כל האומר קלינטאן חטא אינו אלא טועה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8389 מאל

כל האומר קלינטאן חטא אינו אלא טועה

שליחה דורך יאיר »

די קלינטאן פרעזידענטליכע לייברערי האט פארעפנטליכט א מכתב קודש אין וועלכן בתש"ק הרבנית שושנה העשל תליט"א איז מברר אז קלינטאן האט קיינמאל נישט געזינדיגט לויט די אידישע הלכה.
די רבנית, הקרואה מכונה שושנה/סוזען, וועלכע דינט אלס פראפעסארין פון אידישע שטודיעס און איז א טאכטער פון הרה"ק איש האלקים מרן ר' אברהם יהושע העשל השני זצוק"ל, שרייבט אין דעם דעמאלטדיגן בריוו, דאטירט צו יוני 99', ווען עס איז נתגלה געווארן קלונו של ביל ברבים אז דער אחד העם האט שוכב געווען מיט מס. מנוחה לעווינסקי, אז לויט די געזעצן פון דעם תלמוד האט דער נשיא ירום הודו נישט עובר געווען אויף איסור זנות, וויבאלד ער האט בסך הכל מפתה געווען א יפת תואר וועלכע איז בעת ההוא געווען א נערה אשר לא מאורסה היא.
"ערגסטנס האט דער נשיא עובר געווען אויפ'ן איסור פון מעשה אוננות, אן עבירה וואס פלאגט לכאורה דאס געוויסן פון רוב אידישע מענער." ליינט זיך דער בריוו.
לויט ווי עס איז משמע האט די תלמידה חכמה מכריע געווען דלא כשיטת התוס' (סנהדרין נט) אז בני נח זענען נישט מצווה אויף הוצאת זרע לבטלה. אזוי אויך זעט אויס אז זי האט אנגענומען דעת הבית שמואל (אבהע"ז סי' כ"ג) אז דער חטא הידוע איז גרינגער ווי איסור אשת איש און נדה, דלא כדמשמע בשיטת רביה"ק מסאטמאר זי"ע וגווארדיאתיה.
אגב, דער תשובה דערמאנט נישט קיין ווארט איבער איסור נשג"ז. ווי עס זעט אויס איז הרבנית תליט"א, טראץ אירע וואונדערבארע כשרונות, נישט באהאוונט אין אלע מקצועות התורה.
"פון דעם פערספעקטיוו פון אידישע היסטאריע דארפן מיר פרעגן, ווי קענען אידן פארדאמען פרעזידענט קלינטאן'ס אויפפירונג אלס אוממאראליש, בעת מיר רימען אויס דוד המלך?" טענה'ט די מלומדת, ווייזנדיג איר ברייטע בקיאות אין תנ"ך. "דוד המלך האט פארארדנט צו אומברענגען בת שבע'ס מאן, אוריה. בעת דוד המלך איז געווארן פארדאמט און באשטראפט, איז ער קיינמאל נישט געווארן אראפגעווארפן פון דעם שטול. אדרבה, ער ווערט אויסגערימט אלס דער פאראייניגער פון עם ישראל."
א שטארקע טענה.
אויב איר האט ראיות להיפך, זייט בונה וסותר כדרכה של תורה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר