דער פאליטישע געלעכטער
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
דער פאליטישע געלעכטער
פאליטיק א דבר שטות
ס'איז וואל יאר אין ארצות הברית
קאנדיטאטן פון אלע קאלירן
אינעם ווייסן הויז ווילן זיך פלאצירן
איינער א דאקטאר אויפן מח
רעדט קיין ווארט הויעך
איידל ווי א חתן ביום החופה
א זאץ נעמט א גאנצע שמיטה.
דערנאך א זשערסי בוי מיט'ן בייכל
א בולי מיט א מאפיא'נערישן שמייכעל
א גאווערנער וואס פארשטייט שטיק
נעמט נקמה מיט'ן שפארן בריק
שטעלט אן א פעש פנים ווי א תם
כ'בין דער בעסטער גאווערנאר אן אויסנאם.
נאכער שטעלט זיך אהער דער מויד פון מיאמי והגלילות
א גאנצן טאג רעדט פון קרייסט זשיסיס
האלט קאמפיין ראליס ווי א דרשה אין תיפלה
ממש אן אתחלתא דגאולה
רעדט מיט טרערן אין די אויגן
קושט די רעליגיעזע ביי די זוילן.
חנפ'ט די קאנסערוועטיוו באזע מיט שמייכל
אין סענאט קערט איבער דעם היכל
זעהט זיך ווי דער אויסלייזער אליין
פון קאנאדא געקומען צו גיין.
א געמיש פון אקווארד און געלעכטער
דער גאווערנאר איז נישט קיין שלעכטער
אבער די קאנפידענץ אין גסיסה
די עסטעבלישמענט נעמט איין א מיתה.
אפילו זיינע האר פון אים אנטלויפן
פרימיעם הייסע לופט טוט פארקויפן
א בולי פון גרעסטן סארט
א כאראקטער פונעם ווארט
שטעכט און צימבלט דער גאנצע וועלט
ווי א קינד קריגט און שעלט.
דער געוואנאר פון אהייא נייס גיי
רואיג מיט'ן שמייכעל און נעק טיי
שוואכע סופארט פאר דעם איינעם נארמאל
מיט דריי מענטשען אינעם גאנצן זאל.
אויפן קאפ איין פראצענט האר
א פלאן שטעלט פאר
סאשאליסטיק עקנאמיע איז ווערד
וואל סטריט זאל גיין אין דער ערד
פון נדיבים טוט זיך נישט צוקראצן
זאלן זיי אלע גיין פלאצן.
מיט חנופה און שמייכעל
רעדט ווי מיר האבן קיין שכל
זייער שטארק באקאנט
מ'ליבט איר אדער פיינט
דער גלאזענע דאך לאזט טיפע שניטן
דער קאמפיין גלישט ווי אויף א שליטן.
ס'איז וואל יאר אין ארצות הברית
קאנדיטאטן פון אלע קאלירן
אינעם ווייסן הויז ווילן זיך פלאצירן
איינער א דאקטאר אויפן מח
רעדט קיין ווארט הויעך
איידל ווי א חתן ביום החופה
א זאץ נעמט א גאנצע שמיטה.
דערנאך א זשערסי בוי מיט'ן בייכל
א בולי מיט א מאפיא'נערישן שמייכעל
א גאווערנער וואס פארשטייט שטיק
נעמט נקמה מיט'ן שפארן בריק
שטעלט אן א פעש פנים ווי א תם
כ'בין דער בעסטער גאווערנאר אן אויסנאם.
נאכער שטעלט זיך אהער דער מויד פון מיאמי והגלילות
א גאנצן טאג רעדט פון קרייסט זשיסיס
האלט קאמפיין ראליס ווי א דרשה אין תיפלה
ממש אן אתחלתא דגאולה
רעדט מיט טרערן אין די אויגן
קושט די רעליגיעזע ביי די זוילן.
חנפ'ט די קאנסערוועטיוו באזע מיט שמייכל
אין סענאט קערט איבער דעם היכל
זעהט זיך ווי דער אויסלייזער אליין
פון קאנאדא געקומען צו גיין.
א געמיש פון אקווארד און געלעכטער
דער גאווערנאר איז נישט קיין שלעכטער
אבער די קאנפידענץ אין גסיסה
די עסטעבלישמענט נעמט איין א מיתה.
אפילו זיינע האר פון אים אנטלויפן
פרימיעם הייסע לופט טוט פארקויפן
א בולי פון גרעסטן סארט
א כאראקטער פונעם ווארט
שטעכט און צימבלט דער גאנצע וועלט
ווי א קינד קריגט און שעלט.
דער געוואנאר פון אהייא נייס גיי
רואיג מיט'ן שמייכעל און נעק טיי
שוואכע סופארט פאר דעם איינעם נארמאל
מיט דריי מענטשען אינעם גאנצן זאל.
אויפן קאפ איין פראצענט האר
א פלאן שטעלט פאר
סאשאליסטיק עקנאמיע איז ווערד
וואל סטריט זאל גיין אין דער ערד
פון נדיבים טוט זיך נישט צוקראצן
זאלן זיי אלע גיין פלאצן.
מיט חנופה און שמייכעל
רעדט ווי מיר האבן קיין שכל
זייער שטארק באקאנט
מ'ליבט איר אדער פיינט
דער גלאזענע דאך לאזט טיפע שניטן
דער קאמפיין גלישט ווי אויף א שליטן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: דער פאליטישע געלעכטער
פון דעי קורץ און שארף,
דער עולם נאך דארף,
זיס ווי צוקער,
נאכנישט שיכור,
אבער דאס איז נישט די עיקר,
א היבש גוטער פליקער,
איז דא ביי אונז ניכר,
נו, ברענג שוין די ליקער,
יישר כחכם הרב רויטע וואנצעס יר"ה/2016.
Sent from my LG-LS980 using Tapatalk
דער עולם נאך דארף,
זיס ווי צוקער,
נאכנישט שיכור,
אבער דאס איז נישט די עיקר,
א היבש גוטער פליקער,
איז דא ביי אונז ניכר,
נו, ברענג שוין די ליקער,
יישר כחכם הרב רויטע וואנצעס יר"ה/2016.
Sent from my LG-LS980 using Tapatalk
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
בערני ביסט מיין הירא מיין העלד
נישטא נאך אזא פאליטישאן ווי דיר אויף דער וועלט
די ביליאנערן און די רייכע קענען דיך נישט אינטערקויפן פאר קיין שום געלט
בערני האט נישט קיין מורא צו זאגן וואס אים געפעלט
די קאנסערוועטיוו רעפובליקאונס ער שעלט
בערני איז די בעסטע אין די פעלד
אויפצוווייזן פאר די גאנצע וועלט
וואס פארא קרימינאלען וואל סטריט טוט אפ מיט געבן פאר פאליטשאונס שוחד געלט
ער קאמפיינט שווער אין די היצן און אין די קעלט
און פאר יעדעם ער מעלדט
איך דארף נישט וואל סטריטס געלט
איך וועל מיך אן עצה געבן אן זיי
גיב מיר נאר א דאללער צוויי
און הילערי וועט זאגן פאר וואשינגטאן ביי
די אמעריקענע יונגע מילעניולס זענען אויף א היי
יעדער האט קודם געמיינט אז בערני איז סתם א אויפגעבלאזענע איי
אבער די פאולס ווייזן שוין אז אין נעוועדא איז עס א טיי
און די קליטאונס שרייען שוין אוי וויי
און האבן אנגעפאנגן א נעגיטיווע קאמפיין מיט חזריי
ס׳איז גאר נישט קיין וויץ
אפילו ביל קלינטאן האט שוין בערני פערזענליך באשמיצט
און געזאגט אז ער לעבט אין א באקס
אבער בערני ענטפערט אים נישט ער מאכט נאר א פאקס
און די אמעריקאנע פאלק גלייבט די קליטאונס ווייניג
די קרעדיטיבלטי פון בערני און הילערי איז נישט אייניג
קוים פון זייערע אלטע חטאים זיך גערייניגט
