די לעיקוואד'ער פאטווא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
די לעיקוואד'ער פאטווא
אינמיטן א רואיגע ווינטערדיגע נאכט, ווען יעדער איז טיף באהאלטן אונטערן ווארעמע דאכענע, דאס מערסטנס איינוואוינער פונעם עיר התיירה שלאפן שוין א שנת ישרים, אויסער די איבערגעטריבענע מתמידים וואס שאקלען זיך נאך איבערן סטענדער מיט'ן זיסן גמרא ניגון.
פלוצלינג ווערט די שטילע אטמאספער אדורכגעשניטן מיט א שטורמישע שיסעריי, טראחחח!! טראחחח!!! עס גייט נישט אדורך קיין פינף מינוט, און מ'הערט סירענעס פון אמבולאנס און פאליציי.
וואס איז געשעהן? ווער שיסט אין אן עיר התורה אינמיטן די נאכט? נאך א שטיקל בירור, איז ארויסגעקומען די פאלגענדע מעשה:
געווען א יוד, געהייסן ט'ער ר' יאנקל. דער ר' יאנקל איז אן איש תמים, ער ווייסט נישט פון קיין חכמות, נישט קיין אונטער-חכמות און אוודאי ניט קיין אויבער-חכמות, א יעדע קליינע שאלה פונעם אויפשטיין ביזן זיך לייגן ועד בכלל, רעדט ער זיך דורך מיט א מורה הוראה, אדער לפחות א תלמיד חכם א בר אוריין, לדעת המעשה אשר יעשון.
לעצטנס איז רעב יענקל אריינגעפאלן מיט א שווערן פעקל. זיין אייגענע טאכטער שרי האט אנגעפאנגען ביטערליך צו גליטשן פונעם אידישן וועג (און שולדיג איז ווער? איבעריג צו זאגן אז דער טריפה'נער אינט.. וואס איז הורס כל חלקה טובה), ער האט פראבירט איבערמידליך איהר צו איבערצייגן מיט גוטנס ווי מיט בייזנס, אז עס איז נישט פארהאן קיין אנדערע דרך ווי די דרך המסורה לנו מדור דור, אבער ליידער איז אלעס געפאלן אויף טויבע אויערן. זי האט שוין טועם געווען פונעם עץ הדעת, און ס'איז שוין לאנג דערנאך.
שרי'ס מאן - מוישי - אן איידעם א שטיק שווער, איז אויך נישט געווען קיין גרויסער תענית חלום, אבער פארט א טראפ יראת שמים האט ער פארמאגט, און ער האט נישט געהאלטן ביים פארזעצן צו לעבן מיט אזא נידריגע פרוי. ער האט פראבירט כל טצדקי שבעולם איהר צו צופרידן שטעלן, כדי איהר צו מחזיר זיין על דרך הסלולה, אבער העלה חרס בידו, און ער האט געצוואונגענערהייט געמוזט אויפגעבן, ונתפרקה החבילה.
די ווייטאג איז נאך גרעסער, אז שרי האט געהאט צוויי קינדער מיט זיך, איין פערצן יעריגער אינגל און איין צוועלף יעריגע מיידל, עס האט זיך אנגעפאנגען א שטיקל קאסטאד"י בעט"ל, און מ׳איז געקומען לידי הסכמה אז די מאמע וועט האדעווען די קינדער כמנהג העולם, און דער טאטע וועט באקומען וויזיטעישנס איינמאל א וואך.
עס איז נישט אריבער קיין לאנגע צייט, און לדאבון כל בית ישראל, האט שרי געטראפן איהר ליבע, א באויפרעינד רח"ל. שרי האט זיך ארומגעדרייט מיט איהם בפרהסיא, און אנגעמאכט בושות און בזיונות פאר די גאנצע משפחה.
אונזער ר' יענקל, א איד א ירא שמים, דער מצב איז איהם דערגאנגען עד דכדוכה של נפש, ער ווייסט נישט ווי אזוי זיך אהערצונעמען. ער איז געלאפן פרעגן א שאלה פון א תלמיד חכם, וואס דארף מען טוהן אין אזא פאל.
דער תלמיד חכם, א חשוב'ער בר אוריין, דרייט מיטן פינגער אהין און אהער, און ער קומט אן צו א פשוטע מסקנא: וויבאלד די מיידל איז צוועלף יאהר אלט, איז עס א שאלה פון יחוד מיטן באויפרעינד, און ווי באקאנט איז דער איסור פון יחוד יהרג ואל יעבור, ממילא איז נישט פארבליבן קיין אנדערע ברירה, נאר צו הרג'ענען דאס מיידל. איי, מ'וועט אייך איינזעצן דערפאר? מיט'ן קאורט וועט מען זיך שוין אן עצה געבן, יעצט לערנט מען דאך תורה, נישט קיין געזעץ.
ר' יאנקל, מיט א צובראכן הארץ, לקיים מצות ועשית ככל אשר יורוך, פארט אראפ קיין אהייא, האנדלט זיך איין א שיסער, און ער ווארט ביז אינמיטן די נאכט, דעמאלס ברעכט ער אויף די אפארטמענט וואו זיין טאכטער און אייניקלעך האלטן זיך אויף.
ער כאפט די לעצטע בליק אויף זיין אייניקל, טרערן פליסן איהם פון די אויגן, דער יצר-הרע פראבירט איהם פיבערהאפטיג אפרעדן פון אויספיהרן די אקט, מיט אלע ערליי אויבער-חכמ'ישע היתרים, און נאך מיט א שלייער פון גוטסקייט און רחמנות. אבער ער איז זיך מתגבר, מוח שליט על הלב, יעצט איז נישט קיין צייט צו רחמנות האבן.
ער שרייט אויס "יהרג ואל יעבור"!!! און לאזט אפ דעם צינגל פונעם שיסער. די קוילן ווערן גלייך אריינגעשאסן אין די יונגע הארץ פון דאס מיידל, בלוט הייבט אן צו שפריצן, קולות און יללות. ובערת הרע מקרבך!
אט אזא פסק האבן מיר זוכה געווען צו הערן דא אין קאווע שטיבל, פון די אריות שבחבורה.
--------
יעצט אין אביסל מער אן ערנסטע מינע, וועל איך מברר זיין, וויפיל טעותים זענען דא אין אזא פסק, עטליכע פון זיי זענען שוין געהערט געווארן במקומם:
1. דער אגרות משה איז מתיר אפילו לכתחילה ייחוד ביי בתו החורגת. (און כאטש עס זענען פארהאן אסאך אחרונים חולקים, לכאורה וועלן זיי נאך אזויפיל מסכים זיין, אז עס איז נישט יהרג ואל יעבור).
2. אפילו אויב עס איז פארהאן אן איסור יחוד, איז זי נאר א פנויה, וואס איז א דרבנן מבית דינו של דוד. (און אפילו אויב מיר וועלן אננעמען ווי דער משנה ברורה אז יעדע פנויה איז א חזקת ערוה, איז נאך אלס דא דעת התוספות אז ביי נדה איז ייחוד נאר א דרבנן, כיון דסופה ליטהר).
3. ביי יחוד איז נישטא קיין יהרג ואל יעבור, עס הייסט נישט קיין אביזרייהו דגילוי עריות ווייל עס איז נישט קיין איסור לאו. (רמ"א יורה דעה סימן קנ"ז סעיף א).
4. ביי א שב ואל תעשה איז נישטא קיין יהרג ואל יעבור.
5. ביי א פרוי איז נישטא קיין יהרג ואל יעבור, לויט רוב פוסקים צוליב קרקע עולם.
6. אפילו ווען ס'איז דא א פסק פון יהרג ואל יעבור, איז עס נאר א חיוב אויפן עובר, אבער אין קיין שום פאל וועט נישט ווערן מותר פאר א צווייטן איהם צו הרג'נען כדי ער זאל נישט עובר זיין. ופשוט. (וראיה לזה, דאל"כ למה לנו היתר מיוחד לדין רודף. ודו"ק).
נ. ב. למותר להדגיש שאין בכוונתי להתקיף את הכותב שלא כתב זאת מדעתו, אלא הביא רק דבריו של פלוני, וכל המשל לא נכתב אלא לשבר את האוזן ששמעה על הר סיני לא תרצח.

אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: די לעיקוואד׳ער פאטווא
הערליך אראפ געלייגט א קאריקאטור פון די מעשה וואס איך האב געהערט און אראפ געברענגט. דאס האב איך געוואלט, אז מ'זאל ארומשמועס'ן די מעשה און ארויסברענגען די הלכה שבו.
די מראה מקומות זענען גוט, און מ'דארף נאך אויסשמועס'ן. דער לעצטע נקודה מיט די ראיה פון רציחה איז א חלק פון די סברא פון מאי חזית וכו' ועי' בחי' הגר"ח הלוי בזה, און בל"נ ווען איך 'על זיין ביים דעסקטאפ שפעטער, וועט מען צולייגען מן הבא בידי אויפ'ן נידון.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: די לעיקוואד׳ער פאטווא
נקודה 2. ווער איז מחולק מיט תוספות? לכאורה איז פשוט און מוכרח כן, דלא שייך לחלק בדאורייתא בין נשוי לאינו נשוי, ובפרט שגם בנשוי יש איסור מדרבנן אם לא נבעלה כבר.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
מ'פלעגט זאגען אין די אלטע היים אויף לאטייניש reduction ad absurdum. דער חילוק פון דיין מעשה מיט די מעשה וואס איך האב געשריבען איז טאקע וויבאלד דיין מעשה איז עקסטרעם. די עקסטרעמקייט נעמט צו דער אמת פון די הלכה. לאמיר אבער זען וואס מ'קען ארומשמועס'ן אין די הלכה שבו.
1. דער היתר פון דער אגרות משה איז זייער שווער איינצושלינגען, וכמו שביארתי שם, און זיין ראיה איז ווייט פון מפורש. אבער פון וואנעט האט מען מחליט געווען אז די חולקים זענען 'נאר' חולק אויף די איסור און נישט אויף די דאורייתא וכו'. ס'איז עפעס א מאטעמאטישע חשבון וואס מ'מאכט? איך ווייס דער אונגארישע דזשאו"ק פון אפושי פלוגתא לא מפשינן, אבער יעדער ווייסט אז ס'איז נישט צום זאך.
2. תוספות (סנהדרין לז.) רעדט פון די אייגענע ווייב. יעצט דארף מען פארשטייען די סברא פון תוספות, פארוואס איז סופה ליטהר אנדעריש ווי אן אנדער'ן ערוה. אין די תוספות אין סנהדרין איז דער לשון וי"ל דלא אסרה תורה אלא כעין אמו דלא עבידא דמשתריא אבל נדה סופה ליטהר עכ"ל. דאס וואלט לכאורה געמיינט א סברא פון פת בסלו, וואס ס'איז נאר דא ביי די אייגענע ווייב. דער עומק איז אז דער קורבה לעריות פון יחוד איז געבויט אויף דעם אז יחוד איז א זאך וואס איז סופה לבא לידי בעילה, און פאר דעם איז עס אליינס א חלק פון עריות. וויבאלד סופה ליטהר, איז עס בכלל נישט סופה לבא לידי בעילת איסור, און ממילא איז עס נישט דומה צו 'כעין אמו'. אזוי וואלט אפשר געווען א סברא. אבער אין דער לשון פון תוספות אין סוטה ז. שטייט אביסל אנדעריש, וואס דארט וואלט מען נישט אזוי געזאגט. ויש לומר דוקא יחוד דעריות דאין להן היתר דומיא דבן עם אמו אסרה תורה אבל נדה לא ע"כ. דאס איז משמע א קולא אין די ערוה פון נדה וואס פאר דעם קען מען נישט ארויסלערנען פון כי יסיתך אחיך.
די אלע חילוקים פון די ערוה פון נדה, כגון ביי פטור יבום, זענען געווידמעט צו איהר פאל דייקא. למשל ביי יבום זאגט תוספות אז נדה איז אנדעריש. איך האב געלערנט טייטש אין תוספות אז יבום איז א מצוה וואס די פרוי איז גע'אסר'ט אויף די מאן, מחמת איסור עריות, און דער מצות יבום איז אז די צוויי זאלען זיך דוקא חתונה האבען. דער איסור גייט דוקא אויפ'ן מצוה, און אזוי ווערט דער פטור יבום. ביי נדה וואס ס'איז 'הביאה בשעתה אסורה', הייסט'ס נישט דער זיווג טויג נישט, וואס איז א דירעקטע סתירה צו די מצוה וואס זאגט אונז אז די זיווג איז יא אויסגעהאלטען, נאר אז מיט די פרוי טאר מען יעצט קיין באציאונגען נישט האבען. איך וואלט נישט געשפארט צו אנדערע הלכות אן א סברא וואס פאסט דארט, דון מיניה ואוקי באתריה.
3. דער רמ"א זאגט טאקע אז אפילו אן איסור לאו איז ביהרג ואל יעבור. דער ש"ך ברענגט א ראיה פון דעם צום שיטת הרמב"ם אז קריבה לעריות איז מה"ת ווייל ווען נישט וואלט דער גמרא אין סנהדרין נישט געזאגט יהרג ואל יעבור אויף אביזרייהו דעריות. יעצט ממנ"פ, אדער האלט מען ווי דער רמב"ם און ס'בלייבט דאורייתא און דרבנן'ס זענען נ ישט ביהרג ואל יעבור, אדער דארף מען אננעמען אז אפילו דרבנן'ס איז דא א דין פון יהרג ואל יעבור. ס'שטייט נישט אין שו"ע אז דרבנן'ס זענען אויסגעשלאסען, נאר פון די חומרא פון די ש"ך קומט אויס די קולא.
4. דאס איז אין יענער רמ"א דארט, אז נאר קום ועשה איז ביהרג ואל יעבור. דער פשט אין דעם איז נישט קיין חומרא אדער קולא, נאר וויבאלד די מקור אז עריות איז ביהרג ואל יעבור איז פון רציחה, כי כאשר יקום איש על רעהו ורצחו נפש כן הדבר הזה, הייסט'ס אז פונקט ווי ס'איז דא א הלכה פון מאי חזית דדמא דידך סומק טפי, דילמא דמא דההוא גברא סומק טפי, ממילא איז די גאנצע הלכה אז דיין בלוט איז נישט ווערט מער ווי יענעמ'ס, אבער ווען ס'איז פארקערט און זיך הרגנ'ען כדי יענער זאל לעבען, זאגט מען מאי חזית דדמא דההוא גברא סומק טפי. אזוי אויך ביי עריות. דיין בלוט איז נישט מער ווערט ווי דער ביאת איסור, אבער דער ביאת איסור איז נישט ווערט מער ווי דיין בלוט, ס'איז די זעלבע זאך. אזוי איז מבואר אין תוספות סנהדרין עד: מסביר צו זיין די היתר פון קרקע עולם. דער רמב"ם ברענגט אבער נישט די היתר פון קרקע עולם, און די ערשטע שטיקל פון ר' חיים אין זיין ספר קומט דאס מסביר זיין, פארוואס די סברא פון מאי חזית איז נישט גילטיג ביי עריות, עיי"ש.
אין אונזער פאל (נישט דער קאריקאטור, נאר דער אמת'ער פאל) רעדט זיך פון צונעמען קאסטאד"י פון א פרוי, וויבאלד די טאכטער וועט עובר זיין אויף יחוד. יעצט דער איסור זעלבסט איז טאקע נאר בשוא"ת וואס דער רמ"א איז מכריע אז ס'איז נישט ביהרג ואל יעבור. אבער דער סברא איז אז לעבען און עריות, כולל אביזרייהו וקרקע עולם, איז אייניג און מ'קען נישט עובר זיין אויף רציחה און אוועק נעמען א נפש מישראל צו פארדינען נישט עובר זיין אויף עריות, פונקט ווי מ'קען נישט עובר זיין עריות צו פארדינען א נפש מישראל. ווען מיר דארפען מאכען א חשבון פון קאסטאד"י איז עס נאך נישט קיין פערטיגע פסק אז די קינד וועט שטארק ליידען פון נישט האבען א מאמע'ן און דאס וועגט איבער אלע חשבונות, ווייל די הלכה זאגט אונז אז ס'איז דוקא אייניג נישט וויכטיגער ווי עריות. טאקע הרגנ'ן טאר מען נישט וועגען דער שיטה פונ'ם רמ"א זעלבסט, אבער מיט'ן נעמען א שטעלונג אין ווער זאל האבען קאסטאד"י האט עס נישט. דארט קלערט מען פון די וויכטיגקייט פון יעדער טענה פון די צוויי צדדים, און מ'וועגט וועלכע איז וויכטיגער.
5. דער זעלבע ווי אות 4. נישט ווייל א פרוי איז אנדעריש, נאר ווייל זי איז קרקע עולם וואס בלייבט שוא"ת. בידים איז זי פונקט אזוי מוזהר אויף יהרג ואל יעבור.
6. פונקט ווי אות 4. דער סבה וואס מ'קען יענעם נישט הרגנ'ן פאר אן איסור ביהרג ואל יעבור איז דוקא ווייל די גאנצע הלכה איז נאר בשוא"ת, וכמבואר לעיל.
יעצט איז נאך דא אסאך אויסצושמועס'ן אין די פראקטישקייט פון די נושא, צו אוועק נעמען קינדער איז א פארטיגע רציחה, צו דאס לעבען מיט אן אנשטעטיגע טאטע און זיין נייעם ווייב איז בעסער ווי זיך איינטיילען צוזאמען מיט א פרוי וואס האט זיך נאך נישט באזעצט אין א משפחה לעבען איז אזא געפערליכע קלאפ פאר'ן קינד וואס דערמיט זאל מען אזוי מוותר זיין אויף אלע אידישקייט מעלות פון זיין מיט א טאטע און א געזעלשאפט פון פרומקייט. מ'רעדט נישט פון אינגאנצען אוועק גנבנ'ן, נאר פון לאזען דער רעזידענטשע"ל קאסטאד"י ביים טאטע, מיט וויזיטעישע"ן פאר'ן מאמע איין מאל א וואך, פונ'ט ווי מ'מאכט אסאך מאל צו טאטע'ס.
איך ווייס נישט, איך שמועס נאר אויס.

דעת תורה האט געשריבן:נקודה 2. ווער איז מחולק מיט תוספות? לכאורה איז פשוט און מוכרח כן, דלא שייך לחלק בדאורייתא בין נשוי לאינו נשוי, ובפרט שגם בנשוי יש איסור מדרבנן אם לא נבעלה כבר.
הרבה ראשונים חולקים, הן בפנויה נדה, והן בנשוי כשלא נבעלה. ואי״ה בהמשך אציין את מקורם.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
- האט שוין געלייקט: 470 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
להגדיל תורה ולהאדירה איז אינטערעסאנט צו ציצייכענען ציץ אליעזר ח''ו סימן מ' אות כ''א וואס איז אויכעט מקיל שאין בזה איסור יחוד אבער דווקא כשלקחום לאימוץ בגיל שהיחוד אינו אסור בהם
אמנם בציץ אליעזר ח''ז סימן מ''ד וסימן מ''ה הביא רבנים המשיגים עליו, ביניהם הג''ר איסר יהודה אונטרמן
וכן באוצה''פ ח''ט עמוד קל-קלב הביא להחמיר בשם האדמו''ר מליובאוויטש והג''ר עזרא עטייה ועוד
ופע''א כשהיה נוגע למעשה דיברתי עם הג''ר דוד קאהן גבול יעבץ המרא דאתרא של ''אהל'' [כלומר שעוסק בשאלות כאלו תדיר] והיה מהסס ומתלבט הרבה מלסמוך על האגרות משה בשופי
רבי שלמה זלמן איז נאר מתיר בת ו' (ואצ''ל בן ח') עפ''י דברי החזו''א (או''ח סימן ט''ז ס''ק ח' ד''ה כתב במ''ב) דלא שייך הרהור

אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
Kool man האט געשריבן:פארוואס? דער שאס פון ר' יאנקעל האט געמוזט זיין גאהר א הילכיקער, אז ס'האט זיך געהערט פון אהייא ביז די שטילע לעיקוואוד, אזש די אמבולאנסען אין לעיקוואוד האבען זיך גענומן פליען מקול הקויל..
לויט ווי איך פארשטיי, איז ער נאר געפארן קיין אהייאא קויפן די גאן, וויבאלד דארטן איז גרינגער מיט גאן קאנטראל געזעצן, און ער איז צוריקגעקומען קיין ניו דזשערזי צו מקיים זיין די מצוה, וויבאלד די חפצא של מצוה האט זיך אויפגעהאלטן דארטן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
1. איך ווייס נישט וואס איז אזוי שלעכט מיט די היתר פון ר׳ משה, (און כ׳האב נאך ביזדערווייל נישט געהערט קיין נארמאלע פירכא אויף זיין ראיה).
די סיבה פארוואס כ׳האב געשריבן אז די אנדערע וועלן ״לכאורה״ מודה זיין אז ס׳איז נישט קיין יהואי״ע, איז ווייל עס איז א מעשים בכל יום, און כ׳האב קיינמאל נישט געהערט מ׳זאל אזוי פארפיהרן אקעגן דעם, וכן נראה מלשונם. (ובדרך אגב גם בשו״ת ציץ אליעזר האריך להקל בזה, שו״ר שה[tag]מור וקציעה[/tag] ציין לזה).
מיין טאטע קומט נישט פון בודאפעסט, און מיין מאמע שטאמט נישט פון דעבריצין, און מיט דעם אלעם איז אפושי פלוגתא נישט קיין דזשאוק, עס איז א דבר המסתבר, ווען איך זעה צוויי רבנים פונעם זעלבן דור, ביידע אולטרא ארטאדאקסיש געשטימט, איינער שרייט מותר לכתחילה און דער אנגערירט יהרג ואל יעבור, אויב איך האב נישט קיין הכרח דערצו, זאג איך עס נישט.
2. די סברא פון סופה ליטהר איז לאו דוקא פאר די אייגענע ווייב, ווייל אפילו פאר א פרעמדן גייט זי אויך ווערן א פנויה טהורה, (וואס לכל היותר, וועט זי זיין באיסור לאו). עיי״ש במהר״ם בסנהדרין, שמבאר דיש ב׳ תירוצים נפרדים בתוס׳ חדא משום סופה ליטהר וחדר משום פת בסלו. וכן הבין הג״ר יצחק אלחנן מקובנא בדעת התוספות. (הובא בשו״ת מור ואבלות מהדו״ק דף צ״ד ע״ב).
3. כנראה האסטו נישט פארשטאנען מיינע ווערטער, אין רמ״א זעהט מען אז יהואי״ע גייט אן נאר ביי אן איסור לאו, אבער ייחוד אפילו עס איז א דאורייתא איז עס נישט קיין איסור לאו, איז ממילא נישטא קיין דין פון יהואי״ע. (עיי׳ בביאור הגר״א אבן העזר סימן כ״ח ס״ק ד׳ שכתב דייחוד הוא איסור עשה, ולכן אין לוקין עליו).
4. 5. 6. מסקנת הדברים איז אז לכל הדעות איז נישטא קיין יהואי״ע ביי א שוא״ת. דער טעם הדבר האסטו זייער שיין מסביר געווען, אבער ביי רציחה איז יא דא א חידוש פון רודף אז בקום ועשה הרג׳עט מען דעם רודף, און מ׳זאגט נישט מאי חזית.
איך בין מסכים אז מ׳קען נישט מדמה זיין צו אוועק רויבן א קינד פון איהר/זיין מאמע/טאטע און זאגן אז עס איז כאשר יקום איש על רעהו ורצחו נפש כן הדבר ההוא.
אבער מיין נקודה איז דער עיקר אויף די קאלטבלוטיגע פסק, מיט א כלומפערישע אפענע הלכה שאין לערער אחריה, און אוועק נעמען אלע אנדערע שיקולים.
בנוגע לגוף הדבר, האב איך שוין געשריבן במקומו, אז איך קען פארשטיין אזעלכע וואס רעליגיע איז ביי זיי נאך בעפאר די בעיסיק נידס פונעם קינד, זאלן זאגן אז מ׳דארף אלעס פארקוקן און דער עיקר אז די לעוועל פון רעליגיע פון די קינדער זאל נישט שוואכער ווערן. נאר אפילו לדידהו, איז רוב מאל דא פלאץ צו דן זיין, אויב אוועק נעמען די קינדער אינגאנצן פון די עלטערן, וועט נישט אפעקטירן די ערליכקייט פון די קינדער אין דע לאנג ראן. נאר וואס דען? צווישן אונז גערעדט, רוב מאל איז עס מער אזא מין נקמה אדער עונש אינעם אנדערן צד, און מ׳מיינט אפילו נישט די טובה פון די קינדער, כאשר כתבתי במקומו.

און אז מרעדט שוין פון דעם ענין איז אין פלאץ צו אויסצישמועסן א גאר מאדנע creepy פסק פון טייל עסטעבלישמענט רבנים וואס פסקענען אז די עדאפּטעד מיידעל זאל גיין אין מקוה מדי חודש בחודשי ממילא איז נישט דא קיין יחוד לראשונים שמתירים פילגש
אנדערע עסטעבלישמענט רבנים האלטען אז עס איז קעגען די באקאנטע תשובת הריב''ש וואס זאגט אז מיידלעך גייען נישט אין מקוה שלא להרבות זנות ולא תהיה קדישה [וואס איז טענה קלושה מאוד בנידן דידן]
לדעתי איז הייסען א יונג מיידעל פון צוועלעף דרייצען יאר צו גיין אין מקוה זייער נישט קיין געזונטע זאך
אין בארא פארק איז דא א רב א עוסק בצרכי ציבור הרב יעקב מילר ער האט א שול אויף 12 & 58 (אן איידעם ביי הרב יודא טינויער ז''ל פון שומרי שבת) וואס איז גראדע אן ערענסטע ת''ח און א גוטע לערנער, נאר איז ליידער בעווה''ר שטארק קיצוניש נוסח אונגארן [אבער היות ער איז א פאפא תלמיד און ער האט נישט געלערענט אין סאטמר האט זיך זיין אונגארישע קנאות עוואלווד אביסעל אנדערש ווי אחים לויפער, פיליפ, וכו'] וואס פירט א מלחמת חרמה קעגען מענטשען וואס ציען אויף יתומים און זענען נישט מקפיד אויף יחוד וכבר הרס הרבה משפחות במערכה שלו והוא באחת ומי ישיבנו
אנדערע עסטעבלישמענט רבנים האלטען אז עס איז קעגען די באקאנטע תשובת הריב''ש וואס זאגט אז מיידלעך גייען נישט אין מקוה שלא להרבות זנות ולא תהיה קדישה [וואס איז טענה קלושה מאוד בנידן דידן]
לדעתי איז הייסען א יונג מיידעל פון צוועלעף דרייצען יאר צו גיין אין מקוה זייער נישט קיין געזונטע זאך
אין בארא פארק איז דא א רב א עוסק בצרכי ציבור הרב יעקב מילר ער האט א שול אויף 12 & 58 (אן איידעם ביי הרב יודא טינויער ז''ל פון שומרי שבת) וואס איז גראדע אן ערענסטע ת''ח און א גוטע לערנער, נאר איז ליידער בעווה''ר שטארק קיצוניש נוסח אונגארן [אבער היות ער איז א פאפא תלמיד און ער האט נישט געלערענט אין סאטמר האט זיך זיין אונגארישע קנאות עוואלווד אביסעל אנדערש ווי אחים לויפער, פיליפ, וכו'] וואס פירט א מלחמת חרמה קעגען מענטשען וואס ציען אויף יתומים און זענען נישט מקפיד אויף יחוד וכבר הרס הרבה משפחות במערכה שלו והוא באחת ומי ישיבנו
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: די לעיקוואד'ער פאטווא
ס'גיין אין מקוה העלפט דאך נאר א האלבע חודש...
וא"כ מה הואילו 'חכמים' בתקנתם?
וא"כ מה הואילו 'חכמים' בתקנתם?
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
1. איך האב צוויי פראבלעמען מיט די היתר פון ר' משה. א' איך בין אביסל באקאנט אין תשובות וכדו', אזויפיל צו וויסען אז געווענדליך מוז א הלכה שטייען ערגעץ. אמאל פון א קשיא קען מען זען אז די סוגיא האט אן אנדערע'ן פשט, און דערנאך איז די סוגיא גאר די מקור פאר'ן חידוש להלכה. דא האט ר' משה געהאט א קשיא, וז"ל משמע מסוטה סוף דף מ"ג מהא דא"ר יצחק א"ר יוחנן משום ראב"י חורגתא הגדילה בין האחין אסור לינשא לאחין דמתחזיא כי אחתייהו, דלא היה היכר בהנהגת האב עם החורגתא מהנהגתו עם בתו, ואם לא היה נוגע בה ולא היה מתייחד עמה כמו עם בתו היה זה ניכר לעלמא דהא דוחק לומר דהוא דמתחזיא לאלו שרואין רק שהיא נמצאת שם בבית יאמרו שהיא בת להאב ואחות להאחין, וכי יסברו כן גם על משרתת שכורה כמה שנים אצלם שאסורה לינשא לאחין שא"כ משמע שהוא דוקא מחמת שמתנהג עמה כהנהגת האב עם בתו ממש ואם היה זהיר מלהתייחד עמה שלא כהנהגת כו"ע עם בתם היה זה היכר גדול שאינה אחותם ולא היה שייך לאסור, והגמ' דמסיק דאין הלכה כן הוא משום דקלא אית לה למלתא הוא מידיעת בני העיר שבשעה שנשא את אשתו זו היה לה בת שקבל עליו לזונה ולפרנסה ולהשיאה כמו לבתו שמהם ידעו אף האינשי הנולדים והבאים אח"כ להעיר, אבל גם הם סברי שהנהגת האב עם החורגתא היתה כהנהגתו עם בתו ממש ע"כ. דער גמרא אסר'ט א מענטש חתונה צו האבען מיט די קינד פון זיין טאטע'ס א פרוי וואס איז מיט איהם אויפגעהאדעוועט ווייל מ'קען זיך טועה זיין אז ס'איז א שוועסטער. פרעגט ר' משה אז מ'זעט דאך אז ער איז זיך נישט מתייחד מיט'ן קינד.
אפילו מ'עט אננעמען די קשיא פאר א קשיא, הזאת ראיה? אין א גמרא ווייט פון הלכות יחוד זאל די גמרא אונז מגלה זיין אזא זאך? בויען א נייע הלכה פון א קשיא איז נישט מדרכי הפוסקים, נאר בצירוף אנדערע גמרות צו אסאך קשיא'ס. און דא איז טאקע שערי תירוצים לא ננעלו. די דוחק תירוצים קוקען נישט אויס אזוי דוחק'דיג. יא, יחוד איז א זאך וואס איז נאר אין שטוב, קיינער זעט נישט. און די משרתת וואס ער ברענגט איז אויך נישט קיין ראיה. הגע בעצמך, אויב זיין צושטעל צו א משרתת איז ריכטיג, ט'ווי קען מען זיך מתייחד זיין מיט א קינד וואס איז גאנצליך אדאפטע"ד, לשיטתו? און נאך דחיות זענען פארהאנען אויף זיין ראיה בכללות, ווייל די תקנת חכמים איז אז מ'דארף רעכענען מיט די קינד ווי א שוועסטער, און חז"ל האבען איהר גע'אסר'ט ווי אי שוועסטער, א משרתת קען מען דאס נישט זאגען. איך פארשטיי נישט מה כל הרעש.
די חולקים דארפען נישט מסכים זיין וועגען די מעשים בכל יום, וויבאלד ס'איז גארנישט אזוי באשטעטיגט אז ס'איז מעשים בכל יום אז מ'איז זיך מתייחד, רוב מענטשען וואוינען אין שטוב נישט אין גאס, און די טאטע איז אייביג דא. איך געדענק נישט זיך מתייחד זיין מיט מיין מאמע'ן, און איך בין נישט אדאפטע"ד (עכ"פ כפי ידיעתי). און ר' משה איז גענוג א בר סמכא אז מענטשען זאלען זיך פארלאזען אויף איהם. איך קען איינער וואס האט אדאפטעד וואס האט מיר געזאגט אז ווען די קינד וואקסט אונטער וועט ער דארפען מחמיר זיין, און אזוי האט ער געהערט פון פוסקים.
דאס סברא פון אפושי פלוגתא לא מפשינן פאסט פאר מאן דלא גמיר איניש שמעתתא. יעדער סברא און הלכה האט איהר פשט, און ווען איינער האלט אז דאס גייט אריין אין איסור יחוד, איז כל הדברים האלו בה, און דאס וואס א צווייטע האלט אנדעריש איז בכלל נישט קיין סבה אז זיין מיינונג איז בטל אפילו בחלקו. נאר דער וואס זיין אידישקייט איז געזעלשאפט נישט תורה, קען מיינען אז דאס איז א סברא, און פאר דער טעם האב איך עס אנגערופען אן אונגארישע דזשאו"ק וואס צומאל קען אריינשלעפען תמומותדיג'ער פוילישע\ליטווישע\רוסישע\גאליציאנער.
2. דער סברא פון סופה ליטהר ודעימיה האב איך טאקע געזען אין ציץ אליעזר ווי ער ברענגט א ריי פוסקים וואס רעדען פון יחוד מיט א נדה, כולל דער מר ואהלות מיט נאך, און טאקע די חכמת אדם האלט בפשיטו אז ס'איז א דאורייתא, וואס מסתמא וועגען דעם האט דער זיידע אנגענומען אז ס'איז א דאורייתא (דער זיידע איז גראדע א איד א ת"ח בר אוריין בר אבהן, אבער ער איז א גרויסע מחמיר, בעיקר פאר זיך נישט פאר אנדערע. נאר יעצט אין אדם נתפס על צערו, איך וואלט איהם נישט באשייגעצט פאר'ן וועלען אויסשפילען זיין געוועזנע שנור, אז מ'וויל באשולדיגען אין די מעשה'ס זאל מען ענדעריש באשולדיגען די העלפער'ס)
3. דער רמ"א זאגט אז אפילו א לאו נישט קיין מיתה איז ביהרג ואל יעבור, נישט אז נאר א לאו איז ביהרג ואל יעבור. ער רעדט נישט פון דרבנן'ס, ופשוט.
4. דאס הרגנ'ן א רודף האט גארנישט מיט די סוגיא פון יהרג ואל יעבור, דער תורה האט איהם מחייב געווען מיתה, וכמבואר שם בסנהדרין 'בדמים קננהו', ועי"ש בראשונים ואכמ"ל.
צו דיין תוספת בין איך אויך מסכים אז למעשה איז עס א זעלטענע זאך אז מ'זאל קענען קאלטעהייט דן זיין אויף די קינד. איבעראל איז דא פרטים און פרטי פרטים, און תאוות הנצחון ותאוות הנקמה פארדעקט מיט פרומקייט. אבער דער ענין פון 'מ'הארגע'ט א קינד' זיין די גאנצע סוגיא איז לאו דוקא אמת.
דאס נישט אראפגייען אין אידישקייט איז אויך פולקאמער נאנסענ"ס. אזוי ווי אין יעדע הלכה איז מען מקיל לעת הצורך, ומה צורך גדול יש לנו מער ווי אז א קינד זאל האבען עלטער'ן? מ'פארלאזט זיך אויף שיטות משיטות שונות צו קענען דאווענען נאך זמן תפלה שבת און יו"ט, מ'טרעפט א היתר צו באגנבנ'ן די רעגירונג, מ'פארלאזט זיך אויף א שיטה פון האלב די ראשונים אז מ'קען מערב זיין א רה"ר מיט א צוה"פ ווייל מ'דארף ששים ריבוא, מ'פארלאזט זיך אויף א היתר פונ'ם צאנזער רב צו עסן האנד מצות הגם אז א מאשין טוט א סאך בעסערע דזשא"ב, מ'פארלזאט זיך אויף א היתר ערכאות וואס ליגט באהאלטען ביים ווינער רב און אויף א היתר נישט צו גייען אין בי"ד וואס ליגט ביי זיך אין בוזעם, אלס פאר גרויסע צרכים. נו, פארוואס איז דאס נישט קיין צורך? האבען א טעלעוויזשען און טרינקען חלב סתם און נישט גלייבען אין בעש"ט צו וואס איז נישט ביהרג ואל יעבור, און אנדערע זאכען זענען יא.
וואס טאקע וואלט איהר געהאלטען ווען די טאטע שמד'ט זיך גענצליך און וויל נעמען די קינדער אין קלויסטער? קע מען דעמאלס רעדען פון די קינד'ס רעכט צו האבען א טאטע?

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 91
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל
לכאורה איז די עיקר ראיה פון אחותו החורגת אז מ'זעהט פון די גמרא עס איז א נארמאלע זאך שמתנהג כבתו און אוודאי איז נישט נארמאל אז מ'זאל דארפן מקפיד זיין אויף ייחוד אין אזא פאל, וואס ברענגט צו אן א שיעור מאדנע הנהגות און מאכט עס כמעט אוממעגליך צו פירען א נארמאלע שטוב אויב די טאטע קען קיינמאל גיין אין די ארבעט ווען ער האט א יונגל אדער די מאמע ביי א מיידל. אזא ריזיגע שינוי בסדרי בראשית וואלט געדארפט שטיין קלאר אז עס איז אסור, נישט ווי ליטוואק מיינט פארקערט, אז הנהגות ע"פ הלכה וואס זענען מהפך סדרי בראשית דאס איז ביי עם די פשטות און אז מ'מעג זיך פירען נארמאל דאס דארף א מקור מפורש. עד כדי כך עס ווערט גאר יהרג ואל יעבור פון דער בויך סברא. איך ווייס נישט וואס שטעט אין יוראפ האט צוטוהן מיט די וויכוח.
עס איז אויך פשוט, און אזוי איז פעסטגעשטעלט אין סייענס, אז די כלל שאין אדם מתאווה לקרוביו האט נישט מיט ביאלאגיע נאר מיט וועם מ'וואקסט אויף און מ'פירט זיך בקרבה ווי א משפחה, און איז אויך נוהג ביי עדאפטעד. ממילא פשוט אז מ'גייט מיט א טראפ שכל האט נישט קיין זין אסר'ן ייחוד אין אזא פאל.
ר' ליטוואק'ס באהויפטונג אז ער געדענקט נישט זיך מייחד זיין מיט זיין מאמע איז א מדרש פליאה אדער א חוסר הבנה מוחלט. דיין טאטע איז נישט געגאנגען צו די ארבעט? צו דאווענען מעריב? וכו' וכו'. אפשר געדענקסטו נישט ווייל דאס איז נארמאל, עס איז נישט אפילו בגדר "ייחוד", סך הכל די נארמאלע הנהגה פון א שטוב, און דאס איז טאקע די עומק סברא ישרה פון די אגרות משה.
עס איז אויך פשוט, און אזוי איז פעסטגעשטעלט אין סייענס, אז די כלל שאין אדם מתאווה לקרוביו האט נישט מיט ביאלאגיע נאר מיט וועם מ'וואקסט אויף און מ'פירט זיך בקרבה ווי א משפחה, און איז אויך נוהג ביי עדאפטעד. ממילא פשוט אז מ'גייט מיט א טראפ שכל האט נישט קיין זין אסר'ן ייחוד אין אזא פאל.
ר' ליטוואק'ס באהויפטונג אז ער געדענקט נישט זיך מייחד זיין מיט זיין מאמע איז א מדרש פליאה אדער א חוסר הבנה מוחלט. דיין טאטע איז נישט געגאנגען צו די ארבעט? צו דאווענען מעריב? וכו' וכו'. אפשר געדענקסטו נישט ווייל דאס איז נארמאל, עס איז נישט אפילו בגדר "ייחוד", סך הכל די נארמאלע הנהגה פון א שטוב, און דאס איז טאקע די עומק סברא ישרה פון די אגרות משה.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 91
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל
שוב חשבתי טאמער איז ליטוואק גערעכט אז עס איז נארמאל זיך נישט מייחד זיין פאלט דאך אוועק די גאנצע טענה ביי זיין מעשה אז די קינד וועט זיך מתייחד זיין, מהיכי תיתי?
בכלל אפילו אן דער לשיטתיה איז דער טענה צ"ע, איינער צווינגט איר דען זיך מייחד זיין? טאמער וועט מען איר מדריך זיין און זי וועט פאלגען וועט זי זיך דאך נישט מייחד זיין, און טאמער פאלגט זי נישט וואס האט עס מיט אונז?
בכלל אפילו אן דער לשיטתיה איז דער טענה צ"ע, איינער צווינגט איר דען זיך מייחד זיין? טאמער וועט מען איר מדריך זיין און זי וועט פאלגען וועט זי זיך דאך נישט מייחד זיין, און טאמער פאלגט זי נישט וואס האט עס מיט אונז?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
- האט שוין געלייקט: 470 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
בעצם האט שוין אונזער ליטוואק אנגערירט די נקודה
אוודאי איז פשטות הסוגיא חדש אסור,
רבי אפרים זלמן'ס היתירים אויף סירכה'ס זענען דוחקים [דער חת''ס שרייבט אין די תשובות (כמדומה שמובא בפתחי תשובה) נאכדעם וואס ער ברענגט אים ''שומר נפשו ירחק מכל אלה'' על אף שהעריצו מאוד]
די תשובות פון משכנות יעקב לגבי שישים רבוא זענען ידם על העליונה קעגען בית אפרים
די רמ''א אין די תשובות איז מתיר סתם יינם נישט ווייל ער האלט אז עס איז מותר
און הלל האט מתקן געווען פרוזבל מיט א טעכנישע לאפ האול נגד כוונת התורה
וכעין זה היתר עיסקא, היתר מכירה, מכירת חמץ וכהנה וכהנה
און רבי משה זצ''ל האט מתיר געווען אימוץ ילדים/יתומים
ווייל אונזער תורה איז a breathing document
אוודאי איז פשטות הסוגיא חדש אסור,
רבי אפרים זלמן'ס היתירים אויף סירכה'ס זענען דוחקים [דער חת''ס שרייבט אין די תשובות (כמדומה שמובא בפתחי תשובה) נאכדעם וואס ער ברענגט אים ''שומר נפשו ירחק מכל אלה'' על אף שהעריצו מאוד]
די תשובות פון משכנות יעקב לגבי שישים רבוא זענען ידם על העליונה קעגען בית אפרים
די רמ''א אין די תשובות איז מתיר סתם יינם נישט ווייל ער האלט אז עס איז מותר
און הלל האט מתקן געווען פרוזבל מיט א טעכנישע לאפ האול נגד כוונת התורה
וכעין זה היתר עיסקא, היתר מכירה, מכירת חמץ וכהנה וכהנה
און רבי משה זצ''ל האט מתיר געווען אימוץ ילדים/יתומים
ווייל אונזער תורה איז a breathing document
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: די לעיקוואד'ער פאטווא
איך ווייס נישט צו איהר ווייסט, אבער ווען בעלה בעיר איז נישט דא קיין יחוד.
איך ווייס אויך נישט וואס נארמאלע לעבען האט מיט גמרות. טאמער ס'איז נישט אין כלל פון יחוד, דארף עס ערגעץ שטייען און ביזדערווייל שטייט עס נישט, אפגעזעהן צו ס'איז א 'נארמאלע זאך'.
דאס מתיר זיין איז גאר פון בויך. בויך מיינט נישט אז ס'שטימט נישט, נאר אז ס'שטייט נישט אין ש"ס
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
איך ווייס אויך נישט וואס נארמאלע לעבען האט מיט גמרות. טאמער ס'איז נישט אין כלל פון יחוד, דארף עס ערגעץ שטייען און ביזדערווייל שטייט עס נישט, אפגעזעהן צו ס'איז א 'נארמאלע זאך'.
דאס מתיר זיין איז גאר פון בויך. בויך מיינט נישט אז ס'שטימט נישט, נאר אז ס'שטייט נישט אין ש"ס
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
- האט שוין געלייקט: 470 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: די לעיקוואד'ער פאטווא
מ'האט אויך נישט דערמאנט צוויי זאכען.
א. ר' משה זאגט נישט די סברא ווייל ס'איז רגיל בה כבתו. אדרבא, ער זאגט אז לאחר מיתת אשתו אם הילדה, זאל מען זיך נישט מייחד זיין. ער זאגט אז ווען ער איז א מאן פון איהר מאמע'ן, האט ער מורא אז וועט אויסזאגען צום מאמע'ן. איך ווייס נישט צו דאס איז געבונדען מיט דעם אז זי וועט וויסען אז ער האט אן איסור געטוהן, א זאך וואס גייט נישט אן ביי פרוצים, צו דאס איז ווייל סתם אזוי וויל זי נישט אז איהר מאן זאל זיך דרייען מיט אנדערע, וואס איז א היינטיגע ערשיינונג, נישט מזמן הש"ס.
ב. אז דער עולם וויל גלויבען אז א שטיף טאטע קוקט אן א שטיף טאכטער ווי אן אייגענעם, און מ'טראכט נישט פון אומאיינגענעמע באציאונגען. דאס איז אלס ווען זיין שייכות איז טאקע ווי א טאטע. ווען אבער ער איז סתם א באיפרענ"ד, וואס האט דאס קינד אין בוידעם, גילט נישט אזא סברא בכלל.
איי וועסטו פרעגען א סתירה צווישען א. און ב.? להגדיל תורה ולהאדירה
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
א. ר' משה זאגט נישט די סברא ווייל ס'איז רגיל בה כבתו. אדרבא, ער זאגט אז לאחר מיתת אשתו אם הילדה, זאל מען זיך נישט מייחד זיין. ער זאגט אז ווען ער איז א מאן פון איהר מאמע'ן, האט ער מורא אז וועט אויסזאגען צום מאמע'ן. איך ווייס נישט צו דאס איז געבונדען מיט דעם אז זי וועט וויסען אז ער האט אן איסור געטוהן, א זאך וואס גייט נישט אן ביי פרוצים, צו דאס איז ווייל סתם אזוי וויל זי נישט אז איהר מאן זאל זיך דרייען מיט אנדערע, וואס איז א היינטיגע ערשיינונג, נישט מזמן הש"ס.
ב. אז דער עולם וויל גלויבען אז א שטיף טאטע קוקט אן א שטיף טאכטער ווי אן אייגענעם, און מ'טראכט נישט פון אומאיינגענעמע באציאונגען. דאס איז אלס ווען זיין שייכות איז טאקע ווי א טאטע. ווען אבער ער איז סתם א באיפרענ"ד, וואס האט דאס קינד אין בוידעם, גילט נישט אזא סברא בכלל.
איי וועסטו פרעגען א סתירה צווישען א. און ב.? להגדיל תורה ולהאדירה
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
מ׳קען זיך נאך אסאך ארומ׳טענה׳ן אין די פרטי ההלכות, אבער למסקנה זענען מיר אלע מסכים אז עס איז ראנג.
צו די פוסקים וואס זענען מחולק מיטן אגרות משה און ציץ אליעזר וועלן האלטן יהרג ואל יעבור צו נישט איז נישט אזוי נוגע. איינס, ווייל עס איז נאך דא די אנדערע טענות וואס כ׳האב געשריבן. צוויי, ווייל כ׳וואלט נישט גע׳הרג׳עט קיינעם אויב האב איך צוויי גדולי עולם וואס האלטן אז עס איז מותר לכתחילה, (אפילו ווען נישט, וואלט איך אויך נישט גע׳הרג׳עט, איך לאז דיזע מצוות פאר אנדערע אידן...)
אבער, ועוד והוא העיקר, די טענה וואס [tag]פארשוויגען[/tag] האט דערמאנט, מהיכי תיתי אז עס וועט זיין פראבלעמען פון ייחוד? ווער הייסט דיר זיך אריינלייגן אין פראבלעמען? וואס אינטרעסירט אונז בכלל וואס טוהט זיך ביי יענעם.
די גמרא דערציילט אין ברכות (דף י ע״א) אז חזקיהו המלך האט נישט געוואלט האבן קיין קינדער ווייל ער האט געוואוסט בנבואה אז ער וועט האבן בנין דלא מעלין, זיינע קינדער וועלן אראפ גיין פון אידישן וועג רח״ל.
ער האט זיי נישט געוואלט הרגענען, נאר פשוט מונע זיין זיי זאלן מלכתחילה נישט האבן געבוירן, פארוואס דען האט א ייד קינדער אויב נישט זיי זאלן אויסוואקסן און דינען דעם באשעפער? לכאורה א ריכטיגע אויסגעהאלטענע טענה.
וואס האט איהם ישעיהו הנביא געענטפערט? בהדי כבשי דרחמנא למה לך? מאי דמיפקדת איבער לך למיעבד, ומאי דניחא קמי קוב״ה ליעבד.
ווער הייסט דיר זיך אריינלייגן אין זאכן וואס געהערן נישט צו דיר. דו ביסט נישט געקומען אויף די וועלט צו פיהרן די וועלט, דו ביסט געקומען אויף די וועלט צו פארריכטן וואס ס׳ליגט אין דיינע הענט.
די גאנצע עשקני׳שע מהלך פון פארזיכערן די רעליגיע-סטאנדארטן פון קינדער, דורך פאר׳ארבעטן מעשים צו אוועק נעמען די קינדער, איז קעגן די גמרא, און איז איין שטיק כפירה, כוחי ועוצם ידי, מ׳מיינט אז מ׳פיהרט די וועלט, מ׳שפילט זיך ארום מיט לעבנס פון יינגע נשמות, אלעס אין נאמען פון אט די עבודה זרה.
חוץ פון דער פאקט אז קינדער וועלן כמעט אייביג צוריקציהען צו זייערע ביאלאגישע עלטערן, און דעמאלס אויסדרייען זייער רוקן צו די אלע עשקנים און העצערס. די נאטורליכע ליבשאפט פון עלטערן צו א קינד און פון א קינד צו זיינע עלטערן איז אייביג שטערקער פון אלעס סארטן שנאות און מצוות.
דאס אלעס שרייב איך, ווייל עס איז מיר לעצטנס אויס געקומען מיט צו האלטן פון דער נאנט, ווי אזוי גערופענע גאט׳ס פארזארגערס האבן מיטן שלייער פון רעליגיע ארויסגעריסן דריי לעכטיגע קינדערלעך פון זייער מוטער׳ס ארעם.
און צו אייך אחים לדעה זאג איך:
לאמיר פארמערן גוטס אינעם לעבן, אז אלע שלעכטס זאלן אפשטארבן.
לאמיר פארשפרייטן שלום אויף דער וועלט, אז די מלחמות זאל זיך נישט געפונען קיין פלאץ.
לאמיר משדר זיין רחמנות אויפן ערד, אז די ברוטאלעטעיט זאל זיך נישט האבן אין וואס צו אנכאפן.
לאמיר באשפריצן די לופט מיט ליבשאפט, אז אלע שנאות זאלן פארשוועמט ווערן.
לאמיר אנפיהלן די אטמאספער מיט רואיגקייט, אז די ווילדקייט זאל פארשטיקט ווערן.
לאמיר באלייכטן די גאסן מיט נארמאלקייט, אז די טונקעלע פאנאטישע עקסטרעמיזם זאל נעלם ווערן.
גאט איז מיט אונז, אלוהי השלום, אלוהי הרחמים, ואלוהי האהבה!
מעט אור דוחה הרבה מן החושך!
צו די פוסקים וואס זענען מחולק מיטן אגרות משה און ציץ אליעזר וועלן האלטן יהרג ואל יעבור צו נישט איז נישט אזוי נוגע. איינס, ווייל עס איז נאך דא די אנדערע טענות וואס כ׳האב געשריבן. צוויי, ווייל כ׳וואלט נישט גע׳הרג׳עט קיינעם אויב האב איך צוויי גדולי עולם וואס האלטן אז עס איז מותר לכתחילה, (אפילו ווען נישט, וואלט איך אויך נישט גע׳הרג׳עט, איך לאז דיזע מצוות פאר אנדערע אידן...)
אבער, ועוד והוא העיקר, די טענה וואס [tag]פארשוויגען[/tag] האט דערמאנט, מהיכי תיתי אז עס וועט זיין פראבלעמען פון ייחוד? ווער הייסט דיר זיך אריינלייגן אין פראבלעמען? וואס אינטרעסירט אונז בכלל וואס טוהט זיך ביי יענעם.
די גמרא דערציילט אין ברכות (דף י ע״א) אז חזקיהו המלך האט נישט געוואלט האבן קיין קינדער ווייל ער האט געוואוסט בנבואה אז ער וועט האבן בנין דלא מעלין, זיינע קינדער וועלן אראפ גיין פון אידישן וועג רח״ל.
ער האט זיי נישט געוואלט הרגענען, נאר פשוט מונע זיין זיי זאלן מלכתחילה נישט האבן געבוירן, פארוואס דען האט א ייד קינדער אויב נישט זיי זאלן אויסוואקסן און דינען דעם באשעפער? לכאורה א ריכטיגע אויסגעהאלטענע טענה.
וואס האט איהם ישעיהו הנביא געענטפערט? בהדי כבשי דרחמנא למה לך? מאי דמיפקדת איבער לך למיעבד, ומאי דניחא קמי קוב״ה ליעבד.
ווער הייסט דיר זיך אריינלייגן אין זאכן וואס געהערן נישט צו דיר. דו ביסט נישט געקומען אויף די וועלט צו פיהרן די וועלט, דו ביסט געקומען אויף די וועלט צו פארריכטן וואס ס׳ליגט אין דיינע הענט.
די גאנצע עשקני׳שע מהלך פון פארזיכערן די רעליגיע-סטאנדארטן פון קינדער, דורך פאר׳ארבעטן מעשים צו אוועק נעמען די קינדער, איז קעגן די גמרא, און איז איין שטיק כפירה, כוחי ועוצם ידי, מ׳מיינט אז מ׳פיהרט די וועלט, מ׳שפילט זיך ארום מיט לעבנס פון יינגע נשמות, אלעס אין נאמען פון אט די עבודה זרה.
חוץ פון דער פאקט אז קינדער וועלן כמעט אייביג צוריקציהען צו זייערע ביאלאגישע עלטערן, און דעמאלס אויסדרייען זייער רוקן צו די אלע עשקנים און העצערס. די נאטורליכע ליבשאפט פון עלטערן צו א קינד און פון א קינד צו זיינע עלטערן איז אייביג שטערקער פון אלעס סארטן שנאות און מצוות.
דאס אלעס שרייב איך, ווייל עס איז מיר לעצטנס אויס געקומען מיט צו האלטן פון דער נאנט, ווי אזוי גערופענע גאט׳ס פארזארגערס האבן מיטן שלייער פון רעליגיע ארויסגעריסן דריי לעכטיגע קינדערלעך פון זייער מוטער׳ס ארעם.
און צו אייך אחים לדעה זאג איך:
לאמיר פארמערן גוטס אינעם לעבן, אז אלע שלעכטס זאלן אפשטארבן.
לאמיר פארשפרייטן שלום אויף דער וועלט, אז די מלחמות זאל זיך נישט געפונען קיין פלאץ.
לאמיר משדר זיין רחמנות אויפן ערד, אז די ברוטאלעטעיט זאל זיך נישט האבן אין וואס צו אנכאפן.
לאמיר באשפריצן די לופט מיט ליבשאפט, אז אלע שנאות זאלן פארשוועמט ווערן.
לאמיר אנפיהלן די אטמאספער מיט רואיגקייט, אז די ווילדקייט זאל פארשטיקט ווערן.
לאמיר באלייכטן די גאסן מיט נארמאלקייט, אז די טונקעלע פאנאטישע עקסטרעמיזם זאל נעלם ווערן.
גאט איז מיט אונז, אלוהי השלום, אלוהי הרחמים, ואלוהי האהבה!
מעט אור דוחה הרבה מן החושך!
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: די לעיקוואד'ער פאטווא
פארוואס, דו האסט פארגעסן דער המשך הגמ' וואס חזקי' האט געטון ווען ער האט אונטערגעהערט א שמועס פון די 2 בנים אז זיי פלאנען צו ג'יין דינען עבודה זרה...
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
- זבולון
- שריפטשטעלער
- הודעות: 277
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
- האט שוין געלייקט: 542 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עי' כאן בנידון דידן
אז די ליטוואקעס שרייבן שוין יא מופתים, זאלן זיי זיך לערנען אינגאנצן פון די חסידים, ווי אזוי מ'דערציילט הימל-שאקלנדע בעל-שם'סקער מעשיות.
אין - כי הכל הבל