קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

אז ער איז אין שפיטאל מיינט עס אז ער האט לכאורה נישט אינטערגעשריבען עכ''פ נישט מיטן פולן דעת [אזוי וויל איך מיך פרובירען איינצורעדן]

השי''ת זאל אים שיקען א רפואה שלימה במהרה אמן
בילד
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

שליחה דורך mevakesh »

@אדנירם דו ברענגסט ארויס גאנץ גוטע נקודה אבער דאס בארעכטיגט נישט דאס באטיטלען רבי הלל קאלאמייער מיטן מנחת אלעזר בעלי דמיונות און דאס זעלבע מיט אוועקמאכן ר אברהם לייטנער וואס איז געווען א ריכטיגער גאון חוץ פון זיין קנאות
איך פארשטיי אז דו רעדסט אזוי ווייל דו ווילסט מחדד זיין די נקודה אבער אעפ"כ
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

שליחה דורך mevakesh »

@דעת תורה גערעכט אין מאנראו און אויף לי עוועניו ווייסט מען נישט ווער ר עזריאל הילדסהיימר איז געווען אין מען קאכט זיך מיט רבי הלל אבער דאכט זיך אז אין די ברייטער יידישער וועלט איז פונקט פארקערט אנגעהויבען פון די YU יודען ביז די ליטווישע און גור
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 194
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

ר הלל קאלאמייע

שליחה דורך יב הלוי סאלאווייטשיק »

ס'געווען אמאל א גרויסע קנאי, ר' הלל קאלאמייער. בערך א ר' אברהם לייטנער/ר' מאיר בראנדסדארפער פון הונדערט פופציג יאר צוריק.


[tag]אדנירם[/tag] אולי וואלט געווען א גיטע idea צי עפענען א באזינדערע אשכול איבער דעם צדיק, וואס אסאך ׳יסודת הדת׳ געפינט מען נאר א מקור אין זיינע ספרים...
!..A Lonely Man of Faith
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ר' הלל איז א לייכטער ציל אנצושיסען. ער איז נישט געווען קיין חסידיש'ע רבי, ממילא זענען זיין אייניקלאך גארנישט ווערט אין א מחלוקת.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אלס בחור האב איך זייער אסאך געהערט פון ר' הלל קאלאמייער, אלס איבער זיין קנאות און פרומקייטן. קיינמאל נישט געהערט קיין נארמאלע מימרא/סיפור נאכזאגן פון עם..

אה.. יעצט דערמאנט. געליינט אמאל אז איינער פון די בני עשרת השבטים איז נתגלה געווארן צו עם און ר' הלל האט לאנג פארברענגט מיט עם, און די צוויי זענען זיך אויסגעקומען ממש להפליא, מיט אלע פרומקייטן וכדו'.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

היינט האב איך אין מיין אינבאקס באקומען א גאנצע שלל פון דברי שחץ קעגן הגראי"ל שטיינמאל שליט"א - רצו"פ איז אחד מהם, איך האב נאכקיינמאל נישט געזען וויאזוי די ס"מ קוקט אויס ביז יעצט.

אין איינער פון די עטעטשמענטס ברענגן זיי אראפ שמיעסן פון הרב שטיינמאן וואס שטעלט אים אראפ אלס א שלעכטער מענטש, וואס פליקט אריין, און ענטפער נישט צו די זאך. נאכער ברענגן זיי אראפ אז הרב שטיינמאן האט גערעדט קעגן די רמב"ם.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

ער פליקט אריין? איז ער דאך ממש שלעכט. ביי אונז האט מען קיינמאל נישט געטון אזוי :|
medic
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 2:04 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

שליחה דורך medic »

דורכליינענדיג כמעט דעם גאנצן אשכול, תמצית אין קורצן:

1) א טייל שרייבער האלטן אז מ'מעג אדער איז גאר א מצוה צו האקן אויף הגראי"ל שטיינמן, און ס'איז א איסור צו רעדן אויף אנדערע גדולים.

2) א טייל האלטן אז ס'איז אסור צו רעדן אויף הרב שטיינמאן, און ס'איז מותר אדער גאר א חוב צו רעדן אויף אנדערע גדולים.

בעת די קול קורא האקט אויף הגראי"ל, זענען דא דא אזעלכע וועלכע האקן אויף די וואס זענען ארויס אקעגן הרגאי"ל, סיי יעצט און סיי בעבר, אפילו גאר ערנסטע גדולים, א טייל וועלן גאר צוריק גיין הונדערט פופציג יאר און אראפ רייסן יענע צדיקים ווייל זיי זענען געווען קנאים, ( און מסתמא וואלטן זיי יעצט אויך געהאקט אויף הגראי"ל..). מאידך זענען דא וואס האקן אויף הגראי"ל, און שעצן די אנדערע וואס זענען אקעגן אים.

וואו כאפט דער חילוק? אויב מעג יעדער רעדן אויף וועם ס'שמעקט אים אדער שמעקט אים נישט, מה כל הרעש? איז דער קול קורא זייער גוט בארעכטיגט..

ניתן למחשבה!
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

שליחה דורך טמיר »

זייער גוט געזאגט! א מענטש איז אזוי אנגעפוקעוועט מיט נגיעות אז ס'איז כמעט אוממעגליך צו טראכטן גראד

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

איך זאג די זעלבע לגבי די וואס קענען נישט דערליידן די שבת שרייער מיט די טענה אז יעדער האט א רעכט צו פאלגן זיין רב. זאג איך די זעלבע לגבי די שרייער, אז זיי האבן אויך די זעלבע רעכט און טאמער איז דא א רב וואס הייסט שרייען, דארף מען זיי פארשטיין.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

שליחה דורך mevakesh »

שמעון וואלף האט געשריבן:איך זאג די זעלבע לגבי די וואס קענען נישט דערליידן די שבת שרייער מיט די טענה אז יעדער האט א רעכט צו פאלגן זיין רב. זאג איך די זעלבע לגבי די שרייער, אז זיי האבן אויך די זעלבע רעכט און טאמער איז דא א רב וואס הייסט שרייען, דארף מען זיי פארשטיין.

אויף דעם קען מען זיך שוין דינגען וועגן דו בעוולסט א צוויטען
נישט חלילה אז עס איז גלייך אבער אייסיס זאגט אויך אז מיין רב הייסט אז מען דארף דיר הארגענען
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

די עירוב שרייער טענה'ן אויך אז זיי ווערן בא'עוול'ט אבער א נארמאלע מענטש פארשטייט אז מ'דארף זיך גיין זיין וועג און איגנארירן וואס א צווייטער זאגט/טוט, ווילאנג מ'אטאקירט נישט פיזיש. די טרעגער זענען בארעכטיגט צו טראגן און די שרייער קענען שרייען און איך שטיי אויף די זייט און כ'בין אלעס סובל
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען א דזשוליק מאכט אן עירוב נגד דעת רבני העיר, איז עס איין זאך צו שרייען. אבער דא ווייסט יעדער איינער וואס טוט זיך, און דאס איז פונקט ווי דער הרב שטיינמאן צעטל. אומוויסענדע פארשוינען מיט אגענדע'ס, און צומאל תמימות'דיגע רבנים וואס קענען נישט די מציאות און פארשטייען נישט צו דקות, שרייען ארויס מיט א קול רעש גדול 'איך עגזיסטיר'.
איך האב שוין געשריבען אין עטליכע פלעצער אז איך בין ווייט פון א חסיד פון הרב שטיינמאן וסייעתו, אבער נישט קיין פערזענליכע זלזול ח"ו. אבער די קעגענער זעט מיר אויס פיל ערגער.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

שכח ליטוואק פאר'ן צוריקפירן די שמועס אויף די רעלסן. ביים רב שטיינמאן קול קורא איז עס פשוט געווען א פערדישקייט פון די חותמים און דרוקער. ועל הכלל כולו יצא אז מ'דארף זיך נישט צוקראצן פון א קול קורא ווייל ס'איז צום וויפולסטן מאל נתגלה געווארן וויפול ווערד דאס האט.

ס'איז נישט אינטערעסאנט די אלע הכחשות חזרות אנטשולדיגינגון און בקשת מחילה. יעדער ווייסט אז דאס איז געשעהן נאכדעם וואס ס'איז אנטשטאנען א טומל אין גאס. זאל מען דאס גוט געדענקן ווען די קומענדיגע קול קורא וועט ארויסשפראצן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ'קען אבער נאך א זאך ארויסנעמען פון די מעשה מיט חזרות וכו' וד"ל.
למעשה, דער גאס לאזט נישט צו אזא הנהגה. די זאלי'ס מעגען און קענען ארויסלייגען א צעטל אז 'יענער' איז רבם דקרו צו וואס, און זייערע מענטשען לאזען צו. מ'קען ארויסלייגען א צעטל אז איינער וואס טראגט אין גאס שבת, קומט זיך איהם צו שטארבען פון א אוטובוס. אבער אזא צעטיל איז למעשה אריבער די גבול.
ווען מ'דארף טראכטען וואס האלטען די חותמים, וואס איז זייער מיינונג, איז דער חתימה אן עוולה. אבער די חברה האבען דאך נישט קיין אייגענעם מיינונג, זיי קענען נאר אפשפיגעלען ווי ווייט דער היימישע גאס שטייט. פונקט ווי אין דבר הלכה ווען אלע פארשטייען אז כמעט יעדער פסק איז געבויט אויף וואס איז די 'היימישע מיינונג', לויט'ן שמעק פון די ווינט. צומאל מאכען די חברה א גרייז, זיי מיינען אז די ווינט בלאזט איין ועוג און דערווייל בלאזט עס א צווייטע וועג. מ'פיהרט זיך כעצת אותו זקן ר' סענדער דויטש זי"ע און מ'ווישט זיך אפ און מ'איז חוזר.