איז אלזא ביל קלינטאן האק נישט אין טשייניק
און רעד וואס ווייניג
ווייל מ׳וועט מאכן פון דיר בייליג
און די אמעריקאנע יונגעט וועט ווייטער האלטן אז בערני איז הייליג
המשך יבא
נישטא נאך אזא פאליטישאן ווי דיר אויף דער וועלט
די ביליאנערן און די רייכע קענען דיך נישט אינטערקויפן פאר קיין שום געלט
בערני האט נישט קיין מורא צו זאגן וואס אים געפעלט
די קאנסערוועטיוו רעפובליקאונס ער שעלט
בערני איז די בעסטע אין די פעלד
אויפצוווייזן פאר די גאנצע וועלט
וואס פארא קרימינאלען וואל סטריט טוט אפ מיט געבן פאר פאליטשאונס שוחד געלט
ער קאמפיינט שווער אין די היצן און אין די קעלט
און פאר יעדעם ער מעלדט
איך דארף נישט וואל סטריטס געלט
איך וועל מיך אן עצה געבן אן זיי
גיב מיר נאר א דאללער צוויי
און הילערי וועט זאגן פאר וואשינגטאן ביי
די אמעריקענע יונגע מילעניולס זענען אויף א היי
יעדער האט קודם געמיינט אז בערני איז סתם א אויפגעבלאזענע איי
אבער די פאולס ווייזן שוין אז אין נעוועדא איז עס א טיי
און די קליטאונס שרייען שוין אוי וויי
און האבן אנגעפאנגן א נעגיטיווע קאמפיין מיט חזריי
ס׳איז גאר נישט קיין וויץ
אפילו ביל קלינטאן האט שוין בערני פערזענליך באשמיצט
און געזאגט אז ער לעבט אין א באקס
אבער בערני ענטפערט אים נישט ער מאכט נאר א פאקס
און די אמעריקאנע פאלק גלייבט די קליטאונס ווייניג
די קרעדיטיבלטי פון בערני און הילערי איז נישט אייניג
קוים פון זייערע אלטע חטאים זיך גערייניגט
איז אלזא ביל קלינטאן האק נישט אין טשייניק
און רעד וואס ווייניג
ווייל מ׳וועט מאכן פון דיר בייליג
און די אמעריקאנע יונגעט וועט ווייטער האלטן אז בערני איז הייליג
המשך יבא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
מאטי אילעוויטש אויף פעיסבוק: (כ'האף ער איז מסכים ארויפלייגן, זינט ס'איז ממילא ברבים. לאז וויסן אויב נישט)
עס פליען שטענדערס
קלינטאן - סענדער'ס,
קולות, פלאקאטן
א ויכוח ביי די דעמאקראטן.
ווידעראום די רעפאבליקאנער
אויפן זיג-שטיהל זיינער,
זיצט ער מיט א טראמפ לילקע
א נצחון אינעם שפיל'קע.
יעדער מיט זיינע הבלים
פארטייבט דעם עולם אין חלום,
פון שמירה, נצחון און שלום
אן אקאנאמיע פון גיסענדע שקלים.
קאפיטלאציע און סאציאלאציע
עס איז א גאנצע אבזערוואציע,
ווער ס'עט ווערן די נאמינאציע
פון דעם שפיל'ליכן אטראקציע.
דער רעדט פון קריג
דער רעדט פון זיג,
דער רעדט פון שוץ
און דער פון גלאובעל ווארמינג היץ.
דער רעדט פון שטייערן
דער פון דזשאב'ס הייערן,
דער רעדט פון ביקסן אין האנט
און דער, פון בויען א וואנט.
אלע שרייען און שווערן
דאס וואס דער המון וויל הערן,
אבער נאכ'נען איינשווערן
קען זיך יעדער איבערקערן.
מ'כאפט זיך א טאג דערנאך
אז ס'איז ווייטער די זעלבע בראך,
א דריי-פיר יאר דורכוויש
און, אודך.. אלעס הייבט זיך אן פון פריש.
**
גרופעס און געזעמלעך
בעלי דעה אין די קרעמלעך,
שימפן און שוימפן אויף כח
עס קאכט אזש ס'גייט א רויעך.
ראיות, דעות, קולות מיט ווינטן
ס'קאכט זיך א מלחמה א געזונטן,
דער שרייט פון אויבן, דער פון אונטן
'טראמפ', 'סענדערס', 'קלינטאן'..
יעדער שמויגער אויפן ליסט
ווערט זיך א פול-פלעדזש אנאליסט,
א גאנצע דעה טראגער
און א פיפיגער פאראויס זאגער.
דער אינגערמאן שרייעט מיט פייער
קעגן דער וואס העכערט שטייער,
כאטשיג ער פארדינט קוים ווייסע
פון זיין 'הלכה ולא למעשה'...
זיינע גוים אלע
זענען פון די אומלעגאלע,
דאך ברעטשעט אין אויער
איבער די חכמה פונעם וואנט בויער.
א באמבע אין זיין ידיעות-קווארטל
איז ס"ה א פאלעסטינער גארטל,
דאך האט ארויס דעם גאנצן פלאן
פונעם דיעל מיט איראן.
"אידן באלאנגען צו דעמאקראטן"
אזוי שרייט ער, מקובל פון טאטן,
קלינטאן, אן אשה, נע.. נישט גוט
און בכלל, טראגט ער דאך א 'סענדערס' ביבער הוט.
דיפלאמאטיע, עקאנאמיע
עדיוקאציע, אסטראנאמיע,
חכמים ונבונים פונעם אמעריקאנער תקוה
אלס דרייט זיך ביי'ן'אונז אין מקוה.
אלע שרייען און שווערן
דאס וואס דער המון וויל הערן,
אבער נאכ'נען איינשווערן
קען זיך יעדער איבערקערן.
מ'כאפט זיך א טאג דערנאך
אז ס'איז ווייטער די זעלבע בראך,
א דריי-פיר יאר דורכוויש
און, אודך.. אלעס הייבט זיך אן פון פריש.
**
א שפיל פון פאנטאזיע, שקר און לופט
פיל מיט שלעק, שטעך, און גיפט,
הויל, פיסט, אן קיין געפיל אין עס
א קינדעריש שפיל, וואס גרויסע שפילן עס...
ווי מער משוגע, אלס מער נארמאל
פארלענדן יעדעס מאס פונעם מענטשליכן מאראל,
קען דען אזא סארט מאטריאל
מיינען דעם טובת הכלל??!!
פארקערט ווי שלום, גיסט פון שנאה קוואל
קללות, רציחות, ראיאטן, איבעראל,
ווי האט דער חכם געזאגט אין אזא פאל
אומפארשטענדליך וויאזוי דאס איז אפי' לעגאל!
גאט זאל היטן
זאל 'ער' אויסוועלן דעם גוטן,
זאל ער פאר אונז בא'שטימען'
ווער ס'די בעסטע דעם פאסטן צו באקומען.
ווי ר' נתן זאגט אין די ליקוטי תפילות
מ'דארף א מנהיג מיט גוטע פעולות,
מיט דעת און רחמנות זיין מבושם
'לבל יכבידו על הנתינות והמיסים'.
באגרייפן ריכטיג דעם התנשאות שפיר
זיין 'נאמנים והגונים בכל עיר ועיר',
ביז מ'וועט זוכה זיין צום אלטוועלטליכן באניי
יהיה ה' אחד ושמו אחד, אן קיין שום אנדערע פארטיי.
עס פליען שטענדערס
קלינטאן - סענדער'ס,
קולות, פלאקאטן
א ויכוח ביי די דעמאקראטן.
ווידעראום די רעפאבליקאנער
אויפן זיג-שטיהל זיינער,
זיצט ער מיט א טראמפ לילקע
א נצחון אינעם שפיל'קע.
יעדער מיט זיינע הבלים
פארטייבט דעם עולם אין חלום,
פון שמירה, נצחון און שלום
אן אקאנאמיע פון גיסענדע שקלים.
קאפיטלאציע און סאציאלאציע
עס איז א גאנצע אבזערוואציע,
ווער ס'עט ווערן די נאמינאציע
פון דעם שפיל'ליכן אטראקציע.
דער רעדט פון קריג
דער רעדט פון זיג,
דער רעדט פון שוץ
און דער פון גלאובעל ווארמינג היץ.
דער רעדט פון שטייערן
דער פון דזשאב'ס הייערן,
דער רעדט פון ביקסן אין האנט
און דער, פון בויען א וואנט.
אלע שרייען און שווערן
דאס וואס דער המון וויל הערן,
אבער נאכ'נען איינשווערן
קען זיך יעדער איבערקערן.
מ'כאפט זיך א טאג דערנאך
אז ס'איז ווייטער די זעלבע בראך,
א דריי-פיר יאר דורכוויש
און, אודך.. אלעס הייבט זיך אן פון פריש.
**
גרופעס און געזעמלעך
בעלי דעה אין די קרעמלעך,
שימפן און שוימפן אויף כח
עס קאכט אזש ס'גייט א רויעך.
ראיות, דעות, קולות מיט ווינטן
ס'קאכט זיך א מלחמה א געזונטן,
דער שרייט פון אויבן, דער פון אונטן
'טראמפ', 'סענדערס', 'קלינטאן'..
יעדער שמויגער אויפן ליסט
ווערט זיך א פול-פלעדזש אנאליסט,
א גאנצע דעה טראגער
און א פיפיגער פאראויס זאגער.
דער אינגערמאן שרייעט מיט פייער
קעגן דער וואס העכערט שטייער,
כאטשיג ער פארדינט קוים ווייסע
פון זיין 'הלכה ולא למעשה'...
זיינע גוים אלע
זענען פון די אומלעגאלע,
דאך ברעטשעט אין אויער
איבער די חכמה פונעם וואנט בויער.
א באמבע אין זיין ידיעות-קווארטל
איז ס"ה א פאלעסטינער גארטל,
דאך האט ארויס דעם גאנצן פלאן
פונעם דיעל מיט איראן.
"אידן באלאנגען צו דעמאקראטן"
אזוי שרייט ער, מקובל פון טאטן,
קלינטאן, אן אשה, נע.. נישט גוט
און בכלל, טראגט ער דאך א 'סענדערס' ביבער הוט.
דיפלאמאטיע, עקאנאמיע
עדיוקאציע, אסטראנאמיע,
חכמים ונבונים פונעם אמעריקאנער תקוה
אלס דרייט זיך ביי'ן'אונז אין מקוה.
אלע שרייען און שווערן
דאס וואס דער המון וויל הערן,
אבער נאכ'נען איינשווערן
קען זיך יעדער איבערקערן.
מ'כאפט זיך א טאג דערנאך
אז ס'איז ווייטער די זעלבע בראך,
א דריי-פיר יאר דורכוויש
און, אודך.. אלעס הייבט זיך אן פון פריש.
**
א שפיל פון פאנטאזיע, שקר און לופט
פיל מיט שלעק, שטעך, און גיפט,
הויל, פיסט, אן קיין געפיל אין עס
א קינדעריש שפיל, וואס גרויסע שפילן עס...
ווי מער משוגע, אלס מער נארמאל
פארלענדן יעדעס מאס פונעם מענטשליכן מאראל,
קען דען אזא סארט מאטריאל
מיינען דעם טובת הכלל??!!
פארקערט ווי שלום, גיסט פון שנאה קוואל
קללות, רציחות, ראיאטן, איבעראל,
ווי האט דער חכם געזאגט אין אזא פאל
אומפארשטענדליך וויאזוי דאס איז אפי' לעגאל!
גאט זאל היטן
זאל 'ער' אויסוועלן דעם גוטן,
זאל ער פאר אונז בא'שטימען'
ווער ס'די בעסטע דעם פאסטן צו באקומען.
ווי ר' נתן זאגט אין די ליקוטי תפילות
מ'דארף א מנהיג מיט גוטע פעולות,
מיט דעת און רחמנות זיין מבושם
'לבל יכבידו על הנתינות והמיסים'.
באגרייפן ריכטיג דעם התנשאות שפיר
זיין 'נאמנים והגונים בכל עיר ועיר',
ביז מ'וועט זוכה זיין צום אלטוועלטליכן באניי
יהיה ה' אחד ושמו אחד, אן קיין שום אנדערע פארטיי.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.