א פערספעקטיוו: עסן פיש vs פרעסן טשולענט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

א פערספעקטיוו: עסן פיש vs פרעסן טשולענט

שליחה דורך יואב »

פאלגנד איז וואס כ'האב מתחילה געשריבן בתורת תגובה'לע, געקלערט דאס אריינצוקוועטשן ערגעצוואו. למעשה זע איך נישט אן אשכול וואו אהין ס'איז פאסיג דאס זאל ווערן אריינגעשטופט. ס'איז נישט פון די זאכן וואס איך וויל וויסן, ס'איז אויך נישט פון די זאכן וואס כ'האב נישט געוויסט ביז היינט; ס'רעגט מיך נישט אויף און ס'ברענגט מיך נישט קיין שמייכל ווי טרערן צוגלייך. אלזא עפן איך דעם דאזיגן אשכול, גבאים קענען זיך ארומווארפן דערמיט כטוב בעיניהם, אדער אויב קען דער עולם ברענגן מער קרישקעלעך פון דאס הינטער-באוויסטזיניגע צביעות בתוך די חוקים ומשפטים בל ידעום פון אונזער קרומער געזעלשאפט, דאן קען דאס דינען אלס אן אשכול פאר אזאנע צוועקן.

ובזה החלי. מ'הערט כסדר פון אידן אזוי פון דער ארבעים לבינה יארגאנג ולמעלה זיך אפרעדן איבער "דאס פרעסעריי" פון טשולענט והמסתעף בליל ששי. סארא פראסטע און נייע מנהגים די יוגנט ברענגט אריין בתוך קהל ה'. און חוץ פונעם עצם פרעס, סארא ביזיון און ביליגקייט איז דאס צו נעמען עפעס וואס מ'האמער שטענדיג געוויסט אז דאס איז א מאכל מיוחד לשבת, און דאס עסן בימות החול גלאט אזוי.

למעשה, פרייטאג אינדערפרי אז טרעט איך איבער דעם שוועל פון אן אכילה געשעפט מיך איינצוהאנדלען א פת שחרית אזוי צווישן האבן פארענדיגט דעם למען תזכור איידער איך הייב אן דעם פרק תהלים, באמערק איך אן אינטערסאנטע זאך – אדער אפשר איז דאס שוין גארנישט אזוי אינטערסאנט.

איך זעץ מיך אראפ אין א ווינקל, צומאל ברויך איך אליינס אפוואשן דעם טיש דארט וואו עפעס אן אומערצויגענער האט אפגע'אכל'ט בעפאר מיר. מ'הייבן מיר אן מיט א שלינג קאפי להורות את הדרך, דאס מויל זאל זיין גרייט צו אקאמאדירן דעם פרישטאג. פון דארט איז מען משלים די וואטסעפפ וואויסנאויטס וועלכע זענען געפארן אהין און צוריק דורכאויס א לאנגווייליגער נאכט פאר עטליכע ידידים, און מידי דברו כאפ איך א בייס אין דעם בייגל מבטל צו זיין די שמונים ושלשה מחלות התלויים במרה. דא דארט איז מן המובחר א וויש צו טאן מיט דער סערוועטקע אויף דער שפתיים שמיצאק, ווידעראמאל א זופ קאווע און א בליק אויף די אקטיווע אשכולות וועלכע האבן זיך נאך דערווייל גארנישט געטוישט פון וויאזוי זיי זענען געווען פאר א האלבער שעה צוריק.

נישט ווייט אבער זיצן עטליכע אנ"ש געבויגן ראשם ורובם איבער טעצלעך אין וואס ס'שווימען ארום פיש פון מערערע סארטן, אלעס איז שטייצעך אך ורק מבושל און נישט חלילה גריל גרויל, געבאקן געשמאקן. אכן מה נהדר היה המראה! די פיש האבן זיי שוין טאקע אפגעווישט אזוי כלחוך השור את ירק השדה, אבער זענען נאך ווייט פון פארטיג. מ'נאגט אויס די ביינער מיט עטליכע פינגער נאך ווען דאס קוטשמע שלינגט איין די אויגן-ברעמען און דער שאל האט טועם צו זיין את כל מה שהשאיר הבארד.  דאן כאפט מען דאס זעמל מיט ביידע הענט און מען מאכט דעם טעלער קאטשעניו טרוקן ווי א זומפ. ליתר שאת איז מען נאך זוכה צו פי שנים, מ'פילט נאכאמאל אן דאס טעלערל, מ'האקט און מ'בריקעוועט לשם שמים אלץ נאך זיצענדיג פארפעלצט אינעם חסידישן מאנטל אזש דאס שפייאכץ זינגט דעם ברוך ה' יום יום ביז אראפ צו די געדערעם. דערנאך גייט מען אהיים טיילן פעטש פאר די קינדער מיט הענט וועלכע טאנצן נאך אונטער איינפלוס פונעם קאטשעניו און שלעפן מיט זיך דאס גערוך פון א פיש-סטאר .

היוצא לנו מזה: קיינער גיבט נישט קיין שניט פאר דעם שבת, דער פרעסט טשולענט און דער האקט שבת'דיגע ( כלשונם) פיש. אז נישט אין א רעסטוראנט – אויך אפגעפרעגט ביי עכטע יראים ושלמים – איז דאס אינדערהיים. און באופן כללי טוט דאס אילוסטרירן דעם "איך מעג און דו טארסט נישט." ס'איז נאך א ביישפיל פון דעם אראגאנט-איגנאראנטישן באקסל דאמאנירט דורך א געמיש פון פרימיטיווע סענטימענטאלן און סתם שלעכטקייט פון וואנען די חברה זעען די בריאה. דער משל איז אפשר א נארישער, אבער אפילו די קליינע ביישפילן שטרייכן אונטער וויאזוי ס'אפערירט זייער מהלך המחשבה – א גאנג וואס אפעקטירט פונדעמענטאלע חלקים אינערהאלב אונזער הלוך ילך.

כ'האב געזען אגב נאכברענגען פון דעם קאמארנער א פארדאמונג איבער דעם גאנצן "לכבוד שבת קודש בי עס". ער טענה'ט אז וועמען ווילסטו פאפן מיט דעם, כאילו דו עסט דאס נישט ווייל דו ביזט הונגעריג אדער פשוט ווייל דו גלייכסט דאס. אלזא איז ער מציע אז מ'זאל זאגן "וקראת לשבת עונג". שוין, דער עיקר איז אז מ'זאגט.

 "געהאקטע לעבער, געהאקטע צרות, בלינצעס געפילטע פיש א גוטן פורים." ( קוני ראטענבערג)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווען מיין רבי אין חדר האט געהאקט קעגן די חנוכה פארטי'ס וואסערע ביטול תורה דאס איז וכו' היות חז''ל האבן נישט מחייב געווען, האב איך תמימת'דיג געפרעגט אין כ''א כסלו האבן אויך חז''ל נישט מחייב געווען
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יואב: איך מיין אז דו ביסט אן אייניקל פון יואב בן צרויה. דו ביסט א גענעראל פון א קאמעדי שאו. דער שאו איז דאס לעיבן. דו לייגסט מורא'דיג קלאר אראפ דעם מצב און דו ברענגסט ארויס די איראניע אז די זעלבע מענטשן וועלכע באקלאגן זיך און וויינען אויף די ירידת הדורות פון די טשאלנט פרעסערס און וועלכע זענען מבזה מאכלי שבת, זיי אליין טוען די זעלבע זאך נאר אויף א סאך א הארבערן אופן. און נאכדערצו מיט פיש-סרח'דיגע הענט.
דעיס איז א כלליות'דיגע פראבלעים, אז געוויינטליך די זעלבע מענטשן וועלכע זענען די מוסר זאגערס, זיי אליינס זענען עובר אויף די זעלבע זאך נאר מיט א שמיץ אריבער. למשל ביי אינז אין ביהמ"ד איז דא א יונגערמאן וועלכער האט א קראנקהייט אז ער מוז "שישקען". אפילו ס'איז שטיל און קיינער רעדט נישט. כש"כ ווען איינער זאגט ארויס א ווארט צו זיין חבר אדער א גוט מארגן. אבער ווען ער אליין כאפט א זאפטיגן שמועס בין גברא לגברא. צווישן איין וואטסעפפ מעסעדזש און דעם צווייטן, דאס באמערקט ער בכלל נישט...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס איז דער גרויסע מעשה? נאך די אלע שרייאכצער פון די וואס זענען שטארק מכבד שבת, פארקויפט מען נאך טשולענט ליל ששי אין גרויסען. די חברה האבען נישט מצליח געווען צו פארשטילען דער הונגער פון הונדרעטער יונגעלייט מיט דרשות. איז פארוואס פילסטו אז די מענטשען טוען דיר אפ? מ'קען דיר נאר נידריג מאכען טאמער דו לאזט זיך. הער אויף זיי גורס צו זיין, און זייער היפאקריס"י וועט דיר אויך נישט שטערען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז דער גרויסע מעשה? נאך די אלע שרייאכצער פון די וואס זענען שטארק מכבד שבת, פארקויפט מען נאך טשולענט ליל ששי אין גרויסען. די חברה האבען נישט מצליח געווען צו פארשטילען דער הונגער פון הונדרעטער יונגעלייט מיט דרשות. איז פארוואס פילסטו אז די מענטשען טוען דיר אפ? מ'קען דיר נאר נידריג מאכען טאמער דו לאזט זיך. הער אויף זיי גורס צו זיין, און זייער היפאקריס"י וועט דיר אויך נישט שטערען.

אוי אוי א ריכטיגער ליטאי וואס פארשטייט נישט צו א זאפטיגן פיש זאפט ארטיקל..!?!
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

יואב האט געשריבן:שפתיים שמיצאק

:like :like

יואב איך קען ארויף לייגן א טרעי"ד מאר"ק אויף דעם?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

דער שאל האט טועם צו זיין את כל מה שהשאיר הבארד.
:like :like :like :like
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ספר שולחן הטהור להרה"ק מקאמארנא עמ' קיא.
[האמיר א בפירושע מקור אויף נישט עסן שבתדיגע פיש בימות החול. אויף טשולענט שטייט נישט, אבער עכ"פ לויט דער הגיון דארף יעדער איבערלאזען עכ"פ איין מאכל נישט צו עסן אינדערוואכען].
I have a dream
Martin Luther King ~
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: א פערספעקטיוו: עסן פיש vs פרעסן טשולענט

שליחה דורך טמיר »

יואב, יעדעס ווארט דיינער איז אמת ויציב וכו' ושפתים ישק וכו'. נאר איין הערה אויב כ'מעג זאגן (כ'מיין, ווער בין איך צו זאגן, אבער דאך) אפשר אפאר ווערטער וואס מ'וואלט נישט געדארפט צו זאגן, ס'איז מסתם געווען כשגגה שיצאה מפי השליט . נעמליך: טרוקן ווי א זומפ. כ'מיין זייט ווען איז א זומפ טרוקן? אזוי האט מען דיך אויסגעלערנט אין חדר?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

קודם כל וואס האלסטעך אזוי קליין?

כ'האב קיין סך קאפ נישט אריינגעלייגט אין דעם ארטיקל, אבער כ'האב דאס אריינגעשטעלט בכוונה ווייל מיינע מלמדים האבן אזוי געטייטשט דעם ואני. א סך האבן געזאגט "געלעכערט" ווי א זומפ. אין מיין באנוץ איז דאס לאו דוקא ליטעראל. זאלן זיי ווען האבן געטייטשט רייך ווי א זומפ, זילבער ווי א זומפ אדער ליכטיג ווי א זומפ וואלט איך דאס גענוצט אזוי. נישט ביים זוכן א צוגלייך צו טרוקן, נאר ביים זוכן א צוגלייך צו רייך, זילבער אדער ליכטיג.

אגב, שכח פאר'ן ארויפברענגען מיינע ישן נושנ'דיגע סחורה וועלכע ליגן באגראבן במצולת קפה. א גוט'ן מועד.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: א פערספעקטיוו: עסן פיש vs פרעסן טשולענט

שליחה דורך קל וחומר »

הרב יואב, מבין ריסי עיניך ניכר אז ד'האסט נישט זוי גוט אויסגעהערט אין חדר, 'געלעכערט אזוי ווי א זיפ' (מיר זיפן די מעהל, מיר באקוקען די ביצים)
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

קל וחומר האט געשריבן:הרב יואב, מבין ריסי עיניך ניכר אז ד'האסט נישט זוי גוט אויסגעהערט אין חדר, 'געלעכערט אזוי ווי א זיפ' (מיר זיפן די מעהל, מיר באקוקען די ביצים)

לאל. עפעס דערמאן איך מיך. זופ האט מסתם נישט געמאכט צופיל מער סענס ווי זומפ, פייער-אפפער, פיין מעל און נון. זעט אויס ס'האט זיך ראנג רעגיסטרירט אין מיין מח. א מעטטער פון שרייבן קאודס.

און אוודאי האב איך אויסגעהערט. אפשר נישט וויאזוי דער כהן האט איינגעטונקען זיין פינגער אין בלוט און געשפריצט "שפרענג" וואסער, אבער ואני? האלט מיך נישט פאר אזא עם הארץ.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א פערספעקטיוו: עסן פיש vs פרעסן טשולענט

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

און וואס איז מיט 'דעמפען', 'פימפערנאטער', 'געצעלט פון די געמיינדע'?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט