקט ווי א לאגישער. איך זעי נישט וויאזוי מ'מאכט דער טאטע א מ"ד נאכ'ן געבורט'ס און נישט פאר דעם. איך זעי נישט וויאזוי מ'איז פארזיכערט אין א גלויבונג אז מענטשהייט הייבט זיך אן ביים געבורט'ס. איך זעי אין דעם א לייכטזיניקקייט צו לעבען און מענטשהייט, און דעריבער בין איך נישט צופרידען דערפון. דאס אז די נערישע פרוי איז די מ"ד אויף די אלע פראגע'ס, נאר ווייל זי וויל האבען א בעסערע לעבען ווי זי מיינט זי גייט האבען מיט א קינד, זעט מיר נישט אויס אויפ'ן זעלבע שטאפעל ווי עכטע הומען רייטס נושאים ווי ראסיזם און מינימאלע ארבייטס רעכטען פאר מענטשען.

לויט וויקיפידיה איז ער געגאנגען אין תלמוד תורה נאך פ.ס. און ער האט געהאט א ברמצוה. דאס איז נישט גענצליך פריי. אויך דארף מעם וויסען אז פאר איינער פון יענער דור, חתונה האבען מיט א שיקצע איז נישט פאררעכענט אינ'ם תינוק שנשבה הלכה, ווייל דאס ווייסען זיי אלע אז מ'טאר נישט. וועגען היטען שבת וכדו' איז ער א תינוק שנשבה מסתמא. אלענפאל'ס איך האב נישט געמיינט אזויפיל צו משפט'ן זיין נשמה, ווי אויפצוווייזען ווי ער איז פאררעכענט אינ'ם גאס. מאנכע אידע מיט לאנגער בערד און שמוציגע טלית קטנ'ס ווייסען ווייניג פון אידישקייט אויכ'ט, אבער אין גאס זענען זיי 'יראים ושלמים'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מייקל פאראדעי: ייש"כ. אלס א ליבהאבער פון היסטאריע און ביאגראפיעס פון פאליטישן'ס האב איך שטארק הנאה געהאט פון דיין באריכט. הגם אז ער , בערני סענדערס, אויב ווערט ער ערוועלט אלס פרעזידענט וועט אויסשטיין א סאך פאליטישע אפאזיציע, און אויך אנטיסעמיטישע אטאקעס אלס איד. אבער אויב ער וועט אויפטוהן אין דעם געביט פון עקאנאמיע וועט ער מצליח זיין.
מ'זעהט אז ביי דעם איצטיגן פרעזידענט, אבאמא וואס אפילו ער איז מצליח אין געוויסע עניינים פון זיין פירערשאפט, וועללן איהם זיינע פאליטישע שונאים נישט פארגינען צו געבן קרעדיט. נאר א גרויסער טייל פון די אפאזיציע צו אבאמא און זיינע פאליסיס איז א חוץ פאליטיק אויך אריינגעמישט א גרויסער פראצענט פון ראסיזם. וואס א טייל פון די באפעלקערונג קען זיך נישט פארגינען איהם צו געבן קרעדיט ווייל ער איז אן אזוי-גערופענער טונקל-הויטיגער...!
און די זעלבע גרופעס וועללן נאכמער זיין אין אפאזיציע ווייל סענדערס איז א איד...!
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: בערני סענדארס-ביאגרפיע

שליחה דורך דעת תורה »

ליטוואק, ביסט נישט גערעכט. אזא יסודות'דיגע דיון ווי ווען דאס לעבן פון א מענטש הייבט זיך אן (אדער ענדיגט זיך, פאר דעט מעטטער) - ונפק"מ אי הרגו נהרג עליו, אדער מותר לכתחילה - קען נישט באלאנגען צו די סטעיט'ס צו מאכן די החלטה. עס דארף זיין א דעסיזשאן פון די סופרים קאורט.

און... וכך הוה. דער סופרים קאורט האט שוין געאורטיילט אז אבארשען איז נישט קיין רציחה, און זיי האבן עס מתיר געווען לכתחילה. די רויטע סטעיט'ס זענען יעצט דא סתם צו העצן, אונטערצימינעווען די אויטאריטעט פונעם סופרים קאורט. זיי קענען נישט אסר'ן אבארשען להדיא, פרובירן זיי כל מיני טריקס שבעולם דאס צו מאכן טעכניש אומאויספירבאר.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בערני סענדארס-ביאגרפיע

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קודם כל, רציחה אליינס איז נישט קיין פעדעראלע פארברעך, נאר סטעיט"ס, איז נפל פתו בבירא.
ועוד, פארוואס איז דער חילוק צווישען סטעיט"ס און פעדעראל ווי וויכטיג איז דער נושא? די סטעיט"ס קענען אליינס. די פעדעראלע רעגירונג איז אויף נושאים צווישען סטעיט"ס און אויף נושאים וואס רירען אן די צענטראלע אמעריקאנער געזעלשאפט. למשל, ציווילע רעכטען פאר מענטשען מיט טונקעלע הויט. דער פאראייניגען פון אמעריקא איז געבויט אויף א פרייהייט פאר מענטש'ן, און נישט לאזען געוויסע מענטשען גייען אין שולע איז אין קעגענזאץ צו די צענטראלע רעכט. דאס אויסרופען אז לעבען הייבט זיך אן ביים פערטיליזערען דער איי בארירט נישט די סאמע יסודות פונ'ם אמעריקאנעם געזעלשאפט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: בערני סענדארס-ביאגרפיע

שליחה דורך דעת תורה »

רציחה ליגט אויף די סטעיט'ס צו אינפארסירן און באשטראפן, אבער אויב זאגט די קאנסטיטוציע - צי דער קאנסטיטוציעלער געריכט, וואס דאס זענען די פעדעראלע געריכטן ביז ארויף צום scotus - אז רציחה איז נישט קיין קריים, קען נישט די סטעיט עס מאכן פאר א קריים.

בקיצור, דאס איז נישט קיין עכטער וויכוח, קיינער לייקנט נישט וואס איך זאג און קיין איין סטעיט האט טאקע נישט גענצליך פארבאטן - און אוודאי נישט קרימינאליזירט - קיין אבארשען, מהאי טעמא אז דער סופרים קאורט האט עס להדיא מתיר געווען.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס אז היינט צוטאגס איז אבארשען ליגאל, אבער החלטות פונ'ם אויבער געריכט פון לאנד קען מען טוישן. א פרעזידענט קען אריינלייגן אנדערע ריכטער'ס ווען ס'פעלט אויס.
אלענפאל'ס ס'איז מיר נישט קיין צענטראלע נושא אין א פרעזידענט. ווען אלע זאכען שטימען מיט מיר אחוץ איינס, איז עס מיר גענוג.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מייקל פאראדעי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

שליחה דורך מייקל פאראדעי »

Bernie's brother: Parents would have been so proud
לעררי סענדארס רעדט אין א אינטערוויו וועגן זיין ברודער בערני
https://www.youtube.com/watch?v=pSLDJHlkvx0
מייקל פאראדעי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

שליחה דורך מייקל פאראדעי »

בערני סענדארס רעדט וועגן זיינע עלטערין, ער זאגט אז זיין טאטע וואס איז געקומען פון פוילן ביי די זיבעצן יאהר אלט אן א ניקל זיין טאש וואלט קיינמאל נישט געגלייבט אז זיין זוהן וועט זיין סענעטאר און קאנדידאדט פאר פרעזידענט.
http://www.theguardian.com/us-news/vide ... -run-video
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: בערני סענדארס-ביאגראפיע

שליחה דורך דעת תורה »

יעצט איז שוין אביסל שפעט, סאנדערס איז שוין צו ביזי. אבער כ'מיין ס'וואלט געווען א גוטע איידיע צו אראנזשירן א אינטערוויו אויף אידיש מיט ר' בערניו, עקסקלוסיוו צו קאווע שטיבל. דארף מען זען צי שבת אחים קען דאס ערלעדיגן...
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בערני סענדארס-ביאגראפיע

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קול מבשר האט נאך נישט?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מייקל פאראדעי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

שליחה דורך מייקל פאראדעי »

בערני סענדארס נייע טיווי עד
https://www.youtube.com/watch?v=6iOburYeZWA
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

בערני רעדט איבער זיין רעליגיע און נאך אינטערעסאנטע דעטאלן איבער אים און זיין פאמיליע.

https://www.washingtonpost.com/politics ... story.html
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מייקל פאראדעי האט געשריבן:[tag]שבת אחים[/tag] און אנדערע זענען געלאדענט צו קאמאנטירן. אפשר נאך אזא ארטיקל וועט ער זיך ענדליך אויפוועקן... :)


זייער עלקוואנט און גיט באשריבן. מיר ווארטן אויף חלק ב׳. א דאנק מייקל
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

Bernie Sanders Just Made History As The First Jew To Win A Presidential Primary
http://m.huffpost.com/us/entry/bernie-s ... fac1233818
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בערני סענדארס-ביאגראפיע

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

רח"ל. דער ראביי זאגט אז יעצט זעט מען אז א איד איז לאו דוקא איינער וואס עסט כשר און היט שבת. [THUMBS DOWN SIGN][DISAPPOINTED BUT RELIEVED FACE]

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: בערני סענדארס-ביאגראפיע

שליחה דורך דעת תורה »

דער ראביי לעבט נאך מיט א אלטע - בעסער געזאגט אור אלטע - וועלט אויסקוק. ליידער איז שוין א לאנגע צייט וואס די ווארט 'איד' איז סינאנים מיט כפירה ל"ע, מיט סעקולעריזם און ליבעראליזם, בעת קריסטנטום סימבאליזירט 'אמונה אין גאט'. אוודאי איז דא ארטאדאקסישע אידן און אפילו אולטרא ארטאדאקס, אבער ליידער באופן כללי איז דאס נישט אזוי.

בכלל, פון דעם ראביי'ס פוינט אוו וויו פארשטיי איך עס בכלל נישט. סאפאוזעטלי דארף ער דאך צו זיין א 'מען אוו גאד', ער איז דאך גאר א ראביי! פיין, ארטאדאקסיע איז דיר נישט גוט, ווילסט רעפארמען, אבער דער בערני סאנדערס פענאמען איז בכלל נישט קיין גוטער אנדייטונג פאר דיר אויך נישט. בערני, נישט נאר ער גייט נישט שבת אין שול, ער פארט נישט יו"כ אויך נישט אין טעמפל. סאו וואס איז די גרויסע גדולה?

(אגב, געבן די (גוי'אישע ל"ע) קינדער איבער, אז יעדעס יאר פסח צייט, נעמט זיך בערני ארויס דעם באהאלטענעם אפיקומן, און ער עסט מצה. ער פראוועט נישט קיין סדר, אבער דאך איז עס א אומבאקוועמע מאמענט פאר זיי).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
פארשפארט