א פערספעקטיוו: עסן פיש vs פרעסן טשולענט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6312 מאל

א פערספעקטיוו: עסן פיש vs פרעסן טשולענט

שליחה דורך יואב »

פאלגנד איז וואס כ'האב מתחילה געשריבן בתורת תגובה'לע, געקלערט דאס אריינצוקוועטשן ערגעצוואו. למעשה זע איך נישט אן אשכול וואו אהין ס'איז פאסיג דאס זאל ווערן אריינגעשטופט. ס'איז נישט פון די זאכן וואס איך וויל וויסן, ס'איז אויך נישט פון די זאכן וואס כ'האב נישט געוויסט ביז היינט; ס'רעגט מיך נישט אויף און ס'ברענגט מיך נישט קיין שמייכל ווי טרערן צוגלייך. אלזא עפן איך דעם דאזיגן אשכול, גבאים קענען זיך ארומווארפן דערמיט כטוב בעיניהם, אדער אויב קען דער עולם ברענגן מער קרישקעלעך פון דאס הינטער-באוויסטזיניגע צביעות בתוך די חוקים ומשפטים בל ידעום פון אונזער קרומער געזעלשאפט, דאן קען דאס דינען אלס אן אשכול פאר אזאנע צוועקן.

ובזה החלי. מ'הערט כסדר פון אידן אזוי פון דער ארבעים לבינה יארגאנג ולמעלה זיך אפרעדן איבער "דאס פרעסעריי" פון טשולענט והמסתעף בליל ששי. סארא פראסטע און נייע מנהגים די יוגנט ברענגט אריין בתוך קהל ה'. און חוץ פונעם עצם פרעס, סארא ביזיון און ביליגקייט איז דאס צו נעמען עפעס וואס מ'האמער שטענדיג געוויסט אז דאס איז א מאכל מיוחד לשבת, און דאס עסן בימות החול גלאט אזוי.

למעשה, פרייטאג אינדערפרי אז טרעט איך איבער דעם שוועל פון אן אכילה געשעפט מיך איינצוהאנדלען א פת שחרית אזוי צווישן האבן פארענדיגט דעם למען תזכור איידער איך הייב אן דעם פרק תהלים, באמערק איך אן אינטערסאנטע זאך – אדער אפשר איז דאס שוין גארנישט אזוי אינטערסאנט.

איך זעץ מיך אראפ אין א ווינקל, צומאל ברויך איך אליינס אפוואשן דעם טיש דארט וואו עפעס אן אומערצויגענער האט אפגע'אכל'ט בעפאר מיר. מ'הייבן מיר אן מיט א שלינג קאפי להורות את הדרך, דאס מויל זאל זיין גרייט צו אקאמאדירן דעם פרישטאג. פון דארט איז מען משלים די וואטסעפפ וואויסנאויטס וועלכע זענען געפארן אהין און צוריק דורכאויס א לאנגווייליגער נאכט פאר עטליכע ידידים, און מידי דברו כאפ איך א בייס אין דעם בייגל מבטל צו זיין די שמונים ושלשה מחלות התלויים במרה. דא דארט איז מן המובחר א וויש צו טאן מיט דער סערוועטקע אויף דער שפתיים שמיצאק, ווידעראמאל א זופ קאווע און א בליק אויף די אקטיווע אשכולות וועלכע האבן זיך נאך דערווייל גארנישט געטוישט פון וויאזוי זיי זענען געווען פאר א האלבער שעה צוריק.

נישט ווייט אבער זיצן עטליכע אנ"ש געבויגן ראשם ורובם איבער טעצלעך אין וואס ס'שווימען ארום פיש פון מערערע סארטן, אלעס איז שטייצעך אך ורק מבושל און נישט חלילה גריל גרויל, געבאקן געשמאקן. אכן מה נהדר היה המראה! די פיש האבן זיי שוין טאקע אפגעווישט אזוי כלחוך השור את ירק השדה, אבער זענען נאך ווייט פון פארטיג. מ'נאגט אויס די ביינער מיט עטליכע פינגער נאך ווען דאס קוטשמע שלינגט איין די אויגן-ברעמען און דער שאל האט טועם צו זיין את כל מה שהשאיר הבארד.  דאן כאפט מען דאס זעמל מיט ביידע הענט און מען מאכט דעם טעלער קאטשעניו טרוקן ווי א זומפ. ליתר שאת איז מען נאך זוכה צו פי שנים, מ'פילט נאכאמאל אן דאס טעלערל, מ'האקט און מ'בריקעוועט לשם שמים אלץ נאך זיצענדיג פארפעלצט אינעם חסידישן מאנטל אזש דאס שפייאכץ זינגט דעם ברוך ה' יום יום ביז אראפ צו די געדערעם. דערנאך גייט מען אהיים טיילן פעטש פאר די קינדער מיט הענט וועלכע טאנצן נאך אונטער איינפלוס פונעם קאטשעניו און שלעפן מיט זיך דאס גערוך פון א פיש-סטאר .

היוצא לנו מזה: קיינער גיבט נישט קיין שניט פאר דעם שבת, דער פרעסט טשולענט און דער האקט שבת'דיגע ( כלשונם) פיש. אז נישט אין א רעסטוראנט – אויך אפגעפרעגט ביי עכטע יראים ושלמים – איז דאס אינדערהיים. און באופן כללי טוט דאס אילוסטרירן דעם "איך מעג און דו טארסט נישט." ס'איז נאך א ביישפיל פון דעם אראגאנט-איגנאראנטישן באקסל דאמאנירט דורך א געמיש פון פרימיטיווע סענטימענטאלן און סתם שלעכטקייט פון וואנען די חברה זעען די בריאה. דער משל איז אפשר א נארישער, אבער אפילו די קליינע ביישפילן שטרייכן אונטער וויאזוי ס'אפערירט זייער מהלך המחשבה – א גאנג וואס אפעקטירט פונדעמענטאלע חלקים אינערהאלב אונזער הלוך ילך.

כ'האב געזען אגב נאכברענגען פון דעם קאמארנער א פארדאמונג איבער דעם גאנצן "לכבוד שבת קודש בי עס". ער טענה'ט אז וועמען ווילסטו פאפן מיט דעם, כאילו דו עסט דאס נישט ווייל דו ביזט הונגעריג אדער פשוט ווייל דו גלייכסט דאס. אלזא איז ער מציע אז מ'זאל זאגן "וקראת לשבת עונג". שוין, דער עיקר איז אז מ'זאגט.

 "געהאקטע לעבער, געהאקטע צרות, בלינצעס געפילטע פיש א גוטן פורים." ( קוני ראטענבערג)

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר