עם חכם ונבון אדער רעבישע בילדער מאגאזינען?
- בעל מדות
- היימישער באניצער
- הודעות: 367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
- האט שוין געלייקט: 628 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל
עם חכם ונבון אדער רעבישע בילדער מאגאזינען?
[justify]עס ברענגט וואונדער אפטמאל ווען מען קוקט אויפן מצב פון דור, מען קוקט צו דעם אויסנאמליכן דראנג וואס אונזער קולטור האט צו די געשעענישן און פארקומען ביי די "רעבישע הויפן".
ווען מען זעצט זיך אראפ צו סיי וועלכע מסיבה אדער געזעמל, ווען איר שפאנט אריין אין מקוה, אין געשעפט, אין שול, אין ביזנעס, אדער אין רעסטוראנט.
צו וועלכע קוקפע מען נייגט צו אן אויער, סיי וועלכע יארגאנג מען טוט זיך צוהערן, די נייגער און סאטיספאקציע נאכן זיך אריינקאכן אין די לעצטיגע סוגיא פון "די רעבישע גאסיפ", טוט ערזעצן סיי וועלכע טעמע, עס איז א שאנדע אז אנשטאט קימערן פאר די אייגענע לעבן און שטוב, זארגט מען זיך פאר אדמורים, פון אנדערע קאנטינענטן וועלכע האבן גענוג ווער עס זאל טראכטן פאר זייער שיקזאל.
עס איז הימל און ערד ווען עס טראכט זיך אריין איבער דעם ענין מיט ממש 10 יאר צוריק.
א איד אין ברוקלין האט ביים אריינשפאצירן אין געשעפט, געהאט די אויסוואל פון "די שטערן", "די אידישע פלאם", "די בליק", עטליכע אינטערסאנטע צייטונגען אריינגערעכנט דער גאר מאדערניזירטער און אינטערסאנטער "בלאט", (געוויס יענע צייט), "מעלות", "יפה בעתו", און אזוי ווייטער מיט די מאגאזינען אין ענגליש, וועלכע אלע פון די אויסגערעכנטע האבן געשריבן נייעס, און אינטערסאנטע ארטיקלען. דאקעגן איז געווען צובאקומען די פארשעמטע און אפ'חוזק'נדע "כל העולם כולו" פאפיר וואס א ראפינירטע איזראעלי האט ערפונדן, אז מען קען מאכן געלט פון רבנים בילדער.
ער האט געשטופט די אינטערעסע פון זיינע עטליכע קאלירטע פאפירן מיט בילדער וואס ברענגען צו שמייכלען, עטליכע נייעס בילדער, און צו יענע צייט ווען די אינטערנעט איז נאך געווען אין די ווינדלען האט אזא אייטעם געקענט ווערן פארקויפט.
טאקע געווען די "וויץ אין געגנט", און די כל העולם כולו איז נאך עד היום פארבליבן מיט א געוויסע סארט סטיגמאטיזירטע שונד נאמען, וואס סימבאליזירט די נארישע געדאנק פון פארקויפן בילדער פון האפצע'ר רב ביי אשר יצר, און די איבלדארפער רבי ביים פארשיקן א פייגל ביי די טאראסע פונעם מאיאנעזער ראש הקהל.
פאר מענטשן אין די ליין, ווי משבקי"ם, אדער רעבישע אייניקלעך, איז אזא זאך געווען א האט אייטעם, ווארום אנשטאט די "טיימס" מאגאזין מיט גענעראל דווייט דעיוויד אייזענהאוער דערויף, ערשיינט יעצט דער פוליצער פרייז געווינער, פונעם קאלירפולן צעטל וואס די העלד דערפון איז די רבי וואס האט ממש חתונה געמאכט, אדער געפארן אויף אפרו, (חחח) און דערויף האט ער די פריווילעגיע צו ערשיינען אויף א ריזן בילד, ווען יעדע הארעלע אויפן שנויץ ווערט אויסגעקלארט דורך די טייערע מאשינקעס וואס לוינט צו ווערן אויפגעהאלטן אין דעם פעלד.
והנה און אט, ווען די ברוקלינע קעפ זענען קלוגער געווארן און אנגעהויבן פראדוצירן זייערע אייגענע ווערקן, אויסגאבעס אין אידיש, האבן עס פארטייען למיניהם ארפגענומען פון שעלוו, און מיט די צייט איז דער עם חכם ונבון פארזינקען געווארן אין א מביל פון אינטערעסע און קאנקורענץ אויף דעם מיסטישן טערמין פון בילדער פון רבי'ס.
די לצנות איז פיפלפאכיג, איך קען נישט זען די בעל שם טוב זאל דאס האבן געמיינט, אז זיין חסידות שיטה זאל מיינען בילדער מאגאזינען פון די לעצטערע סעלעברעטיס לבית קנאבלעוו, אבער ווי עס שיינט פארמאגן שוין היינט אלע רבנים, אין די קאבינעט, צווישן די פילאטן פאר די פריוואטע פליגער, און די משמשים נאז-אפווישער, א פארהייליגטער פאטאגראפירער, וועלכע לאזט נישט נאך קיין סאקונדע פון צו אפכאפן דעם רבי'ן, און עס הערשט א געוויסע נערוועזעציטעט ביים גאנצן ציבור ווען ער קנאקט אפ זיינע בילדער, יעדער וויל זיין אויפן מיטלסטן בלעטל, אונטן אין ראם, ביי די דעקונג פון זיין שול'ס דינער, און אזוי ארום קענען שיקן משלוח מנות פאר די גאנצע פאמיליע ווי ער ערשיינט טיכטיג אין די מאגאזינען.
די עם חכם ונבון, וואס איז פארגאנגענע דור האט יעדער פארשטאנען צו וועלטליכע באגריפן און טערמינען, מען האט געארבעט אין מאנהעטן, געליינט די שווערע קאמפליצירטע אויסגאבעס פון יענע צייטן, און ווען עס האט אויסגעפעלט צורכצורעדן מיטן רב א געוויסע ענין, איז דאן אריינגעקומען אין בילד די חנ'עוודיגע הדרת פנים פונעם שול-רב וואס האט נישט געמוזט הייסן מייזליש אדער פייגנבוים.
די היינטיגע בילדער מאגאזינען זענען צעביסלעך געווארן א גאר אקאמאדירטע פאקט ביי רוב אידישע משפחות, און אין די צייט ווען די בלאט און נאך פאפירן זינקען אין תוכן ווייזנדיג די וועג אראפ אין גרוב, קענען זיך די עטליכע מאגאזינען אויסהאלטן מיט טייערע גראפירער, א שטאב פון בילדער-נעמער, און טייערע סארט דרוק-פאפיר.
אנהויב האבן די בעסערע מענטשן געמאכט די גרימאסן ביים זען ווי נאריש און נישט אידישלעך דאס איז אויפצוהאלטן א מאגאזין פון רעבעס, אבער ווען די קינדער האבן דאס אנגעהויבן פארלאנגען, און ווען דאס האט פארנעמען די העדליינס אין שול ביים ליינען און קידוש, האט מען דאס צוגעלייגט צום וועכנטליכן ארדער.
ווי איראניש, א פעלד וואס ציעט ווערט קאנקורירנד, עס מאכן פרנסה פון דעם פאך אזויפיל מענטשן, און נישט די חלק על המחיה זאל מיך בארירן חס ושלום, עס איז פשוט זינלאז, פשט'לאז, און סענס'לאז, אז יעדע חרדישע אינגל זאל אפלערנען און אפלעקן די סארט לופטיגע פאפירן.
ווי עס האט געארבעט ווארשיינליך, האבן מענטשן געצויגן צו בילדער, און געקויפט, און אז מען קויפט רבנים אויסגאבעס, דארף מען נישט אנדערע וויכטיגע זאכן ווי צייטונגען און דזשורנאלן. און אזוי ארום באקומט די פרישע גענעראציע א ליבע צו רעבישע פאליטיק און דעמאגאגיע וועלכע שלעפט אריין דור אין גאר נארישע וויסנשאפט און דיאלאגן, פארנעמענדיג די קאפ טאג און נאכט, און אזש ביז צום ברעכן ווי עס גייט נישט אריבער א טאג ביי מענטשן וואס אויסער א קליינע מעשר פון קורצשלוס, רעדן זיי מיט א פול מויל פון יענעם רבי און זיין רבי, און נישט נאר דאס: די טרוקענע "די צייטונג" וואס איז געווען (און איז נאך אלץ) די מערסטע זאפטיג האט זיך געמוזט אנהויבן צושטעלן צום דור, און אריינלייגן בילדער פון די רבנים, און ווייטער מיטן איד אדער בלאט, יעדער נעמט בילדער, געקויפט ביי די פירמע'ס וואס האבן די פרענטשייז אויף די זאכן, און יא, זאלן זיך די נעבעכדיגע צאלער אנשטויסן מיט האפצע דינער פון די לינקע זייט, בעפאר די ריקודים, נאר טייל פון די מענטשן לצד שמונית שבמזרחית, בערך אזויפיל מאל ווי וויפיל אויסגאבעס מען קויפט.
און אז די טרענד פלאקערט, פארוואס זאלן נישט די פרייע בולעטינען און אנאנס בלעטער נאכגיין דעם פעלד, יעדער וויל דאך צושטעלן די בעסטע, איז נעמט אין האנט די פארטיילטע פאפירן, קוקט און נעמט אין אכט אז עס צו מאכן אינטערסאנט, מוז מען באשפרענקלען די אויסגאבע: ווייטער מיט בילדער רבי'ס אז אפילו די וואס קימערן נישט אריין אין דעם גרעניץ און ווילן נאר זען די ספעציאליטעטן (סעיל'ס) פון די געשעפטן, אדער דאס גלייכן, זאלן זיך אנשטויסן אין קאלירפולע בעקיטשעס עטליכע מאל צווישן די אנאנסן.
דאס הייסט קום איך אהיים, עפן די טייער באצאלטע פאפירן, איך קוק די וואך, רבנים, א בליק, רבנים, בלאט, רבנים, איד, רבנים, צייטונג, רבנים, טריביון, רבנים, לינק, רבנים, איך קום אויפן שטיבל, צימעסט מען אויך אין גרויסן, און אפגערעדט פון נאך עטליכע העברעאישע מאגאזינען וואס טוען אונטערשטרייכן אז די פעלד איז אזוי יומאנגעס אז אפילו איך קען עפענען א אפיס פאר אזא זאך און שארן גאלד.
וואס פשט דערפון? פארוואס באקט זיך אריין דא א נייע טרענד? ווער ברויך עס? וועמען אינטערסירט עס? עס האט מיר וויי געטון נעכטן זעענדיג ווי מיין באליבטע ניק "[tag]אדנירם[/tag]" האט ארויפגעלאדנט א העכסט אינטערסאנטע שטיקל פאעזיע, און ווער עס שרייבט אמאל פאעזיע ווייסט וואספארא ארבעט עס ליגט אין יעדן שטיקל, גייען ניקים, וואס קאכן אין רבנים, און אנשטאט אויסלויבן שש אויף נאך א געלונגענע אשכול, איז מען פארנימען מיט די חלק ה'צימעס, און עטליכע גאר זענען דערויף ארויף געשפרונגען ווי שלענג געביסענע מען זאל דאס שוין אריינשלעפן אין זייער שפין-געוועב אין צימעס עיר הקודש.
עס איז גאר נאריש אז מען גייט מיט אזא גאנג, און טוט וויי ווי די דור קייקלט אריין די אינטערעסע אין גארנישט אינטערסאנטער ווי רבנים בילדער.
דאס זענען געווען מיינע רעיונות נעכטן.[/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
שטארק און צום פינטל!
ס'איז קאמיש (און רחמנות'דיג) צו זעהן, ווי ביי שמחות, קיפקעס, ביסמעדריש און ווי נישט, ווערט די נייעסער געקייט ווי דער גרה ווערט מעולה.
נאכדערציה מיט די אויסגאבעס. איך מיין ס'פאסיג טאקע די נאמען, בילדער "אויסגאבעס" ווייל דאס איז פלעין "אויסגאבען" ספענדעריי בלע"ז.
יונג און אלט, שניי ווייסע בערד ביינעזאם מיט קינדער קוים פון די וואונדלען, שטייען אלע און מען קוקט זיך איין מיט קעלבערנע התפעלות אויף די צענדליגער ברויגעז'דיגע פאקסן באגלייט מיט געקנייטשטע ברעמען, געוויקעלט אין די קאלירטע פידזשאמעס.
====
עקסטער האביך הנאה געהאט פון דיין אויספיהר לגבי משזר'ס פאעזיע, אז מאנכע האבן געוואלט דערטרענקן א געלונגן אמת--שניידענדע שטיקל צו פארדרעקטע חמ'עניו.

עס האט מיר וויי געטון נעכטן זעענדיג ווי מיין באליבטע ניק "@אדנירם" האט ארויפגעלאדנט א העכסט אינטערסאנטע שטיקל פאעזיע, און ווער עס שרייבט אמאל פאעזיע ווייסט וואספארא ארבעט עס ליגט אין יעדן שטיקל, גייען ניקים, וואס קאכן אין רבנים, און אנשטאט אויסלויבן שש אויף נאך א געלונגענע אשכול, איז מען פארנימען מיט די חלק ה'צימעס, און עטליכע גאר זענען דערויף ארויף געשפרונגען ווי שלענג געביסענע מען זאל דאס שוין אריינשלעפן אין זייער שפין-געוועב אין צימעס עיר הקודש.
עס איז גאר נאריש אז מען גייט מיט אזא גאנג, און טוט וויי ווי די דור קייקלט אריין די אינטערעסע אין גארנישט אינטערסאנטער ווי רבנים בילדער.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
כ'ווייס נישט אויף וועלכן פלאנעט איך לעב, אבער ביי מיר זענען די זאכן נישט עושה רושם בכלל, און ביי די שמחות וואו איך ערשיין הער איך איך נישט די סארט שמועסן, קען זיין אז איך דריי מיך נישט מיט די סארט מענטשן, כ'ווייס נישט, אלענפאלס, אין מיין לעבן פארנעמען די רבי'ס מיט די בילדער גאר א קליינעם ארט,
אמת טאקע אז אלע מאגאזינען, צייטונגען און בולעטינען לייגן דאס אריין בגדול ובזול, יותר ממה שרוצה העגל לינק; אבער איך טו עס איגנארירן, איך מיש איבער דעם בלעטל, אדער גיב איך יא א בליק וועלכער רבי האט געמאכט א שמחה און ווער האט געשאקלט לולב און וועלכע סארט מנורה ער צינדט, און תיכף דערנאך איז כאשר בא כן ילך, אריין פון איין אויער און ארויס פון אונטן, ולא נודע כי באו אל קרבינה,
ואם אתה עושה כן אשריך וטוב לך וכו',

וירח ה' את ריח הניחוח
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
דער בעל שם טוב בדורו ו"די וואך" בדורינו.
כ'האב קלאר געהערט מפיו הקדוש פון איינע פון די גרויסע, וואס ער האט בפירוש געזאגט, אז דאס איז צו ערהאלטן די יוגענט פון ווערן פארפאלען רח"ל, אין פונקט ווי ביי די גוים איז די די סארט סעלעברעטי טאבלוידס איז היינט האלט מען ביי דעם אז די יונגווארק זאלן זיך נישט גליטשען דארף מען אזוינס זייער וויכטיג צו זיי האלטן פארנומען, אין מיט דעם מהלך האלט איז וויכטיג די רעבישע חתונות, וואס איז דיירעקט נישט קיין ביטול תורה מטעם הנ"ל עת לעשות לה', ווייל עס איז א מיטל פון הצלות הרוחני.

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
דעס איז דאך די איינציגסטע כשרע אינטערטעינמענט וואס היינטיגע חרדזים טוט פארשלאגן, ווילסטו עס אויך צונעמען? מיט וואס זאל מען זיין ביזי? וואס וועט מען לייענען פרייטיג צו נאכטס נאכן סעודה? קענסט פונקט אזוי טעהנן וועגן ספארטס און סעלעבערטי מאגאזינען אין די גוישע וועלט. וועם גייט אן וואס די קארדעישיענס צי ריאהאנא טוען? מיט וועמען זיי דעיטן יעצט און מיט וועמען זיי גייען זיך צוקריגן מארגן.
איך פארשטיי דיין פוינט אבער נאכאלץ ס׳איז נישטא עפעס אנדערש אין די קאמיונטי ווען איך בין געוועהן א קינד וואלט איך מחי׳ געוועהן מיט א כל העולם כולו, דער איד האט דאך ניטאמאל אריינגעלייגט קיין בילדער פון חזקאל שארמעשער, ווייל ס׳איז דאך...?
די פראבלעם איז נישט די בילדער מאגאזינען פער סעי ס׳איז די רבנים וואס טוען גארנישט צו פארדינען צו זיין אין די בילדער און יעדער זאל קוקן אויף דעם! זיי באקומען די גאנצע מלוכה ביי דיפאולט דורך ירושה און זיי דארפן נישט האבן קיין ספעציעלע טאלאנטן אזויווי אין די אלגעמיינער גאס ווי א סעלעבערטי וואס פארקויפט עפעס, איינער איז א גיטע עקטאר און די אנדערע זינגט שיין און די אנדערע קען גיט שפילן באול הצד השוה שבהן אז זיי פארקויפן עפעס וואס א קינד קען ארויפקוקן אויף זיי משא״כ די היינטיגע רבנים וואס פארקויפן גארנישט חוץ קאלירטע בעיקטשעס און שיינע עס יו ווי׳ס מיט טשערי לייטס!

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: עם חכם ונבון אדער רעבישע בילדער מאגאזינען?
נאכאמאל, וואס טוט קארדאשיען וואס טווערסקי/האגער/טייטעלבוים/לייפער/האלבערשטאם טוט נישט?
די עיקר קארדאשיען מעלה האבען די אלערליי רעבע'ס אויך
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאכאמאל, וואס טוט קארדאשיען וואס טווערסקי/האגער/טייטעלבוים/לייפער/האלבערשטאם טוט נישט?

אמת קארדעישיאונס און רבי׳ס טוען גאנישט! די קארדעישאונס זענען טאקע א מין אמעריקאנע עו״ז ענדליך צי רביסטיווע אבער למעשה זענען זיי אויסנאם, רוב סעלעבערטיס זענען נישט אזויווי די קארדעישיאונס זיי האבן עפעס א טאלאנט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
זייער גוט ארויסגעברענגט סאיז דא היינט אסאך צו ליינען. דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט אויפן דור סאיז שוין נישט אדער דער ניו יארק טיימס אדער דער איד, ב"ה סאיז דא דער אינטערנעט ובפרט טוויטער וואס פילטערט אויס פאר יעדען פונקטלעך וואס ער ברויך און די פסולת שטיפט מען ארויס. מיר נעמט היינט צו טאגס דורך צו קוקן דער איד פונקטלעך 4 מינוט. דער בלאט 3 מינוט. די צייטונג 1 מינוט ווייל ענדיג עס נישט בעיקר איז עס פאר די קינדער, אויך קויפט מען בלויז ריכטיגע ליין מאטעריאל, זאל עס זיין אפילו די מעלות אבי די קאפ זאל אים/ איר ארבעטען.
איך קען נישט קיין שום נארמאלע מענטש וואס ברענגט אריין די
גארבעדש פיקטשערס אין שטוב. זייערע סעילס באשטייט פון די מערערע רבישע קינדער, די לוזערס זיי קויפן עס ערליך און הארעווענען אריין אז מוצש"ק איז עס שוין אזוי אויסגענוצט ווי מיין סדור סוף כיתה ג. אדער קויפן עס מענטשן מיט אדשענדעס אדער סתם אזעלעכע נאזעבאריס. אבער א נארמאלער מענטש - די וואס די רביס רופן - די פראסטע יודן רירען נישט צו דערצו. סאיז א חרפה און א בושה ווי ליידיג די יונגווארג ראלט ארום ה"י

למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: עם חכם ונבון אדער רעבישע בילדער מאגאזינען?
וואו! יעצט איז דער אחריות אויפ'ן שולל!
דער פסוק שטייט מ'זאל אנקוקען דיין רבי, ממילא דארף מען פארענטפערען פארוואס ס'גייט נישט אויף א בילד פון אן אייניקעל פון א פערפעל טיילער וואס האלט אין מיט'ן אנקוקען א גרויסע בארכעס מיט הונגעריגע אויגען.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דער פסוק שטייט מ'זאל אנקוקען דיין רבי, ממילא דארף מען פארענטפערען פארוואס ס'גייט נישט אויף א בילד פון אן אייניקעל פון א פערפעל טיילער וואס האלט אין מיט'ן אנקוקען א גרויסע בארכעס מיט הונגעריגע אויגען.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואו! יעצט איז דער אחריות אויפ'ן שולל!
דער פסוק שטייט מ'זאל אנקוקען דיין רבי, ממילא דארף מען פארענטפערען פארוואס ס'גייט נישט אויף א בילד פון אן אייניקעל פון א פערפעל טיילער וואס האלט אין מיט'ן אנקוקען א גרויסע בארכעס מיט הונגעריגע אויגען.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דו זאגסט גיט דיין פראבלעם איז נאר אז די undermines חסידישע בולשת אבער ווען סקומט צי דיינע ליטווישע בולשת ווערסטו פונקט אזוי פאנאטיש, ס׳איז פונקט ווי א פאפענער לאכט פון א סאטמערער און א בעלזער פון א וויזניצער.ווי האט נאר יענער געזאגט אויף הילערי זי זאגט גיט א שאד זי מיינט עס נישט ערענסט.
און איך זעה שוין פארויס וואס דו גייסט ענטפערן אז ווען סקומט צי מיינע בולשת גלייב איך אויך אין אנדערע זאכן למשל גלאובל ווארמינג און איך גלייב אויך אין גרעיוועיטי און אין עוועלאוציע די חילוק איז אבער ריזיג, בקיצור המעשה אונז האבן שוין געטענה׳ט און געמאנעט וועגן דעם מעהר ווי איין מאל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאכאמאל, וואס טוט קארדאשיען וואס טווערסקי/האגער/טייטעלבוים/לייפער/האלבערשטאם טוט נישט?
די עיקר קארדאשיען מעלה האבען די אלערליי רעבע'ס אויך
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
א.

ב. פון וואו ווייסטו די מעלה פון די קארדישיאנס? שוין, לאמיר אים נישט נעמען אויף א קרייץ פארהער.
ג. נעקסטיים, שרייב עס נאר אין 'מאחורי'...

- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
מלפני האט מען אנגעגפאנגען רעדן וועגן רבי׳ס און סהאט זיך אויסגעלאזט מיט קארדעישאונס אין מאחורי...
און ווי זאגט נאר אדנירם איי האט זיך די רבי צוקרעכצט אזא מין בכי׳ לדורות!
כהאב דאך ענק שוין געזאגט מ׳מעג נישט רעדן וועגן די רבי׳ס ווייל מקומט צו שרעקליכע הירורים און עבירות! הגם די קארדעישאונס איז מען מעהר ווייניגער עובר אויף בל תשקצו. שוין...
און ווי זאגט נאר אדנירם איי האט זיך די רבי צוקרעכצט אזא מין בכי׳ לדורות!
כהאב דאך ענק שוין געזאגט מ׳מעג נישט רעדן וועגן די רבי׳ס ווייל מקומט צו שרעקליכע הירורים און עבירות! הגם די קארדעישאונס איז מען מעהר ווייניגער עובר אויף בל תשקצו. שוין...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: עם חכם ונבון אדער רעבישע בילדער מאגאזינען?
און אלע חסידים ווייסען די מעלה פון די רבי'ס. און א ליטוואק פון בודאפעסט קען מאכען דער ריכטיגע זיווג