אווענט צום געדענקן‎!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

אווענט צום געדענקן‎!

שליחה דורך שעפטל »

כ'האב אזוי ארומגעקוקט צו ס'איז שוין געווען באשריבן דא, און נישט געזעהן, האב איך געטראכט עס אפצושילדערן עד שידי מגעת

די וואך דינסטאג איז פארגעקומען אן "אווענט צום געדענקן" (Event To Remember בלע"ז) אראנדזשירט דורך אפאר יונגעלייט, ארויסצוהעלפן זייערס א נאנטע חבר וואס איז אין א טיפן גרוב פון חובות.

איך וועל קודם פראבירן אראפצולייגן די נאכט מיט ממש טריקענע פאקטן (ועוד חזון למועד אי"ה):

די אווענט איז פארגעקומען אין די "קראון פלאזא" האטעל אין סעקאוקעסת ניו דזשערסי.

אנקומענדיג דארט איז געווען אויפגעשטעלט אין די בעק-יארד שיינע רינדיכיגע טישן מיט בענקלעך אויף די גראז אינטער הערליכע ביימער. די וועטער איז זייער גוט געווען. אין די זייט איז געווען צוגעגרייט פינף גרויסע גרילן מיט טישן דערנעבן שוין אויסגעלייגט מיט סטעיקס, פרענקס, בייליק'ס-קאטלעטס, פליגלעך-ווינגס, קישקע, שישקע באב, ועוד. אלעס גרייט ארויפצוגיין אויפן גריל און צו שטילן די הונגער פונעם עולם המשתתפים וואס האבן שוין נישט געגעסן קיין געהעריגע פליישיגע סעודה זינט ער"ח אב (חוץ די מתמידים וואס האבן מסיים געווען און גליקלעך זענען געווען זייער גוטע פריינט און משפחה...).

דערנעבן איז געווען צוויי אפענע קרעטשמע'ס (באר'ס אין די היינטיגע צייטן) ביי איינס האט זיך געגאסן וויין (פון Liquors Galore) ווי ביי ניסוך היין. און ביי די אנדערע זענען געשטאנען אפאר חברה און דערלאנגט מיקסעס פון בראנפען, וואדקע וכו' לעשות רצון איש ואיש.

חברה שירה (ר' שרגא פייוויל גאלד, ר' זאבי פריעד, ר' יואל האראוויץ) מיט ר' לוי יצחק פאלקאוויטש באגלייט פון ר' פנחס (פיני) עסטרייכער האבן מהנה געווען דעם עולם אינטער א רושם פון די קאנצערט לעקטערלעך...

ביי איין עק איז געווען א מעלער וואס האט אויפן פלאץ אפגעמאלן די פרצוף פון די באטייליגטער וואס האט זיך אראפגעזעצט דערנעבן.

אינמיטן ס'עסן האט דער באקאנטער משמח אלקים ואנשים דער באוויסטער בדחן און גוט-זאגער ר' זאב (וועלוועל) פעלדמאן (פון מאנסי מלפנים סקווירא) אינטערגעהאלטן דעם עולם מיט אפאר גוטע און זיסע ווערטלעך.

ר' יודל פאלקאוויטש (דער בעה"ב פון Quality Floorshine), דער אראנדזשירער פונעם אווענט האט באגריסט דעם עולם און געבעטן מ'זאל אים ארויסהעלפן מיט די מצוה.

לוי פאלקאוויטש האט געזינגן א נייע ניגון וואס גייט זיין אויף זיין נייע טעיפ (פארפאסט דורך פיני עסטרייכער - וואס איז אגב דער פראדוסער, קאמפאזער און ארויסגעבער פון לוי'ס גאנצע נייע טעיפ).

א חלק עולם האט געכאפט א שווים. די אנדערע חלק האט ווייטער פארברענגט בשירות ואכילה ושתיה ווי עס איז אויך סערווירט געווארן פארשידענע עסן נישט פון גריל.

דערנאך האט מען צוגעשטעלט א ציגאר באר ווי פראפעשענעלס (פון די קאמפעני La Casa Grande Cigars) האבן געמאכט פרישע ציגארס פארן עולם.

דערנאך איז דער עולם אריין אין איינע פון די מייעסטעיטישע זאלן ווי עס פארגעקומען די מעדזשיק/מיינד ריעדינג שאו דורכ'ן וועלט בארימטן קינצלער David Levitan. די צוזעהערס זענען ארויסגעגאנגן פון די גלייכגעוויכט ווי עס האט זיך ארויסגעזעהן פון די צווישנרופן און אפאלאדירונגען.

דערנאך איז פארגעקומען אן אינהאלטסרייכע ווארימע קומ-זיץ אינטער די פירערשאפט פונעם באקאנטן "אלי ביער" ווי פאר אפאר שעה איז מען געזיצן און געזינגן אינטער צוגעמאכטע לעקטערס מיט געגיעין און השתפכות הנפש.

עס האבן זיך באטייליגט צווישן 350-400 מענטשן. און ווי געהערט פון געוויסע קוועלער איז די עוורידזש דאנעישאן געווען בערך 150 דאלער.

אז כ'וועל מיך דערמאנען נאך זאכן וועל איך אי"ה שרייבן. אויב איינער (זעכער דא איינער..) איז געווען און קען בעסער (מ'דארף נישט צופיל קענען צו שרייבן בעסער ווי מיר דא) אראפלייגן די נאכט אדער אפילו נאר איין פרט פון נאכט ווערט שטארק געבעטן.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

Woooo!!
ס'סאונט געשמאאאאאאאק!!!
פארוואס האסטי מיך נישט געריפען?!
(ביי דע וועי- ס'האט נישט אפגעקאסט האלב פון די געלט ואוס איז אריינגעקימען?)

ס'האט עפעס א שייכות מיט די צוועק??
viewtopic.php?f=4&t=1340
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

העי פארוואס האב איך נישט געוואוסט פון די גאנצע זאך?
פאר אזא ביליגן פרייז וואלט איך געגאנגען 2 מאל!

פאר קנאפע 150 באקומט מען אזא סעודת שלמה בשעתו, פלאס א אומזיסטע קאנצערט און קומזיץ, בדחנות, שווימען, אויטינגס, סאושעלייזן מיט פרענדז, פרישע ציגארן, מעדזשיק שאו, אפמאלן מיין געזיכט... כ'מיין, דאס אידאך א בארגעין!!
יעצט בלייב איך הונגעריג, און איך לעכצט נאך אביסל בארביקיו בייליג פלייש און סטעיק..... און מיין נשמה ווילט זיך זינגען מיט א השתפכות הנפש...

שעפטל האט געשריבן:אז כ'וועל מיך דערמאנען נאך זאכן וועל איך אי"ה שרייבן.


וואס, נאך זאכן? שוין גענוג מיך אנגערייצט! עינאף איז עינאף!

אפשר מאכט מען נאך אזא געלעגנהייט?
ס'איז דא גענוג צוועקן..........
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

זייער זאפטיג באשריבן. פארוואס איז עס נישט געעווען רעקלאמירט אין די פאפירן?
-------------------
קומענדע וואך קומט פאר אן איווענט פאר "מקימי" אפשר וועליך ברענגען א באריכט פון דארט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
קראנט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 08, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך קראנט »

http://www.eventtoremember.org/ מ'קען זיך נאך באטייליגן פאר דעם צוועק http://www.eventtoremember.org/the-cause/
איך ווער נאך רויט ווען איך זאג ליגענט!
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ראשעקאל האט געשריבן:פארוואס האסטי מיך נישט געריפען?!

איך בין אויך נאר געווען א געריפענער, אבער איך וואלט עס ווען געמעגט ווען שרייבן דא פארן ציבור. אקעי נעקסטיים
ראשעקאל האט געשריבן:(ביי דע וועי- ס'האט נישט אפגעקאסט האלב פון די געלט ואוס איז אריינגעקימען?)

אויב האבן זיי טאקע געמאכט אזויפיל געלט ווי איך האב געהערט האט זיך עס געלוינט! א יעדע טיי אווענט גייט מסתמה האלב פון די הכנסות פאר די הוצאות. דא איז טאקע געווען גרעסערע הוצאות אבער רוב עולם פון דארט וואלטן זיך שוין גוט געפילט ווען זיי ווארפן ווען אראפ א צוואנציגער ביים טישל וואס ליגט ביים אריינגאנג פונעם נייעם הייזקע ווי די טיי אווענט קומט פאר קאמבערנירט מיטן חנוכת הבית... און דא האבן רוב מענטשן געגעבן פון 100 און ארויף ביז גאר הויעך.
און די הוצאות ביי א גרויסע דינער זענען אויך היפש א גרויסע פראצענט פון די הכנסות. דעס איז נארמאל, ווייל גרויסע הכנסות דארף מען אסאך אינוועסטירן.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך גדעון »

לייגסט עס גוט אראפ שעפטיל, איך קען כמעט שפירן ווי איך וואלט דארט געווען, איך שפיר די טעם פון די שישקע באב, און ס'רינט מיר יעצט פעטענס אויף די בארד. איך דארף נאר יעצט איינער זאל אפמאלעווען מיינער פרצוף.

בקיצור איך בין זשעלעס (קרעדיט זר זהב)
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

גדעון האט געשריבן: איך דארף נאר יעצט איינער זאל אפמאלעווען מיינער פרצוף.

דארף מען נאר אויפזיכן דער מעלער פון דארט...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
lowlow
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך lowlow »

קראנט האט געשריבן:http://www.eventtoremember.org/ מ'קען זיך נאך באטייליגן פאר דעם צוועק http://www.eventtoremember.org/the-cause/

next time say before not now
פארשפארט