א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2331 מאל

א חסידישע מעשה, וואס קלערט דער עולם ?

שליחה דורך נהורא נפישא »

דער הייליגער ר' דוד'ל דינובער איז אמאל געקומען אין שטאט לעמבערג קלייבן נדבות פאר א וויכטיגע צוועק. אין שטאט האבן געוואוינט אסאך מתנגדים, דערפאר איז די רבי אריבער צום ראה"ק זעהן ער זאל משפיע זיין אויף די שטאט'ס מענטשן אז מ'זאל אים שטיצן ברוח נדיבה. די ראה"ק וועלכער איז אליין געווען א היבשער מתנגד האט געקלערט ביי זיך, אז ער גייט בשום אופן נישט טון איבער דעם, סיידן אויב ער וועט זיך איבערצייגן אז די רבי איז א תלמיד חכם. די ראה"ק האט געמאלדן דעם רבי'ן, אז ער וועט זעהן צו טון וואס ער קען, נאר צום ערשט וועט ער אריבערשיקן צום רבי'ן, ר' יהושע העשיל אורנשטיין - וועלכער איז געווען א באוויסטע ת"ח אין שטאט- צו כאפן א שמועס מיט'ן רבי'ן און דערנאך וועט ער די ראה"ק טון דאס זייניגע.

ר' יהושע העשיל איז אריבער צו ר' דוד'ל, געכאפט א שמועס און דערביי געשטעלט א לומד'ישע שאלה, ר' דוד'ל האט אבער נישט געקענט ענטפערן דערויף. ר' יהושע העשיל געט א מאך מיט די האנט און זאגט מיט א ביטול "אויך מיר א רעבע", פארשטייט זיך אז ר' דוד'ל האט שוין מער נישט מצליח געווען אין שטאט.

ר' דוד'ל האט געהאט דערפון גרויס חלישת הדעת, איז ער אריבערגעפארן צו ר' יושע'לע בעלזער און זיך אויסגערעדט דאס הארץ איבער וואס דער ר' יהושע העשיל האט צו אים געטאן, האט ר' יושע'לע בעלזער אויפגעהויבן זיין הייליג האנט און געזאגט "דער באשעפער וואס האט זיך נוקם געווען פון אלע שונאי ישראל ביז היינט זאל אויך נקמה נעמען פאר די צער און עגמ"נ וואס איז דיר פאראורזאכט געווארן".

ס'גייט נישט דורך א לאנגע צייט און דער גאון איז פלוצלינג פארשניטן געווארן אין בליענדן עלטער ל"ע, יעדער האט דאן גע'רעש'ט מיט די אפענע וואונדער. צעווישן צדיקים איז אנטשטאנען חילוקי דעות איבער ווער ס'האט גורם געווען צו אט דער ביטערער עונש. ר' יהושע'לע בעלזער האט געזאגט אז דאס איז געקומען מכח זיין קללה, ר' דוד'ל דינובער זעלבסט האט גע'טענה'ט אז דאס וואס דער ר' יהושע העשיל האט אים אזוי מבזה געווען און אז ער האט זיך ארומגעטראגן מיט א קפידא אויף אים, איז שוין גענוג סיבה פארן גרויסן עונש.

אין ווייטן רוסלאנד האט גאר דער סלאנימער רבי ר' אברהמ'לע גע'טענה'ט אז דער עונש איז געקומען צוליב דעם וואס דער ר' יהושע העשיל וואס איז געווען א תלמיד פון ר' אייזל חריף, פלעגט כסדר צו פארן צו זיין רבי'ן, אויפן וועג פלעגט ער אלס אנטרעפן די חסידים וואס פלעגן פארן צו ר' אברהמ'לע, פלעגט ער זיי זאגן מיט אזא זלזול "אה איר פארט צו די רעבע פון סלאנים, וואס הערט איר דארט? פוסטע זאכן! איר עסט ביי אים ווי א הונגעריגער וואס נאגט אויס א ביין און ווערט נישט זאהט, קומט'זשע צו ר' אייזל'ן ביי אים וועט איר געוויס הנאה האבן און ארויס גיין א זאטער", דערפאר -האט ר' אברהמ'עלע אויסגעפירט- אז ער האט גערעדט אויף מיר מיט אזא זלזול איז זיך אים געקומען אט דער גרויסער עונש. (גענומען פונעם בוך מיט'ן נאמען 'די לעצטע טויער')

וואס קלערט דער עולם צו די מעשה? האט שוין איינער דא אמאל געהערט די מעשה?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר