די מורא'דיגע אייגנארטיגקייט פון סאטמאר והמסתעף

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
קלינג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

די מורא'דיגע אייגנארטיגקייט פון סאטמאר והמסתעף

שליחה דורך קלינג »

איך ווייס נישט וויאזוי דאס איז ביי אייך, אבער ביי אונז אין סאטמאר זענען דא זייער שטארקע כללים לגבי די יסודות הדת. מיר ווייסן פונקטליך וואס צו טאן און וויאזוי זיך צו פירן אין דעם גלות, ביז דער אויבערשטער וועט אונז אויסלייזן פון גלות.

איך ווייס וואס איר גייט מיר זאגן: "מיר האבן פונקט אזוי תקנות און יסודות, און די סאטמארער מיינען אייביג אז זיי זענען עפעס ספעציעל און בעסער ווי אנדערע"! וועל איך אייך ענטפערן: איר האט טאקע אויך תקנות, אבער איר האט נישט די "שיטה"! אבער נאכמער ווי דעם: אייערע תקנות און מנהגים זענען געמאכט געווארן סתם יוצא צו זיין, אז ס'זאל אויסזען ווי איר פארקויפט עפעס חוץ דעם פארגעסענעם תורת הבעל שם. מיר פאלגן און טוען למעשה! ביי אונז איז דא א שיטה און מיר רירן זיך נישט פון די שיטה קיין זיז כלשהוא, און מיר זענען גרייט צו גיין אין פייער פאר די שיטה ביז מסירת נפש ממש.

אונזער רבי האט אונז געלערנט (און איר אליין ווייסט ביי זיך טיף אין הארץ אז ס'איז אמת, אפילו ס'פאסט נאכנישט פאר יעדן מודה צו זיין) אז מען דארף זיין אונטערגעווארפן בהכנעה אונטער די פעלקער. אזוי לאנג ווי מיר זענען גלות, טארן מיר זיך נישט אויפהייבן דעם קאפ און זיך רייצן מיט די פעלקער. דערפאר וואוינען מיר אין קרית יואל אין ענגשאפט, ממש אין קלאזעטס, וויבאלד מיר פארמערן און פרוכטבארן זיך בליעה"ר און ס'איז נישטא גענוג דירות. מיר וואלטן זיך גרינג געקענט אויסשפרייטן, אבער מיר בלייבן ענדערש איינגעצוימט און צוזאמענגעקוועטשט וויבאלד דאס וואלט אויפגערעגט די גוי'אישע שכנים, און רייצן זיך מיט גוים איז ביי אונז דאס ארגסטע. אנשטאט גיין מיט די גוים אין קארט, האבן מיר אויסגעקליבן צו ליידן און שווייגן. מיר רייצן זיך חלילה נישט מיט זיי, ווייל אויף דעם האט אונזער רבי פארגאסן טייכן טרערן.

מיינט נישט אז נאר אין קרית יואל, וואס טראגט מיט שטאלץ דעם נאמען סאטמאר, נאר אפילו אין וויליאמסבורג בייגן מיר זיך אויך איין די קעפ פאר די גוים, און טאקע וועגן די זעלבע סיבה, ווייל אונזער הייליגער רבי האט אונז אזוי געלערנט. מיר זיצן אין וויליאמסבורג מיט די גרעסטע הכנעה צו די גוי'אישע שכנים און אפילו מיר וואלטן געקענט דורכפירן פארשידענע זאכן על אפם ועל חמתם פון אונזערע ספאנישע שכנים זיצן מיר ענדערש איין און רייצן זיך חלילה נישט מיט די גוים. מיר טשעפענען נישט מיט די ארטיסטן ווייל זיי זענען גוים און אפילו זיי קומען אריין צו אונזערע אייגענע געגנטער און צאלן אונז גרויס געלט פאר דירות שווייגן מיר און זאגן זיי גארנישט. מיר וואלטן געקענט מאכן פראטעסטן קעגן זיי, אבער מיר קלויבן אויס ענדערש מיט גרויס הארץ ווייטאג און צעבראכענקייט צו נעמען זייער געלט און זיך נישט רייצן מיט זיי.

וויליאמסבורג באלאנגט טאקע צו סאטמאר, אבער למעשה וואוינען דארט נאך אידן. ס'איז דא טאקע זייער ווייניג נישט סאטמארע אידן אין וויליאמסבורג, אבער אפילו זיי וואגן זיך נישט צו רייצן מיט די גוים אפילו זייערע רבי'ס זענען נישט געווען אזעלכע בעלי מסירת נפש ווי אונזער, ווייל זיי ווערן בעל כרחם נשפע מכוחו של אותו זקן און נעמען אויף זיך דעם גזירת הגלות מרצונם הטוב, אפילו זיי זענען משוחד פון די פרייע למינהם און האבן נישט דעם קלארן בליק מיט די ווייטע אויגן ווי מיר, אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר.

ווי אין יעדע אנדערע אנדערע געגנט איבעראל אין די גאנצע וועלט (ווי למשל בארא פארק, מאנסי, פלעטבוש, קרוין הייטס) האבן מיר אין וויליאמסבורג אויך גניבות און פארברעכער. מיר זענען אבער אנדערש ווי איבעראל מיט דעם אז מיר בייגן דעם קאפ און רייצן זיך חלילה נישט מיט די גוים. ווען נישט דאס וואס אונזער רבי מיט זיין הייליגע שיטה האט געלאנדעט אין וויליאמסבורג, וואלטן אונזערע פארבלאנזשעטע נישט סאטמארער ברידער שוין לאנג געמאכט אזא נאכגעמאכטע צה"ל זאך, פון וואלונטירן וואס זאלן נאכלויפן די גוים און זיי גוט באקלאפן די ביינער כמו שכתוב. א דאנק די שיטה הקדושה וואס פארלאנגט פון א איד מקבל צו זיין די גזירת הגלות און זיך נישט רייצן מיט די גוים, בייגן מיר איין דעם קאפ מיט גרויס הכנעה און טשעפען חלילה נישט מיטן גוי, אזוי ווי די פושעים פון דעם טמא'נעם צה"ל וואס צוליב די טומאה וואס הערשט דארט זענען נעבעך אזוי פארבלענדעט אז זיי מיינען אז אן אראבער וואס שטעכט אדער שיסט מעג מען צוריקגעבן.

איינס פון די גרעסטע עבירות אויף וואס די ציונים ימ"ש טרעטן בשאט נפש אנגעהויבן פונעם ערשטן טאג איז "כוחי ועוצם ידי", וואס איז א יסוד אין אידישקייט און נישט אומזיסט איז עס אריינגערעכנט געווארן אין די עשרת הדברות. ביי אונז, דאס הייפעלע פארבליבענע גראדע קני שלא קרעו לבעל הציוני, ווייסט פון נישט פון אזא זאך צו זאגן. קיינער ביי אונז פילט נישט אז ווען ער מאכט געלט אדער לערנט גוט אן דעם צד שכנגד האט עס עפעס צו טאן מיט כוחי ועוצם ידי. מיר ווייסן אז אלעס קומט פון הימל און מיר לעבן מיט דעם יעדע מינוט פון טאג. דערפאר איז ביי אונז נישטא אזא זאך ווי הייבן הענט אדער אנדערע ווילדע זאכן, וואס קענען נאר קומען פון זיין משוחד צום עגל הציוני. אגב: דאס איז אויך א טיילווייזע סיבה פארוואס מיר האבן נישט אין וויליאמסבורג קיין חברה שומרים, וואס אויסער די מרידה באומות וואלט אויך געמיינט טרעטן אויף דעם בפירוש'ן מצות עשה ולא תעשה בבת אחת פון "כוחי ועוצם ידי".

אנדערש ווי די ציונים און זייערע אגודיסטישע נאכשלעפער, וועמענס הערצער זענען פארשטאפט פון אזויפיל שוחד, כאפן מיר קיין שום התפעלות פון געלט. תורת רבינו און תורת השם שטייט אונז שטענדיג פאר די אויגן ומינה לא נזיע. קיין געלט אויף דער וועלט וועט אונז נישט מאכן טאן עפעס וואס איז קעגן די תורה, און וויבאלד ס'איז דאך דא דער כלל אין ש"ס פון "כח הפועל בנפעל" וועלן מיר חלילה נישט צורירן צו קיין געלט וואס קומט נישט פון א הייליגן און ריינעם מקור. מיר וועלן אפווארפן מיליאנען, אבי נישט נהנה צו זיין פון געלטער וואס קומען פון צווייפלהאפטיגע מקורות. אונזערע געלטער קומען בלויז פון אידן וואס זענען זיך ממית באהלה של תורה און האבן נישט קיין שייכות מיט קיין אומגעוואונטשענע זאכן.

דאס אלעס האלטן מיר איין מיט גרויס מסירת נפש און אפילו איר זאלט אונז עפענען די העמדער און דערמיט באזייטיגן דעם לעצטן שטער פאר די קוילן וואס איר גרייט זיך צו שיסן אויף אונז, וועלן מיר בלייבן מיטן ברייט אויפגעריסענעם העמד, אבער קיין מרידה באומות און כוחי ועוצם ידי וועט איר אונז נישט קענען צווינגען צו טאן!

ברוך אלוקינו שהבדלנו מן התועים.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

פעלקער מיינט נישט דער גוי דיין שכן, עס מיינט רעגירונגען. איז דיר אלעס פארענטפערט
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

ליפא האט געשריבן:פעלקער מיינט נישט דער גוי דיין שכן, עס מיינט רעגירונגען. איז דיר אלעס פארענטפערט


א"י איז נישט געווען קיין רעגירונג בס"ה האבן זיי זיך גערייצט מיט די שכנים.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

נישט ריכטיג
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: די מורא'דיגע אייגנארטיגקייט פון סאטמאר והמסתעף

שליחה דורך קל וחומר »

וועלכע חלק? אז זיי האבן זיך גערייצט מיט די שכנים?
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

מיינע ווערטער זענען געוואנדן צו [tag]ליפא[/tag].
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

קל וחומר האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:פעלקער מיינט נישט דער גוי דיין שכן, עס מיינט רעגירונגען. איז דיר אלעס פארענטפערט


א"י איז נישט געווען קיין רעגירונג בס"ה האבן זיי זיך גערייצט מיט די שכנים.

דאס האט אויפגערייצט רעגירונגען ארום די וועלט.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

למען האמת, האבן די ציונים זיך יא גערייצט מיט די ענגלענדער וואס האבן געהערשט אויף פאליסטיין. לדוגמה דא


אפשר קען מען דאס צאמשטעלן?
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=136615#p136615

[tag]מנהל[/tag]
[tag]גבאי[/tag]
[tag]סדרן[/tag]
[tag]קעלנער[/tag]

ווי נאך קען מען קלאפן?
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

איימיצער ליידט דא אויף סאטמערייטיס, שנעל א דאקטאר.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ט'בין איך דער איינציגסטער וואס כאפט דער וויץ? דאס איז א נייעם ניק דא און איך ווייס נישט טיבו וטבעו, אבער ער איז א פיינעם לץ וואס ווייסט גוט ווי אראפצושלעפען די מאסקע'ס פון די צבועים וחנפים.

כה לחי
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קלינג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

Re: די מורא'דיגע אייגנארטיגקייט פון סאטמאר והמסתעף

שליחה דורך קלינג »

שקויעך ליטוואק
פארשפארט