עולם הפוך ראיתי עליונים למטה ותחתונים למעלה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
[NAMELESS]

עולם הפוך ראיתי עליונים למטה ותחתונים למעלה

שליחה דורך [NAMELESS] »

אז מ'קוקט ארום ווער ס'לויפט פאר פרעזידענט זעהט מען עפעס א אונטערסאנטע געשעניש, כל צרוע וכל זב יעדער וואס ליידט ליגאל אויף סיי וואס מ׳קען ליגאל אנרופן א׳ דיסארדער וועט ענדערשט אנציען מאמענטום פון דעם אלט געזעצענעם ערפארענער פאלעטישאן.

די וועלט האט זיך גענצליך טראנספארמירט און די לעצטע פאר יאר און זיך אויסגעטאהן די קליידער פון נארמאליזם און זיך אהערגעשטעלט אלץ א סעלעברעטי וואס גלייכט משגעים און זייערע שגיונות, דער וואס איז אמאל געווען אראפגעקוקט אלץ א אינו מן הישוב און דער עולם האט זיך געהאלטן ווייט פון אים איז היינט די העלד און דער מאדעל פון א יוניק געשמאקער כאראקטער וואס איז א געשמאק זיך צו געפינען און זיין אנוועזנהייט, און פארשטייט זיך פארמאגט א פאלויער באזע פון טויזענטער וואס ליינען און לייקן זיינע טיפזיניגע דברי חכמה, דער וואס איז אמאל געווען דער העלד זייענדיג דער חכם וואס האט נישט גערעדט מיט עפעס אבי ווער אן א אפוינטמענט א וואך פריער איז היינט דער וואס קוקט ארויף דעם סאשעליסט מיט געמיינע אומציווילזירטע אומאויספירלעכע געדאנקן.

אויב איז אמאל געווען אזאך ווי עסטעבלישמענט און פרעסטידזש איז עס היינט נישט מער ווי דער סיסטעם וואס ארבעט מער נישט און האט קיינמאל נישט געארבעט, און אויב איז פאליטקלי קאררעקט אמאל געווען א מוז איז עס היינט א חיסרון און סאיז עפעס וואס קיינער טרייט זיך נישט צו אינדענטעפצירן דערמיט. אויב איז אמאל פראפעגאנדע פארן פרעזידענט געווען זיך פארמעסטן מיט רוסלאנד און אירע פירער איז עס היינט זיך פאטאראפירן מיט ספארטלער און זיין שטארק פארנומען מיט גלאבעל ווארמינג אלץ א נומבער איין אישו בשעת וואס דער גאנצער מיטל מזרח ברענט און פייער און רוסלאנד האקט אראפ פליגערס פיל מיט פאסאדזשירן באמבאדירט שפיטעלער און באנוצן זיך קעמיקעל וואפן קעגן ציווילע קעמפער.

ווער האט זיך געגלייבט אז הילערי קלינטאן און דזשעב בוש צוויי ריכטיגע פאר-מקדושים'ס שטאמענדיג פון גרויסע משפחות מלא יחוס ריכטיגע בנש"ק'ליך מיט אלע קלאפערגעצייג, וועלן פאלן פאר אזעלכע נישטיגע קאנדידאטן ווי דאנאלד טראמפ און בערני סענדערס וואס זאגן אויף זיי אז זיי האבן זיך געלערענט פאליטיקס פון קאמעדי שאו׳ס איז שוין אפשר אפילו איבערגעטריבן, ווער האט זיך געגלייבט אז דער איינציגסטער וועג אנצוציען אין די פאולס וועט זיין מאכן שוואכע אומריכטיגע געמיינע ראסיסטישע סטעיטמענטס אויפן מייקרפון פאר צענדליגער שאקירענדע אויסהערער, ווער האט זיך געגלייבט אז און 2016 וועלן מענטשן אן קיין שום פריערדע ערפארונג אין פאליטיקס א שטייגער ווי דר קארסן אנציען מער ווי אלט געזעצענע ערפארענע פאלעטישאנס. אויב וואלט אמאל מר טראמפ געצויגן מאמענטום זייענדיג א ביליונער און א געלונגענער ביזנעסמאן איז ער כהיום מער פאפולער מיט זיין מעקסיקאנער וואנט און זיינע אנדערע סטעיטמענטס וואס א אמאליגע פאלטישאן וואלט פארלוירן די וואלן אפילו נאר מיט איינס פון זיי ווי אלץ א געלונגענער ביזנעס מאן.

ווי איך טראכט איז דער גרעסטער מיסטעיק פון די קלינטאן קאמפיין צו באהאלטן אונטערן קארפעט די אימעיל סקאנדאל, זאלן זיי האבן שכל און עס לייגן אויף די קאמפיין עדס און אינפארמירן די וואוטערס וואספארא אומליגאלע זאך זי האט געטאהן וואלט זי געווען סך העכער אין די פאולס.

און לאמיר נישט פארגעסן: ווער האט זיך געגלייבט אז אונזער אלעמען באליבטן ווערמין סופריעם (׳ירום הודו׳ ווי אונזער שטיבליסטן רופן אים) וועט קענען ערקלערן זיין קאנדיטור פאר פרעזידענטשאפט פאכענדיג מיטן בעזעם און א שטיוועל אויפן קאפ און און נישט ווערן ארעסטירט אדער כאטש ווערן אריינגעלייגט א אינסטעטושן.

******************************************
וואס מיינט דאס פאר אונז אידן?

וויאזוי סגוי'אישט זיך אזוי אידיש'ט זיך, אויב איז אמאל געווען דינאסטיעס פון האלברשטאם'ס טייטלבוים'ס רוקח'ס אדער טווערסקי׳ס איז עס היינט געווארן איבערגענומען דורך אינגע כאריזמאטישע פירער, גענדיגט מיט די ערענסטע טישן פון זעקס שעה זיך שאקלן זונגען כל מקדש און קוקן ווי דער רבי שיילט די פיש-סקין מיט די פינגער-נעגל, און גענוג געווען מיט די זויערע פירער וואס רירן זיך נישט א קוצו של יוד פון זייער עלטער זיידע און גאליציע, פארגעס פון די זיידעס באבעס, אייניקעל איינמאל אדער זעקס מאל, זיין פלעין א נארמאלע רב וואס לערענט און דאווענט איז מער נישט פאפולער און נישט קיין אייטעם מיט וואס מ׳גלייכט זיך צו אידענטיפצירן דערמיט.

היינט האבן איבערגענומען אזעלעכע וואס זייער נארמאלע אקטיוויטעיט און א ערענסטע מינוט איז טאנצן אויפן טיש מיט די הענט ארויף און ציגרעטעל אין מויל, אזעלעכע וואס זענען געבוירן געווארן מיט א אלערדזשי צו די שטיינערנע ערד און שטייען נאר אויף טישן, נאך א כוס זעקס-און-ניינציגער, גענדיגט מיט דינאסטיעס און שלשלת'ער.

מיר גלייכן ענדערשט די למעלה מן הזמן אידן, די וואס דאווענען שפעט, פירן צעמישטע זמנים, גייען מיט בגדי שבת מיטוואך און פראווען יעדע שני וחמישי יומא דפגרא׳ס והילולא׳ס.

מיר גלייכן נישט די מצומצמים וואס גייען אויף א איינצעלע שניט, ענדערשט אזעלעכע ברייטע מוחות וואס זענען א געבוי (אדער א געמיש) פון חב״ד ברסלב און קארלבאך און פירן זיך מיט בריסקע חומרות און אמשינובע זמנים.

אויב זעהט איר די 15 יעריגער בנשק'ל וואס ס'דערקענט זיך אויף זיין שאקלען ביי שחרית זיינע חלומות פון די לאנגע טישן מיט די הויעכע פארענטשעס גייט צו צי אים און זאגזשע אים אז טיים אווער.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך פארשטיי פארוואס דאנאלד טראמפ איז א נישטיגע קאנדידאט וואס האט זיך געלערנט פאליטיק פון א קאמעדיע שוי אבער זיי ביטע מסביר ווי קומט בערני סענדארס אריין אין די זאץ? בערני סענדארס איז א פיגור אין וואשינגטאן יאהרן לאנג וואס האט דורכגעשטיפט מעהר לעגסלאציע ווי סיי וועלכע קאנדידאט וואס לויפט יעצט פאר פרעזידענט! בערני סענדארס קומט בכלל נישט אריין אין די זאץ! ער האט זיך נישט געלערנט קיין פאליטיקס פון קאמעדי שוי, ער האט נאך אזויפיל עקספיריענס אין פאליטיק ווי דער בתש״ק קלינטאן, און אפילו די רעכטע רעפובליקענס נעמען אראפ די הוט פאר אים, משא״כ טראמפ!

#אביגירעדט
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך וועל רעאגירן נאר אויף דעם משל, דעם נמשל וועל איך איבערלאזן פאר א צווייטן מאל (כאטש מיין הסבר קען מען אריינלערנען אינעם נמשל אויך ודו"ק).

ס'איז נישט אזוי שטארק ווי מען האט זיך אויסגעטון די קליידער פון נארמאליזם און געווארן משוגע; עס איז ענדערש אז דער פאלק האט אנגעהויבן איינזעהן אז מיט די נארמאלע פאליטישאנס, מיט זייערע 'עסטעבלישמענט און פרעסטידזש', איז מען גאנץ ווייניג אנגעקומען, אמעריקע איז טיף אין די אדמה, די אלע דיפלאמאטישע לופטיגע הבטחות מיטן שמייכל און די לשונות דמשתמע לתרי אנפין איז נישט ווערד א רעטעך, האט מען מקבל געווען מאהבה דעם לאזונג פון אלעזר לאנדא "מען טאר נישט זיין נארמאל", דאס פאלק איז שוין זאט פון די "נארמאלע" פאליטישאנס, מען האט זיך קלאר איבערצייגט אז דער אלטער וועג ארבעט נישט. משוגע זאל מען זיין אבער לכה"פ זאל מען טון צו דער זאך און אויספירן עפעס קאנקריט!

(והנמשל מובן אז דער דרך פון די אמאליגע 'נארמאלע' מנהיגים ארבעטן שוין נישט אלץ פארן היינטיגן דור, און מען מוז נעמען עפעס וואס ארבעט מער).
וירח ה' את ריח הניחוח
דעת זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:38 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך דעת זקנים »

.
שמעקעדיג האט געשריבן: דער פאלק האט אנגעהויבן איינזעהן אז מיט די נארמאלע פאליטישאנס, מיט זייערע 'עסטעבלישמענט און פרעסטידזש', איז מען גאנץ ווייניג אנגעקומען, אמעריקע איז טיף אין די אדמה, די אלע דיפלאמאטישע לופטיגע הבטחות מיטן שמייכל און די לשונות דמשתמע לתרי אנפין איז נישט ווערד א רעטעך, האט מען מקבל געווען מאהבה דעם לאזונג פון אלעזר לאנדא "מען טאר נישט זיין נארמאל", דאס פאלק איז שוין זאט פון די "נארמאלע" פאליטישאנס, מען האט זיך קלאר איבערצייגט אז דער אלטער וועג ארבעט נישט. משוגע זאל מען זיין אבער לכה"פ זאל מען טון צו דער זאך און אויספירן עפעס קאנקריט!

דברים פשוטים, אבער דאס איז אמאל זיכער אז מ'איז אוועק פון דער וועג וואס ארבעט אמאל יא און אמאל נישט צו א וועג וואס גייט זיכער נישט ארבעטן.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שמעקעדיג איך בין מסכים מיט דיר אז דער עולם איז שוין זאט פון די אלטע וועג און די עסטעבלישמענט אבער פארוואס זאגסטו אז בערני איז משוגע? ער איז די איינציגסטע קאנדידאט מיט א עקענאמישע פלאן פאר אמעריקא דעס הייסט נישט משוגע! דעס מיינט אז מ׳האט פראבירט איין וועג און ס׳שטעלט זיך ארויס אז סארבעט נישט איז אלזא לאמיר טוישן צו א פלאן וואס ארבעט יא אין רוב דעמקראטישע ציוויליזירטע לענדער און דעס איז בערני סענדארס פלאן! מיט טראמפ ביסטו גערעכט ווייל ער האט נישט קיין פלאן חוץ בויען א וואנט וואס מעקסיקא גייט קיינמאל נישט באצאלן דערפאר :), אבער סאנדערס האט אסאך גיטע פלענער פאר אמעריקא און סתם שרייען אויף אים און אים באטיטלן אלץ דעס און יענץ איז נישט אינטערסאנט ענדערש לאמיר הערן א קאנטער ארגעיומענט פארוואס זיין פלאן איז נישט גיט און לאמיר דיסקוסירן זיינע פאליסיס דירעקט און זעהן פארוואס ער איז נישט גערעכט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת אחים האט געשריבן:שמעקעדיג איך בין מסכים מיט דיר אז דער עולם איז שוין זאט פון די אלטע וועג און די עסטעבלישמענט אבער פארוואס זאגסטו אז בערני איז משוגע? ער איז די איינציגסטע קאנדידאט מיט א עקענאמישע פלאן פאר אמעריקא דעס הייסט נישט משוגע! דעס מיינט אז מ׳האט פראבירט איין וועג און ס׳שטעלט זיך ארויס אז סארבעט נישט איז אלזא לאמיר טוישן צו א פלאן וואס ארבעט יא אין רוב דעמקראטישע ציוויליזירטע לענדער און דעס איז בערני סענדארס פלאן! מיט טראמפ ביסטו גערעכט ווייל ער האט נישט קיין פלאן חוץ בויען א וואנט וואס מעקסיקא גייט קיינמאל נישט באצאלן דערפאר :), אבער סאנדערס האט אסאך גיטע פלענער פאר אמעריקא און סתם שרייען אויף אים און אים באטיטלן אלץ דעס און יענץ איז נישט אינטערסאנט ענדערש לאמיר הערן א קאנטער ארגעיומענט פארוואס זיין פלאן איז נישט גיט און לאמיר דיסקוסירן זיינע פאליסיס דירעקט און זעהן פארוואס ער איז נישט גערעכט.

נישט געכאפט קודם וואס די צילסט, יעצט נאכן גולש זיין אביסל דא אין שטיבל זעה איך אז דער בערני איז דיין ליבלינג און דיין האפענונג. האסט עטליכע שטארקע פינטלעך און איך שעץ דיין מיינונג טראץ איך בין מחולק מיט דיר. איין זאך זיי מיר אבער מודה אז אין די פארגאנגענהייט וואלט ער נישט געהאט אזויפיל שטיצע און וואלט געוועהן א חוכא וטלולא קעגן סיי וועלכער אנדערער פאלטישאן.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך ווייס נישט פונקטליך מיט ווי דו צילסט אז אין די פארגאגענהייט וואלט ער נישט געקענט זיין פרעזידענט ווייל איך זעה נאך נישט פארוואס נישט, אויב עפעס וואלט הילערי אויך נישט געקענט לויפן ווייל זי איז א פרוי און אבאמא ווייל ער איז א שווארצער און אז דו גייסט צוריק גאר לאנג צוריק וואלט ליקלאן אויך נישט געוועהן פאפיולער. סענדארס וואלט ראוהיג געקענט לויפן אין 08 ווען אבאמא איז געלויפן. א קיצור איך זעה נישט די פוינט מיט אמאל, מ׳דארף קוקן וואס איז יעצט!

מיין פוינט איז געוועהן לייג נישט אריין טראמפ אין די זעלבע קוגעל ווי סענדארס, למעשה איז דא א חילוק צווישן זיי הימל און ערד, טראמפ איז קיינמאל קיין פאליטישאן געוועהן, ער איז נישט די קלוגסטע, ער רעדט ווי כתה ג׳ יונגל וואס זוכט עטענשאון, ער האט נישט קיין שום פלאן פאר אמעריקא. משא״כ בערני איז שוין 35 יאהר א פאליטישאן מיט אסאך עקספיריענס אין גאווערמענט, ער איז איינע פון די מערסטע רעספעקטפול סענעטארס אין די סענאט וואס סיי רעפובליקאנער און סיי דעמקראטן וועלן דיר דעס זאגן, ער האט דורכגעשטיפט די מערסטע לעגעסלאציע אין וואשינגטאן ווי עני פון די קאנדידאטן וואס לויפן יעצט פאר פרעזידענט פון ביידע זייטן! אלזא איך זעה נאכנישט זייער פארגלייך!

און בד״וו די נייע פאולס ווייזן אז בערני סענדארס איז די מערסטע פעיווערטעיבל און עלעקטעיבעל און ער איז שטערקער ווי סיי וועלכע פון די ריפובליקאנער קאנדידאטן און די אמעריקענע פאלק טראסטן אים מעהר ווי סיי וועלכע קאנדידאט אפגערעדט פון טראמפ זיכער.

אויב איך מעג פרעגן, וועמען שטיצט איר פאר פרעזידענט אויב איר שטיצט איינעם?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שמיטשיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 7:40 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך שמיטשיק »

הערליך צולייגט שלום,
און די הויפט סיבה פארוואס עס איז אזוי איז וועגן די היינטיקע סאושעל מידיא. אמאל האבן טויזנטער משוגעים געהאלטן זייער מייינונג אבער האבן זיך געשעמט צו עס זאגן אין פובליק, היינט טוט כל צרוע וכל זב פאסטן אויף טוויטער פעיסבוק אדער whatsap, און נאך פארן געבן א שאנס פאר די מח צו אריינטראכטן אדער אפילו געהעריג אפליינען איז עס שוין געריטוויט און געפארווערד וחוזר חלילה, און עס איז לאו דוקא מיט משוגעים, יעדע מענטש פארקערפערט אין זיך א קליינע משוגענער, אמאל האט מען אים געמוזט הייסן איינזיצן מיום פורים זה עד יום הפורים הבא, היינט איז עס איז די נייע נארמאל

נאכמער, אמאל ווען איינער האט געזאגט א אפיניאן האט ער געדארפט שטיין אונטער דעם מיט זיין פולע נאמען און אינטדעפיצורונג, הייינט אבער מיט די אנינאימיע סאשועל מידיא מאנטל קען מען זאגן און טון סיי וואס אן ליידן קאנסקעווענצען, און איינמאל אסאך בני בלי שם שטיצן עס איז עס שוין א "מאוומענט" מיט וואס משטאלצירט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שבת אחים האט געשריבן:שמעקעדיג איך בין מסכים מיט דיר אז דער עולם איז שוין זאט פון די אלטע וועג און די עסטעבלישמענט אבער פארוואס זאגסטו אז בערני איז משוגע? ער איז די איינציגסטע קאנדידאט מיט א עקענאמישע פלאן פאר אמעריקא דעס הייסט נישט משוגע! דעס מיינט אז מ׳האט פראבירט איין וועג און ס׳שטעלט זיך ארויס אז סארבעט נישט איז אלזא לאמיר טוישן צו א פלאן וואס ארבעט יא אין רוב דעמקראטישע ציוויליזירטע לענדער און דעס איז בערני סענדארס פלאן! מיט טראמפ ביסטו גערעכט ווייל ער האט נישט קיין פלאן חוץ בויען א וואנט וואס מעקסיקא גייט קיינמאל נישט באצאלן דערפאר :), אבער סאנדערס האט אסאך גיטע פלענער פאר אמעריקא און סתם שרייען אויף אים און אים באטיטלן אלץ דעס און יענץ איז נישט אינטערסאנט ענדערש לאמיר הערן א קאנטער ארגעיומענט פארוואס זיין פלאן איז נישט גיט און לאמיר דיסקוסירן זיינע פאליסיס דירעקט און זעהן פארוואס ער איז נישט גערעכט.

האסט מיר ראנג פארשטאנען, איך האב נישט געמיינט "משוגע" משוגע ממש, נאר ווי מען דרוקט זיך אויס, יענער איז "משוגע גוט", דאס מיינט עקסטרעם גוט, בקיצור, כ'האב געמיינט צו זאגן אז דער עולם זוכט שוין נישט די מעינסטריעם פאליטישאנ'ס, געווענליך "נארמאל" מיינט מען בדרך הממוצע, סיי וועלכע עקסטרעם פאסט זיך די ווארט 'משוגע', אדער ציעט ער צו משוגע רעכטס אדער משוגע לינקס, לענינינו דא ציט טראמפ עקסטרעם רעכט, און בערני משוגע לינקס (לכה"פ אין די פינאציעלע חלקים). ואתי שפיר, וחמת שבת אחים שכככככה :)
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמיטשיק האט געשריבן: יעדע מענטש פארקערפערט אין זיך א קליינע משוגענער, אמאל האט מען אים געמוזט הייסן איינזיצן מיום פורים זה עד יום הפורים הבא


דער [tag]שמיטשיק[/tag] זאגט דאך אזוי גוט ובפרט מיט די פראז, מ'ברויך עפענען א באזונדערע אשכול אדער גאר א באזונדערע שטיבל אויסצושמועסן דער קליינער מעשיגענער שבתוך כל אחד ואחד. די נקודה איז זייער טיף.
פארשפארט