ווייב האלט פארקינג ספאט פאר דעם מאן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

ווייב האלט פארקינג ספאט פאר דעם מאן

שליחה דורך יואב »

דער טרויעריג-באקאנטער ברוקלינער פארקינג-קריזיס האט געבוירן א מנהג רע וואס לדעתי ברויכן ערליכע אידן זיך צוזאם נעמען און זען וויאזוי מ'קען דאס עוקר מן השורש זיין.

בזמן וואס דער אנגעפראסענער מאטאריסט זיצט באיסוף חברים אין א רעסטוראנט און יאגט אריין א שטיק סטעיק בתוך מעיו, אדער קנאקט ער זונות ווייסעך וואו, באפעלט ער ס'אשת חיל זי זאל זיך אריינשטעלן גלאצן אין יענעם חתיכת קרקע וואס איז ליידיג געווארן נעבן זייער וואוינונג. צי זאל זיין אז יענע פרוי וואס שטייט דארט מיט אויסגעשארפטע נעגל איז א ביטש כשלעצמה, און נעמט אליינס דאס אירע אין האנט אריין — וכבר היה לעולמים.

אז רוילט איר אראפ דעם פענסטער וועט איר אויסגעפינען אז דאס רופט זיך "I'm saving this parking spot for my husband, sorry". צומאל הערט איר דאס אין א גראבליכער אידיש, עפעס אזאנס וואס גייט ווי סינאנים מיט קרומע טורבאנס און געיורענע בייכער. בקיצור, דאס איז אן אפטע ערשיינונג; יעדער וואס דרייווט אין ברוקלין ווייסט מסתם דערפון — האלב עולם פון שיקן די ווייבער, און דער אנדערער האלב פון ווערן פארשיקט פון די ווייבער.

וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן דעם דעת הקהל איבער דעם געמיינעם אקט. בעסיקלי צוויי שאלות.

קודם כל, האט דאס סיי וועלכע האפט? באלאנגט דען עפעס די גאס פאר דיר? צאלסטו דען רענט פאר דעם שטיקל קרקע? איך פלאג מיך פונקט אזוי מיט פארקינג, איך וואוין פונקט אזוי אויף דער דאזיגער גאס, און מאי חזית אז דוקא איך ברויך זיין דער וואס מוז יעצט ארומקרייזן די שטאט און אלץ ווייל דיין סעקס-סלעוו איז וויליג צו שטיין אונטער דעם הימל וואס שיט ציפעדיגע האגל און זיך לאזן צעפראסקעט ווערן פון די בייזע ווינטן. לפענ"ד איז כל הקודם זכה, וועמענס רעדל ס'דרייט זיך ערשט אריין אין יענעם ליידיגן ספאט, דער קריגט דעם זכות קדימה.

צווייטנס, אם תמצי לומר אז דאס בלויזע גלאצן פון א בשר ודם אויף א ד' על ד' האט טאקע קיין שום ממשות נישט, דאן וואס ברויך א איד טאן למעשה. אריינבעקן אין דער פרוי אריין ביז זי גיבט נאך איר זינלאזע עקשנות; רעדן איידל, און פראבירן אן ערפאלג איבערצורעדן יענע אשה כשרה אז דיר קומט זיך ליבערשט דעם מקום מנוחה ווי איר מאן; סטראשענען מיט געזעץ, תורה, די וועלט און יענער וועלט; זיך שטעלן ווארטן אויפ'ן מאן און זיך איבערצייגן ווער ס'פארמאגט א דיקערן פאסיק, אדער סתם אזוי אוועקגיין פון דארט מיט סבלנות, און מיט א ביטחון אז מי שאמר לשמן וידלק וועט אראפווישן א פייער-היידרענט עטליכע פיס אראפציר.

כ'האב מיך שוין כמה פעמים אנגעשטויסן אין דער דאזיגער שלעכטער מידה; כ'האב יעדעס מאל אנדערש געדיעלט, אייביג געווען א דיפערענט סיטועישאן. איך שרייב די שורות זיצנדיג ביי א פאמפ, נאך דעם וואס אזא מעשה האט אקארשט פאסירט. צוליב דעם גאר שלעכטן וועטער איז מיך ממש באפאלן א רחמנות אויף יענער אומשולדיגער פרוי וואס איז גרייט נאס און פארפרוירן צו ווערן פאר איר באקוועמען מאן. זי האט אויסגעקוקט אן איידעלע, ס'האט זיך מיך געגלויבט אז אויב נעם איך יענעם ספאט גייט זי כאפן קלעפ פון איר מעסטער — נאך וואס יענער טרעפט פארקינג אוודאי געוויס.

ערשט האב איך מיך אריינגעפארקט אין שטיבל, זאל דער עולם מיטטיילן זייערע מיינונגען און ערפארונגען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

לענ"ד להלכה איז דאס אסור אלץ תוופס לבעל חוב במקום שחב לאחרים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]יואב[/tag], דו דעווערגסט מיר געהעריג פאר געלעכטער... :lol: :lol: :lol:
נעקסטיים שרייב, אז ס'איז א Chocking hazard. מענטשן קענען נאך בלייבן שטעקן מיטן ביסן סטעיק אין האלז.


למעשה, אז דו פרעגסט מיר, נעקסטיים ווען די באמפסט אריין אין אזא פרוי, זאג איר נאך אפאר יואב סטיל וויצן, זי וועט זיך אזוי קוילערן פאר געלעכטער, אז זי וועט זיך פשוט אוועקקוילערן פונעם ארט... בבחינת ר"ע שהתפלל בזוית זו ומצאוהו בזוית אחרת...
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ווייב האלט פארקינג ספאט פאר דעם מאן

שליחה דורך קל וחומר »

וויבאלד ער מצידו האט שוין געטוען א פעולה (ארויפגעלייגט ס'ווייב אויפן ספאט) קען עס אריינגיין בגדר פירש טליתו עליה אדער עני מהפך בחררה וכו' און ער פארדינט דעם ספאט.


Sent from my LG-LS980 using Tapatalk
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

יעדער ווארפט לומדות, וואס איז מיט אשתו כגופו ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך האב איין עצה פאר ענק אלע, ציעט אייך אוועק פון ברוקלין איינמאל פאר אלעמאל! אמעריקא איז גענוג גרויס! שרייבטס אראפ די פונקטליכע רעצעפט פון די מאמעס טשולענט און פון אייער שוויגערס לאקשאן קוגל, און הייבטס ענק אויף און געטס די פ**ק ארויס פון אמעריקעס טייערעסטע שטאט, אמעריקא איז זייער גרויס! איך בין לעצטענס אסאך ארומגעגעפארן אין אמעריקא ס׳איז דא פלעצער ווי מ׳וועט אייך צוצאלן אז איר זאלט דארט וויואנען! איר קענט דארט אויך ארבעטן אויף עמעזאן צו זיין א סופר אדער א מלמד וכודומה, פארדעם דארפט איר נאכנישט וואוינען אין די ביג עפעל! און באצאלן תבלין ותקילין און ארבעטן 4 וואכן דריי דזשאבס צו באצאלן די טייערע ארויפגעשרויפטע רענט וואס סקומט אויס לויט די סקווער פיס אז איר באצאלט א חודש פאר אייער פאסט קעסטל בערך אזא נישטיגע $800! איר וועט קענען פארקן זיבעצן קארס אין פראנט פון אייערע הייזער און האבן א ריזיגע בעיק יארד און פראנט יארד פאר אייערע קינדער זיך צו רירן און איר וועט נישט דארפן שמעקען יעדע נפיחה וואס אייער שכנטע שיקט אייער וועג און איר וועט נישט דארפן אויפשטיין פארטאגס לויפן מיט די האלב נאסע פיאות און אפענע שיך בענדלעך צו ריקן די קאר ווייל דער רשעותדיגע בעזים טראק דארף יעצט 7 אזייגער צופרי אויפקלינען די גאס ווייל ס׳איז דאך אלטעינט פארקינג! וואס פארא שווארץ יאר זיכט איר נאך אין ברוקלין? איר ווייסט ווילאנג איך האב מיך שוין נישט אויפגעוועקט אינמיטן די נאכט פלוצלינג און געהערט ניין פייער טראקס און זעכצען לעלאוס פליען אראפ 49 סטריט ווייל עפעס א נייציגע יעריגע מיסיס ברענט יעצט די מאגן פיר אזייגער ביינאכט?

און פאר די וואס ווילן בלייבן וואוינען לעבן זייער רעבין ווייל זיי האבן שוין א קביעות׳דיגע פלאץ אויפן פארענטשע זאלן טאקע בלייבן ווי זיי זענען און באצאלן פינף טויזענט דאללער רענט איך בין זיכער אז ווען איר וועט חתונה מאכן אייערע קינדער וועט אייך אייער געטרייע רבי צוריק באצאלן די טובה ער וועט אייך זיכער געבן א המלצה בריוו און בעטן זיינע אנדערע חסידים זאלן אייך מאכן א טייע אווענט אין זיין לאנטש רום ווי יעדער שמויגער וועט אייך אריינווארפן א צוואנציגער און ביי דע ענד פון די נאכט וועט זיין גענוג געלט פאר א שיינע דיימענט רינג פון 47 סטריט פאר די נייע 17 יעריגע כלה המהללות און א הויכע חתן שטריימל מיט א זעקס שטאקיגע קרוין פאר אונזער חתן דיננן...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

@שבת אחים דער עולם װארט פאר בערני ער׳ט שוין די צאלן די רענט חחח :נעבעך
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

איך האב אמאל מיטגעהאלטן אזא מעשה איינער האט זיך פרובירט אריינצוקוועטשן ווען דער צווייטער איז דארט געשטאנען צו האלטן דעם פארקינג פאר א דריטן ביז מען האט גערופן פאליציי און זיי האבן פארשיקט דעם קאר. האבן זיי מסביר געווען אז דער מענטש, דער יומען ביאינג איז אלעמאל גערעכט אקעגן דעם מאטאריסט. ער מעג פארקן זיין נפש דארט פונקט ווי די ווילסט פארקן דיין קאר. אבער ווי די זאגסט ליגט דא א טיפערער פראבלעם
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

Re: ווייב האלט פארקינג ספאט פאר דעם מאן

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

יואב ביסט משוגע.
משוגע גוט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מ'טאר נישט חוזק'ן מנהגי ישראל, בפרט אז ס'האט א תלמודי'שען מקור.
הני נשי במאי קאזכיין?
זיי ווארטן אפ די מענער... די אחרונים זענען מסביר אז דאס גייט ארויף אויף האלטן א פארקינג ספאט.
Under influence
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די אחרונים אדער די אהרונים?
וירח ה' את ריח הניחוח
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

אדנירם האט געשריבן:[tag]יואב[/tag], דו דעווערגסט מיר געהעריג פאר געלעכטער... :lol: :lol: :lol:
נעקסטיים שרייב, אז ס'איז א Chocking hazard. מענטשן קענען נאך בלייבן שטעקן מיטן ביסן סטעיק אין האלז.


למעשה, אז דו פרעגסט מיר, נעקסטיים ווען די באמפסט אריין אין אזא פרוי, זאג איר נאך אפאר יואב סטיל וויצן, זי וועט זיך אזוי קוילערן פאר געלעכטער, אז זי וועט זיך פשוט אוועקקוילערן פונעם ארט... בבחינת ר"ע שהתפלל בזוית זו ומצאוהו בזוית אחרת...

איז דאס היסטאריע? שש האט געמאכט א ספעלינג מיסטעיק? צ"ל choking
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווייב האלט פארקינג ספאט פאר דעם מאן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א פרוי איז דאך טאקע אויך נאר א שטיק פלייש, וואס איהר מעלה איז אז זי קען שטייען און אויפנעמען פלאץ, נישט ווי א צוויי זייטיגע שטיק פאפיר, ולכן כל המרבה בדריי עקען איז א בעסערע שידוך, ניין?
אין געוויסע אופנים קען מען זיך איינמעלדען צו ווערען איהר מאן לכבוד דער ספאט, וכלשון הגמ' הברוקלינער היו אומרות תנו עיניכם בפארקינג שאין אשה אלא לבשרה.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נהורא נפישא האט געשריבן:יעדער ווארפט לומדות, וואס איז מיט אשתו כגופו ?

נהורא נפישא: נאר ווען די ווייב וועט (ח"ו) כאפן קלעפ אדער ווערן איבערגעפארן וועט שוין זיין א קליינע נפקא מינה צו אונז לערן מיר ..."אשתו כגופו"... אדער נישט... :lol: :roll: 8-)
נ.ב.: הודעה לאדנירם. איך וועל דיך (בלי"נ) רופן צו א דין תורה ביי די לישכה פון שמאחדעס ה'רע בנים, אנגעפיהרט דורך איצא שייגעץ. פאר השגת גבול...דו נוצט לעצטנס צו פיהל סמייליס... :lol: 8-) :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:די אחרונים אדער די אהרונים?

שמעקעדיג: ס'קען נישט זיין די אהרונים. זיי האבן דאך דרייוועיס, אין קר"י. אויסער אז מ'וועט איינזעצן אז דאס מיינט די אהרונים פון וויליאמסבורג און ב.פ....!
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

shem-tov האט געשריבן:איך האב אמאל מיטגעהאלטן אזא מעשה איינער האט זיך פרובירט אריינצוקוועטשן ווען דער צווייטער איז דארט געשטאנען צו האלטן דעם פארקינג פאר א דריטן ביז מען האט גערופן פאליציי און זיי האבן פארשיקט דעם קאר. האבן זיי מסביר געווען אז דער מענטש, דער יומען ביאינג איז אלעמאל גערעכט אקעגן דעם מאטאריסט. ער מעג פארקן זיין נפש דארט פונקט ווי די ווילסט פארקן דיין קאר. אבער ווי די זאגסט ליגט דא א טיפערער פראבלעם

http://blog.parkfast.com/2013/02/street ... nes-space/


"4-08 (n)(7) Unofficial reserving of parking space. It shall be unlawful for any person to reserve or attempt to reserve a parking space, or prevent any vehicle from parking on a public street through his/her presence in the roadway, the use of hand-signals, or by placing any box, can, crate, handcart, dolly or any other device, including unauthorized pavement, curb or street markings or signs in the roadway"
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ווייב האלט פארקינג ספאט פאר דעם מאן

שליחה דורך קל וחומר »

זיי האבן מגלה פנים בתורא געווען שלא כהלכה
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

shem-tov האט געשריבן:איך האב אמאל מיטגעהאלטן אזא מעשה איינער האט זיך פרובירט אריינצוקוועטשן ווען דער צווייטער איז דארט געשטאנען צו האלטן דעם פארקינג פאר א דריטן ביז מען האט גערופן פאליציי און זיי האבן פארשיקט דעם קאר. האבן זיי מסביר געווען אז דער מענטש, דער יומען ביאינג איז אלעמאל גערעכט אקעגן דעם מאטאריסט. ער מעג פארקן זיין נפש דארט פונקט ווי די ווילסט פארקן דיין קאר. אבער ווי די זאגסט ליגט דא א טיפערער פראבלעם


זי אליינס קען זי זיך פארקען דארט טאקע אלץ 'זיך' אויס, אבער נישט פאר א צווייטע ובתוכם איר מאן, ולכן וועט טאקע א צווייטע קאר נישט האבען פלאץ דארט צו פארקען, משא"כ א קליינע סמארט קאר טאר די פאליציי נישט פארשיקען אין אזא סארט סיטואציע.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

דולה ומשקה האט געשריבן:
shem-tov האט געשריבן:איך האב אמאל מיטגעהאלטן אזא מעשה איינער האט זיך פרובירט אריינצוקוועטשן ווען דער צווייטער איז דארט געשטאנען צו האלטן דעם פארקינג פאר א דריטן ביז מען האט גערופן פאליציי און זיי האבן פארשיקט דעם קאר. האבן זיי מסביר געווען אז דער מענטש, דער יומען ביאינג איז אלעמאל גערעכט אקעגן דעם מאטאריסט. ער מעג פארקן זיין נפש דארט פונקט ווי די ווילסט פארקן דיין קאר. אבער ווי די זאגסט ליגט דא א טיפערער פראבלעם


זי אליינס קען זי זיך פארקען דארט טאקע אלץ 'זיך' אויס, אבער נישט פאר א צווייטע ובתוכם איר מאן, ולכן וועט טאקע א צווייטע קאר נישט האבען פלאץ דארט צו פארקען, משא"כ א קליינע סמארט קאר טאר די פאליציי נישט פארשיקען אין אזא סארט סיטואציע.

איז אויב רעכן איך איר אלס סתם אן אביעקט וואס נעמט אויף פלאץ, פארוואס זאל איך נישט מעגן איר הייסן רוקן ביז צו אן ארט וואו אונז גיימער ביידע אריין. זי מוז דוקא שטיין אין צענטער, און סך הכל ווייל זי איז א מענטש טאר איך איר נישט רוקן? איין רגע, זי איז א מענטש אדער אן אביעקט? איך בין שוין צעמישט. איטהער וועי האלט איך אז דאס איז נאך א ביישפיל אין וואס דאס פען-אויף-פאפיר נשמה-לאזע געזעץ ברויך ערזעצט ווערן מיט common sense.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

דולה ומשקה האט געשריבן:
shem-tov האט געשריבן:איך האב אמאל מיטגעהאלטן אזא מעשה איינער האט זיך פרובירט אריינצוקוועטשן ווען דער צווייטער איז דארט געשטאנען צו האלטן דעם פארקינג פאר א דריטן ביז מען האט גערופן פאליציי און זיי האבן פארשיקט דעם קאר. האבן זיי מסביר געווען אז דער מענטש, דער יומען ביאינג איז אלעמאל גערעכט אקעגן דעם מאטאריסט. ער מעג פארקן זיין נפש דארט פונקט ווי די ווילסט פארקן דיין קאר. אבער ווי די זאגסט ליגט דא א טיפערער פראבלעם


זי אליינס קען זי זיך פארקען דארט טאקע אלץ 'זיך' אויס, אבער נישט פאר א צווייטע ובתוכם איר מאן, ולכן וועט טאקע א צווייטע קאר נישט האבען פלאץ דארט צו פארקען, משא"כ א קליינע סמארט קאר טאר די פאליציי נישט פארשיקען אין אזא סארט סיטואציע.


נישט ריכטיג. לויט די קלארע געזעץ וואס יואב האט אראפגעברענגט האט זי נישט קיין רעכט צו זיין דארט

unlawful for any person to reserve or attempt to reserve a parking space, or prevent any vehicle from parking on a public street through his/her presence in the roadway,
פאטעטא טשיפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 1:08 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך פאטעטא טשיפס »

איך מיין אז עס איז שוין צייט אז די צאר פון ניו יארק סיטי זאל נאכקאפירן דעם איינפאל וואס איז דא אין מאנטריאל, קוויבעק. כלומר אז עס איז דא א פארקינג-טעקס און נאר די איינוואוינער פון דעם ספעציפישן גאס קענען דארט אוועקשטעלן זייער אויטא.

דאס וועט דינען פאר א דאפעלטע צוועק; נאך א איינקונפט אנצופילן די בודזשעט און אויך וועט דאס עטוואס לינדערן די שווערע פארקינג קריזיס. אינטערסאנט אז עס איז נישט איינגעפאלן פאר הנגיד הטפסר רבי מיכאל בלומינגבערג יר"ה...

וואס האלט די ציבור?
פאטעטא טשיפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 1:08 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך פאטעטא טשיפס »

פאטעטא טשיפס האט געשריבן:איך מיין אז עס איז שוין צייט אז די צאר פון ניו יארק סיטי זאל נאכקאפירן דעם איינפאל וואס איז דא אין מאנטריאל, קוויבעק. כלומר אז עס איז דא א פארקינג-טעקס און נאר די איינוואוינער פון דעם ספעציפישן גאס קענען דארט אוועקשטעלן זייער אויטא.

דאס וועט דינען פאר א דאפעלטע צוועק; נאך א איינקונפט אנצופילן די בודזשעט און אויך וועט דאס עטוואס לינדערן די שווערע פארקינג קריזיס. אינטערסאנט אז עס איז נישט איינגעפאלן פאר הנגיד הטפסר רבי מיכאל בלומינגבערג יר"ה...

וואס האלט די ציבור?



אדער האט מיר א קלוגע איד געזאגט זיין דעה: עס כדי א מולטי-פעמילי געביידע (לאמיר זאגן פון פינף יוניטס און מער) זאל קענען עפראווט ווערן ביי די קאמיוניטי באורד אד"ג, דארף דאס קומען מיט א פלאן ווי מען גייט פארקן די צוקומענדיגע אויטאס, ווי צב"ש א underground פארקינג אדער אן אנדערע שעפערישע געדאנק.
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

פאטעטא טשיפס האט געשריבן:אדער האט מיר א קלוגע איד געזאגט זיין דעה: עס כדי א מולטי-פעמילי געביידע (לאמיר זאגן פון פינף יוניטס און מער) זאל קענען עפראווט ווערן ביי די קאמיוניטי באורד אד"ג, דארף דאס קומען מיט א פלאן ווי מען גייט פארקן די צוקומענדיגע אויטאס, ווי צב"ש א underground פארקינג אדער אן אנדערע שעפערישע געדאנק.

אפיציעל, האט די סאסייעטי א סיסטעם פאר דעם, נעמליך די זאונינג געזעצן. וואסזשע זאלן מיר טון אז די דעוועלאפערס האבן אונזערע עסקנים אין טאש, און פאר זיי לוינט זיך נישט די געזעצן.

אויסער דעם איז פארהאן געוויסע וועגן צו אויסשפילן די געזעצן. למשל, אז די געזעץ הייבט זיך אהן ביי א געוויסע מאס סקווער-פיס (מ'קען נישט מאכן די געזעצן אויף יעדעס 1-פאמיליע הויז), וועלן די דעוועלאפערס פארשרייבן געוויסע שטיקער פון די בנין אלס נישט א דירה (יוטיליטי קלאזעטן, וכדומה). פארשטייט זיך אז דער קונה צאלט פולע פרייז פאר די א.ד. סקווער פיס (ווייל אז נישט "קענסטו קומען אויפפיקן דיין דאון-פעימענט. מיר האבן צענדליגע מענטשן וואס דארפן דיין דירה"). נאכדעם קומט סעקשאן 8, ווערן די חלקים קאמפלעצירט, [ווי כ'פארשטיי] ווייל זיי לאזן נישט אריינרעכענען יוטיליטי ספעיס אלס שלאף-צימער.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
פארשפארט