די קשיא דראמע וואס פארפאלגט דעם מענטש
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
די קשיא דראמע וואס פארפאלגט דעם מענטש
[justify]קשיות און ענטפערס, זענען די אויסלעשערס און אנצינדערס פון די וועלט. א מענטש פארטיפט זיך אין זיין געוויסן און עס רייסט כסדר דורך אומצאליגע קשיות, עס ציפט און באדערט אים, ער קען זיך נישט נישט מצמצם זיין אין זיין רוטינע אומשולדיגער לעבן אזוי לאנג ווי ער ווייסט נישט מה חובתו בעולמו. 'קשיות' זענען צינדערס וואס מאכן קאלעמוטנעס ברענען אויפן בריסט קאסטן, און 'ענטפערס' לעשן און ברענגען פארלייכטירונגען אויפן נפש הומיה. אינעם פאלגענדן מאמר וועלן מיר פראבירן צו דעפינירן די צוויי הויפט שפילערס אינעם בריאה 'אולי' און 'ודאי', השאלה והתשובה.
איז אן ענטפער ביכולות צו מבטל זיין א קשיא לחלוטין, אדער עס טוט בלויז אפשוואכן די קשיא?
אויב עמיצער דערלאנגט זיין חבר א גוטן זעץ אין פלייצע, און דער חבר הייבט אויף זיינע אויגן ברעגען מיט א תנועה, השתגעת? און זיין חבר ווייזט אים אויפן פלאר א טויטער בין, האט דער חבר מער נישט קיין קשיא. וואס הייסט זיין חבר האט אים געראטעוועט פון א ביס, דערפאר האט ער אים דערלאנגט א זעץ. איז דא נאך פלאץ פאר א קשיא? זיכער נישט. דער חבר האט יעצט בלויז אן ענטפער. ווען ער זעט ווען גראד דעם בין וואלט ער ניטאמאל געהאט קיין קשיא.
אט פון אזא ביישפיל רעדן מיר נישט. איך גיי נישט רעדן פון קשיות וואס ווערן באלד דעפינירט. איך רעד פון קשיות היורדים לחדרי בטן. פראגעס וואס נודזשענען דעם מענטש בכל עת מצוא, און אפטאמאל לאזט עס נישט דעם מענטש קיין מנוחה. אלזא לאמיר קודם פארשטיין וואס איז דאס בכלל 'פראגעס'?
יעדע זאך בעולם האט זיך זיין הגדרה און זיין מציאות. יעדער מושג ווערט מוגדר אין א געוויסע הגדרה. עס איז נישטא קיין זאך בעולם וואס איז אינוספי חוץ ג-ט ב'ה. נעמט א דוגמה דעם דמיון, די צורת הדמיון איז ממש א פרא אדם. ר' ישראל סלנטר רופט עס אן 'אדם חופשי בדמיונו'. א מענטש קען מיט זיין דמיון דערגרייכן צו אבנארמאלע דיימענשענס. מען קען זיך מצייר זיין משונה'דיגע זאכן, אינטערסאנטע זאכן, מאדנע זאכן, אבער אלעס ביז די [נישט] תחומים פון אינסופי. א מענטש קען זיך נישט מדמה זיין אז פינף מיליאן מענטשן זענען אריינגעגאנגען דורך די טיר פון זיין הויז, אדער אז דריי הונדערט קארס זענען אריינגעגאנגען אין איין קאר. די דמיון שטעלט זיך אבער אפ ביי א געוויסע נקודה. די פראי הדמיון איז א מאכטפולע כוח, עס פארמאגט מילוני קווים, אבער מיט א ריזן שטאלענעם גרעניץ ביים סוף.
'אפשר' בין איך אן אדאפטירטן קינד? אפשר איז די גאנצער וועלט א בלויזער חלום? ווער זאגט אז נישט? עס זענען דא מיליאנען אפשר'ס. אבער אלע אפשר'ס האבן תחומים. דאס איז א מציאות וואס ג-ט האט באשאפן.
דער פסוק זאגט "וירד ה' על הר סיני". דריי מיליאן מענטשן זענען געקומען עדות זאגן אז זיי האבן געזען ג-ט. ביים מעמד הר סיני האבן זיי געזען די גאנצע מציאות, און דאס נעמט אריין יעדער מין ציור פון 'אפשר' אינעם דמיון, יעדער רעיון השקר, און יעדער מין תפיסה וואס עס קען נאר זיין.
פראבירט אייך מצייר צו זיין א ריזן עיגול וואס אין דעם האט מען אריינגעלייט די גאנצער וועלט מיטן ערד קוגל, די מקום והזמן, און אלעס וואס איז נאר שייך. אויך אלע 'אפשר'ס' וואס קען נאר מעגליך זיין אין דער וועלט – אפשר איז דא נאך א וועלט? אפשר איז דא נאך א ג-ט? – אבער די אלע 'אפשר'ס' שטעלן זיך אפ ערגעץ. און זיי אלע געפונען זיך אין איין ריזיגן מעגל! מען קען מוסיף זיין וויפיל קשיות און ספיקות מ'וויל נאר, אפשר.. אולי.. דאס אלעס טוט נאר פארגרעסערן דעם מעגל. און אפשר דאס.. דאס מאכט דעם מעגל נאך גרעסער. מען קען עס אויסציען ריזיג גרויס, אבער אלעס געפינט זיך אין א באגרעניצטע גבול, אין איין מעגל, און עס שטעלט זיך האסטיג אפ.
בעצם טרעפט מען אזא געדאנק בכתבי אריז"ל. אינעם ספר עץ חיים איז דא א בילד פון א עיגול. דער וועלט האט זיך אנגעהויבן מיט א חלל. אין דעם ליגט יעדער סארט 'אפשר', 'דמיון', און 'שקר'. יעדער סארט קשיא וואס מען קען נאר וועלן פרעגן. און אפילו מיין ספין פון די שורות ליגן אויך דארט. יעדער קשיא וואס שפראצט אויף אינעם מוח, אפשר.. אפשר.. אלעס איז א חלק פונעם מציאות. אין דעם עיגול קענסטו אריינגלייגן וואס דו ווילסט. אלע סארטן קשיות און חידות סתימות, פילוסופיות און כפירות. טעאריעס עוואלאציע, סייענס, און ביג בענג. דמיונות וואס קריכן ביזן תהום, און חזיונות וואס פליען ביזן הימל. אבער זיי זענען אלע מוגבלים. זיי ציילן זיך אין די ביליאנען, אבער ביים סוף געפינען זיי זיך אין איין גרויסע עיגול.
דע את אויביך, יעצט נאכדעם וואס מיר פארשטייען וואס א 'קשיא' איז און וואו זיי ליגן. יעצט אז מיר ווייסן אז קשיות זענען הכרחיות, און א חלק פונעם מציאות, לאמיר זען וויאזוי מענטשן לעבן דערמיט.
טעאריעש קען מען זאגן אז די דיסטינקשען וואס טיילט אפ פון איין טראכטענדע מענטש פון דער צווייטער, איז: קשיא און ענטפער. איינער האלט דער קשיא און איינער בלייבט מיטן ענטפער.
ביי א דעבאטע וועט איר זען אז דער וואס איז אויף דיפענסיע וועט שוואכער ארויסקומען פון דער וואס איז אפענסיע. דער וואס דערלאנגט קשיות איז ידו עליונה. דער וואס ענטפערט מוז זיין גענוג קלוג צו אפשוואכן דעם כח פון די קשיא. אדער מוז די ענטפער זיין אזוי מאכטפול צי קענען צומאלן די קשיא.
דער תירוץ זאל לעבן זאגט דער וועלט. אבער וואס טוט זיך מיטן קשיא? זאגסט א שיינע סברה, אבער די קשיא זידעלט.
לאמיר עס אביסל בעסער מסביר זיין.
איינס פון די שטערקסטע קשיות אין דער וועלט איז די תעלומות פון ידיעה ובחירה. עס איז א מיסטעריע וואס שלאגט דעם נפש זייט שכל האט דערגרייכט דעם חומר. אבער, טעכניש זענען פארהאן פארשידענע תירוצים וואס פארגרינגערן דעם קשיא. אבער מיינט דאס אז די קשיא איז שוין נישטא מער? עס איז א קשיא וואס קיין מענטש אויף דער וועלט האט נאכנישט געלייזט, א נעפל וואס איז העכער מחשבה. דאן וויאזוי קען מען אנגיין מיטן לעבן? האסט א ברירה 'לבחור בתשובה', נעם די ענטפערס, נאר דאס וועט דיך העלפן פארקוקען אויפן קשיא. אבער וויפיל מאל דו וועסט צוריק קוקען אויפן קשיא, וועסטו קיינמאל נישט קענען דערפון ארויסקריכן. עס איז הקשיא והתשובה ביד האדם, אדער נעמסטו דעם ענטפער און דו פארגלייזט זיך דערמיט, אדער בלייסטו מיטן קשיא וואס דיך בלייבן קשורה ככלב.
צאללאזע מאל מוז מען מיט געוואלד לעבן מיטן ענטפער, נישטא קיין ברירה.
פארוואס זאגט מען אז אידן ענטפערן אייביג מיט א קשיא? ווייל גארנישט איז נישט שטערקער פון א קשיא. פון וואנעט ווייס איך? ווייל אין שמחה כהתרת הספיקות, דעצידירטע קשיות זענען א מיעוט המצוי, דערפאר איז די שמחה אזוי גרויס. הונדערטער מאל האבן מיר שוין געהערט די אויסדריק: וואס פארשטייסטו, דו ביסט א מצומצם דו קענסט דאס נישט פארשטיין. וואס אן אמת קען דאס זיין גערעכט, און עס קען זיין א גענוג גוטע סיבה זיך נישט צו פארנייגען אויפן סמך פונעם קשיא, נעמליך, "דו קענסט דאס נישט פארשטיין". אבער פארט לעבן מיר אין א גוף הצמצום, און די קשיא שניידט שטיקער. אויב מיין מצומצמ'דיגער מוח לאזט אדורך די קשיא, איז דאס עפעס וואס איך מעג זיך אפגעבן דערמיט.
יעצט, לאמיר נעמען א משל פונעם היינטיגן וועלט, א חרידישע איד, און א מאדרען איד. דער מאדערן איד שרייט חי וקים, מען קען דינען ג-ט באשר הוא, מען מוז זיך נישט אראפבינדען צום ילבוש שחורים ויתעטף שחורים. דער מאדערן איד האט קשיות און סיבות. צו ווייסט ער דען נישט אז עס זענען דא ענטפערס? יעדער קשיא האט דאך אן ענטפער, פארוואס ווייסט ער נישט צו פארשטיין "אן ענטפער"? ווייל די קשיא באדערט אים אסאך שטערקער פונעם ענטפער. וועסט קיינמאל נישט טרעפן א [טראכטענדן] מענטש וואס וועט דיר זאגן: נישטא קיין ענטפער! געוויס האט אלעס ענטפערס. אינעם זעלבן רינג פון קשיות געפונען זיך אויך תירוצים, און דו האסט א בחירה אויסצוקלייבן איינס פון צוויי: אדער דעם ענטפער וואס 'שוואכט' אפ דעם קשיא, אדער בלייבן מיטן קשיא.
די מענטשן פון איין זייט שורה זענען גלייך מיט די מענטשן פון די אנדערע זייט שורה. ביידע 'פארשטייען' די קשיות, און ביידע 'ווייסן' די ענטפערס. די חילוק וואס אנטשייד צווישן זיי איז, דער וואס איז וויליג צו קאמפראמייזען מיטן ענטפער.
אויף קשיות זענען דא תירוצים, אבער אויף תירוצים זענען נישט דא קיין תירוצים.. אויב האב איך א קשיא אויפן תירוץ אויף דעם איז שוין נישטא קיין ענטפער. די זאך שפילט זיך אפ ביי יעדעם איינעם אין יעדן געביט. און די נסיון ומובחן של אדם איז וויאזוי צו מאנעווירן פונעם קשיא צום תירוץ און פונעם תירוץ צום קשיא.
אויב גייט מען מיט די מהלך קען מען פארמיידן טויזענטער ויכוחים צווישן מענטשן. צוויי מענטשן טוישן אויס א היציגער דעבאטע, איינער פרעגט און איינער ענטפערט. די מענטשן וועלן קיינמאל זיך נישט צוזאמעקומען, ביידע פארשטייען יענעמ'ס סברה, אבער איין פאלט פארן ענטפער, און איינער טענה'ט, דיין ענטפער איז צו שוואך מיך אוועקצושלעפן פונעם קשיא. מען קען אזויפיל מלמד זכות זיין, און אזויפיל עגמת נפש פארמיידן אויב מען גייט מיט די מהלך. פארוואס פארשטייט ער מיך נישט? פארוואס פארשטייט ער נישט מיין קשיא? פארוואס פארשטייט ער נישט מיין ענטפער? ווער איז דא פארנאטיש? ווער איז דא ראציאנאל?
עס איז בלויז וויכטיג צו געדענקען ווער עס איז אויף די ליניע פון 'הקשיא עומדת', און ווער עס איז אויף די ליניע פון 'התשובה שליט על הקשיא'. באמת פארשטייט ער יא מיין קשיא, באמת פארשטייט ער יא מיין ענטפער. מיין קשיא איז א גוטע, און מיין ענטפער איז נישט שלעכט. אבער דיין ענטפער איז נישט גענוג שטארק מיך אריינצוברענגן אין א צווייפיל-שטילשטאנד.[/justify]
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
קוקט אויס טיף, איך כאפ אבער נישט דעם ציל. הא תינח קשיות וואס זענען באזירט אויף דער אמונה, אוודאי וועלן די תירוצים געווענליך זיין שוואכער פון די שאלות. אבער דאס זאגט נישט אז די נאטור פון דער אלגעמיינער קשיא איז א מער שטארקע ווי די פונעם תירוץ. ס'ווענד זיך סך הכל אין די גרונדן אויף וואס די לאקאלע קשיא איז באזירט. אין דעם פאל פון אמונה, אוודאי וועט די קשיא תמיד האבן דעם יד על העליונה; דער גאנצער באגריף און יסוד פון אמונה גייט דאך קעגן דער לאגיק. איז משמע אז א שאלה דערויף וועט געווענליך יא קומען מצד דער לאגיק, ווידער דער תשובה וועט ציען צו דער פארקערטער זייט. איך זע אבער נאכנישט פארוואס דאס ווארפט אריין דעם געדאנק פון א קשיא אין א תחום וואס קען קיינמאל נישט צופרידן שטעלן דעם מענטש. אדרבה, ס'איז פאראן אזויפיל מקומות, ספעציעל אין סייענס, וואס דער עווענטועלער תירוץ שטעלט אזוי גוט די קשיא אין פלאץ צומאל פארענטפערט דאס נאך פילע אנדערע שאלות וואס דער מענטש האט אפילו נישט געוואוסט פון.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
ייש"כ פאר דיין הערה.
ביסט זייער גערעכט, און באמת האב איך געשריבן א געדאנק וואס באציהט זיך צו א ברייטע ענדלאזע כלל פון "קשיות", עס וואלט געפאדערט מער ביישפילן צו פרעימיען מיין געדאנק. און אזוי ווי דו זאגסט, מען קען טאקע טרעפן ביישפילן ווי די ענטפער איז שטערקער פונעם קשיא גופא.
מיין געדאנק איז אבער צו די עצם קשיא און עצם ענטפער. און אויב ברענג איך נישט קיין ביישפילן קען עס אויסזען אמיוזינג, ווייל עס קען אייביג זיין שטארקע תירוצים פונקט ווי די קשיא. דערפאר האב איך געברענגט א דוגמה פון א "שטארקע קשיא" וואס דארף א שטארקע ענטפער, און אפילו עס איז דא ענטפערס, וועט די קשיא בלייבן במקומה.
בדרך כלל באדערט ׳קושיא׳ מער ווי ״ענטפער״, עס איז עפעס וואס דער כיטרע לאגיק קען זיך נישט אפשיידן סיידן דו דערלאנגסט מיר א קלינגענדע לאנגע טיפע קאמפאלצירטע ענטפער אז ״ידיעה ובחירה״ איז להד״מ - צב״ש.
די נקודה איז, אז די רגע דו הייבסט אן מיט א קשיא ווערט די שכל הישר זויער. וויפיל תירוצים דו וועסט נאר וועלן געבן, וועט די קשיא בלייבן טליען. און דאס זאגט מען טאקע אויף אמונה: קודם לערן די תירוצים, הערשט נאכדעם קענסטו לערנען די קשיות, פארוואס טאקע? צי פארלויפן די קשיות! איינמאל דו ווייסט שוין די הנחות איז דא א 50/50 טשאנס אז די קשיות וועלן זיך נישט באהעפטן צו דיין מוח. ווייל די רגע קשיות מאכט זיך באקוועם אויף דיין פארשטאנד, האסטו א גאר שווערע ארבעט זיי צו עלימינירן.
און דאס קען מען עפלייען צו אסאך אנדערע זאכן אויסער אמונה.
ביסט זייער גערעכט, און באמת האב איך געשריבן א געדאנק וואס באציהט זיך צו א ברייטע ענדלאזע כלל פון "קשיות", עס וואלט געפאדערט מער ביישפילן צו פרעימיען מיין געדאנק. און אזוי ווי דו זאגסט, מען קען טאקע טרעפן ביישפילן ווי די ענטפער איז שטערקער פונעם קשיא גופא.
מיין געדאנק איז אבער צו די עצם קשיא און עצם ענטפער. און אויב ברענג איך נישט קיין ביישפילן קען עס אויסזען אמיוזינג, ווייל עס קען אייביג זיין שטארקע תירוצים פונקט ווי די קשיא. דערפאר האב איך געברענגט א דוגמה פון א "שטארקע קשיא" וואס דארף א שטארקע ענטפער, און אפילו עס איז דא ענטפערס, וועט די קשיא בלייבן במקומה.
בדרך כלל באדערט ׳קושיא׳ מער ווי ״ענטפער״, עס איז עפעס וואס דער כיטרע לאגיק קען זיך נישט אפשיידן סיידן דו דערלאנגסט מיר א קלינגענדע לאנגע טיפע קאמפאלצירטע ענטפער אז ״ידיעה ובחירה״ איז להד״מ - צב״ש.
די נקודה איז, אז די רגע דו הייבסט אן מיט א קשיא ווערט די שכל הישר זויער. וויפיל תירוצים דו וועסט נאר וועלן געבן, וועט די קשיא בלייבן טליען. און דאס זאגט מען טאקע אויף אמונה: קודם לערן די תירוצים, הערשט נאכדעם קענסטו לערנען די קשיות, פארוואס טאקע? צי פארלויפן די קשיות! איינמאל דו ווייסט שוין די הנחות איז דא א 50/50 טשאנס אז די קשיות וועלן זיך נישט באהעפטן צו דיין מוח. ווייל די רגע קשיות מאכט זיך באקוועם אויף דיין פארשטאנד, האסטו א גאר שווערע ארבעט זיי צו עלימינירן.
און דאס קען מען עפלייען צו אסאך אנדערע זאכן אויסער אמונה.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
די קשיא דראמע וואס פארפאלגט דעם מענטש
מורא׳דיג!
מ׳קען א משהו צושטעלן דערצו די באקאנטע P=NP פראבלעם (באשריבן אביסל דא ע״ש). דהיינו, מ׳קען באטראכטן א חלק פון... אהעם... די פראגע צו אויב נאכדעם וואס איך האב שוין א פתרון/תירוץ צו א (מאטעמאטישע) שאלה/קשיא וואס איך קען דאס גרינג מברר זיין דורך אן אלגאריטם וכו׳, עקזיסטירט זיכער א אן אלגאריטם מעיקרא מיט וואס איך קען (גרינג) פותר זיין די פראגע מעיקרא? רוב מאטעמאטיקער גלייבן אז P≠NP. אין אנדערע ווערטער, קען מען עס באטראכטן אזוי ווי צו זאגן אז עס איז א געזעץ בנאטור אז קשיות זענען בעצם שטערקער און שווערער ווי תירוצים.
מ׳רירט אויך אביסל אן צו אוימאנ׳ס עגרימענט טעארעם (באשריבן אביסל דא).
מ׳קען א משהו צושטעלן דערצו די באקאנטע P=NP פראבלעם (באשריבן אביסל דא ע״ש). דהיינו, מ׳קען באטראכטן א חלק פון... אהעם... די פראגע צו אויב נאכדעם וואס איך האב שוין א פתרון/תירוץ צו א (מאטעמאטישע) שאלה/קשיא וואס איך קען דאס גרינג מברר זיין דורך אן אלגאריטם וכו׳, עקזיסטירט זיכער א אן אלגאריטם מעיקרא מיט וואס איך קען (גרינג) פותר זיין די פראגע מעיקרא? רוב מאטעמאטיקער גלייבן אז P≠NP. אין אנדערע ווערטער, קען מען עס באטראכטן אזוי ווי צו זאגן אז עס איז א געזעץ בנאטור אז קשיות זענען בעצם שטערקער און שווערער ווי תירוצים.
מ׳רירט אויך אביסל אן צו אוימאנ׳ס עגרימענט טעארעם (באשריבן אביסל דא).