השי''ת זאל אים שיקען א רפואה שלימה במהרה אמן

ס'געווען אמאל א גרויסע קנאי, ר' הלל קאלאמייער. בערך א ר' אברהם לייטנער/ר' מאיר בראנדסדארפער פון הונדערט פופציג יאר צוריק.
שמעון וואלף האט געשריבן:איך זאג די זעלבע לגבי די וואס קענען נישט דערליידן די שבת שרייער מיט די טענה אז יעדער האט א רעכט צו פאלגן זיין רב. זאג איך די זעלבע לגבי די שרייער, אז זיי האבן אויך די זעלבע רעכט און טאמער איז דא א רב וואס הייסט שרייען, דארף מען זיי פארשטיין.
למשל דער הייליגער איבראנער, אדער דער שרף פון מאנטיווידעא?!Kool man האט געשריבן:נאך אפאהר טעג דורעך, און די שטויב הייבט זיך אהן סעטלען, קוק איך מיך אזוי אום, אז פיהל פון די חותמים אויף די נארישע קול קורא אקעהגען שטיינמאן, וויקלען איהם איין אין זייער קליינעם פינקי,
וועלכע סטיל עובדים? אזעלכע סטיל ווי אידן וואס האבן שוין נישט געגעסן קיין מזונות די לעצטע פופציג יאר אינמיטן וואך, נאר לכבוד שבת? אזעלכע סטיל אידן וואס לעבן אויף אביסל ירקות און זיפ? אזעלכע אידן וואס שלאפן דריי שעה א נאכט? אזעלכע אידן וואס זענען פארנומען כסדר מיט סיגופים? אזעלכע אידן וואס האבן געלעבט א האלבע יאר אויף סקוואש? [כעדות הגרמ"מ שולזינגר], וועלכע סטיל עובדים - פאר א שווארץ יאר?!Kool man האט געשריבן:נס'דא דארט גע'חתמעט גאנץ גרויסע עובדים און תלמידי חכמים וואס שלונגען איין רב שטיינמאן מיט תורה און לומדות
מתוך דבריך ניכר שגאון אדיר אתה, אז דו האסט שוין דורכגעטון גוט א סוגיא מיטן אילת השחר, נחלת משה, און ישא ברכה צו די זייט, און אזוי גע'פסק'נט גאונות. אלזא, מיט אזא גאון אדיר ווי דיר קען איך מיך נישט טענה'ן, אבער דיין 'כידוע' איז א ווארט וואס כשר'ט מיטלן. 'כידוע' מיינט, אז יעצט קענסטו ארויפשמירן סיי וואסערע ליגנט דו ווילסט, אויף וועמען דו ווילסט, און ס'איז אן אנגענומענעער פאקט. 'ידוע'.Kool man האט געשריבן:[וועלכער הייסט נישט אזא גרויסער תנא קמא, כידוע, זיין ספר אילת השחר איז א קליפת השום צו נחלת משה און ישא ברכה..]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אנטשולדיגט, ס'איז נישט געווען סקווא"ש (קוסען אויף אידיש) נאר חצילים aubergine בלע"ז
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk