קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
ווי קען מען פארגלייכן די צוויי? די תשס"א קול קורא איז געשריבן מיט א נארמאלע שפראך און אטאקירט די געדאנק פון פרומע אידן גיין אין מיליטער. די חותמים זענען עפי"ר עלטערע און רעספעקטירטע רבנים. עטליכע חותמים רופט טאקע ארויס א געלעכטער, אבער רוב פון די חותמים קען מען דערהערן ובפרט אז מ'אטאקירט נישט רב שטיינמאן פערזענטליך.
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
ייש"כ פאר ארויף לייגן, איך האב שוין געזעהן דעם קו"ק בעפאר נאר איך האב געוואלט יעדער זאל זעהן קלאר אז הרב שטיינמאן ווערט נישט דערמאנט אפילו ברמז, און יעצט איז די זמן צו קלאר מאכן אז הרב שטיינמאן מיט אלע טענות קעגן איהם האט קיינמאל נישט אויסגעדרוקט קיין שטיצע פאר נח"ל החרדי.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
https://twitter.com/lipaschmeltzer/stat ... 8707010560
ערמאנטער רב שליט״א גיבט חיזוק פאר הרב שטיינמאן.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דער שמועס דא זעט מיר אויס געבויט אויף א הנחה וואס מ'דארף אויסשמועס'ן.
די חולקים אויף נח"ל חרדי וכו' זאגען אז ס'האנדעלט זיך דא פון א גזירת שמד, און דער וואס שטיצט עס איז א שותף אין אפשמד'ען אידישע קינדער. דעריבער גיען זיי מיט א שריפטליכער חרב און א שפראכליכער חנית פון גאר שארפער רעדע מיט עקסטרעמער אויסדרוקען, זאגאר אויפ'ן מענטש אליינס וואס שטייט אונטער דעם, ווייל א שמד'ער איז דאך א ימח שמו'ניק פונקט ווי אלע ימח שמו'ניק'ס פון אלע דורות. ווידער טענה'ן אנדערע אז דאס מאכט נישט קיין חילוק לגבי הרב שטיינמאן זעלבסט, און ער בלייבט א צדיק מיט די אלע טענות אויף איינער פון זיין מעשים.
ווען מ'טרעפט אז דער סאטמארער רב, דער געוועזנער גייסטישער פיהרער פון די אונגארישער אימיגראנטען אין דער פאראייניגטע שטאטען, דערמאנט נישט קיין נעמען אין זיין ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה, קען מען מיינען אז דער סבה דערצו איז א שוואכקייט אין די שיטה. ד.ה. אז הגם ער האט אזוי געהאלטען, ער האט אויך געגעבען רעכט צו זיין קעגענער צו האלטען אנדעריש, און דעריבער באפאלט ער זיי נישט מיט'ן נאמען. ס'קומט זיך זיי נישט באפאלט צו ווערען אויף א זאך אויף וואס זיי זענען בארעכטיגט.
דער נעקסטער לאגישע טריט אינ'ם חשבון גייט אויף א זיכערע וועג. ווען מ'איז קלאר אז יענער איז נישט גערעכט, איז דאס ארויסגייען מיט'ן נאמען ברייט בארעכטיגט. ד.ה. אז דער רבינ'ס שיטה אין ציונות איז נאך אלס מיט א שטיקל סימן שאלה, אבער דאס אז מ'טאר נישט צוברעכען סאטמאר'ס כח איז מער בארעכטיגט, והותר דמם של גאב"ד קאשוי ומאנטעווידאו ודעימייהו.
ווען מ'שלאגט זיך אויף נח"ל חרדי, קען מען מיינען אז דא ליגט דער פראבלעם. דער בלאט האלט אז ס'איז נאך מוטל בספק, און פאר דעם איז עס נישט אויסגעהאלטען צו באפאלען הרב שטיינמאן מיט זיין נאמען. און דאס אליינס איז די טענה אויף דער מטה אהרן; "היתכן א זאך וואס דער באבובער רבי האט שוין געחתמ'ט דערויף איז נאך מוטל בספק?", "ווי עס מעגליך אזא זאך? דער לצורך הענין'דיגע באקרוינטע פוסק הדור האט זיך שוין אויסגעדרוקט מיט'ן ווארט עמלק?", ובזה איז אוועק געפלויגען יעדער צל צד ספק אין אט די שיטה און דעריבער מעג מען רעדען אויף הרב שטיינמאן פערזענליך. די ספקות וואס זענען געשטאען אויף אלע מתירי הולכי הכותל המעופש, צו די משתתפי הבחירות, זענען פארשפרייט געווארען מעל גבי ראשו פון הרב שטיינמאן און זיין דין איז א וודאות'דיגע.
ווי איז ווען מ'זאגט אז די גאנצע הנחה איז נישט אין פלאץ? דער סבה נישט צו דערמאנען קיין נאמען האט גארנשיט מיט'ן רעכט פון די שיטה, אפילו ווען יענער מעג נישט פאלגען זיין געוויסען (ווען ס'וואלט געווען אזא זאך במציאות) איז עס אויך נישט ריכטיג ארויסצוגייען נגדו מיט זיין נאמען. דאס טוט פארשוואכען דער גאנצע מערכה פון אנהייב ביז'ן סוף, און טאמער מ'וויל אפשטעלען דער נח"ל ודעימיה, איז דער בעסטע זאך נישט דערמאנען קין שום נאמען. און וויבאלד ס'איז אזוי קלאר אז דאס האט ווייניגער אויסזיכטען צו געלונגען, קען מען אפשר קלערען אז גדער סבה דערצו האט נישט מיט'ן מערכה, נאר סתם מיט שלעכטע מדות. קנאות איז דער היתר צו טוהן וואס געווענדליך טאר מען נישט.
הא לך לשונו הזהב של שו"ת חתם סופר חלק ו - ליקוטים סימן פה
א געוואלדיגע לימוד ליגט במתק לשונו לדעתי. ווען מ'קומט זיך שלאגען דער אמת קעגען די שקר, דארף מען וויסען אז נאר דאס איז די זאך, ס'דארף בלייבען גאנצליך ריין, ברגע דער מענטש מישט זיך אריין, ס'איז שוין נישט דער זאך אליינס, איז מען אויף א גליטשיגער וועג.
סתם אזוי פראקטיש פארדינט מען מער פון רעדען פון דער זאך און נישט דער מענטש. דער מענטש לעבט נישט אויף אייביג און ער איז נישט די גאנצע פראבלעם. ווען מ'באקעמפט א זאך, קען מען עס באקעמפען אפילו ווען יענער לעבט שוין נישט, אפילו ווען א צווייטע טוט עס אויך, דער קעמפף שטייט פאר זיך אן דער מענטש.
נאך א פראקטישע נקודה: וויבאלד דער מענטש איז א פארצווייגטע זאך, ער פארנעמט אין זיך זיין פערזענלעכקייט, כשרונות, נאטור, משפחה און ארום און ארום, קען מען מיט א דרשה צו א צעטיל נישט אראפ קלאפען אזא גרויסע ווערטשאפט. ווען איינער האט א גוטע איבערלעבעניש מיט דער מענטש, איז עס אוממעגליך אז ער זאל זיך צושטעלען צום קעמפף אקעגען איהם, ווייל פון זיין שטאנדפונקט איז דער מענטש א פאזיטיווער. ווען דער זאך איז אבער דער נושא נישט דער מענטש, קען מען בלייבען שותפים אינ'ם קעמפף מיט יעדער איינער וואס האלט אין איינען מיט דיר, מ'האט נישט פארלוירען די וואס האבען אן אנדערע פערזענליכע באציאונג מיט'ן מענטש.

ועוד בה שלישי' בתשובתי גם כי הארכתי קצת בדברים פשוטים רק לדחות האפיקורוס ואמנם נזהרתי מאוד שלא ללחום עם שום אדם ולא נזכר שום אדם באגרות שלי כלל ולא יראה החוצה שום התגרות אדם באדם כ"א האמת לוחם עם השקר
א געוואלדיגע לימוד ליגט במתק לשונו לדעתי. ווען מ'קומט זיך שלאגען דער אמת קעגען די שקר, דארף מען וויסען אז נאר דאס איז די זאך, ס'דארף בלייבען גאנצליך ריין, ברגע דער מענטש מישט זיך אריין, ס'איז שוין נישט דער זאך אליינס, איז מען אויף א גליטשיגער וועג.
סתם אזוי פראקטיש פארדינט מען מער פון רעדען פון דער זאך און נישט דער מענטש. דער מענטש לעבט נישט אויף אייביג און ער איז נישט די גאנצע פראבלעם. ווען מ'באקעמפט א זאך, קען מען עס באקעמפען אפילו ווען יענער לעבט שוין נישט, אפילו ווען א צווייטע טוט עס אויך, דער קעמפף שטייט פאר זיך אן דער מענטש.
נאך א פראקטישע נקודה: וויבאלד דער מענטש איז א פארצווייגטע זאך, ער פארנעמט אין זיך זיין פערזענלעכקייט, כשרונות, נאטור, משפחה און ארום און ארום, קען מען מיט א דרשה צו א צעטיל נישט אראפ קלאפען אזא גרויסע ווערטשאפט. ווען איינער האט א גוטע איבערלעבעניש מיט דער מענטש, איז עס אוממעגליך אז ער זאל זיך צושטעלען צום קעמפף אקעגען איהם, ווייל פון זיין שטאנדפונקט איז דער מענטש א פאזיטיווער. ווען דער זאך איז אבער דער נושא נישט דער מענטש, קען מען בלייבען שותפים אינ'ם קעמפף מיט יעדער איינער וואס האלט אין איינען מיט דיר, מ'האט נישט פארלוירען די וואס האבען אן אנדערע פערזענליכע באציאונג מיט'ן מענטש.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
ענד יעט, איז דער חת"ס ארויס געקומען בחרב וחנית קעגן אהרן חארינער.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
דער המשך פון יענער תשובה איז משמע אז ער האט חרטה דערויף, עיי"ש. איינער וואס קען דער מעשה דארט בעסער זאל עס מסביר זיין
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואו! אזוי שנעל צו פארמעקען אזש מ'האט קיין געלעגענהייט נישט געהאט צו ליינען!
ס'איז זייער וויכטיג צו ליינען און הערען די דברי בלע פון די עמי הארץ לבית אונגאר'ן. נאר אזוי קען מען זיי ריכטיג קענען. דאס איז די מיינונג פון די אלע קאהן'ס וואס גייען נישט אין בעט, אדער עסן אן צו זאגען מזונות צו וואס, און אז מ'באהאלט עס קען מען זיך איינרעדען אז דא רעדט זיך פון איינשטעטיגע מענטשען וואס האבען נאר עפעס אן אנדערע'ן מיינונג אין געוויסע זאכען.
@ליטוואק אזוי פארביסן ביסטו אויף די סאטמורים? עס איז ממש לא ימלט אז עס זאל אריינפאלן א עובד השם באמת ות"ח גדול צווישען זיי?? איך פארשטיי אז דאס איז די תוצאה פון צוזאמשטעלן איבראן רב מיט ר' שלמה קאהן איך האב נישט גארנישט קעגן ר' משה מאיר בריעף א וואילע יונגערמאן פלייסיג געלערנט א ת"ח אבער ר' שלמה איז פון די יחידי סגולה בדורנו ער איז טאקע באשטראפט געווארן אז ער מוטשעט זיך נישט אויף ברויט... האבענדיג א טאטע א גביר האט ער נישט די מעלה פון הרב שטיינמאן.... מאידך גיסא משם ראי' אויפוואקסענדיג אין א בעל בתיש שטוב אנקומעדיג צו אזא דרגא.
איך נעם נישט קיין שטעלונג בנוגע זיין חתימה, אבער אויף בזיון תלמיד חכם דארף מען מוחה זיין.
אזוי אויך די וואס זענען מבזה ר' אברהם לייטנער איז ממש בזיון תלמיד חכם זייענדיג א זעלטענע תלמיד חכם
איך האב געהערט א סיפור אויף רב שטיינמאן שליט"א. א טאטע איז ארויף צו חזון איש 5 ביתו של רב שטיינמאן, און הייבט אן פארלייגן זיין צרה, נעמליך, זיין יונגע בחור'ל האט זיך אנגעשלאסן אין די טריפה'נע צבא, וואס טוה איך דא?
"סע לשווייץ" איז געקומען די אנטווארט פונעם גאון.
דער איד פארשטייט נישט קיין ווארט, איז נאכאמאל מסביר זיין פראבלעם אז זיין זוהן גייט אריין אין די גרעסטע טינופת רח"ל.
"סע לשווייץ" קומט פון פריש די אנטווארט פון רב שטיינמאן.
און אזוי איז געווען א דריטע מאל ביז דער איד איז ארויס פון שטוב.
נאך דער איד איז ארויס האט רב שטיינמאן געענטפערט אויף די וואונדער -- איבער זיין מאדנע "סע לשווייץ" תירוץ -- פון די ארומיגע: "אז דער איד זאגט מיר טריקענערהייט אנע צובראכענקייט און צושלאגנקייט, אנע טרערן, מיין זון גייט אין מיליטער, ווייס איך אז דער האט נישט עכט דער פראבלעם; ער איז דא מיט א קליין מאשינקע אין טאש... אפצוכאפן וואס איך ענטפער... האב איך אים געזאגט "סע לשווייץ"
(ווי צו זאגן גיי דיך לופטערן...)
-------
איז דאס א אויטענטישע סיפור, בין איך נתפעל פון די שארף שניידענדע קלארקייט פונעם 102 יעריגן ליטווישן גאון!

- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
- האט שוין געלייקט: 470 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
דאכט זיך אז אין חזו''א 5 וואלט מען ענדערש געוואלט זעהן אזעלכע מופתים איבער זייערע בר פלוגתא אין שערי חסד אדער הפלס
פון הרב מייזעלס ווייסען זיי צו זאגען בערך וויפיל הרב מייזעלס האט געוויסט איבער זיי
הרב משה יהודה מייזלס זצ"ל נפטר בפתאומיות
בארה"ב הלך לעולמו השבת בפתאומיות הגאון רבי משה יהודה מייזלס אב"ד 'אבני שלמה' מונסי, מגדולי הקנאים. לאחרונה צרף חתימתו למכתב נגד מרן הגראי"ל שטיינמן בעניין חוק הגיוס
ישראל כהן|י"ט באדר א' תשעו 06:48 28.02.16
ברוך דיין האמת: בארה"ב הלך לעולמו השבת בפתאומיות הגאון רבי משה יהודה מייזלס אב"ד 'אבני שלמה' מונסי, בעת שהותו לנופש בפלורידה.
המנוח בן ה-66 הינו בן הרב הגאון רבי נתן יוסף מייזלס שהיה מראשי רבני חסידות סאטמר.
הרב מייזלס היה מגדולי הקנאים בחסידות ונחשב לתלמיד חכם גדול ובקיא בכל חלקי התורה. שאלות סבוכות בהלכה הגיעו לפתחו מכל רחבי ניו יורק והיה מכריע בהם.
בין היתר היה מרצה את משנתו האידיאולוגית הסדורה כנגד הציונות והמפלגות החרדיות בפני צעירי החסידים.
הרב מייזלס היה מראשוני החותמים על מכתב הנורא שיצא לאחרונה כנגד מרן ראש הישיבה הגראי"ל שטיינמן בעניין חוק הגיוס ושהופץ ברשתות החברתיות או במקומות שביקשו לפגוע בכבודו של ראש הישיבה.
הלוויתו יוצאת בשעה זו מפלורידה ובשעה 8 בבוקר תצא מבית המדרש סאטמר ברחוב ראדני שכונת וילאמסבורג ותעבור דרך בית מדרשו במונסי.
http://www.kikar.co.il/193844.html

אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
מאכט זיך נישט נאריש, די קול קורא אנטקעגן שטיינמאן איז טפשות'דיג און נאריש, צו ר' משה יהודה איז נענש געווארן פאר דעם ווייס איך נישט איך בין נישט אין הימעל, ס'קען גאר זיין אז ער איז נענש געווארן אויפן חרם הקדמונים נישט אריינצוטרעטן אין פלארידע סטעיט, איין זאך ווייס איך אז ער ליידט די לעצטע פאר יאר אויפן הארץ, ס'איז שוין זיין צווייטע הארץ אטאקע, און דאס אלס נאך פאר ער האט אינטערגעשריבן, (און דזשאסט פאר די רעקארד, הרב מארגענשטערן ליידט געזונטהייט קאמפליקאציעס נאך בעפארן אינטערשרייבן) די שאלה איז נאר פארוואס הרב שטיינמאן קען נישט אינטערברענגען זיין זקן ממרא דארטן, בכל אופן דער שרייבער פון דער ארטיקל איז א פשוט'ער לץ און טשעפנאק וואס נעמט זיך אן פאר זיין פארטיי און מיינט גאר נישט כבוד התורה לאמיתו, ווייל ווען יא וואלט ער זיך נישט געטרויעט תולה צו זיין די מיתה פתאומית פון הרב משה יודא מדעת עצמו, וואס איז פונקט אזא מתמיד געווען ווי הרב שטיינמאן ( ווער ס' געווען א טראפעלע מער ווייס איך נישט) אלזא ער איז טאקע נישט געווען קיין גדול הדור, קען זיין ער האט נישט געקענט יעדן ר'חיים, אבער מען האט אים געקענעט פרעגן יעדן תוס' אין ש"ס און געוויסט צו ענטפערן אויפן פלאץ מיט א גרונדליכקייט, ער האט פארהערט צענדליגע מקצועות וועכנטליך, ער האט שטארק הנאה געהאט וווען מ'האט געקענט בפרט א בחור מיט שוואכע כשרונות, און ס'האט אים שטארק געגעסן ווען ער האט געזעהן אויף א בעל כשרון ווי ער האט גע'בטל'ט די וואך, ער איז געזעצן אין געלערנט אכצן שעה א טאג, קען זיין אז טאמעטאס האט ער יא געגעסן אין קארשן האט ער נישט געגעסן,איך ווייס נישט גענוי, אלזא אויב דער שרייבער וואלט ווען מורא געהאט פון בזיון ת"ח וואלט דער פראסטעניאק זיך נישט אריינגעמישט דארט ווי ער באלאנגט נישט צו זיין פון די מספרים אחרי מטתם של ת"ח.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
זייער א שטארקע פאינט. ס'איז דא גענוג אידן גרויסע מתמידים און פרושים וואס מ'מאכט נישט קיין עסק פון זיי, עס איז פשוט א מזל זאך אדער וואס. איינער קען הרב צוקער פון ווילי?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
- יב הלוי סאלאווייטשיק
- ידיד השטיבל
- הודעות: 194
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
- האט שוין געלייקט: 362 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
פין וואנענט נעמסטו זיין גאונת.?
א וואילער יוד וואס זיצט אין ביה״מ מבוקר ועד הערב איז אויך געניג געזאגט.!
(מעוטף בטלית וטפילין רוב היום כמדומה.)

!..A Lonely Man of Faith
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס
איך נישט פארהערט נישט עם און נישט הרב שטיינמאן, סא קען איך נישט זאגן נומבערס
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk