ונהפוך הוא - עולם הפוך ראיתי

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

ונהפוך הוא - עולם הפוך ראיתי

שליחה דורך שמעקעדיג »

לכבוד חודש אדר, האב איך ארויסגענומען מיין טיים מאשין, און אלס זשורנאליסט געפלויגן באזוכן דעם ניינטן פלאנעט וועלכע די אסטראנאטן גלייבן אז זיי האבן לעצטנס דערווישט. איך האב געכאפט דעם לעצטן ספעיס שאטל פון יוסל שארמאשער, אהינגעפלויגן, און יעצט קום איך צוריק איבערגעבן א באריכט פונעם באזוך פאר אונזערע חשוב'ע חברים.

וואס זאל איך אייך זאגן! עס געפינען זיך דארט – צווישן אלע אנדערע – א קבוצה היימישע אידן גענוי ווי דא אויפן פלאנעט ערד. זיי פירן זיך על דרך התורה והיראה, כאטש אסאך פון אונזער אכשר דרא משוגעת'ן האט זיך נאכנישט איינגעגעבן דארט. מצדי, בין איך גרייט אהינצוגיין וואוינען היינט, אבער איך דארף נאך קאנווינסן מיין עקרת הבית אז זי וועט נישט קענען נעמען קוגל פון די מאמע צו אפט.

די מערסטע מאדנע אספעקט איז מיר געווען דעם פארקערטן לעבנס שטייגער פון אונז. מיט דעם מיין איך, נעמליך, ביי דעם ענין פון "עת לבכות ועת לשחוק". פונקט קאפויער פון אונזערע מנהגים! איך בין מער ווי איינמאל געווארן שאקירט און געשטאנען געפלעפט, זיך רייבנדיג די אויגן. און פון דעם וויל איך דא פארציילן.

עס הייבט זיך אן פון א מענטש ווערט געבוירן. ווען עס קומט אראפ א נייע נשמה, הערשט א טרויער. קיינעם פאלט נישט איין עס צו רופן "א שמחה". ס'טייטש, א נשמה וואס איז נחצב מתחת כסא הכבוד און איז נהנה פון די נהמי דכסופי קומט אראפ זיך מוטשען אויף דער וועלט, מלא נסיונות, וואס ימי שנותינו בהם רהבם עמל ואון. וואס איז דען די שמחה? אלזא פרייטאג צו נאכטס ביי שלו' זכר קומט זיך דעם ציבור צוזאמען, מנחם זיין די עלטערן און די נייע נשמה אויפן אומגליק וואס האט זיי באטראפן. די עלטערן גייען ארום פאר'דאגה'ט, עס הייבט זיך אן א נייע עפאכע פון שלאפלאזע נעכט און שמוציגע ווינדלען, לויפן צום דאקטאר מיט אויער אינפעקציעס און ציין ווייטאג. אסאך עלטערן גייען צו די עלטערע אידן שעפן חיזוק און אדווייס ווי אזוי אדורכצוגיין די שוועריגקייטן. די שוואכערע מענטל חברה גייען גאר פאר טעראפי הילף.

צייט היילט, זאגט די וועלט, און צעביסלעך ווערט מען געטרייסט. דאס האלט אן ביז מען דארף שיקן די קינדער אין די חדרים און שולעס. אסאך עלטערן פאסטן דעם טאג. עס הייבט זיך אן א קייט פון שיקאנירונגען, תקנות, חתימות, טעראר. דער טאטע דארף אנהייבן פארהערן דאס קינד יעדע וואך, קוקן זיינע שאלות ביים שבת טיש, בלייבן מוצ"ש ביי אבות ובנים, די מאמע דארף שרייבן מצוה צעטלעך, הענגען טשארטס אויפן פרידזש, און מען דארף אסאך געלט צו קויפן כסדר נייע קליידער לויט די תקנות המוסד למען דורותיהם. א מין פרעשור.

ווען דער בחור ווערט בר מצוה, קומט יעדער צוזאמען מיט אראפגעלאזטע נעזער, מען קען קוים שלינגען דעם בילקע. יעדער ווייסט גוט אז דער אלטער יצר הרע וועט נישט אריינלאזן דעם נייעם גאסט (דעם יצר טוב) אזוי גרינג, און דער בחור וועט אסאך סטראגלען, און אסאך שעות רצופות מוזן בע"כ אריינרוקן כדי מתקן צו זיין זיינע פעלערן. מצד שני זאגט דער פאטער דעם 'ברוך שפטרני' מיט אזא ריליעף וואס ווייניג קענען פארשטיין.

ווער רעדט נאך ווען מען מאכט חתונה? דער עולם שיסט פאר געוויין. מען פארברעכט מיט די הענט, די אויסטערלישע הוצאות, די פרעשור, אבער מען גייט ווי א ביבער צו די שחיטה, ווייל דאס איז דאך דער סדר העולם, און מיר זענען מצווה אויף פו"ר, מען מוז דאך האבן קינדער צו ציען די קופערנע קייט. דער בדחן (דארט רופט מען עס 'עצבן') קוועטשט ארויס טייכן טרערן פונעם עולם. ער איז מסביר אז דער נייער פארפאלק האט ביז יעצט געלעבט א זארגלאז לעבן, באקומען מכל טוב וטוב פון די עלטערן, און יעצט שיקט מען זיי ארויס אן קיין פרנסה, אן קיין עקספיריענס, און אן קיין שום פלאן ווי אזוי צו אויסצולעבן דעם טאג. (פאראן וואס זאגן אז די מאדע ביי אונז אז דער בדחן מאכט יעדן וויינען, האט א ניצוץ פון זייערע דארטיגע מנהגים, אבער כ'האב נישט מברר געווען אויב ס'איז ריכטיג). ביי איין חתונה וואס כ'האב מיטגעהאלטן, האט דער 'עצבן' ממליץ געווען אז די פארפאלק האט חתונה "בלי שום זוז כל שהוא", אן קיין מטבע.

חתן וכלה גייען אהיים נאך די חתונה מיט א צובראכן הארץ, זיי ווייסן גוט את אשר לפניהם, אז די שווערסטע חלק פון לעבן הייבט זיך יעצט אן. שלום בית פראבלעמען, חינוך, פרנסה, געזונט, אלעס דארפן זיי אליין זארגן, קיינער וועט זיי נישט העלפן בעת צרתם (נישטא קיין תהלים כולל דארט), די כלה בענקט זיך נאך אירע האר, דער חתן נאך זיין פרייהייט, און אזוי גייען זיי ארום כאבל וחפוי ראש.

אויך דא איז גילטיג דער כלל אז צייט היילט, מען געוואוינט זיך צו צו די צרות, און מען הייבט אן לעבן און זיך איינארדענען אויפן שווערן אופן. ווי נישט ווי גיט מען זיך אן עצה, צומאל קומט די רעגירונג צו הילף, צומאל דרייעט מען און מען בלייבט שולדיג, א.א.וו. דאס אלעס קומט צו א האסטיגן אפשטעל ווען די נייעס ווערט געבראכן אז די נעקסטע דור הייבט אן קומען שפינען די קייט. די פרוי הייבט אן איבלען, די מאן אוועקלייגן געלט, און עס ווערט א פרישע קלאג אין די משפחה. מען טרייסט זיך אז "אלעס איז באשערט", "עס איז זיכער לטובה", און נאך אזעלכע טרייסטענדע לאזונגען וואס מאכט מ'כלומר'שט גרינגער די איבלען און די צער הריון ולידה, און חוזר חלילה, עס הייבט זיך נאכאמאל אן דער קייט פון אויבן, מען קומט טרייסטן די עלטערן ביים שלו' זכר א.א.וו.

אבער צו מיין וואונדער – ווען עס ווערט ניתוסף א נייע תגובה אין די "ברוך דיין האמת / יהא זכרו ברוך" אשכול, דאן שיינט יעדנס געזיכט פון פרייד. מען קומט זיך צוזאמען מיט כלי זמר, און מען טאנצט ניגוני שמחה אז דער יעניגער האט זיך שוין ענדליך אפגעפעקלט פון די שווערע וועלט וואס איז מלא צער יגון ואנחה, און איז שוין זוכה צו אריבערגיין לעולם שכולו טוב. די בעלי מספידים (דארט הייסן זיי 'בדחנים') רעדן ארום פארשידענע פשטים בדרך פרד"ס אויפן מדרש "טוב מאוד זה המוות", אדער אויפן פסוק "טוב ללכת אל בית האבל מלכת אל בית המשתה"; אנדערע דרש'ענען איבער 'ולבכתה' וואס האט א קליינע כ' א רמז אז מען טרויערט ווייניג, און מיט גרויס שמחה באגלייט מען דעם ארון צום בית החיים.

ווען עס פאסירט א 'טראגעדיע' (דארט רופן זיי עס א בשורה טובה) און יונגע מענטשן גייען אוועק פון זייער פלאנעט, נעמט יעדער די קרעדיט פאר זיך, אז צוליב זייערע מצוות ומעש"ט האט דאס פאסירט. מאנכע בעלי דרשנים האבן ליב צו רעדן אויף דעם מאמר הרמב"ם "אשרי מי שחתמו ימיו במהרה", ממילא איז דאס א טובה פאר די נשמה נישט צו דארפן בלייבן זיך מוטשען אויף דעם עולם השפל, און זיך עלטערן אינעם ווילטשעיר אין די נורסינג האום עד מאה ושלשים. ווען איך האב איינעם געווינטשן דארט "אריכות ימים ושנים" האט ער אויסגעבראכן אין אזא כעס און מיר באשייגעצט מיט אזעלכע קולות היתכן איך שעלט אים מיט אזעלכע קללות, אזש אז כ'האב זיך דערשראקן פאר מיין לעבן.

פונעם גאנצן באזוך איז דער חלק געווען די מערסטע אינטרעסאנט, און כ'האב געשפירט פאר וויכטיג עס מיטצוטיילן דא אויפן שטיבל.
וירח ה' את ריח הניחוח
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

הערליך שיין!

אויפן לעצטע חלק ווען ד'האסט איינעם געוואונטשן אריכות ימים האסטעך נישט געדארפט דערשרעקן פארן לעבן, כ'גלייב נישט אז ער וואלט געווען א משלם טוב תחת רע... (חוץ טאמער דאס איז אויך נארמאל דארט...)
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

:D :lol: :לייק :ברייטשמייכל: :לאךהויך: :געוואלדיג: :דאבללייק:
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

:like
יצחק באשעוויס זינגער האט עפעס ענליכס.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקי, הערליך שיין! :D


האסט פארגעסן צוצולייגן, אז אלס חלק פונעם ונהפוך הוא - ווען איינער שטארבט, מאכט מען 'שבע ברכות' [אנשטאט 'שבעה'] פון זיבן טעג וואס מ'הוליעט און מ'פריידט זיך אז איינער האט ענדליך אפגעפעקלט פונעם שמערצליכן וואוינארט הנקרא 'עולם הזה'.

און מצד שני, איז די 'שבע ברכות' פונעם חתן כלה מער ווייניגער א 'שבעה' סטייל, ווען מענטשן קומען פאר זיבן טעג טרייסטן דעם נייעם פארפאלק אין זייער טראגעדיע פון אויפשטעלן א נייע שטוב...
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

טייערע ווערטער,

די כלל איז אבער, אז מ'קען נישט טרויערן אויף א זאך וואס מהאט זיך אליין אנגעווערטשאפט, ודו"ק
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: ונהפוך הוא - עולם הפוך ראיתי

שליחה דורך פליקער »

אן פליקן בעליוועבל, פשיהא איז דאס פיי פפייי פיינע נייעס
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

אדנירם האט געשריבן:שמעקי, הערליך שיין! :D


האסט פארגעסן צוצולייגן, אז אלס חלק פונעם ונהפוך הוא - ווען איינער שטארבט, מאכט מען 'שבע ברכות' [אנשטאט 'שבעה'] פון זיבן טעג וואס מ'הוליעט און מ'פריידט זיך אז איינער האט ענדליך אפגעפעקלט פונעם שמערצליכן וואוינארט הנקרא 'עולם הזה'.

און מצד שני, איז די 'שבע ברכות' פונעם חתן כלה מער ווייניגער א 'שבעה' סטייל, ווען מענטשן קומען פאר זיבן טעג טרייסטן דעם נייעם פארפאלק אין זייער טראגעדיע פון אויפשטעלן א נייע שטוב...


וואס זאל איך אייך זאגן. כ'בין געווען פאריגע וואך ביי א שבע ברכות (אויף אונזער פלאנעט) און ס'האט אויסגעזעהן פונקט ווי א ניחום אבלים
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ווער הייסט ענק האבן יעדעס יאהר א קינד? פארדעם טאקע האלט איך אז מ׳זאל נישט האבן אזויפיל קינדער. צי וואס פעלט עס אויס? 99 פראצענט אז די קינד גייט זיך שטארק מישטענען אויף דער וועלט. ווייל איר ווילט זיין פארזיכערט אז איינער זאל אייך שטיפן דעם ווילטשעיר און אייך פירן קטנ׳ן ווען איר וועט זיין ניינציג? פארדעם דארף מען נישט האבן קיין גאנצע דיים ענד דאזן און ס׳איז זייער סעלפיש! ווען איך האב חתונה בין איך געוועהן 21 און מיין עקס איז געוועהן נאר 17 א האלב און זי איז געווארן גלייך טראגעדיג און נאכן ערשטע קינד האט זי נישט געקענט נירוסען האב איך געפרעגט דעמאלסט מיין ווייב צו זי וויל נעמען כדורים האט זי געזאגט נאר אויב איך האב א היתר פון א דיין בין איך געלויפן צו דעם רויטען רבין און אים פארגעלייגט די ״שווערע שאלה״ און ער האט זיך ממש צושריגן אויף מיר ווי א סוטה! פון ווי נעמסטו אזעליכע השגות? ביזט א אידיש קינד אדער א גוי!? בירט קאנטראל? ס׳איז נישט דא קיין שום היתר אויף דעם! פרעג איך אים אפילו אויף אפאר חדשים? מיין ווייב איז קוים אכצן? זאגט ער אויב האסטו א צעטיל פון א דאקטער אז ס׳קען איר שאטן צו די נערווען אפשר דעמאלסט אבער סתם אזוי?, בקיצור איך בין אהיימגעגאנגען און געזאגט פאר מיין ווייב אז ער האט געזאגט אז פאר א יאהר צייט איז עס אקעי! כהאב געטראכט צו מיר אזוי, די רבנים גייען מיר נישט העלפן באדן און דייפערן מיינע קינדער איז ווי האבן זיי א רעכט אריינצורעדן אין מיין פריוואטע לעבן פונקטליך? אפילו איך בין נאך געוועהן פרום דאן און א שטארקע חסיד פון דעם צעווילדעווטע בהמה האב איך פארשטאנען אז עפעס שמעקט נישט דא! ביז שפעטער האב איך מיך געכאפט אז ס׳איז זייער פשוט פארוואס זיי ווילן אז דער עולם זאל האקן שטיקער! ס׳איז גיט פאר זייער ביזנעס יעדע מאל א מענטש מאכט א שמחה צי א ברית א פדיון הבן א וואכנאכט תפילין לייגן באקומען זיי דאך א ענוועלאפ... און אז דער עולם וועט זיין אויף בירט קאנטראל וועט דאך די פארענטשע ביים טיש זיין האלב ליידיג...

א חבר מיינער א וויזניצער אינגערמאן האט מיר פארציילט אז ער איז אריין צו ר׳ מאטעלע און ער האט אים געזאגט אז ער האט שוין 12 יאהר נישט געהאט קיין קינדער און ער האט עפעס פראבלעמען, די רבי קוקט אין קוויטל און רופט זיך אן איך זעה דו האסט 4 קינדער 2 אינגלעך און 2 מיידלעך, נא דעמאלסט האסטו שוין יוצא געוועהן די מצוה פון פרי׳ ורבי׳ לכל הדיעות! אינטערסאנט אז ר׳ מאטעלע די גרויסע קנאי און פאנאט זאל אזוי זאגן! אבער דער קאסובער ער טראכט דאך נאר פון זיך...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ונהפוך הוא - עולם הפוך ראיתי

שליחה דורך קל וחומר »

ר' משה פיינשטיין האט קיינמאל גענומען קיין געלט פאר קיין שום סערוויס (גיטין וכו') ער איז געווען גענוג מקיל, אעפ"כ האט ער געהאלטן אז מ'דארף א זאכליכע סיבה אויף צו אייננעמען.

איינער וואס גלייבט אין א בורא וואס האט אים באשאפען מיט רמ"ח ושס"ה און אנערקענט אין זיינע פאדערונגען איז נישט מער ווי נארמאל צו (עכ"פ פרובירן ע"כ שידו מגעת) מקיים זיין זיין ציווי לפרות ולרבות, לשבת, לערב אל תנח ידיך.



Sent from my LG-LS980 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לאמיר נישט פארקירעווען דעם שמועס דא צו מניעת הריון.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

איך הער אז זיי ליינען דארט גאנץ מגילת אסתר מיטן איכה ניגון נישט נאר די פינעף פסוקים, און כ"א כסליו די חסדי ה ניגון איז געהעריג תשעה באב סטייל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום shem-tov, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

מתעסקים און rccs מאכן פרייליכע צאמקומפטן מיט מוזיק און שירה, בעת בוני עולם און עי טיים הענגן מודעות אבל פאר יעדע געבוירן קינד
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

.
פארדריי די דיר דיין קאפ
פארשפארט