אל מע"כ ידידי חביבי
שוא"ל כענין, ואשיבו כהלכה.
קודם כל, מיין לייק איז סיי פאר דיין
גאונ'ישן קעפל, און סיי פאר די
שבחים שהרעפת על ראשי. אויסדריקליך
נישט פאר דיין שיטה, און נאך ווייניגער פאר דיינע סברות וואס זענען - במחכ"ה - זייער
נישט צום זאך. ואפרש:
כ'וועל אנהייבן מיט אפאר טעותי הדפו'ם':
א' - דו מאכסט א טעות אינעם נאמען פון שי"ר. ער האט געהייסן 'שלמה' יהודה ראפאפארט, נישט 'שמואל'.
ב' - דו נוצט די מליצה פון 'כלום' זלות לבני אדם. אין פסוק שטייט 'כרום' זלות לבני אדם [אבער מעגליך אז דו האסט טאקע געמיינט דאס, בבחינת 'אם ללייקים הוא יליק' ולענוים יתן חן, ודו"ק...].
[center]'הרב' אברהם גייגער, אדער אברהם גייגער 'שר"י' [האגג"י]?[/center]יעצט לגוף הדברים: דער טיטל
'הרב' אברהם גייגער, איז זיכער פיל מער אפגעפרעגט ווי דער טיטל
'שר"י'. איינער וואס איז אויסגעשפיגן געווארן דורך אלע חרד'ישע רבנים, איז א 'הרב'? וואס מיינט 'הרב'? היינט צוטאגס טיילסטו אויך דעם טיטל 'הרב'
פאר א רעפארם ראביי? אבער שוין, כ'וועל מעלים עין זיין דערפון כדי צוצוקומען צום עיקר נקודה פונעם אשכול.
דו שרייבסט, אז דער טיטל קומט נאר פאר אזעלכע חברה ווי 'אנשי סדום'
וואס האבן גע'הרג'עט און גע'אנס'עט, און דערפאר שרייבט די גמ' אז זיי זענען אינעם גדר פון שר"י, אבער גייגער וואס האט נישט גע'הרג'עט קיינעם, איז נישט בגדר שר"י. קודם כל,
האסטו אפגעמאכט אז די אנשי סדום זענען געווען רשעים צוליב זייער רציחה ואונס, און נישט [אויך] צוליב זייער
גילוי עריות [כדאחז"ל שחטאו בין לשמים ובין לבריות]. אבער כ'וועל דיר דאס פארגעבן.
ווייטער זעט אויס אז ס'איז דיר נעלם געווארן דער באוואוסטער מאמר חז"ל,
'גדול המחטיאו יותר מן ההורגו' [עי' במד"ר פכ"א], און אויב ער איז געווען א מחטיא את הרבים - לשיטת הרבנים החרדים, דאן איז ער
גארנישט בעסער פון די אנשי סדום, נאר זאגאר א
גרעסערע רשע. אבער שוין, דא וועסטו זיכער קוועטשן און מטהר זיין את השרץ בק"נ טעמים, לחלק בין לשון 'גדול' המחטיאו, לבין לשון 'שר"י'. כ'שפאר דיך שוין איין די ארבעט, ווייל ס'איז א שאד די דינגעריי פאר איינער וואס זוכט נישט דעם אמת.
ערגער פון דעם איז, אז דו האסט נישט געהערט פונעם
טיטל 'רשע' אויף זמרי בן סלוא [עי' סנהדרין דף פב ע"ב]. נו, איז ער דאך בכלל שם 'רשעים' ירקב, הגם ער האט נאר געזינדיגט כלפי שמיא. נישט גע'הרג'עט און נישט גע'אנס'עט, און סך הכל לכאורה עובר געווען אויף א דרבנן. נאכמער, חז"ל שרייבן טאקע אויף אים דעם טיטל 'שם רשעים ירקב', וז"ל במד"ר פכ"א ס"ג: "כשם שהקדוש ברוך הוא מתעסק בשבחן של צדיקים לפרסם בעולם, כך מתעסק בגנותן של רשעים לפרסמן בעולם,
פנחס פירסמו לשבח וזמרי לגנאי, עליהם נאמר - זכר צדיק לברכה ושם רשעים ירקב"!אזוי אויך אין מסכת תענית דף כח ע"א שטייט אויך - אויף א רשע כלפי שמיא - דער טיטל 'שם רשעים ירקב', וז"ל:
"ועל ירבעם בן נבט וחבריו נאמר ושם רשעים ירקב". [מו"ק האט שוין צוגעצייכנט דערצו. זיין אויספיר נאכדעם איז אומפארשטענדליך, וכדיבואר].
אבער
אממערסטנס רעגט מיך, דיין צוברענגען די גמרא יומא כאילו די טיטל 'שר"י' איז נאר געזאגט געווארן כלפי מענטשן ווי אנשי סדום וואס האבן גע'רצח'ט און מאנס געווען,
ווען דער גמרא דארט זעלבסט רעדט פון 'בן קמצר וחבריו', וואס האבן ווייטער קוים געטון עפעס אן עבירה'לע, כלפי שמיא [עיי"ש דף לח ע"א במשנה], אבער האבן געברענגט בייז בלוט ביי די גדולי הדור אזש זיי זענען באטיטלט געווארן מיטן
שם רשעים ירקב. פון וואנעט נעמט זיך די חוצפה, צו פארדרייען יענע גמרא ממש, כאילו זייער כוונה איז נאר כלפי חוטאים בבין אדם לחבירו בחטאים דוגמת רציחה?! דאס איז אפילו נישט טיהור השרץ בק"נ טעמים, דאס איז סילוף לשמה!
[center]גייגער האט 'מקיל' געווען, אדער געמאכט א חורבן נורא?![/center]דו שרייבסט אז מיר מוזן נישט אקצעפטירן
זיינע 'קולות', זיין 'מהלך', און זיין 'השקפה'. כאילו ער איז איז געווען א 'מקיל', כאילו ער האט געהאט אן אויסגעטראטענעם 'מהלך' [צו דיין סורפרייז: ניין, ער האט נישט געהאט קיין מהלך. ער האט געטוישט שיטות כסדר], און כאילו מ'האנדלט דא אין א נייע קו אין 'השקפה', בדומה צום מהר"ל, רמח"ל, גייגער... זיינע 'קולות' זענען באשטאנען פון
עקירת התלמוד, זיין 'מהלך' איז געווען אז די
תורה איז נישט אינגאנצן מן השמים [ורצה לעקור מצוות מה"ת], און זיין 'השקפה' איז געווען - נישט נאר ראדיקאל, נאר אויך - גאר
געמיין כלפי חרדים. דער שייגעץ, עוכר ישראל, חוטא ומחטיא, האט סך הכל 'קולות'? עס קומט אים נישט קיין שר"י דערפאר?
ווייטער. גייגער האט בעקיפין
תורם געווען פאר ארטאדאקסיע? אפשר מיינסטו אז לכבוד די מערכה קעגן אים האט זיך די ארטאדאקסיע מאחד געווען און אוועקגעשטעלט יסודות בדת, דאן קען איך דאס נאך דערהערן. אבער די אויספיר, אז 'פארן אלגעמיינער פאלק האט ער אסאך תורם געווען', איז
חוצפה און אבסורד! ער האט תורם געווען? ער האט נישט געראטעוועט אידן פון פארפאלן ווערן, ער האט אויב עפעס
גורם געווען צו אסימילאציע און א חורבן אויף אן אסטראנאמישער פארנעם! ער האט חרוב געמאכט אידישקייט מער פון שבתי צבי, חכמי המשכילים, און די קראים אינאיינעם.
שוין אפגערעדט פון דעם, וואס לדעת החרדים איז
זיין שיטה אפיקורסות און ממילא איז דאס זעלבסט שוין דער גרעסטער חורבן, נאר אפילו אן דעם - וואס האט זיך אויסגעלאזט פון רעפארם? די גרעסטע אסימילאציע און עווענטועלע פארפאלן פון אידישקייט איז א
דירעקטע תוצאה פון זייער מהלך, און אין דעם זענען זיי זעלבסט מודה [נאר עקשנ'ען זיך אז דאס איז פארט די ריכטיגסטע וועג]. ווען נישט אים [און שמואל האלדהיים שר"י] וואלט אידישקייט אסאך שענער אויסגעזען. ער האט תורם געווען?
תרם מן היפה אל הרעה!דערנאך ציהסטו א קו פון 'הרב' גייגער, צו הרב קוק, און צו הרב שטיינמאן. מילא כ'זאל מוחה זיין אויפן
מבזה זיין די לעצטע צוויי גדולים מיטן קו המשוה צו א רשע ע"פ דינא דשו"ע. אבער כ'זוך צו פארשטיין דיין הגיון: דו ווילסט מיר זאגן, אז אין די אויגן פון
פשוט'ע חרדים [נישט סאטמארע וקנאי מא"ש] זענען די לעצטע צוויי דומה צום ערשטן?
אין היסטאריע בלייבט גייגער פאר'משפט אלס רשע מרושע, און די לעצטע צוויי - נישט! אפגעזען וויאזוי מ'זאל האלטן כלפי זייערע 'שיטות', זענען זיי זעלבסט נישט געבליבן 'רשעים' בעיני החרדי [הממוצע],
אבער גייגער?! ער איז פון די סאמע גרעסטע אויבנאן אידן
בחבורת אנשי 'רשע'.[center]מלחמת היראים עם הריפורמים.[/center]לאמיך אויסקלארן די מעשה: ווען די רעפארמער האבן געמאכט זייערע אסיפות,
זענען רוב רבנים ארויסגעקומען בחרב ובחנית אנטקעגן זיי. אזעלכע טיטלען ווי רשע און שר"י איז געווען א דבר פשוט. און צו טענה'ן אז זיי האבן
'נישט געוואוסט' ווער גייגער וחבריו זענען, איז מער פון חסרון ידיעה, עס איז ענדערש
לייגן זאמד אין די אויגן. די מחבלים בכרמים זענען געווען גאר באוואוסט, און
די פראטאקאלן פון זייערע אסיפות זענען ארויסגעקומען לאור עולם [טראץ טענות פון חוקרים, אז זיי האבן דאס צענזורירט כדי ס'זאל נישט ארויסקומען מיטן גאנצן ארס און שארפקייט, וואס דאן וואלטן די יראים שנעלער און שארפער מחרים געווען די חברה]. יעדער האט געהאט די מעגליכקייט זיך צו איבערצייגן אין זייערע שיטות, געדאנקען, מהלכים, און אמונה. און טראצדעם [בעסער געזאגט -
טאקע דערפאר] זענען זיי ארויסגעקומען מיט גאר גאר שארפע לשונות אנטקעגן די רעפארמער.
מעגליך אז דער מהר"ם שיק האט פשוט נישט געוואוסט פון פארוואס?'ס אייגן פאבריצירטע הלכות, אבער ער און אנדערע באצייכענען די רעפארמער ווי
רשעים ארורים. גאנצעטע ספרי מחאה עם מכתבי רבנים זענען ארויסגעקומען, וואו מ'האט
אראפגעריסן און באשמוצט די רעפארמער. ביניהם רבנים וואס האבן
פערזענליך געקענט גייגער וחבריו. אויב מעשה רב, דאן זעען מיר קלאר ווער עס איז ראוי לאותה איצטלא -
איצטלת שר"י. [און ווען איך זאג 'מדינא דשו"ע', מיין איך אט דאס, די דין פון הולכים בדרך השו"ע, היינו החרדים ורבניהם].
די טענה פון נהורא נפישא, אז די וואס האבן געקענט די חברה פון די נאנט האבן נישט געשריבן שר"י ווייל לשיטתם האבן זיי דאס נישט פארדינט, איז אפגעפרעגט מכמה צדדים. אפגעזען פונעם אויבנדערמאנטן פאקט וואס יעדער קען נאכקוקן, ווי אסאך רבנים שרייבן יא עקסטרעם שארף, פערזענליך, אנטקעגן די רעפארמער, אפילו ווען זיי האבן געקענט די חברה פון די נאנט. איז דא א שטערקערע נקודה, אז מ'האט געוואלט רעדן צום פאלק
און אויפקלערן פארוואס די רעפארמער זענען אזוי געפערליך. צוליב דעם האבן אזעלכע לייבן ווי רשר"ה - וואס האבן געזוכט אן השפעה אויפן דעת הקהל [נישט נאר אויפן גושפנקא דרבנן] - געפונען פאר וויכטיג צו
מונע זיין עקסטרעם שארפע לשונות.
נאך א נקודה איז, אז די וואס האבן געהאט שייכות מיט זיי [עכ"פ פון בעפאר] האבן געהאפט אז
זיי וועלן איבערצייגן די רעפארמער אז זייער מהלך איז אומריכטיג. דערפאר זענען זיי נישט ארויס מיט פערזענליכע אטאקעס וואס וואלטן נאר אריינגעשטופט די רעפארמער אין א ווינקל, נאר האבן פרובירט צו פירן א
פאלעמישע ויכוח איבער זייער מסוכנ'דיגע צוגאנג צו אידישקייט.
דאס זעט מען אויך פון
שי"ר'ס בריוון זעלבסט, ווען צו א חבר [י"מ יאסט] שרייבט ער שארף אויף די רעפארמער, און צו די רעפארמער זעלבסט שיקט ער אפאר בריוון וועלנדיג מוכיח זיין אז זיי פארן נישט אויפן ריכטיגן דירעקציע.
אזוי שרייבט אויך הגרש"א צו הגרעק"א אז מ'גייט נישט ארויס קעגן זיי עד הסוף, וויבאלד מ'האפט נאך אז זיי וועלן זיך בארעכענען [א זאך וואס האט זיך אויסגעשטעלט אלס זיסע האפענונג, אבער חלום באספמיא]. אזוי איז אויך געווען מיט
זכרי' פראנקעל זעלבסט, וואס האט אנגעהויבן מיט זיי אבער האט זיך עווענטועל ארויסגעצויגן פון זיי, כאפנדיג אז ס'נישטא מיט וועם צו גיין צום טיש.
[center]מומר שמת בלא בנים.[/center]ווייטער מו"ק'ס כלומר'שטע ראי' פון
בעל מומר שמת בלא בנים, אז די ווייב דארף נעמען א ייבום/חליצה פון זיין ברודער, און די גאנצע מצוה פון יבום איז דאך כדי שלא ימחה שמו מישראל, ממילא איז א ראי' אז אפילו ביי א רשע-מומר זאגט מען 'לא ימחה שמו מישראל', איז א ריכטיגע ביישפיל פון
מגלה פנים בתורה שלא כהלכה. אפגעזען פונעם פאקט, אז חז"ל שרייבן אין אזויפיל פלעצער דעם טיטל שם רשעים ירקב פאר
סאך קלענערע רשעים ווי א מומר, און אפגעזען פונעם פאקט אז דארט איז טאקע דא א שיטה אז ביי א מומר איז טאקע
נישטא קיין חיוב יבום, פארשטיי איך בכלל נישט די ראי':
אוודאי האט זיך די מצוה פון יבום
אנגעהויבן 'כדי שלא ימחה שמו מישראל', אבער איינמאל דאס איז אן אוועקגעשטעלטע מצוה - איז דאס כולל אין זיך
אפילו א מומר. דאס איז טאקע נאר אויב ער איז געווען א ערליכע איד ביים חתונה [ודוגמת מי שנתפקר לאחר החתונה, עדיין צריכה אשתו גט, כי נישאת כדת משה וישראל]. די חידוש איז - אויב עפעס -
אז ס'איז בכלל דא א שיטה וואס זאגט פארקערט, אז מ'קען טאקע עוקר זיין גאנץ מצות יבום אויב ער איז נתפקר געווארן נאכדעם, אבער אויף פארקערט איז נישטא קיין ראי' וחצי ראי'.
ולסיומא דמילתא: היטלער פארדינט טאקע דעם שר"י אפילו אין א חילוני'ס אויגן, אבער גייגער פארדינט פארט דעם שר"י אין א חרדי'ס אויגן, וכמש"כ באשכול על שי"ר
במענה ע"ד נהורא נפישא. איך פארשטיי אז די טיטל באדערט מאנכע, אבער איך רעד פונעם שטאנדפונקט פון א חרדי, און פון אזא שטאנפונקט - איז גייגער פון די סאמע שפיץ אינעם שטייסל, צו באקומען דעם 'ערליכן' טיטל:
[center]שם רשעים ירקב.[/center]---
נ.ב. אם כתבתי בלשון חדה קצת, אבקש סליחה ממי שנפגע מדברי. לא כיוונתי לכותב אלא לכתוב, ואגב חפזי וחורפי נפלטה מקולמוסי לישנא חריפא.