קירוב רבנים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
קלינג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

קירוב רבנים

שליחה דורך קלינג »

מיר זענען אסאך מאל אזוי פארנומען מיט קירוב רחוקים אז מיר פארגעסן אז צווישן אונז אליין, ביי היימישע אידן, אין אונזערע שולן און הייזער, זענען דא אזעלכע וועמען מען דארף מקרב זיין.

די עסקנים וואס זענען עוסק אין קירוב רחוקים חזר'ן כסדר ווי שטארק מען דארף ארויסווייזן ליבשאפט צו אונזערע פארבלאנזשעטע אדער בלאנזשענדע ברידער און שוועסטער. מיר מוזן אבער ארויסווייזן די זעלבע ליבשאפט צו אייגענע היימישע ברידער וואס דרייען זיך צווישן אונז און טראגן דעם לבוש, אפילו אויב יענע האבן זיך ליידער אביסל אוועקגעגליטשט פון גלייכן וועג.

די צאל אידן וואס געפינען זיך בקרב מחנינו וואס זענען ליידער נישט עומד בנסיון מיט פארשידענע זאכן האט זיך זייער געמערט אין די לעצטע צייטן, און מיט אביסל ליבשאפט וואלט מען זיכער געקענט אסאך אפראטעווען. די פראבלעם איז נאר אז עס זענען ליידער נישט דא קיין סאך מענטשן וואס זענען וויליג עס צו טאן, צו געבן אביסל ליבשאפט פאר די צעבראכענע מענטשן און זיי פרובירן אביסל מקרב צו זיין.

מיר דארפן אבער האלטן פאר די אויגן דעם כלל אז "לפום צערא אגרא" און ווי שווערער עס קומט אן, אלס מער שכר וועט מען באקומען. וויבאלד די עסקנים קוקן געווענליך נישט אויף די זייט פון היימישע מקרב מחנינו, פאלט די אחריות ארויף אויף אונז אלע. יעדער מענטש דארף עס אליין טאן, במקום שאין איש השתדל להיות איש. מיר דארפן אלע ווי איינער אנהייבן מקרב צו זיין די שיינע אידן, די מענטשן מיט ברייטע העמדער און שמאלע צעקנייטשטע שטערנס. יעדן מענטש קומט אמאל אויס אריינצוקומען צו א שמחה און זען אויפן אויבנאן עפעס א שיינער איד. חכמת אדם תאיר פניו און מ'דארף נישט מער ווי געבן איין קוק צו זען אז יענער חשוב'ער רב אדער ראש הכולל דרייט זיך מיט יסורי נפש, פול מיט טענות און תרעומות אויף די גאנצע וועלט. גייט צו צו אים און גיט אים א שמייכל, זאגט אים א גיט ווארט, פרעגט אים וואס ער מאכט, פון וואו ער נעמט אזויפיל כח פאר די עבודת הקודש מיט וואס ער איז טרוד יומם ולילה וכדומה.

"טרוד" איז א שטיקל שליסל ווארט און אויב ווילט איר אז די מצוה זאל זיין בשלימות זאלט איר זען צו נוצן דאס ווארט "טרוד" און נישט איינס פון די אנדערע וואכנדיגע ווערטער ווי "פארנומען א.ד.ג. אויב יא, ריזיקירט איר מיטן גורם זיין עגמת נפש פאר א צעבראכענע נשמה און עס קען אייך נאך זיין יצא שכרו בהפסדו. טרוד און עבודת הקודש זענען דא וויכטיגער ווי די גאנצע פראגע. אויב איר זענט ענג אין צייט (נישט טרוד - דאס איז רעזערווירט פאר די צעבראכענע אידן), דאן זאגט אים כאטש די צוויי ווערטער: "טרוד" און "עבודת הקודש". דאס אליין, אפילו אן פרעגן די גאנצע שאלה, קען יענעם מחי' זיין.

ס'איז נישט קיין סאך און אפילו גארנישט אזוי שווער. די עיקר שוועריגקייט איז ווייל יענע צעבראכענע אידן האבן אן אינטערעסאנטע טבע זיך צו מאכן ווי זיי הייבן נישט אן צו דארפן קיין חיזוק. ס'איז טאקע שווער צו שמייכלען און זאגן חיזוק ווערטער פאר איינעם וואס שפילט קאלט און מאכט העוויות ווי גלייך ער טוט אייך גאר א טובה מיטן אויסהערן. אבער אויב מיר וועלן האלטן פאר די אויגן אז ס'איז נאר א שפיל און די שמייכלען א גוטע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עייפה וועט עס לייכטער אנקומען.

צווישן אונז גערעדט, פארוואס זאלן מיר טאקע נישט מקרב זיין די רבנים און שיינע אידן? גוט, זיי פירן זיך אויף ווי חיות, פוסטעווען אפ דעם טאג און מאכן אונז משוגע ביי יעדע געלעגנהייט. אבער לאמיר אריינטראכטן פאר א מינוט: ווען א קינד ווילדעוועט, שטויסט און שרייט, פארשטייען מיר אז עפעס באדערט אים, עפעס טוט אים וויי, און אפילו מיר דארפן אים מחנך זיין דארף מען אבער אויך האבן געדולד, פארשטיין זיין וועלט, און ארויסווייזן ליבשאפט און פארשטענדעניש. די שיינע אידן זענען טאקע גרויסע מענטשן, אבער דער כלל בלייבט אמת. אויב עמיצער, א קינד אין קינדערישן גוף צי א קינד אין אן ערוואקסענעם גוף, פארפירט און שטעכט און שלאגט, מיינט עס אז עפעס טוט אים וויי. ס'איז טאקע נישט גרינג ארויסצואווייזן ליבשאפט פאר אזא איינעם, אבער מיר זענען דאך אידן רחמנים בני רחמנים און אפילו ס'איז שווער איז נאך אלץ כדאי זיך אביסעלע אנצושטרענגען.

לאמיר זיך טאקע יעצט פארנעמען אז דאס קומענדיגע מאל וואס מיר זעען א רב אדער אנדערער קול קורא אונטערשרייבער זאלן מיר צוגיין צו יענעם און אים מקרב זיין, זאגן א גוט ווארט, אים ארויסברענגען דאס חשיבות פון די מינדעסטע זאך וואס א איד פארן אויבערשטן, אז ווי שווערער ס'איז אלץ חשוב'ער איז עס אין הימל. ציטירט אים פון די ספרים הקדושים דעם כח פון זיך די ברעכן די מידות און אז יעדע קלייניגקייט, יעדע טראפ זיך אנשטרענגען פאר א צווייטן אויסער די אייגענע בני מעיים קומט אן גאר הויך אויבן.

ווי מיט יעדע זאך אין דעם פעלד פון קירוב, דארף מען נוצן שכל. מען דארף צוגיין צו די זאך מיט אן ערנסטקייט, ישוב הדעת און אסאך איינזעעניש פאר יענעם און זיינע געפילן. אויב איר קענט נישט פועל'ן ביי זיך מיטצופילן מיט יענעם כאטש אויף יענע פאר מינוט ווילאנג איר רעדט מיט אים, איז בעסער בכלל נישט אנצוהייבן ווייל מ'קען חלילה ענדיגן מיט מער קאליע מאכן ווי אויפטאן. ס'איז נישט גרינג אבער אויך נישט אזוי שווער ווי מיר מיינען, ווייל איינמאל מיר געדענקען אז די פינסטערע זויערע פנימ'ער קומט פון קיינמאל נישט האבן באקומען קיין ליבשאפט און פון זיין אויסגעשטעלט נישט צו קענען אויסדרוקן די געפילן אויף קיין שום נארמאלן אופן, ווערט דאס הארץ פול מיט רחמנות אויף די צעבראכענע נשמות.

מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס מען טוט אויף מיט איין שמייכל, איין גוט ווארט. אפילו בלויז האלטן אזא רבי'ש האנט פאר א סעקונדע לענגער ווי געווענליך קען אריינבלאזן א חיות אין אזעלכע עצמות יבשות, וואס האבן קיינמאל אין לעבן נישט טועם געווען דעם טעם פון חבר'שאפט און נאנטשאפט מיט א צווייטן. געדענקט אז די אוממענטשליכע התנהגות פון די צעבראכענע שיינע אידן קומט פון זייער פוסטקייט און קנאה אויף אנדערע וואס ערלויבן זיך צו לאכן און הנאה האבן פונעם לעבן, בשעת זיי דארפן אפזויערן דעם טאג לויפענדיג פונעם בעט צום טיש אין שווערע אומבאקוועמע בגדים.

ווער ווייסט, אפשר וועלן מיר מיט דאס ביסל ליבשאפט און קירוב העלפן צו פארמינערן די שנאה, מחלוקת, שפיכת דמים וואס קומט פון יענע צעבראכענע אידן ארויס און מיר וועלן זוכה זיין צו געניסן פון די פירות נאך אויף דער וועלט.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זייער קיוט און עס ברענגט ארויף א שמייכל, אבער ליידער איז דא היבש אמת דערין!
בשעת חסידים קענען זיך ביי יעדע שווערע געלעגנהייט זיך אויסרעדן צו א חבר, אדער בעסער, צום רבי'ן, און ארויסגיין מיט א הויפן חיזוק, איז ביי א גרויסן רבי'ן דאס נישט שייך. ער האט נישט מיט וועמען זיך אדורכצושמועסן, נישט בעניני גשמי און אודאי נישט בעניני רוחני, ווייל ער איז דאך דער קדוש וואס ווייסט בכלל נישט וואס מיינט נסיונות, ער וועט קיינמאל נישט זיך אויסוויינען צו א חסיד אדער ח"ו אן אנדער רבי'ן (פאטענציעלער קאמפעטישאן) אז ער האט א אישו בעניני שלו' בית אדער חינוך, און אודאי נישט נסיונות אין אידישקייט אדער שאלות בעניני אמונה, ממילא בלייבט ער איינגעגעסן מיט די דאגות אן די מעגליכקייט צו מקיים זיין דעם דאגה בלב איש ישיחנה, און זייערע צעקנייטשטע שטערנס זענען עדות צו דעם שרעקליכן פענאמען. ע"כ מוזן מיר ארויסווייזן ליבשאפט און זארג פאר אונזערע פארזארגערס, און זיי מקרב זיין מיט א שמייכל, והי' בזה שלו'.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט