ער האט ערווארטעט צו פארקויפן ווי יעדעם, ער איז געווען פארשעמט אויף די באליידיגונג פון טפח ליה בסנדליה, רב אדא הכהו לרב דימי על סנדלו דרך שחוק, כשם שמכים למי שאינו חשוב.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
די מעשה אזוי ווי ס'שטייט און גייט קוקט נישט אויס מענטשליך, מ'קען אדער האבן קשיות אויף יעדן פון זיי, אדער אויספיקן איינעם און מאכן פאר די villain ממילא טוט דאס פארענטפערן דעם קעגנער, זע איך אז ליטוואק וויל טענה'ן אז רב דימי האט זיך אהערגעשטעלט ווי א רשכבה"ג, ממילא האט רב אדא אים גוט באליידיגט ווי ס'באדארף צו זיין, אלזא מענטשליכקייט זעה איך נישט דא, אבער ווי ס'ווייזט אויס אז נישט אונזער פארשטאנד אויף מענטשליכקייט דיקטירט ביי תלמידי חכמים, נאר עפעס א באזונדערע תורה'דיגע הגדרה פון מדות טובות, איך גלייב נישט אין דעם איך גלויב אז מדות איז אין אלגעמיין אוניווערסאל (אוודאי איז דא פארשידענהייטן וויאזוי מכריע צו זיין מיט פארשידענע שיקולים אין פארשידענע אומשטענדן ועיין ברע"ב ריש מס' אבות) און ווען די גמרא זאגט אז שיהא שם שמים מתאהב על ידיך רעדט מען דאך צום המון עם וואס ווייסט נישט פון תורה'דיגע מדות, אלזא הרב ליטוואק האלט אז אין אזא פאל האט ער אים געדארפט פאטשן און באליידיגן, איך גלויב נאר נישט אז ר' ישראל סאלאנטער וואלט אזוי געטאן, איך זעה אויך נישט אז מ'זאל עפעס שטאלצירן מיט אזעלכע מעשיות, די שאלה בלייבט נאר אז רב דימי איז דאך אויך געווען א אדם גדול און מיט וואספארא רעכט קענסטו אים פארשווארצן. ליטוואק איז עפעס נישט צופרידן מיט די כלל אז אויף א צדיק פרעגט מען נישט קיין קשיות, מורינו ר' שמערל איז מסופק דערין וזל"ק אויב קען מען אנאליזירן אמוראים ע"כ, אבער צום סוף בלייבן מיר אלס מיט די זעלבע שוועריגקייטן, הרב ליטוואק איך בין נאר נייגעריק אז אויב די מעשה פון ר' דוד'ל דינובער וואלט געשטאנען אין די גמרא גענוי ווי איך האב עס אפגעשריבן האסטו ווען עפעס א לימוד זכות אויף די אלע צדיקים, אדער די גלויבסט נישט אז מ'קען טרעפן אזא סארט פאסירונג אין די גמרא, הקטן טענה'ט אז ס'פאסט זיך דוקא נישט אריין אין די ווערטער אז יעדער האט גענומען קרעדיט, נאר אז זיי האבן סתם געזאגט, אויב אזוי וואס איז געווען זייער מאטיוו פארן דאס זאגן, קלערסט אז תוס' התנצלות ליגט שטארק אין פשט ? און פארוואס טאקע שווייגט רש"י, איז ער צופרידן מיט די מעשה וויאזוי ס'שטייט ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)