פארשטאנד האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:כ'האב גערעדט צו א אינגערמאן א העמיטיעלאג און ער זאגט אז ס'איז נישט דא קיין חילוק אין קאליר פון איין בלוט ביז די אנדערע. אין פאקט, דם נדה "איז" א מכה.
דם נידה איז נישט קיין מכה, דם נידה איז בלוט וואס ווערט שטייפלעך דורך א געמיש פון (מאלטי פאנקשאנינג) הארמאנס עסטראזשין און פראזשעסטעראן, און ווען די הארמאונס סטאפן זיך ווערט די בלוט צוריק א רינעדיגע פליסיגקייט.
אקיי, לאמיר רעדן קלארער.
1) אין די רחם ווערט באשאפן רינגס און ארום א ליינינג וואס ריפט זיך די
endometrium.
2) וויאזוי ווערט די endometrium באשאפן? פון הארמאנס. מער ספעציפיש פון די עסטראזשין און פראזשעסטעראן הארמאנס.
3) פון וואס באשטייט די endometrium? גענוי ווי יעדן אבר, פון טישו און בלוט וועסעלס.
3) ווען די הארמאנען שטעלען זיך אפ, צופאלט די endometrium און ס'וואשט זיך ארויס פונעם גוף, א גמויזאכץ פון טישו מיט בלוט.
5) וואס געשעהט ווען א פינגער ווערט צומאלן? האסט טישו (מיט ביינער) מיט בלוט.
6) די
בלוט פון א פינגער און די
בלוט פון די endometrium (דם נדה) זענען אייניג און די זעלבע.
7) די קאליר פון די בלוט אינעם פינגער און די קאליר פון בלוט פון די endometrium זענען די זעלבע.
8) די בלוט פונעם endometrium ווערט נישט נקרש קיינמאל. נאר די endometrium זעלבסט בויעט זיך אויף און צופאלט.
9) די בלוט פון א צו'מזק'טע פינגער און די בלוט פון א צו'מזק'טע endometrium זענען ביידע
ארויסגעקומען צוליב א מכה.
קלארער יעצט?