קאלאנאסקאפי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

קאלאנאסקאפי

שליחה דורך פליקער »

קאלאנאסקאפי

איך בין שוין גרויס און מער נישט קליין, איך שטעק שוין מיין פיס און זיידע שיך, איך גיי האבן א קאלאנאסקאפי, איז פארוואס זאל דען דער עולם נישט מיטהאלטן לייוו, זאל דער עולם וויסן וואס דאס איז, און וואס דער פלאן איז, און וואס איך גיי מיטמאכן מיטן הילף פון הקב"ה.

צים אלעמען ערשטן ברויכן מיר דורך שמיסן די וויכטיקייט בכלל פון די קאלאנאסקאפי, פארוואס דורך גיין די עסק ביש, פארוואס נישט איגנארירן, ווייל איגנארירן האט נאך קיינעם נישט געהיילט, ווען מען ווערט גרויס ברויך מען דאס אריבער גיין, איין ביסל פריווענטשן איז ווערט פיל מער ווי די ביטערע נאכפאלגן וואס קען קומען דורך פארפאסן א גאלדענע געלעגענהייט.

פארשטייען מיר שוין אז מען טאר נישט ווארטן ביז עפעס איז נישט און ארדענינג, נאר ווען מען הייבט שוין אן צי זען שני שערות לבנים איז ראטזאם צי ריפן דעם קאלאנאסקאפיסט, און עס איז זייער וויכטיג צי אנמערקען אז עס זענען פארהאן דאקטורים וואס מאכן דאס ביי זיך אין אפיס, איינמאל א וואך קומט א מאן מיט א לאנגען שלויך און רייסט זיך אריין ביים עולם'ס אינטן, אבער דאס איז נישט די ריכטיגע וועיג, מען ברויך גיין צי א קאלאנאסקאפי צענטער, וואס האבן פיל בעסערע מאשינען, און דערמיט פארזיכערט מען סך מער שאנצען אז ער זאל באמערקן די פראבלעמען ווען זיי זענען נאך פיל קלענער.

וואס זיכן זיי דארט, זיי וועלן אריין מיטן שלויך וואס האט א געהענגל מיט אינסטרעמענטן ראש וראשון איז די קאמארא, עס כאפט אפ אלעס וואס עס טוט זיך אינעווייניג, פון כל מיני געשווילאכצן און געוויקסן און לעכער וואס ווערט אנגערופן אלסער'ס, דאס איז ווען עס איז שוין געווענטלעך דא פראבלעמען, אבער און די געווענטליכע סקרינינג פראסעס זיכן זיי ארים פאר פאליפס, דאס זענען אזעלכע קליינע אימשילדיג אויסזענדע קליינע ווארצעלעך, וואס פאלגען נישט נאך די געווענטליכע ארדערנוג, אמאל זעיט מען דאס אינטערן ארעם אדער צווישן די פיס פון פעשע וואס שוויצען, וואס ווען א הויט דאקטאר זעיט דאס נעמט ער א שערעלע און גיבט אזא מאלע אראפ, אבער ווען עס געפינט זיך און א פארבארגן ארט ווי טיפ אין די קישקע, ברויך מען דאס סקרינען מיט די קאמארע פייפ, ווייל א פאליפ אויב לאזט מען דאס איבער האט עס א ריזיגע שאנץ צי דעוועלאפן צי א טומער ח"ו.

ווען זיי געפינען די פאליפס, ציען זיי ארויס אזא שערל פונעם ראבאטישן שלויך'ס ארסינאל, און שניידן עס אראפ, און לייגען עס אריין און אזא טעשל ווי מען זאמעלט די פאליפס, און נאכן פראצעדור שיקט מען אוועק צי א לאברעטארי פאר אינטערזיכונגען, זעין די סעליאלארע אינהאלט פון די פאליפ, עס נעמט א צוויי וואכן ביז זיי לאזן וויסן די אינהאלט דערפון און אויב מען ברויך עפעס טיען דערצי.

איצט צים עצם פראצידור, מען ברויך מאכן א אפוימטעמענט מיטן אחור פלאמבער, ער וועט מיט דיר אדורך שמיעסן די וויכטיקייט פונעם פראצעדור, ער וועט דיך אויספרעיגן די פשוטע פראגעס ווי אויב האסטו בויך וויי, אויב בליט פין אינטען, אדער אויב ער ברויך עפעס ספעציעל זיין פארזכטיג, דהיינו אז ווען דו האסט געהאט אמאל אנעסיזיע ביזטו געוועין און א סכנה.

דו ברויכסט פארשטיין אז אלעס ארבייט היינט אטאמאטיש, אפילו זיין שמייכל און ווי ער מאכט זיך נייגעריג, קוק עס אן ווי א קאר וואש, מען גייט אריין פון איין זייט מען קומט ארויס פון די אנדערע זייט, און אלעס אינדערמיט מאכט נישט אויס, דער עיקר איז אז מען זאל ארויס מיט א גאנצע קאר, אלעס איז אטאמאטיש און ראבאטיש, אבער די מעלה איז אז עס איז וויכטיג און א מינימאלע פראצעדור, ער וועט דיך נישט געדענקען און דו וועסט זייער שנעל פארגעסן פון זיי.

דער דאקטאר וועט דיר פארשרייבן א געטראנק, די געטראנק זאל מען וויסן אז עס איז דא עטליכע ערליי, אמאל איז עס געוועין א געפערליכע עקעלדיגע געטראנק, אזש אז מען איז שוין באלד אלעס מוחל אבי נישט טרינקען די חזריי, אבער היינט איז שוין דא א בעסערע וואס שפירט ווי א פשוטע זיסע געטראנק, און בכלל נישט שלעכט, על כן זאל מען מאכן זיכער אז מען פארלאנגט די סארט, און עס הייסט prepopik.

מען ברויך זיין אויסגעליידיגט פון צואה די גאנצע וועיג ארויף כדי דער דאקטאר זאל האבן א גרינגע רייזע ארויף, און קענען כאפן שיינע בילדער וואס די כל העולם כילו זאל זיך רייסן דערנאך, פארלאנגען זיי צי זיין אויף א ליקוואד דייעט פאר איין טאג איידער מען ווערט געשלויכט, און די געטראנק וואס מען טרינקט מאכט אן א חרבן, עס צימאלט די גאנצע צואה צי וואסער און מען הייבט אן מאכן ביז מען איז לער, דאס איז גריידע נישט קיין שלעכטע געפיל אז מען ווערט מיסטערעז א גוף נקי וואס אפילו גרויסע צדיקים וואלטן זיך געוואונטשען, אולי קען מען עס פארקויפן ביים מקוה איד, על מנת אז מען ניצט די בית הכיסא פין דערהיים, ווייל עס איז רייטזאם צי האבן די בית הכיסא סמוך לשלחנו, און נישט ארויסלאזן פון די אויגן ווייל אויב ברויך מען קלאפן אויף די וואנט אז אלע דבר יום היומו ליינער און אלע רייכערער זאלן שוין מאכן די פאפיר ווערק דאן וועט זיין ביטערע קאנצעקווענצען, מען וועט מאכן אין די מכנסים גארענטירט, איך זעלבסט האב געמייכנט א גאנצע נאכט יעדע שעה, עטליכע מאל האב איך זיך אויפגעוועקט און געמיינט אז עס איז שוין נאך אלעם, אבער עס אעז נאר געוועין א בייזע חלום, און איך אלע מאל אויסגעפיעט זיך צי דערקייקלען צים בעסקיס אן קיין בזיונות.

מען טאר נישט טרינקען גארנישט פון ציפרי, זיי וועלן דיך אויך נישט לאזן דרייוון קיין קאר ביז אכט שעה נאכן פראצידור, מען פילט אויס א שטויס מיט פאפירן, מען פארלאנגט אז מען זאל אלעס אויסטיען, מען טוט אן די פאריקטע פאציענט קלייד, וואס דאס איז זיכער עפעס א קאנספיריסי וואס איך קען נישט דערגיין, ווייל איך קען קיין מאל נישט פארשטיין ווי אזוי עס ברויך ארבייטן, אלע פאציענטן פון אלע שפיטעלער דרייען זיך ארים מיט זייער אחור'ס אינדערויסן פאר קיין שום סיבה, מען ווייסט שוין ווי אזוי מען פליעט ביז די לבנה, אבער די פארשטינקענע קלייד קען מען נישט מאכן א נייע ווערסיע, וואס זאל האבן עפעס א חן ציזיך מיט א לעינגערע בענדל עס זאל זיין גרינגער פארן פאציענט זיך אן עצה געבן דערמיט, זיכער העכערע זאכן.

מען לייגט אריין א אייווי און דער דאקטאר זאגט ביי ביי, אמת די שפירסט ווי ביי די סופער באל, חחח, זיכער א וויץ וואס ער מאכט שוין כאטש צוואנציג יאר, איך האב נישט אויסגעפיעט צי זאגן אז וואס איז דאס סופער באל, און די נעקסטע זאך וואס איך געדעינק א גרעבליכע נערס וועקט מיך אויף און זאגט מיר אלעס איז פארטיג, איך האב פראבירט זיין העיפלעך און פרעיגן צי איך האב עס איבערגעלעיבט, און אז זי זאל עס מיר איבערווייזן, פרעיגט זי מיך צי זי זאל מיך ציפן, האב איך איר געפרעגט צי טויטע לאזן זיך נישט ציפן, איך האב עס געשפירט פאר פאני, אבער זי האט געמאכט א גרימאס, און געפאדערט צי איך וויל וואסער אדער עפל זאפט, איך האב געזאגט אויב איז עס פריי פון אפצאל דאן געב אהער ביידע, וכך הוה, געטרינקן און זיך אנגעטיען, דער דאקטאר האט זיך באוויזן און געברעינגט די בילדער פון מיינע קישקעס און געזאגט אז איך בין פריי פאר פינף יאר און ער וועט מיר שיקן דאן א אימעל, אבער איך גלייב אז ביז דאן וועט זיין ביליגער און גרינגער צי היילן די מחלה ווי מאכן די טעסט, דער דאקטאר האט מיך מודיע געוועין אז היות ער פאמפט אריין ליפט אין מיינע קישקעס גיי איך נפחון פאר א צייט אפשניט, זאל זיין אזוי צים גיטן איך האפ נאר אז איך וועל קענען מבחין זיין ווען די נפיחה איז בלויז ליפט אדער האט עפעס ממשות, ווייל איך וועל נישט אזוי שנעל פארגעסן פון די שווערע דייעריע, זאל דער אייבישטער שיקן פאר אלע רפיאות און ישיעות וכל טוב.

פארוואס זאג איך עס אייך, ווייל איך קען.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

אוי רבונו של עולם! קיינער האט נישט ליב צו טראכטן פון קראנקהייטן און ס'שווער צו אפמאכן זיך לאזן אויסטשעקן ביים דאקטאר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גאר באלערנד און וויכטיג. א גרויסן דאנק פארן מיטטיילן דיין עקספיריענס.

-------
דער דאקטאר האט מיך מודיע געוועין אז היות ער פאמפט אריין ליפט אין מיינע קישקעס גיי איך נפחון פאר א צייט אפשניט,

ס'מיר יעצט פייגעבאלן אז מיין שכן ביי של"ש האט א קאלאנאסקאפי יעדער שבת מנחה צייט...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמעון וואלף האט געשריבן:אוי רבונו של עולם! קיינער האט נישט ליב צו טראכטן פון קראנקהייטן און ס'שווער צו אפמאכן זיך לאזן אויסטשעקן ביים דאקטאר.

אמת, אבער די אינפארמאציע איז זייער נוצבאר, און איך האב אזוינס געלאכט אז אלעס האט זיך געלוינט....

(איין זאך איז זיכער, נעקסטע וואך קויף איך נישט דעם כל העולם כולו..)
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]פליקער[/tag], זאנע רשעות!
אלע דבר יום ביומו ליינער האבן מיר געקלאפט אין סקיסע טיר פרעגן פארוואס איך לאך אזוי. גיי זיי זיי מסביר אז פליקער האט הערשט דעליווערט א זאפטיג שטיקל נפיחה, אזש די לופט דערפון דערשטיקט מיר פשוט פאר געלעכטער... :lol: :lol: :lol:

די שבת'דיגע טשולנט האט זיך אפגעזעגנט פון מיר שנעלער ווי געווענליך, און זעט אויס אז די מקוה איד דארף נאר פארקויפן אפאר מאמרים פון פליקער'ן, און דאס טוט די דזשאב פונקט אזוי גוט ווי די מיסטעריעזע געטראנק: נאכן ליינען דיינס אן ארטיקל, נפתחו ארובות התהומא ניקב"א רב"א, און ס'איז לער ווי צדיקים נאכן הכנות פראוועריי...
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: קאלאנאסקאפי

שליחה דורך טאמבל סאס »

כ'האב געקייכט פון געלעכטער. האסט א גוטע סענס אף היומער.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'פרוביר מיך פארצושטעלן, וויאזוי עס וואלט אויסגעזען א שמועס צווישן [tag]יואב[/tag] און [tag]פליקער[/tag], ווען [tag]טאמבל סאס[/tag] שטייט אין די זייט...
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

שליחה דורך ברוך בער »

געלעכטער אין א זייט איז דער נושא לעבנסוויכטיג וואס דער דבר יום ביומו ציבור ווייסט נישט גענוג דערפון אין צוגאב צו די אפשר נאך מער וויכטיג מעמאגרעמס ביי היימישע פרויען.

די אינפארמאציע אז עס איז דא היינט א זיסן געטראנק איז פיינע נייעס. שמועה שמעתי איבער א חשוב'ן רב פון ק"י וואס איז שוין געגאנגען פאר א קאלאנאסקעפי נאכן זעהן בלוט ביים ארויסגיין אבער האט אוועקשפאצירט אינמיטן טרינקען די מים סרוחים און נישט דערענדיקט. ליידער היינט איז ער שוין אין א פיהל שווערערן מצב.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: קאלאנאסקאפי

שליחה דורך פליקער »

איך בין נישט זיכער און די ווארהייט פון די אוועקשפאצירן אינמיטן די לחיים, אבער דאס איז זיכער די שמועה אז מען האט זיך געבעטן ביי אים באלד א יאר אז ער זאל נישט פארפאסן זיין געלעגנהייט, און די געבעטן זענען געהערט געווארן א יאר צי שפעט.
נאך א קעיס פון פאלטשע בטחון.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

ווען איך בין געגאנגען האט מען מיר געגעבען אפיינע געטארנק און מ'האט מיר געזאגט אז די רבנים האלטן אז מ'דארף מאכן א ברכה דערויף.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: קאלאנאסקאפי

שליחה דורך פליקער »

לגבי מעמאגראמען איז דא א גרויסע קאנטערווערסי איבער די רווחים פון די טעסט, ווייל היינט קומען זיי אויף אז עס פארשאפט פיל מער שאדן ווי רווח, ווייל די אטאמאטישקייט פון די טעסטעס ברענגען אז די דאקטורים זאלן זיך פארלאזן אויפ קאמפיאטערס צי ליינען די ריזרלטאטן, און זיי טיען נישט און באטראכט נעמען די פילע דיטאלען וואס מאכן אויס אז דער קאמפיאטער זאל ארויסשפייען א שרעקעדיגע דייעגנוז, און על פי רוב האבן זיי נישט קיין מעמאגרעפערס וואס ליינען זיי.

דאס איז די סיבה וואס מען האט פארשפעטערט די זמן וואס עס ווערט רעקאמענדירט אז פרויען זאלן זיך מאמאגרירן.

איך וועל נאך אמאל מער אויסשמיעסן די ענין, ומכאן בקשה יוצא צי די מנהלים אז מען זאל ווידמען א סעפעראטע געזינטהייט אפטיילונג, עס איז שוין די העכסטע צייט, מען האט שוין ב"ה דא אלעס געקאווערט חוץ די געזנטהייט האבן מיר נאך נישט געקיצעלט אפילו די שפיץ פון בארג.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פליקער האט געשריבן:ומכאן בקשה יוצא צי די מנהלים אז מען זאל ווידמען א סעפעראטע געזינטהייט אפטיילונג, עס איז שוין די העכסטע צייט, מען האט שוין ב"ה דא אלעס געקאווערט חוץ די געזנטהייט האבן מיר נאך נישט געקיצעלט אפילו די שפיץ פון בארג.

מצטרף
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

שליחה דורך ברוך בער »

פליקער האט געשריבן:לגבי מעמאגראמען איז דא א גרויסע קאנטערווערסי איבער די רווחים פון די טעסט, ווייל היינט קומען זיי אויף אז עס פארשאפט פיל מער שאדן ווי רווח, ווייל די אטאמאטישקייט פון די טעסטעס ברענגען אז די דאקטורים זאלן זיך פארלאזן אויפ קאמפיאטערס צי ליינען די ריזרלטאטן, און זיי טיען נישט און באטראכט נעמען די פילע דיטאלען וואס מאכן אויס אז דער קאמפיאטער זאל ארויסשפייען א שרעקעדיגע דייעגנוז, און על פי רוב האבן זיי נישט קיין מעמאגרעפערס וואס ליינען זיי.

דאס איז די סיבה וואס מען האט פארשפעטערט די זמן וואס עס ווערט רעקאמענדירט אז פרויען זאלן זיך מאמאגרירן.

איך וועל נאך אמאל מער אויסשמיעסן די ענין, ומכאן בקשה יוצא צי די מנהלים אז מען זאל ווידמען א סעפעראטע געזינטהייט אפטיילונג, עס איז שוין די העכסטע צייט, מען האט שוין ב"ה דא אלעס געקאווערט חוץ די געזנטהייט האבן מיר נאך נישט געקיצעלט אפילו די שפיץ פון בארג.


ס'איז א שמועס אבער בלי ספק מעמאגרעמס ראטעווועט לעבנס ביודעי ומכירי קאמינא וואס אן דעם יערליכן טעסט איז א יאר צו שפעט. ביים היימישן אשכנאזישן ציבור לויפט א גענע מיטן נאמען BRCA, גאנצע פופציג פראצענט וואס האבן דעם זשין וועלן דעוועלאפן ברעסט קענסער. צו זאל זיך יעדער טעסטן פארן זשין? דער ענטפער איז נישט פשוט.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: קאלאנאסקאפי

שליחה דורך פליקער »

יא יא, גיי רעד צי פילע וואס זענען געווארן דערשרקן צים טויט פאר גארנישט.

גיי פגעג זיך נאך ביי די וואס עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז זיי האבן זיך גלאזט אראפ נעמען די דדים אדער אפילו באקומען קימא פאר גארנישט, מאנכע זענען אפילו קיינמאל נישט געוואויר געווארן אז עס האט זיי גארנישט געפעילט.

אבער אוודאי בין איך מיט ברוך בער'ן אז טעסטן זענען די ענטפער, נאר מען ברויך זיכער מאכן אז מען מאכט די טעסטן מיט א מעמאגראפער וואז ליינט עס זעלבסט, און איז א רעפירעבל פארזאן.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: קאלאנאסקאפי

שליחה דורך דעת תורה »

ברוך בער האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:לגבי מעמאגראמען איז דא א גרויסע קאנטערווערסי איבער די רווחים פון די טעסט, ווייל היינט קומען זיי אויף אז עס פארשאפט פיל מער שאדן ווי רווח, ווייל די אטאמאטישקייט פון די טעסטעס ברענגען אז די דאקטורים זאלן זיך פארלאזן אויפ קאמפיאטערס צי ליינען די ריזרלטאטן, און זיי טיען נישט און באטראכט נעמען די פילע דיטאלען וואס מאכן אויס אז דער קאמפיאטער זאל ארויסשפייען א שרעקעדיגע דייעגנוז, און על פי רוב האבן זיי נישט קיין מעמאגרעפערס וואס ליינען זיי.

דאס איז די סיבה וואס מען האט פארשפעטערט די זמן וואס עס ווערט רעקאמענדירט אז פרויען זאלן זיך מאמאגרירן.

איך וועל נאך אמאל מער אויסשמיעסן די ענין, ומכאן בקשה יוצא צי די מנהלים אז מען זאל ווידמען א סעפעראטע געזינטהייט אפטיילונג, עס איז שוין די העכסטע צייט, מען האט שוין ב"ה דא אלעס געקאווערט חוץ די געזנטהייט האבן מיר נאך נישט געקיצעלט אפילו די שפיץ פון בארג.


ס'איז א שמועס אבער בלי ספק מעמאגרעמס ראטעווועט לעבנס ביודעי ומכירי קאמינא וואס אן דעם יערליכן טעסט איז א יאר צו שפעט. ביים היימישן אשכנאזישן ציבור לויפט א גענע מיטן נאמען BRCA, גאנצע פופציג פראצענט וואס האבן דעם זשין וועלן דעוועלאפן ברעסט קענסער. צו זאל זיך יעדער טעסטן פארן זשין? דער ענטפער איז נישט פשוט.

אויב דער זשין איז אזא שטארקע אינדיקעיטאר, אויב טאקע 50 פראצענט מיט עס גייען דעוועלאפן א מחלה ל"ע, וואס איז די שאלה בכלל? זאל דור ישרים צולייגן נאך א טעסט, צי מ'האט דעם זשין, און העכסטנס עס איינמעלדן פאר די כלה'ס זייט נאר. אזוי אז ווער עס האט דעם זשין זאל וויסן צו האלטן א וואכזאם אויג.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

שליחה דורך ברוך בער »

דעת תורה האט געשריבן:
ברוך בער האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:לגבי מעמאגראמען איז דא א גרויסע קאנטערווערסי איבער די רווחים פון די טעסט, ווייל היינט קומען זיי אויף אז עס פארשאפט פיל מער שאדן ווי רווח, ווייל די אטאמאטישקייט פון די טעסטעס ברענגען אז די דאקטורים זאלן זיך פארלאזן אויפ קאמפיאטערס צי ליינען די ריזרלטאטן, און זיי טיען נישט און באטראכט נעמען די פילע דיטאלען וואס מאכן אויס אז דער קאמפיאטער זאל ארויסשפייען א שרעקעדיגע דייעגנוז, און על פי רוב האבן זיי נישט קיין מעמאגרעפערס וואס ליינען זיי.

דאס איז די סיבה וואס מען האט פארשפעטערט די זמן וואס עס ווערט רעקאמענדירט אז פרויען זאלן זיך מאמאגרירן.

איך וועל נאך אמאל מער אויסשמיעסן די ענין, ומכאן בקשה יוצא צי די מנהלים אז מען זאל ווידמען א סעפעראטע געזינטהייט אפטיילונג, עס איז שוין די העכסטע צייט, מען האט שוין ב"ה דא אלעס געקאווערט חוץ די געזנטהייט האבן מיר נאך נישט געקיצעלט אפילו די שפיץ פון בארג.


ס'איז א שמועס אבער בלי ספק מעמאגרעמס ראטעווועט לעבנס ביודעי ומכירי קאמינא וואס אן דעם יערליכן טעסט איז א יאר צו שפעט. ביים היימישן אשכנאזישן ציבור לויפט א גענע מיטן נאמען BRCA, גאנצע פופציג פראצענט וואס האבן דעם זשין וועלן דעוועלאפן ברעסט קענסער. צו זאל זיך יעדער טעסטן פארן זשין? דער ענטפער איז נישט פשוט.

אויב דער זשין איז אזא שטארקע אינדיקעיטאר, אויב טאקע 50 פראצענט מיט עס גייען דעוועלאפן א מחלה ל"ע, וואס איז די שאלה בכלל? זאל דור ישרים צולייגן נאך א טעסט, צי מ'האט דעם זשין, און העכסטנס עס איינמעלדן פאר די כלה'ס זייט נאר. אזוי אז ווער עס האט דעם זשין זאל וויסן צו האלטן א וואכזאם אויג.



עס איז נישט דור ישרים'ס פראגראם צו טעסטן נאר זשענעטיקס וואס האט מיט ביידע זייטן ד"ה אז דער שידוך וועט זיין א גורם צו גענעטישע מחלות. יעדער קען זיך אליינס טעסטן עס לויפט געווענליך אין משפחות. אז א חתן וויל פארלאנגען די כלה זאל זיך טעסטען זאל ער ענדערש עס טוהן נאכן חתונה און אויב איז זי פאזעטיוו דארף מען נעמען מעמאגראמס. אגב איז איינע פון די גרויסע אמעריקאנער מאדעליקעס דורך א פולע מעסאקטעמי נאכן ווערן געטעסט פאזעטיוו פאר BRCA, מאכנדיק דערביי א סטעיטמענט איבער נעמען דראסטישע שריט באצייטנס איבערן געזונט.
פארשפארט