חקירה: פארוואס דארף א מענטש שעצונג??

מחשבה, השקפה ועיון
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

חקירה: פארוואס דארף א מענטש שעצונג??

שליחה דורך טמיר »

יעדער ווייסט אז די אקסעדזשין פאר א מענטש'ן נפש איז אנערקענונג, שעצונג. אנדערע זאלן האלטן פון עם אז ער איז קלוג, געלונגען וכו'.
יש לחקור פארוואס איז דאס אזוי? צו ווייל ער וויל זיין א יש אין אנדערע מענטשן'ס אויגן, אדער ווייל אז ער איז ארויפגעקוקט ביי אנדערע איז א ראי' פאר זיך אליין אז ער איז עפעס ווערט? אין די ישיבה'שע שפראך פרעגט מען אין קורצן: איז עס א סיבה אבער א סימן?
אן אנדערע שאלה: וויאזוי וואלסטו געפילט אין אזא סינעריע. האסט געעפענט א אשכול אין ק"ש און געשריבן א לאנגע תגובה, און אנשטאט באקומען לייקס איז נאר געקומען אזאלכע תגובות ווי "אריין אין אייוועלט..." וכו', כ'מיין די ענטפער איז אז די פילסט זיך זייער געטראפן און פארשעמט, און להיפך אויב באקומסטו א באנטש לייקס איז א גוטע פילינג.
אבער געוואלד, "האא קעירס"? וואס די גיהנם גייט דיך אהן וואס יענער האלט אויף דיין ניק, ער ווייסט דאך נישט ווער "דו" ביזט! פון דעם איז לכאורה א ראי' צו די צווייטע צד אז ס'איז א סימן.
האב איך אבער א קשיא. אויב די גאנצע סיבה פ"וו ער דארף הכרה איז ס"ה ער זאל געוואר ווערן די אמת אויף זיך, שרייבסט א שיינע ארטיקל און דו ווייסט שוין אז דר'עולם וועט עס גלייכן און וועסט ווערן געשעצט, וואס די גיהנם פעלט דיך אויס די גאנץ געפלאגאכטץ. דו ווייסט דאך שוין אז ביזט זייער געלונגען!
עכ"פ איך נעם ארויס א מוסר השכל פון דעם. א מענטש וויל פארשטיין ג-ט, פארוואס טוט ער אזוי און אזוי, ידיעה ובחירה וכו'. זאג איך עם: טיפש דו! דיין אייגענע מח וואס דו ניצט צו טראכטן הייבסטו נישט אן צו פארשטיין, ווילסטו פארשטיין די קריעטער דערפון??
באדדעם ליין, איך האב ליב לייקס. פארוואס? איך ווייס אויך נישט
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: חקירה: פארוואס דארף א מענטש שעצונג??

שליחה דורך טמיר »

ס'מיר אינטערעסאנט פארוואס קיינער פרובירט נישט צו פושט זיין די חקירה. ס'קען זיין אדער ווייל ס'איז א נערישע חקירה, אדער ס'איז צו טיף, און ס'ברויך א לינת לילה צו איבערטראכטן. האמיר א חקירה אויף א חקירה

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
[NAMELESS]

Re: חקירה: פארוואס דארף א מענטש שעצונג??

שליחה דורך [NAMELESS] »

מסתמא ווייל קיינער וויל נישט די שעצונג פון פןשט זיין די חקירה
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

על צד ס׳ברויך א לינת לילה איבערצוטראכטן, לאז דעם עולם גיין שלאפן.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

איך האב נאר איין תירוץ אויף דיין חקירה , דער באשעפער האט אריינגעלייגט אין די בריאה אז יעדער מענטש זיכט שעצונג ער וויל מען זאל עים שעצן און דאס איז לטובתנו ווייל שטעלט דיך פאר מענטשן וואלטן נישט געזיכט שעצונג וואלט יעדער איינער געטון וואס ער וויל נישט קערענדיג וואס יענער טראכט און זאגט , ס'וואלט געווען אן איבערקעריניש יעדער דריטער מענטש וואלט געווען א מעשוגענער , איש את רעהו חיים בלעוה... ס'וואלט געווען כאהס, אזוי האט דער אייבערשטער געמאכט אז מענטשן זאלן פייגערען צו פילן געשעצט אזוי טראכט די מענשט צוויי מאל פאר ער זאגט עפעס ווייל ער וויל נישט מען זאל עים אנקיקן ווי א בהמה , און אזוי אויך אין קאווע שטיבל וויל מען די לייקס אלטץ וועגן די נאטירליכע דראנג צו פילן געשעצט .

פארשטייסט מיין פריינד?
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: חקירה: פארוואס דארף א מענטש שעצונג??

שליחה דורך קל וחומר »

פשוט פשט איז די סיבה וויבאלד א מענטש איז א סאציאלער באשעפעניש און אינעם סאציאלער וועלט ברויך מען אנערקענונג אויף צו קענען אנגיין ווי געהעריג ממילא דארף ער דעם שעצונג סיי לסיבת הדבר אז ער זאל קען זיין א געהעריגן 'מדבר' וויבאלד אין די סאציאלער וועלט איז א משוגענער אדער מאדנע מענטש נישט אזוי אנגענומען פון די אנדערע זייט ווי קלוגער א מענטש איז אלס מער אנגענומען איז ער.

יעצט בנוגע שרייבן ארטיקלען איז לאו דווקא אלעמאל פארן בלויזן סיבה פון שעצונג, מענטשן האבן א תשוקה ארויסצוגעבן זייער טאלאנט (פארשטייט זיך אז כדי ס'זאל הייסן טאלאנט דארף עס זיין מקובל, אבער דאס איז שוין נאר א סימן).

ס'דא אסאך זאכן וואס מענטשן טוען פאר כמה וכמה סיבות, א געווענליכע מענטש לערנט ווייל:
א- ער האט הנאה דערפון
ב- אנדערע זאלן אים שעצן
ג- ער וויל פיהלן אנגעפילט (סיפוק)
ד- פשוטע הרגל
ה- ווייל ס'יז א מצות עשה
ו- ער וויל נישט מצער זיין זיינע באליבטע דורכ'ן ליידיג גיין
ז- ער וויל קענען לערנען (תוצאה)
וכו'
ס'יז שווער אנצוכאפן אלעמאל די פונקטליכע סיבה פאר א זאך.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שעצונג איז א שטארקע מאטיוועטער
דו caveman וואס האט נישט ליב געהאט שעצונג, פין זיינע אייניקלעך זענען גארנישט געבליבן, ער איז פארציגט געווארן פין א ווילדע באשעפעניש

אדער זעה Intelligent_design
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: חקירה: פארוואס דארף א מענטש שעצונג??

שליחה דורך טמיר »

קליינע @הקטן ביזט דאך זיס ווי @קאצקע צוקער! כ'האב נישט געפרעגט פ"וו ה' האט אריינגעלייגט אזא טבע אין די מענטש, נאר פארוואס למעשה דער מענטש וויל עס. פארוואס עסט א מענטש? ווייל ער איז הונגעריג. פ"וו האט ה' געמאכט מ'זאל זיין הונגעריג? כדי מ'זאל עסן און זיין געזונט. פ"וו וויל ה' מ'זאל דארפן עסן? כדי צו מעלה זיין ניצוצות.
קל וחומר, כ'פארשטיי אז דו נעמסט אהן די ערשטע צד אז ס'איז א סיבה. איי די קשיא וואס גייט עם אהן אז זיין "ניק" זאל זיין געשעצט? די תירוץ איז, ער וויל זיך פילן א חלק פון די סאציאלע געזעלשאפט ווי אזוי אימער ער שטעלט זיך פאר, סיי מיט זיין עכטע מהות, און סיי מיט זיין ניק.
באמת, ג-ט וויל כביכול אויך אז מ'זאל עם שעצן מיט זיינע ניקים= אופני התגלות. ווייל אין זיין עצם מהות האט דאך קיינער קיין השגה

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: חקירה: פארוואס דארף א מענטש שעצונג??

שליחה דורך קל וחומר »

נישט גוט פארשטאנען, ער וויל נישט פיהלן, ער וויל 'זיין', לויט ווי מענטשן שאצן א צווייטענס פארשטאנד אזא התייחסות וועלן זיי אים געבן.
לכן טאמער וויל ער סאשעלייזן מיט דעם ניק, דארף ער באקומען עפעס שעצונג. כנלע"ד

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

טמיר האט געשריבן:קליינע @הקטן ביזט דאך זיס ווי @קאצקע צוקער! כ'האב נישט געפרעגט פ"וו ה' האט אריינגעלייגט אזא טבע אין די מענטש, נאר פארוואס למעשה דער מענטש וויל עס. פארוואס עסט א מענטש? ווייל ער איז הונגעריג. פ"וו האט ה' געמאכט מ'זאל זיין הונגעריג? כדי מ'זאל עסן און זיין געזונט. פ"וו וויל ה' מ'זאל דארפן עסן? כדי צו מעלה זיין ניצוצות.
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk


פארוואס וויל נישט א מענטש זיין הינגעריג?
ווייל ס'פילט אימבאקוועם
פארוואס וויל ער נישט א מענטש פילן אימבאקוועם?
ווייל ער האט מורא אז ער גייט שטארבען דערפין
פארוואס וויל ער נישט שטארבן?
ווייל ער וויל לעבן
פארוואס וויל ער לעבן
ווייל ער האט מורא ווען ער וועט נישט לעבן וועט ער עפעס פארפעלן
פארוואס וויל ער גארנישט פארפעלן???
,,,

אנדער זאגן אזוי
פארוואס עסט א מענטש דאנאטס
ווייל ער וויל אז זיינע טעסט-באטס זאלן גיט פילן
פארוואס איז ער טאקע אינטערעסירט אז זיינע טעסט-באטס זאלן גיט פילן ???
...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
פארשפארט