פרייוויליג האט געשריבן:זייער רייך באשריבן. אינפארמאטיוו, מיט א שטארקער כח הדמיון צו ממחיש זיין מחשבות. אבער קריטיק מעג איך אויך געבן? עס שפירט זיך ווי א טעלער געשמאקער זיפ מיט א באקס זאלץ אריינגעגאסן. איבער די מאס אויסדריקן אין איין פראזע, צופיל נעגעטיווס אדער פאזיטיווס אין א סטעיטמענט, און די הומער איז געפאטשקעט. דאס איז מיין מיינונג.
א יישר כח פאר דער קריטיק, באמת. א קאמפלימענט גיבט כח און חשק ווייטער צו שרייבן; קריטיק זאגט אבער וויאזוי מ'זאל ווייטער שרייבן, וואס דאס איז פונקט אזוי צו לכאורה נאך מער וויכטיג.
פון דער באלדיגער קריטיק אבער וואס אני הקטן האב אויף אייערער קריטיק, איז דאס וואס איר שרייבט אז ס'איז געווען "אינפארמאטיוו". מצידי האט מען קיין ערנסטע אינפארמאציע נישט געקענט קריגן דא; אדרבה, אפשר עלאבארירט איר אביסל. און אז איר עלאבארירט שוין, וואלט איך הנאה געהאט אויב איר צייגט מיך אן ביי וועלכן לעפל איר האט געשפירט דאס זאלץ. ס'וואלט מיר געווען א טובה, פאר צוקונפטיגע ארטיקלען. ס'קען זיין אין אישי אויב שפירט איר נישט באקוועם דאס צו שרייבן אין פאבליק.
שכח נאכאמאל
נ.ב. פארגעס נישט אז דא איז שמייכל פארום, נישט קונסט. אבער אפילו אזוי איז דיין קריטיק וועל-טעקען.