ס'פורים סיפורים!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
ס'פורים סיפורים!
-פארווארט; לכתחילה איז רעקאמענדירט צו אפליינען די פאלגענדע שורות מיט א הייסן קאווע מיט טשאקלעד אין די זייט, בשעת הדחק (אלו הבנים כמה שנאמר הבה נת'חכ'מה לו וסמיך ליה ובני ישראל פרו וישרצו וירבו דבר אחר כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו) קען מען אויך יוצא זיין מיט א פשוטער קאצקע צוקער (כ'האב עס אויסגעארבעט מיט א מו"ץ (ס"א פו"ץ)), אין א פאל וואס דער ליינער ליידט אויף צוקער, דארף ער עס נישט מאכן פאר קיין עיקר, אבער טאמער ביסטו סתם פליישיג, זאלסטו דיך א טובה טוהן און ווארטן זעקס שעה-
געווען איז עס אום א לייכט-גרויע מיטוואך, כ'בין קוים ארויס פון שטוב ווען כ'באמערק ווי א אינגערמאן שטייט אזוי אין גאס אינגאנצן פארטראכט מיט'ן סמארטפאון אין די האנט און די אויגן זיינע זענען ווי צוגענאגלט צום סקרין, ער שפירט אפילו נישט די ביטערע פראסטיגע ווינטן וואס פראסקען אריין אין די פרצופי עוברי דרכים, זיין גראבן פינגער האלב געפרוירן איז מרחף בערך כשליש טפח העכער'ן פאון, מיט'ן אנדערן האנט קראצט ער די שטערן ווען אן ערענסטע מינע איז אויסגעשפרייט אויפן געזיכט, מיט נאך א האנט קניפט ער דעם בערדעלע אזוי געמיטלעך, קיינער האט נישט קיין ספק אז דער אינגערמאן האט דא עפעס גאר שווער שוקל צו זיין, 'הלוואי ווען כ'וואלט געגאנגען צו 'פראדאקטיוו' וואלטעך אים שוין לאנג געאפערט מיין גוטסקייט-קאנפידענס געמישעכץ' טראכט יעדער פארבייגייער מיט אנגסט, למעשה נעמט דער אינגערמאן גאר שטייטע טריט, מ'זעהט אז ס'רעדט זיך דא פון א גאר זעלטן אדורכגעטראכטער פארשוין וואס האלט אצינד ביי איינע פון זיינע גאר קאמפליצירטע החלטות אין לעבן וואס פאדערט א ריזן מאס מחשבה, א קיצור, צו מאכן א קורצע מעשה לאנג, דער אינגערמאן איז געווען אזוי אריינגעטיעפט אין זיין דילעמע, אז ער האט אפילו נישט באמערקט ווי א טרעפיק פאליס האט זיך נארוואס אפגעשטעלט גלייך פארנט פון אים, נאך אפאר מינוט ווען ער האט שוין ענדליך באמערקט וואס דא קומט פאר, האט ער זיך געכאפט אז ער דרייווט בכלל נישט, ניטאמאל קיין פערמיט פארמאגט ער, אפאטעמענדיג פונעם נארוואסיגן אפענע נס, גייט ער צוריק צום עבודה מיטן גאנצע רמ"ח ושס"ה פולי פאוקעסד ב"ה, ער שאקלט די קאפ זייער פאמעליך ווי צו ארויסברענגן איין צד פונעם מטבע, גלייך דערנאך ווערט ער ווי צומישט און כאפט זיך אז די אנדערע צד איז גארנישט קיין קטלא קניא, ווען פלוצלינג געט זיך אלס א האסטיגן שטעל אפ, א שטרויך לויפט אדורך זיינע געדערים, א ראט נישט מער געדאכט איז נארוואס ארויסגעשפרינגען פונעם גארביטש קען אזוי ווילדערהייט אהן פרעגן אפילו איין פארבייגייער פאר רשות קפיצה! דעם אינגערמאן'ס פאון איז כמעט ארויסגעפלויגן פון זיין האנט מרוב יראת חולדאים, ס'וויל זיך ווי פון זיך אליין ארויסשרייען בקול מוחים 'נו, בל תשקצו!!!' אבער די לעצטע רגע כאפט ער זיך אז, העי, גיי לערען מיט א ראט תוספות יו"ט, חוץ מזה טראכט ער קען עס אפשר אריינגיין בגדר לא תונו, אבער אויף דעם קומט ער שוין ווי א ת"ח און גיבט א מאך מיט'ן האנט מיט ביטול, נע, בעושה מעשי עמך הכתוב מדבר. ער וויל שוין גיין אריינגעבן א תביעה אין בי"ד קעגן דעם ראט פארן צוברעכן זיין פאון, ווען ער כאפט זיך אז למעשה איז זיין פאון נאר 'כמעט' אראפגעפאלן, צו דערצו טראכט ער אז למעשה טאמער וועט דער ראט נעמען א גוטן 'טוען' קען ער אים טענה'ן אז ער איז נאר געווען א 'גרמא' טא, וואס לוינט מיר דאס גאנץ געשעפט.
ס'גייט אריבער אפאר מינוט והנה אביו בא מן השדה, זיין טאטע באמערקט דאס קינד פונדערווייטענס, ער קען נישט גלייבן די סצענע וואס זיינע אויגן זעהען, זיין זוהן איז קוים חתונה געהאט אפאר חדשים, ניטאמאל ווארט ער א קינד (עכ"פ ער רעדט זיך איין אז 'מאמי' האט נאכנישט באמערקט...), און שוין טראגט ער אזאנע שווערע דאגות, ער ענדיגט שנעל צו דעם טיעפן געניץ וואס ער האט נארוואס אנגעהויבן בקול רם, און מיט שנעלע טריט מאכט ער זיין וועג צום זוהן'ס ד' אמות של דאגה, דער זוהן ווייסט נישט פון קיין צרות, זיין מח ארבעט פיבערהאפטיג אנע אפשטעל קאנצענטרירענדיג זיך אויפן גאר קאמפליצירטע סקרין, באמערקט גארנישט ווי ס'טאטע לויפענדיג צו שנעל האט זיך געגעבן א מיאוס'ן גליטש אויס אויף א פלעסטיק פראפעלער פון א צעבראכענעם דראון, ער האט זיך קוים אנגעהויבן זיך צאמנעמען און ער הייבט שוין אן צו זאגן אמר ר' בנימין וכו' אלס א סגולה צו טרעפן די פעדער וואס איז געפלויגן אפאר אמות מרוב שמחה צוזעענדיג דעם גליטש פון אזא גוטן ענגעל, נאכן געפינען דעם פעדער בשעה טובה ומוצלחת קאלט ער גלייך אריין דעם דבר יום ביומו, לוח הציבור וכו' אריינלייגן א מודעה וואס ליינט זיך: 'אמרתי אמר ר' בנימין ומצאתי תיכף ומיד אע"פ שלא הבטחתי לפרסם גם לרבות שאינני חבר בכולל תהלים שחל להיות בחצות', אחרי ככלות הכל פאנגט ער זיך אהן צוצושארן צו זיין זוהן דעם בעל דאגה מיטן סמארטפאון, ווי נאר די זוהן באמערקט אים כאפט ער אזא מין שאק אז ער ווערט ווי פארגליווערט אויפן ארט, דער פאטער כאפט א בליק אויפן זוהן'ס סעלפאון ער ווייסט נישט צו ער זאל וויינען אדער קייכן, ער ליינט נישט מער און נישט ווייניגער א תגובה פון אדנירם אויפן הודעה פון שמעקעדיג וואס האט ציטירט פון ונבנתה העיר א הערה אויף געוואלדיג איבער זיין קריטיק אויף רויטע וואנצעס - איין רגע, כ'גיי יעצט דא אויסרעכענען אלע ניקס ווי א משוגענער? נאו וועי! - און זיין פינגער איז העכער'ן 'לייק' אייקאן און ער קען נישט מחליט זיין צו ער זאל יא געבן די לייק אדער נישט...
יעצט וועסטו אודאי פרעגן א מורא'דיגע קשיא, וואס זוכט דער אשכול אין העמק דבר?? די תירוץ איז זייער א פשוט'ע, נעמליך, טאקע מרוב עמקות קושיתך איז העמק דבר די געאייגענטסטע פלאץ דערפאר.
כ'גיי זיך נישט ביליג מאכן דא, אבער טאמער כאפסטע אויפן ווינק וואלסטע געמעגט וויסן וואס די מוסר השכל דא איז, מ'מעג אמאל אויך ליינען צווישן די שורות (ס'שאדט נישט פאר שידוכים).
כ'גיי מיך נישט קיין סאך קימערן מיט וואס דו טוסט, 'וועדער יו 'לייק' איט אור נאט'...
צום לעצט וויל איך דיר בעטן א בקשה'לע, מאך ביטע זיכער אז די דאזיגער אשכול זאל זיין צווישן די 'אקטיווע אשכולות' פאר א שיינע פאר ימים, ודי לטיפשאי בפירושא... (בל' סגי נהור פאר ווער ס'איז געטשעפעט געווארן).

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דו ביסט דער טאטע צו דער זון? צו גאר 'מאמי' וואס כאפט נישט? אדער דער נארוואס פערטיליזירטע איי וואס בליהט און וואקסט ביז צום ווערען א פולקאמער זעלנער אינ'ם רבינ'ס מיליטער?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
יעדער איז א זעלנער אין א רבינ'ס מיליטער. ס'וועט גארנישט העלפן. ווען דער דרשן/צייטונג פאמפען וועגען דער אויסערגעווענדליכע וואוקס פון זייער ווערטשאפט, איז יעדער פערטיליזירטע איי א שותף אין די דרשה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
שוין, אבער ווען מ'מעסט גופים פאר'ן מיליטער גייט עס לויט'ן וואג, א בחינה פון בארענטשע סטאפינג, און דעמאלס איז א טראגעדיגע ווערט מער.
לויט דעם אבער, וועט מען מוזען ווארטן ביז הוכר עוברה, און מ'עט מוזען מברר זיין צו מאמי ווייסט טאקע נישט צו זי מאכט זיך. יעדעס מאל וואס מ'גייט וועטשערע צו זיין זייט און מאמי'ס אויגען פאלען נאטורליך אראפ צו איהר לענדען צו זען וואס טוט זיך, קען זיין פארצופאל האט זי עפעס אנגעמערקט. נישט אז זי זוכט עס, ח"ו, נאר פארצופאל.
לויט דעם אבער, וועט מען מוזען ווארטן ביז הוכר עוברה, און מ'עט מוזען מברר זיין צו מאמי ווייסט טאקע נישט צו זי מאכט זיך. יעדעס מאל וואס מ'גייט וועטשערע צו זיין זייט און מאמי'ס אויגען פאלען נאטורליך אראפ צו איהר לענדען צו זען וואס טוט זיך, קען זיין פארצופאל האט זי עפעס אנגעמערקט. נישט אז זי זוכט עס, ח"ו, נאר פארצופאל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
דו מאכסט עס כאילו ס'יז עפעס א חסידישע ענין צו וואס... שיעורין איז הלכה למשה מסיני!
בנוגע די מאמע, ממ"נ איז זי פעשליכער געווארן מה לי אויב ס'איז פון א קינד מה לי אויב ס'קומט פון מזונות? סייווי איז די חסידות געוואקסן.
אזא סברה לאזט זיך אבער יא הערן, אז א יונג ווייבל וועט זיך צוריק האלטן פון עסן מזונות בעפארן אנהויבן שוואנגערן כדי שלא יאמרו ונמצא מוציא לעז על בטנה.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
קל וחומר האט געשריבן: ער ליינט נישט מער און נישט ווייניגער א תגובה פון אדנירם אויפן הודעה פון שמעקעדיג וואס האט ציטירט פון ונבנתה העיר א הערה אויף געוואלדיג איבער זיין קריטיק אויף רויטע וואנצעס.
אלעס ביז אהער און אלעס פון דא און ווייטער שטימט אבער דאס קען נישט זיין
פון די טאג וואס איך האב קענען גילערט [tag]שמעקעדיג[/tag] האט ער נישט געפירט א גרעסערע מערכה ווי נישט ציטירן.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך האב נישט געזען מער ווי איין האנט, און דערצו נאר איין פינגער אויף די לייק אייקאן. מער ווי דעם איז תושבע"פ
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
ליטוואק כאפ א בליק
קל וחומר האט געשריבן: ווען כ'באמערק ווי א אינגערמאן שטייט אזוי אין גאס אינגאנצן פארטראכט מיט'ן סמארטפאון אין די האנט און די אויגן זיינע זענען ווי צוגענאגלט צום סקרין, ער שפירט אפילו נישט די ביטערע פראסטיגע ווינטן וואס פראסקען אריין אין די פרצופי עוברי דרכים, זיין גראבן פינגער האלב געפרוירן איז מרחף בערך כשליש טפח העכער'ן פאון, מיט'ן אנדערן האנט קראצט ער די שטערן ווען אן ערענסטע מינע איז אויסגעשפרייט אויפן געזיכט, מיט נאך א האנט קניפט ער דעם בערדעלע אזוי געמיטלעך,
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
'שולדיגט'ס
עכ"פ ס'בלייבט נאך אין דער הייעך פונ'ם אקטיווע אשכולות רשימה
עכ"פ ס'בלייבט נאך אין דער הייעך פונ'ם אקטיווע אשכולות רשימה
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דער טאטע וועט איהם נאך צולאזען באטייליגען אינ'ם פורים סעודה? מיט זיין נייעם פאון?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
איר מיינט אז נאר היינטיגע יונגעלייט מוטשעט זיך אין מ'קען נישט מחליט זיין
עס גייט שוין אן אזוי פאר טויזענטער יאר כי יפלא ממך דבר ודרשת וחקרת היטב וגו'
אין מיט וואס האבן זיך די עלטער זיידעס דעמאלטס געמוטשעט?
אויכעט, צי מ'דארף געבען א לייק...

Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -