איך זיץ דא אויפן פליגער בין שמים וארץ, פון ניו יארק צו קאליפארניע, און צום וויפילטן מאל שווער איך מיר ביי מיין רעבענ'ס בארד אז דאס איז דאס לעצטע מאל וואס איך בין דורס כף רגלי אויפ א ספינה הפורחת באויר. איך וועל ענדערש דורכשווימען די אוקיינוס מיט א פראוואזארישע שיפל אדער אפילו מיט א בלויזע שווים קלייד, ווי נאכאמאל דורכגיין די גיהנם אויפן פליגער. דער פראבלעם מיט אזעלכע שבועות איז אז עס האט אזא תוקף ווי די די שבועה וואס א פרוי שווערט ווען זי קניעט צו געבוירען.
צום אלע ערשטן וואס די פריקען העלל האבן זיי נאכנישט ערצייגט קיין ערעפלאן וואס ווארפט זיך נישט ווי א קעלבל פארן שחיטה ביי יעדע רוח שאינו מצויה. כ'מיין קאם אן, מיר לעבן שוין און א עפאכע ווי אלעס האט זיך געטוישט מקצה אל הקצה און די לעצטע זעכציג יאר אלעס אויסער די פליגערס זי פלאטערן נאך פון יעדע ווינטעל אזוי ווי ביי אלבער רייט'ס ערשטע רייזע. זיי געבען עס א נאמען טורבולנעס און אלעס איז מסודר. שוין באלד ווי די פסיכאלאגן מען געט א נאמען פאר יעדע מחלה און מפטירין כדאתמול אלעס איז מסודר.
בכלל בין איך נישט אויסגעשטעלט פאר קיין טורבולענס. ביי יעדע טוירבילענס טוט זיך אפ ביי מיר א גאנצע מלחמה צווישן מיין גוף און מיין מח, מיין מוח זאגט אזוי קומט עס, סאיז נארמאל אז עס ווארפט זיך, די פליגער גייט נישט טראסקענען און אויך זיך נישט איבערדרייען און אלע סטאטיסטיקס ווייזן אז די שאנסן פון א פליגער קראך איז שוואכער ווי געווינען די לאטערי, אבער גיי זיי דאס מסביר פאר מיין גוף "סיאינג איז ביליווינג", ער פילט עס אויפ פלג החתחון און אויפן פלג העליון אלע מיינע אברים מכף רגלי ועד ראשי זאגן מיר אז דאס איז די לעצטע מינוטן פון מיין לעבן. בינו לבינו קום איך ארויס אפגעשוואכט און אפגעשוויצט פון די גאנצע שרעק און מלחמה, און למען השם גיי איך נאך מיט א סוועדער אויך און צו אלע צרות האב איך פארגעסן מיין דידאראנט.
בין פרק לפרק צווישן איין טוירבילענס און די צווייטע וויל איך כאפן א דרימעל מה עשה הקב"ה ער האט געזעצט א לאנגוויליגע בחור לעבן א בתולה טובת מראה און ער פרובירט איר צו באאיינדרוקן און רעדט און רעדט און הערט נישט אויף צו רעדן. ער רעדט שוין דריי שעה און איין צו, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזען אזאנס און זיין שפייאכטס האט זיך נאך נישט אויסגעטרוקענט. ניטאמאל מיין מאמע קען דאס באווייזן רעדן אזוי לאנג און איין צו און נישט אריינפאלן אין חלשות, די מיידל איז שוין איינגעשלאפען, אויפגעשטאנען, נאכאמאל איינגעשלאפן והוא בשלו ער רעדט נאך אלס. כ'קום צו די קאנקלוזשן אז ס'מוז זיין אז ער איז א טרענסזשענדער וואס האט משלב געווען די כח הדיבור הנשי מיט'ן כח הגברי און אינאיינעם באווייזן זיי ווינדער שלא כדרך הטבע.
אונטער מיר איז זיצט א כינעזער מיט'ן ווייב, די ווייב שלאפט בחיקו פון איר מאן און עס הערט זיך ארויס א שנארכעריי אז עס איז גייט א רויך. כווייס נישט צו דער מאן כראפעט אדער די פרוי אדער ביידע און עס איז תרי קלות המשתמע כאחד. כהאב אלעמאל געוויסט אז כינעזער קענען נישט כראפעטצן, איי געיס נויט ברעכט אייזן.
דאס ערגסטע איז נאך אז דאס איז א דאמעסטיק פלייט און יעדער ברענגט זיין אייגן עסן עס שמעקט דא פון שוק מחנה יהודה א געמישט פון סושי, אייער, חזיר און טושלענט. פארוואס עס איז נאך נישט ארויסגעקומען קיין געזעץ וואס פארבאט עסן אייער אויף פאבליק טראנספארטאציע איז ביאנד מיין פארשטאנד.
און ווען איך האב געמיינט אז ערגער קען עס נישט ווערן האט מיר ערווארטעט א שיינע סופרייס, אראפגייענדיג פון פליגער באקום איך א טעקסט מעסעדש פון מיין וויב אז זי מיינט אז זי האט געמיסעד איר דאטום און גייט קויפן א פרעגנעסי טעסט, כ'האב געמיינט איך זע שטערנס. פאר איך אזוי מיט א טעקסי פון עירפארט צום האטעל, פרעגט מיר דער דרייווער וואס איך זאג צו אזא שיינע שטאט ווי קאליפארניע? זאג איך אים הערליך שיין! אלעס האט איר דא איין זאך פעלט וואס קען שטארק צוניץ קומען, א זשארזש וואשינגטאן בריק.
א שווערע רייזע
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: א שווערע רייזע
זענעקס מיי פרענד,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: א שווערע רייזע
Wow! כ'האב קיינמאל געטראכט פון די גוטע עצה. מ'נעמט א שיפל און פטור פון אלע פראבלעמען!
עניוועי, אייזערנע ארטיקל לכבוד אדר
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
עניוועי, אייזערנע ארטיקל לכבוד אדר
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: א שווערע רייזע
פראבלעם מיט די שבועה איז, אז דיין רבי נוצט אויך דיין שעמפא פאר זיין בארד...
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)