עכ"פ מ'האט אוועק געשטעלט ווי איז דער גבול, און אזא צעטל איז נישט ערלויבט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

נאך אפאהר טעג דורעך, און די שטויב הייבט זיך אהן סעטלען, קוק איך מיך אזוי אום, אז פיהל פון די חותמים אויף די נארישע קול קורא אקעהגען שטיינמאן, וויקלען איהם איין אין זייער קליינעם פינקי, ס'דא דארט גע'חתמעט גאנץ גרויסע עובדים און תלמידי חכמים וואס שלונגען איין רב שטיינמאן מיט תורה און לומדות [וועלכער הייסט נישט אזא גרויסער תנא קמא, כידוע, זיין ספר אילת השחר איז א קליפת השום צו נחלת משה און ישא ברכה..]
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך זוך די חתימות פון כ"ק בעל ישא ברכה ואתו עמו בעל נחלת משה. אין וועלכע כולל לערנען זיי? זיי זענען פונקט ארויס געגאנגען בשעת'ן חתימות פארזאמעלונג? צו מ'האט נאר געזוכט חתימות אינ'ם קאווע ווינקעל?

אז מ'רעדט אזוי קליפ און קלאר, וואלט איך געבעטען אז הרב kool man זאל אונז מכבד זיין מיט א פאר שטיקלעך פון ישא ברכה און אילת השחר אויף די זעלבע סוגיא, און מיר וועלען זען ווי דער קנאבעל שאלאכט'ס שטינקט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

Kool man האט געשריבן:נאך אפאהר טעג דורעך, און די שטויב הייבט זיך אהן סעטלען, קוק איך מיך אזוי אום, אז פיהל פון די חותמים אויף די נארישע קול קורא אקעהגען שטיינמאן, וויקלען איהם איין אין זייער קליינעם פינקי,
למשל דער הייליגער איבראנער, אדער דער שרף פון מאנטיווידעא?!


Kool man האט געשריבן:נס'דא דארט גע'חתמעט גאנץ גרויסע עובדים און תלמידי חכמים וואס שלונגען איין רב שטיינמאן מיט תורה און לומדות
וועלכע סטיל עובדים? אזעלכע סטיל ווי אידן וואס האבן שוין נישט געגעסן קיין מזונות די לעצטע פופציג יאר אינמיטן וואך, נאר לכבוד שבת? אזעלכע סטיל אידן וואס לעבן אויף אביסל ירקות און זיפ? אזעלכע אידן וואס שלאפן דריי שעה א נאכט? אזעלכע אידן וואס זענען פארנומען כסדר מיט סיגופים? אזעלכע אידן וואס האבן געלעבט א האלבע יאר אויף סקוואש? [כעדות הגרמ"מ שולזינגר], וועלכע סטיל עובדים - פאר א שווארץ יאר?!

און וועלכע סטיל ת"ח? אזא ת"ח ווי דער אדמור מתולעת יעקב? אזא גאון דער העלמעצער, סוליצער, אדער בריגלער רב? אזא תורה ריז ווי דער קאראדער, בארדיטשובער, האדאסער, אדער טשאפער רב? אזא פוסק וגדול הדור ווי דער שאפראנער, אשויער, אדער קרעמניצער? וועלכע סטיל ת"ח רעדסטו פון?!



Kool man האט געשריבן:[וועלכער הייסט נישט אזא גרויסער תנא קמא, כידוע, זיין ספר אילת השחר איז א קליפת השום צו נחלת משה און ישא ברכה..]
מתוך דבריך ניכר שגאון אדיר אתה, אז דו האסט שוין דורכגעטון גוט א סוגיא מיטן אילת השחר, נחלת משה, און ישא ברכה צו די זייט, און אזוי גע'פסק'נט גאונות. אלזא, מיט אזא גאון אדיר ווי דיר קען איך מיך נישט טענה'ן, אבער דיין 'כידוע' איז א ווארט וואס כשר'ט מיטלן. 'כידוע' מיינט, אז יעצט קענסטו ארויפשמירן סיי וואסערע ליגנט דו ווילסט, אויף וועמען דו ווילסט, און ס'איז אן אנגענומענעער פאקט. 'ידוע'.

נו, 'כידוע', רעדסטו שטותים.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אנטשולדיגט, ס'איז נישט געווען סקווא"ש (קוסען אויף אידיש) נאר חצילים aubergine בלע"ז

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ר' מרדכי שטיינער איז אפשר טאקע אזא עובד, עס וואונדערט מיר זייער זיין נאמען אויפן צעטל.
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

שליחה דורך ביליג »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אנטשולדיגט, ס'איז נישט געווען סקווא"ש (קוסען אויף אידיש) נאר חצילים aubergine בלע"ז

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מער באקאנט אלץ eggplant. והיינו הך
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פארשידענע מהלכים אין עבודת ה', ונהרא נהרא ופשטיה

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט