די תורה גלייכט צי כיבוד אב ואם ממש צו כבוד המקום. אין יורה דעה זענען דא צוויי ריזיגע סמנים וואס רעדן איבער הלכות כיבוד אב ואם. פאלגנד זעען מיר וויאזוי א קינד דארף אינטערעקטן מיט זיינע עלטערן:
אמר בתורה (שמות כ, יב): ''כבד את אביך ואת אמך''. והיא מצות עשה מן התורה לכבד את אביו ואת אמו. וצריך ליזהר מאד בכבוד אביו ואמו ובמוראם, ששקל הכתוב אותם ככבוד המקום ומוראו. ואמרו חכמים שלשה שותפים יש לו לאדם, הקדוש ברוך הוא, אביו ואמו, בזמן שאדם מכבד את אביו ואת אמו, אומר הקדוש ברוך הוא מעלה אני עליהם כאילו דרתי ביניהם וכבדוני. ולכן חיוב גדול על כל אחד לקבוע שיעור בהלכות אלה ולהיות בקי בהם, לגודל חומרת המצוה. בדיבור כיצד, ידבר עם הוריו בנחת ובלשון רכה ובכבוד, כמדבר אל מלך. וגם ידבר עמהם בבושת פנים, ולא יתריס כנגדם.
עס איז לכאורה דא איינס פון יעדער הונדערט מענטשן וואס האבן שוין דורכגעלערנט הלכות כיבוד אב, און עס איז פלאי פלאים וויפיל דקות'דיגע הלכות עס איז דא פון קינדער צו עלטערן. לויט די סמנים פון שו"ע לאזט זיך צו זאגן אז אפשר איין מענטש פון טויזענט איז מקיים הלכות כיבוד אב כראוי – עס איז אזוי דקות'דיג אז עס ווערט אפילו פגום במחשבה. קוקט וואס שטייט:
כיבוד במחשבה כיצד, שלא יבזם בלבו, ויכבדם רק כלפי חוץ, אלא ידמה בעיניו שהם גדולים וחשובים ונכבדי ארץ, אע''פ שבעיני שאר בני אדם אינם חשובים כלל, וזה עיקר הכיבוד.
עס ווערט אפילו מער דראמאטיש, אז דו קענסט ניטאמאל אויסמיידן די הלכות. די איינציגסטע וועג וואס דו קענסט זיי מכבד זיין איז זיך אויפצופירן ערליך [עכ"פ וויאזוי עס ווערט דעפינירט ביי די הורים]. א פלא:
הרוצה לכבד את אביו ואת אמו לפי האמת, יעסוק בתורה ובמעשים טובים, וינהג בישרות, שזהו הכבוד הגדול לאבות, שאומרים הבריות, אשרי לאב ואם שגידלו בן כזה. אבל אם אין הבן הולך בדרך הישר, הרי אבותיו ישאו חרפה עליו, והוא מבייש אותם בבושה שאין גדולה הימנה. ויזהר מלהתקוטט עם בני אדם, כדי שלא יבזו את הוריו.
מען קען טרעפן אן א שיעור דגמאות ביז ווי שטארק מען דארף זיי מכבד זיין. מען טרעפט זייער אסאך אויסדריקן ביי כיבוד אב וואס ווערן געזאגט בין אדם למקום:
אין גבול למצות כיבוד אב ואם, שהיא מצוה יקרה, וכל המרבה לכבד את הוריו הרי זה משובח.
אין זוהר איז אפילו דא א טערמין אז מען דארף מכבד זיין די עלטערן פונקט ווי די ווייב:
נאמר בזוהר הקדוש: צריך שכל אחד יטע בלבו לאהוב את הוריו כגופו.
די הלכות דרינגען אריין צום סאמען תכינות הנפש, דו טארסט אפילו נישט זאגן אנדערש ווי די טאטע:
בכלל דין מורא שהבן או הבת לא יסתרו את דברי ההורים.
עס איז דא אזויפיל הלכות אז מען קען זיך כמעט נישט רירן אן עובר זיין אויף לכה"פ צוויי איסורים. יעצט, עס וואלט כדי געווען אויסצושמיעסן וואס איז די עומק המצוה. ראציאנעל קען מען זאגן אז עס איז פשוט שכל'דיג מכיר טובה צו זיין די עלטערן, אבער לפי דברי שו"ע איז משמע אז די גאנצע לעבן פון א מענטש דארף זיך כמעט דרייען ארום זיינע עלטערן. זיין דעת איז בטל צו זיין, ער קען נישט טון זאכן וועגן זיי, ער טאר נישט טראכטן אנדערש ווי זיי, ער מוז זיי ליב האבן, ער איז ממש כעפרא דעראה קעגן זיינע עלטערן:
יעצט אפאר שאלות:
א - לויט די סמנים, וואס פעלט אויס די גאנצע תורה, עס וואלט גענוג געווען בלויז הלכות כיבוד אב ואם, און די מענטש האט א פערטיגע בלויפרינט פונקטליך וויאזוי זיך צו פירן? ווייל אפילו ער טראכט אנדערש ווי זיין טאטע איז די מצוה זיך אזוי אויפצופירן פונקט ווי זיי, כדי צו מאכן א נחת רוח פאר זיי?
אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו, כמעט האלב פון די הלכות, איז כמעט אוממעגליך מקיים צו זיין. א טאטע איז טאקע א טאטע, אבער די קינד האט זיך זיין אייגענע רצוניות, סביבות, שכל, דעת, הבנה, וויאזוי איז מעגליך אז א מענטש זאל מבטל זיין רצונו ומחשבתו פאר זיינע עלטערן עד כדי כך אז ער דארף זיך פירן אנדערש וויאזוי ער וויל, כדי מקיים צו זיין א מצוה?
ב - כיבוד אב איז א נאטורליכע דראנג, טא אויב אזוי וואס איז שייך א מצוה. אמת אז מיר טרעפן ענליכע מצות וואס זענען טבע'דיג, אבער אין די פאל, אויב מאכט זיך א פירוד איז כמעט אוממעגליך עס מקיים צו זיין?
ג - לויט די הלכות איז משמע אז די מצוה איז נישט בלויז וועגן 'כבוד' אדער 'מכיר טובה' זיין. עס שיינט מער ווי א גדר אפצוהאלטן די מענטש פון טאן עפעס, ווייל ער מוז זיך קלאמערן בדרכי אבותיו, סא דאס פארשטערקערט אונזער ערשטע קשיא, וואס פעלט אויס די גאנצע תורה, די מענטש קען דאך סייווי כמעט גארנישט טון קעגן זיין טאטע. און לויט דעם איז משמע אז עס האט גארנישט וועגן כבוד, נאר עס איז א סייג?
ד - לויט די הלכות, מה הדין אויב עלטערן פירן זיך נישט כדרכי התורה (הגם עס איז טאקע דא א הלכה אז מען דארף נישט פאלגן) וואס דארף די מענטש טון, וויאזוי קען ער זיי מכבד זיין קעגן זייערע רצון?
ה - וואס געשעט אויב די עלטערן זענען אומסטאביל, אדער האבן עקסטרעמע שיטות, נישט ווי געווענדליך, וויאזוי קען א מענטש מקיים זיין די מצוה? אפשר דאס איז טאקע די סיבה פארוואס עס איז יא דא א תורה, אז אין אזעלכע פעלער דארף מען נישט זיי נאכגיין?
ו - לויט אונזערע לעצטע הנחה, קען יעדער מענטש אפמאכן אז זיינע עלטערן זענען עקסטרעם, אדער אבנארמאל, ווייל די כלל פון כשם שפרצופיהן אינם שוות וכו' שליסט זיך נישט אויס צווישן א קינד און א טאטע. סא וויאזוי קען מען ריכטיג מעסטן ווער עס איז גערעכט. ווייל לויט יעדן קינד אויב טוט ער עפעס אנדערש, קומט עס זיכער נאך אן הנחה אז זיינע עלטערן זענען נישט ווי געווענדליך?
ז - אם תמצי לומר אז נאר הלכות ברירות דארף מען פאלגן, דאן וויאזוי קען מען מקיים זיין די, "וינהג בישרות, שזהו הכבוד הגדול לאבות", לויט די טאטע פירט זיך נישט די קינד אויף כדבעי?
ח - לויט די הנחות אז נאר הלכות ברירות דארף מען פאלגן וואס טוט זיך מיט מסורה, אויב די טאטע האט מקבל געווען מסורת, ווערט צוריק שווער די אלע ערווענטע קשיות לויט אל תטוש תורת אמך?
ט - וועלכע מסורה דארף א קינד מקיים זיין? עס ווענד זיך אין די מזל פונעם קינד וויפיל מסורות עס איז דא ביי זיינע עלטערן? ווייל מנהגים און מסורות טוישט זיך יעדע צווייטער דור, סא וויאזוי קען מען וויסן וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט וויכטיג, אלס מיט די געדאנק אז "וינהג בישרות, שזהו הכבוד הגדול לאבות"?
י - לויט די הלכה פון לא יסתרו את דברי ההורים, איז כמעט אוממעגליך צו האבן א נארמאלע שמיעס מיט די עלטערן, ווייל עס איז לא ימלט צו האבן א שמיעס מיט א מענטש אן האבן א אנדערע מיינונג. אין בעסטע פאל קען מען זאגן: עס איז ממש אוממעגליך מקיים צו זיין. אפילו דו וועסט זאגן אנדערש ווי אים אויף א שיינעם אופן, אדער אויף א כיטרע אופן, ביסטו נאכאלץ סותר את דבריו?
יא - וויאזוי קען מען מקיים זיין די הלכה: ידמה בעיניו שהם גדולים וחשובים ונכבדי ארץ. וואס טוט זיך מיט עלטערן וואס זענען פויערן? פרעג מיך נישט יעצט אז די זעלבע קשיא איז דא ביי אמונה פון ואהבת את ה' אלקיך, ווייל עלטערן זענען נישט ג-ט און עס איז דא גענוג עלטערן פויערן?
יב - אפילו עלטערן וואס זענען נישט קיין פויערן, אבער די קינד האט נישט קיין ריספעקט פאר זיין, וויאזוי קען ער מקיים זיי די הלכה. ער קען נישט טון די טריק וואס מען טוט כלפי דעם אייבירשטן, אז מען זאל זיך מתבוננן זיין אין די בריאה. ווייל וויפיל א קינד וועט זיך מתבונן זיין בהוריו וועט ער זיי א סך מער נישט ריספעקטן?
קשיות על הלכות כיבוד אב
Re: קשיות על הלכות כיבוד אב
זייער שיין. כ'ווייס נישט די תירוץ אויף די אלע קשיות. אבער פון. די אנדערע זייט מיין איך אז ס'דא אסאך הלכות אין כיבוד אב וואס מ'עביאזד צו קאנטראלען די קינדער. ס'דארף דא צו זיין אפאר אשכולות אויף דעם
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: קשיות על הלכות כיבוד אב
א כלליות'דיגע תירוץ איז די באקאנטע גמרא אין קידושין 'אשרי מי שלא חמאן' טאקע ווייל ס'יז אוממעגליך מקיים צו זיין די הלכה כתיקונה.
אזוי פיל יא, מ'דארף שואף זיין צוצוקומען צו די זאכן.
די עצם געדאנק פארוואס די תורה האט אויסגעשטעלט א הלכה וואס איז כמעט אוממעגליך פאר רוב עמך אידן מקיים צו זיין, איז לכאורה ווייל אז מ'איז זיך מתבונן איז נישט שייך צו באצאלן פאר עלטערן וואס האבן אים אראפגעבראכט אויף דיזען וועלט, חוץ אויב איינער קען מחיה מתים זיין זיינע עלטערן נאך הונדערט אוו צוואנציג, און דאס וויל די תורה, אז מ'זאל זיך אויך מתבונן זיין אינעם דריטן שותף הקב"ה אין אנערקענן אז וויפול מ'טוט פאר אים איז מען אים נאך אלץ שולדיג.
Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
זייער שיין צונומען, שואל כענין.
לאמיר פראבירן ענטפערן עד מקום שידי מגעת.
צום אלעם ערשטן, האסטו באהאלטענערהייט אריינגעווארפן א הנחה, א זאך וואס דו האסט אויף דעם נישט געברענגט קיין מקור, און כ׳מיין אז רוב פון דיינע קושיות איז צוליב דעם.
דו שרייבסט אז די מצוה פון כיבוד אב ואם, איז צו זיך אויפפיהרן פונקט ווי דעם טאטן, און איך זעה נישט פון וואו דו נעמסט עס. עס שטייט אינגאנצן ״וינהג בישרות״, מ׳דארף זיך פיהרן ביושר, אפגעזעהן וואס די עלטערן טוהן.
א. כפי ווי כ׳האב געשריבן, ס׳שטייט נישט אין ערגעץ אז כיבוד אב ואם מיינט אז מ׳מוז טוהן אלעס וואס דער טאטע/מאמע טוהט.
עס פעלט נישט אויס צו ארויסנעמען זאכן פון פראפארציע, אז עס שטייט אין שולחן ערוך אז מ׳דארף מכבד זיין, מיינט עס גארנישט מער ווי יעדער ארנטליכער איד אדער אפילו גוי פיהרט זיך אויף.
ב. כיבוד אב ואם אזוי ווי אנדערע מצוות איז א מאראלישע ציווי, אזוי ווי דער איסור גניבה און רציחה.
די תורה איז נישט געגעבן געווארן צו פאר דרייען די נאטורן פון די מענטשהייט, און אז כיבוד אב ואם איז נאטורליך, איז עס זייער גוט און אזוי דארף עס זיין.
ג. ווייטער כנ״ל, איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט עס.
כיבוד אב ואם, איז נישט געזאגט געווארן כדי דער זוהן זאל גיין די זעלבע פארעם הוט ווי דעם טאטן. עס איז א מצוה ווי רוב מצוות, אז א איד זאל זיך אויפפיהרן מאראליש און ארנטליך.
דער טעם דערפון איז זייער פשוט, אלס הכרת הטוב, אזוי ווי דער חינוך שרייבט, און כ׳מיין אז ס׳איז איבעריג עס צו ערקלערן.
ד. עס שטייט שוין אין גמרא ופוסקים, אז מ׳דארף נישט פאלגן עלטערן קעגן די דרכי התורה והיושר.
מכבד זיין קען מען נאך אלס, עס איז בכלל נישט קיין סתירה. ואיכמ״ל.
ה. דאס איז די זעלבע ווי אין אות ד׳. עקסטרעמע עלטערן וועלן לרוב הייסן און צווינגען די קינדער צו טוהן זאכן קעגן די תורה. (לשה״ר, רכילות, שנאת חנם, הונאה איז אויך בכלל פון די תורה).
און בכלל, א קינד איז זיך נישט מחויב צו לאזן אביוזן פון די עלטערן.
און ווי פריער געשריבן עס איז נישט קיין שום סתירה צו כיבוד.
ו. א מענטש מאכט ממילא אפ לויט זיין פארשטאנד, און עס איז נישט פארהאן קיין שום מיטל צו איבערמאכן יענעם׳ס דעות.
און ווידער, עס שטייט נישט אין ערגעץ אז קינדער דארפן נאכטאנצן אלע משוגעת׳ן פון די עלטערן.
ז. עס איז נישט קיין נפקא מינה וואס דער טאטע האלט, די נפק״מ איז וואס די אמת׳ע יושר איז.
ח. אל תטוש תורת אמך, איז סך-הכל א פסוק אין משלי, די אלע תורות און תורי תורות וואס זענען אריינגעלערנט געווארן דערין איז אומ-רעלעווענט.
ט. ״וינהג ביושר״ מיינט נישט קיין מסורה. ע״פ שו״ע איז דער מושג פון מסורה נישט פארהאן נאר ביי איינצעלנע זאכן ווי למשל ביי כשרות העופות.
אויסער דעם, יעדער איינער פארשטייט זייער גוט וואס יושר איז, דאס איז די נאטורליכע מאראל וואס יעדער מענטש איז באשאפן דערמיט, און עס פעלט נישט אויס קיין מסורת דערפאר.
י. ס׳איז שייך צו זאגן אז מ׳האלט אנדערש, כל זמן ס׳איז בדרך כבוד, ופשוט.
יא. וויפיל עס איז שייך דארף מען רעספעקטירן, ס׳איז קיינעם נישט אינטרעסאנט צו לעבן אין דמיונות.
יב. כנ״ל באות יא.
כנלענ״ד, ואם שגיתי ה׳ הטוב כבר כיפר בעדי.

אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 40
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 25, 2014 7:50 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
יישר כח שיטה מקובצת. האסט מיר אויף רוב זאכן גוט געענטפערט. איך האב גרויס הנאה געהאט.
אויף דיין קשיא פון וואו איך נעם די הנחה, וועל איך דיר זאגט וואס איך האב געמיינט. לויט די סמנים פון שו"ע איז משמע אז מען דארף טון אלעס ווי דער טאטע ווייל שזהו הכבוד הגדול לאבות , און אויב דו וועסט טון אנדערש ווי אים: והוא מבייש אותם בבושה שאין גדולה הימנה. אמת אז די קינד וועט טון זאכן לויט די הלכה אדער לויט א אנדערע השקפות, אבער לויט די טאטע איז דאס נישט ריכטיג, און עס וועט קיינמאל נישט קומט צו קיין באנדרי פון א קינד צו א טאטע. לויט די טאטע פארשעמט אים די קינד!
דאס איז די פיין-ליין פון אונזערע גאנצע שמיעס. לויט די טאטע איז דאס נארמאל און לויט די קינד איז דאס אביוז. וואס טוט מען?
איך האב שטארק הנאה געהאט פון די לינק וואס דו האסט אינקלאזט. בעיקר די פאלגענדע:

דאס וואס איז היינט נפרץ אז טאטעס "באפעלן" די קינדער (הן במילי דעלמא והן במילי דשמיא) איז אן אביוז פון מצות כיבוד אב פאר דעם צוועק פון דעם גרויסן ציל צו פראדוצירן בנים ובני בנים וועלכע קאנפארמירן 100% מיט אלע קאפריזן פון דער געזעלשאפט. איך רעד יעצט פון זכרון, און כ'האף מארגן זיך מטפל צו זיין מיט מראה מקומות, אבער וויפיל ס'איז מיר אויסגעקומען פון חז"ל ופוסקים זענען כמעט אלע שמועסן פון חיובים וואס דער זון האט כלפי דעם טאטן ווען דער זון איז סמוך על שולחן אביו, און שפעטערדיגע פוסקים זענען נישט עומד דערויף. אין די אויגן פון חז"ל איז א פארהייראטער מענטש א מענטש בפני עצמו, און ס'איז אבסורד זיך צו באציען צו אזא איינעם ווי א "קינד" פון זיין טאטן
- יב הלוי סאלאווייטשיק
- ידיד השטיבל
- הודעות: 194
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
- האט שוין געלייקט: 362 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל
Re: קשיות על הלכות כיבוד אב
א טאטע דארף מען מכבד זיין, אבער מדארף אים נישט פאלגן בשים ענין,
וכן הוא פשוט להלכה ולית מאן דחולק על זה..
דאס איז ווען סאיז שלא בפניו אין די טאטע ווייסט נישט, איז קיין שים שאלה נישט.
אבער בפניו איז שוין א שאלה פין כבוד ווען מפאלגט נישט, אבער אפי בפניו איז דא א סברה אז מדארף נישט צי פאלגן, אויף א איידעלע אויפן אים לאזן וויסן אז איך האב מיך מיין מהלך..
סאיז דא א ברכת שמואל אין מסכת יבמות. וואס רעדט פין פאלגן בפניו..

!..A Lonely Man of Faith