ביים לעצטן גלות-שטאפל
- בר-כוכבא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 365 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
ביים לעצטן גלות-שטאפל
אפטמאל דאכט זיך אז דער שווערסטער חלק פונעם גלות איז אקצעפטירן און אויספירן די גאולה - אז זי איז דא, האט שוין געשטעלט דעם ערשטן טריט דורך דעם שוועל, קומט אונז קעגן און אלס נאענטער, און ווארט מיר זאלן שטעלן דעם ערשטן שריט און זי קעגנגיין. אנשטאט זי מקבל פנים זיין, בינדן מיר זיך אליין איין אין קייטן וואס קיינער האט אויף אונז נישט ארויפגעלייגט און בלייבן איינגעלייגט אין ווינקל.
מיר האבן שוין לאנג פארגעסן וואס דאס מיינט צו לעבן במנוחה, רואיג, ביי זיך אינדערהיים, און זיך פילן פולשטענדיג בעל הבית. די גזירת הגלות האט אויף אונז ארויפגעצווינגען א הכנעה, א געפיל פון אפגעפרעמדקייט, פון אומזיכערקייט, פון פילן די ערד זיך כסדר שאקלען אונטער די פיס. די הרגשה איז ווי א שאטן אונז נאכגעלאפן און באגלייט דורכאויס דעם גאנצן לאנגען וואנדער-וועג. אפילו יעצט, ווען מיר האבן באקומען אונזער היים אויף צוריק, בלייבן מיר איינגעקורטשעט אין א ווינקל און קוקן אויפ'ן ארום מיט צעשראקענע בליקן. מיר ציטערן אויף פון יעדן שארך און זיצן איינגעלייגט ווי גלייך מיר וואלטן געווען אנגעוויזן אויף פרעמדע חסדים.
אפילו די היים אונזערע, וואס די השגחה האט אונז אומגעקערט, באטראכטן מיר נאך אלץ נישט ווי ממש אונזערס. טייל פון אונז פילן אן אומהיימליכע פרעמדקייט כלפי דעם שטיק לאנד אונזערן, און אנדערע באטראכטן זיך ווי טאקע יא "בארעכטיגט" דארט צו וואוינען, אבער האבן פארט נישט דאס זיכערע געפיל פון א בעל הבית וואס איז צוריק געקומען אין שטוב נאך א לענגערער אפוועזנהייט.
דער רבונו של עולם האט אונז פארטריבן פון אונזער לאנד, ווי ער האט יארנצענדליגער פריער געווארנט ער וועט טאן אויב מיר וועלן זיך נישט פארבעסערן, זיין אויפריכטיג און יושר'דיג, באהאנדלען דעם ארעמען און שוואכן מיט אמת און צדק. דער זעלבער ג-ט האט אבער אין דער זעלבער צייט, דורך די זעלבע נביאים אונז פארזיכערט אז דאס אלעס איז נאר צייטווייליג. קומען וועט די צייט ווען דאס לאנד וועט צוריקקומען צו אונז און מיר צו איר. און די צייט איז געקומען - אין אונזערע צייטן. ארץ ישראל איז צוריקגעקומען צו אונז אויף זייער אן ענליכער שניט ווי ס'איז פון אונז אוועקגענומען געווארן: דורך די הענט פון די וועלט'ס מאכטפולע לענדער - דעמאלט בבל און רוים, היינט די פאראייניגטע שטאטן און דעם יו-ען.
די זעלבע נביאים וואס האבן געווארנט וועגן דעם אנלויפנדן חורבן האבן איינצייטיג קלאר געמאכט דעם ענדגילטיגן גורל פון די פיינט. ביידע האבן געדארפט געשען: דער חורבן און גלות, און אויך די שטראף פאר די אומגליקליכע קעניגן, וואס האבן געדינט אלס שלוחים אויסצופירן דעם ג-טליכן באפעל. די שטראף איז געקומען און לבסוף האבן די נאכגייערס פון יענע גרויסמאכטן געדינט אלס די שלוחים פון דורכפירן דעם ג-טליכן באפעל אומצוקערן דאס לאנד צו די אייניקלעך און יורשים פון יענע פארטריבענע יהודים.
יעדער פארשטייט אז דאס לאנד איז אונזערס און וועט שוין אזוי פארבלייבן. אלע פארשטייען עס, אויסער מיר אליין. א סך אידן ווייסן, פילן און לעבן יא אליין דורך די גאולה, אבער טיילן פון אונז, פונעם כלל איד, האבן אויסגעקליבן צו איגנארירן דעם נס וואס שפילט זיך אונז אויס פאר די אויגן. מיר פילן עס, אבער פרובירן מיט געוואלד אפשטופן דעם הרגש וואס קיינער, אויסער דער השגחה פארשטעלט ווי די טבע, האט אונז אריינגעלייגט טיף אינעווייניג אין א ווינקל באוואוסטזיין, דארט וואו מיר האבן מורא צו ווענדן די אויגן און כאפן א בליק... אנשטאט זיך דערלויבן צו שטעלן עטליכע טריט - איין קליינעם טראט כאטש - אין יענער אומבאקאנטער טעריטאריע פון היימליכקייט, אייגנקייט, זעלבסשטענדיגקייט, שרייען מיר נאך העכער, אויף גרעסערע קלייניגקייטן, "איני מכיר"...
איני מכיר - אין וואס? אין אונזערע רעכטן אויף ארץ ישראל? אינעם פאקט - א רוי, טרוקן שטיקל מציאות - אז דאס לאנד איז צו אונז צוריקגעקומען אויפ'ן זעלבן אופן ווי זי איז פון אונז אוועקגענומען געווארן? אין די נביאים וואס האבן מיט יארטויזנטער צוריק געזען די פארוויסטטע בערג פון יהודה זיך באדעקן אין גרינס? אין די פסוקים פונעם תנ"ך וועגן וויינגערטנער אין שומרון וואס וועלן ווידער בליען און אנטרינקען דעם איד מיט גוטן וויין? אין די גאסן פון ירושלים וואס זענען פול מיט אלטע אנגעלאנט אויף זייערע שטעקנס און יוגעלעך און מיידעלעך וואס פילן אן די גאסן און געסלעך פון דער הייליגער שטאט? אינעם הייליגן בארג וואס איז צום ערשטן מאל אין 2,500 יאר פולשטענדיג צוריק אונטער אידישן בעלות?
מיר מעגן קרעכצן אויף דעם וואס דער מצב פון יהדות פונעם אידישן לאנד שטייט נאכנישט ביי דעם שטאפל וואו ס'וואלט זיך געוואלט. מילא, אויך זיי, פונקט ווי אונז, זענען נאכנישט אינגאנצן מוכשר אויפצונעמען די פלוצימדיגע פרייהייט אין וועלכער די השגחה האט אונז אריינגעווארפן. אבער אפילו דער מצב שטייט נאכנישט ביים תיקון השלום, שפרייזט אבער יא אין יענער ריכטונג מיט גאנץ האסטיגע טריט. דארף מען זיך פרייען, אנשטאט פארזעצן מיט אן אויסגעדראשענער מערכה קעגן דער "ציוניסטישער גזירת שמד", וואס איז שוין לאנג אפגעדינט און כמעט אזוי רעלעוואנט ווי די מלחמה קעגן די צדוקים. פון ביידן, צדוקים און להכעיס'דיגע אנטי דת ציונים, איז כמעט נישט פארבליבן קיין זכר.
די גזירת הגלות, ווי עס שיינט, איז נאכנישט געקומען צו קיין פולשטענדיגן סוף. אנשטאט א פלוצימדיגן, הילכיגן אפשטעל, ווי מיר האבן זיך אין סאמע טיפן חושך פונעם גלות זיך עס פארגעשטעלט, האט די גאולה באשלאסן זיך אויסצושפילן מיט א רואיגערן טעמפא, אויף א געלאסענעם פארנעם, פארשטעלט אונטער א דינעם פירהאנג פון טבע. מיר, אזוי צוגעוואוינט צום גלות, קענען פון זיך אפטשעפען דאס גלות-געפיל, און ווען די ערשטע שטראלן פון גאולה האבן זיך באוויזן, האבן מיר אויסגעקליבן צו פארמאכן זיך די אויגן און איבערשפרינגען פון פיזישן גלות אריין צום גלות הדעת.
מיר זענען אזוי פארשוואכט און פארשמאכט פון לאנג גיין אויף שווערע, בלאטיגע וועגן אז מיר האבן נישט דעם כוח און מוט צו דערקענען און אויפנעמען די גאולה ווען מיר באגעגענען זי. בלייבן מיר טאפשען אין דער פינסטער און בלייבן עקשנות'דיג בעטן: "וקבץ נדחינו מארבע כנפות הארץ" - בעת יענער בת קול ענטפערט מיט א קוים הערבארער שטימע: "נו, קומטזשע. דאס פלאץ איז גרייט אויפצונעמען אייך, די וואס זיצן בקצה המחנה און קענען זיך נישט ברענגען צו עפענען די אויגן און אנערקענען אז די שפיל האט זיך געענדיגט."
זעסטו דאך, רבונו של עולם: מיר זענען שטעקן געבליבן. עס קריכט זיך נישט אזוי שנעל ארויס פון אזא לאנגער געוואוינהייט פון קרעכצן און וויינען. וועסט אונז, טאטע זיסער, צום סוף מוזן פון דא ארויסשלעפן מיט געוואלד. אנדערש וועלן מיר נישט גיין - נישט ווייל מיר ווילן נישט, נאר ווייל מיר קענען נישט. מיר זענען סטאק. מיר ווארטן אויף ניסים. דער נס, זאגסטו, איז שוין געשען און האלט אין זיך איבער'חזר'ן? כאפן מיר אבער נישט אויפ'ן ווינק. מה לעשות... מאך דעם נס, אז פארקלעמטע הערצער זאלן זיך צעברייטערן, פארגליווערטע געפילן זאלן זיך אויפלאזן, און פעקלעך יסורים זאלן צעפאלן. וועסט שוין זען ווי מיר וועלן קומען צולויפן!

"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
זאג, אויב דו בוסט אזא ציוני'סט, בוזטו אפשר שוין אמאל געווען באזוכן ביי איינע פון די פילע צה"ל באזעס? האסט שוין אמאל מיטגעהאלטן א שיסעריי לייוו אדער אויף א ווידאו? דו ווייסט וויאזוי ס'פילט אונזערע ברודער זענען פארנומען זיך שלאגן פאר זייער לעבן? איז דיר שוין אמאל איינגעפאלען גייענדיג צום כותל, וויפיל אידיש בלוט דאס האט אפגעקאסט רח"ל אז זאלסט קענען שפאצירן אזוי געמיטלעך דורך די שער יפו?
בד"וו כ'בין נישט קיין סאטמארער און קיינמאל נישט געווען

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: ביים לעצטן גלות-שטאפל
זאג נאר, ביזט א גלגול פון רב קוק?
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
בן אדם האט געשריבן:זאג, אויב דו בוסט אזא ציוני'סט, בוזטו אפשר שוין אמאל געווען באזוכן ביי איינע פון די פילע צה"ל באזעס? האסט שוין אמאל מיטגעהאלטן א שיסעריי לייוו אדער אויף א ווידאו? דו ווייסט וויאזוי ס'פילט אונזערע ברודער זענען פארנומען זיך שלאגן פאר זייער לעבן? איז דיר שוין אמאל איינגעפאלען גייענדיג צום כותל, וויפיל אידיש בלוט דאס האט אפגעקאסט רח"ל אז זאלסט קענען שפאצירן אזוי געמיטלעך דורך די שער יפו?
בד"וו כ'בין נישט קיין סאטמארער און קיינמאל נישט געווען
ער איז אזא ציוני'סט ווי ג-ט כביכול אליין הבוחר בציון ובירושלים.
די גאנצע וועלט איז דורכגעווייקט מיט בלוט. עס איז כמעט נישטא א זאך וואס איז נישט אנגעקומען מיט בלוט. אידן זענען אריין אין ארץ ישראל מיט בלוט, און ארויס צו גלות מיט בלוט. עס איז נישט קיין ראי' אז וויבאלד עס איז געקומען דורך בלוט טאר מען נישט גייט מיט א געמיטליכקייט. די עיקר קשיא וואס די אנטי ציון האבן, אז די אלע נסים זענען געקומען דורך די שטן. סא קענסטו נאך נישט וויסן אויב מאת ה' היתה זאת.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
בר כוכבא דערציילט מיט געגועים אז מיר האבן זיך צוריק געקערט היינט קיין ארץ ישראל. און געשען איז דאס דורך נסים. און דאס איז זיין בענקעניש:
די איינציגסטע טענה איז אז די נסים האבן פאסירט דורך די שטן, אזוי ווי סאטמר רב האלט.
סך אידן ווייסן, פילן און לעבן יא אליין דורך די גאולה, אבער טיילן פון אונז, פונעם כלל איד, האבן אויסגעקליבן צו איגנארירן דעם נס וואס שפילט זיך אונז אויס פאר די אויגן.
די איינציגסטע טענה איז אז די נסים האבן פאסירט דורך די שטן, אזוי ווי סאטמר רב האלט.
- בר-כוכבא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 365 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
בן אדם האט געשריבן:זאג, אויב דו בוסט אזא ציוני'סט, בוזטו אפשר שוין אמאל געווען באזוכן ביי איינע פון די פילע צה"ל באזעס? האסט שוין אמאל מיטגעהאלטן א שיסעריי לייוו אדער אויף א ווידאו? דו ווייסט וויאזוי ס'פילט אונזערע ברודער זענען פארנומען זיך שלאגן פאר זייער לעבן? איז דיר שוין אמאל איינגעפאלען גייענדיג צום כותל, וויפיל אידיש בלוט דאס האט אפגעקאסט רח"ל אז זאלסט קענען שפאצירן אזוי געמיטלעך דורך די שער יפו?
דער ענטפער צו רוב פראגן איז "יא". איך פארשטיי אבער נישט וואס דו מיינסט דערמיט צו זאגן.
בן אדם האט געשריבן:בד"וו כ'בין נישט קיין סאטמארער און קיינמאל נישט געווען
א שאד. לערן כאטש די ספרים פון סאטמארער רבי'ן. ער איז לכל הדעות געווען איינער פון די גרעסטע גדולים פון פאריגן דור.
בן אדם האט געשריבן:האט זיך געלוינט אויפצושטעלן א מדינה אויף די קאסטן פון אזויפיל אידיש בלוט וואס דערווייל זעט מען נאכנישט די ענדע??
א גוטע קשיא, אבער מיר פארשטייען נישט די הימלישע חשבונות. פארוואס האבן זעקס מיליאן אידן געדארפט פארלירן דאס לעבן כדי די וועלט זאל מסכים זיין צוריקצוגעבן ארץ ישראל צום אידישן פאלק? אזוי האט די השגחה געוואלט, פונקט ווי זי האט געוואלט אז ביי דער ביאה ראשונה זאל עס מוזן צוגיין מיט מלחמות, וואס האבן זיך געצויגן אויף הונדערטער יארן, און מיט קליינע הפסקות האבן אידן דעמאלט יעדע שטיק צייט זיך געמוזט שלאגן מיט די פעלקער ארום זיי. היינט איז בעסער ווי דעמאלט, הגם ס'איז נאך אלץ נישט דער תיקון השלם.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 159
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
- האט שוין געלייקט: 511 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל
מיר זענען נישט אין הימל און מיר ווייסן נישט וואס עס מיינט וואס, אבער אויב זאל איך קלערן אז א צוריקקער פון אידן קיין ארץ ישראל מיינט גאולה פונם באשעפער דאן איז מעגליך די אומהיימליכקייט מיטן לאנד אויך א חלק פונם גלות וואס דער באשעפער האט נאכנישט ארויסגענומען פון אונז (גלות הדעת - מיצר ים).
נישט נאר איני מכיר אידן האבן א פראבלעם מיט זייער אייגענעם לאנד, אויך די אויסלייזער אליין זענען אומבאקוועם מיט זייער געוואונס, שוואכלינגען, דר'ערדליגער, אפאלאדזשעטיקער (ליין דעם בוך וואס [tag]מאטי[/tag] האט דא צוגעצייכענט). איך פיל נישט אז אזא מצומצים'דיגער גאולה מיט ענגע אויגן פון אלע זייטן מבית ומבחוץ איז אונזער אויסגעבענקטע גאולה.
די בבליים און רומיים זענען געווען שליחים פון באשעפער אונז אוועקצושיקן פון ארץ ישראל און די יוראפעער מיט די פאלעסטינער באהיטען מיר זאלן זיך נישט באקוועם צוריקערן אהין.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
די ציוניסט'ן מיט די סאטמאריסט'ן ליידען פון די זעלבע מעסיאניסטישע דמיונות.
אונז זע'מיר נישט קיין קראים, עכ"פ איך נישט, און טאמער אין תושבע"פ איז מבואר אז די אלע נבואות וועגען ימות המשיח ווייזען נישט אויף וואס וועט זיין לע"ל, ווייל ס'איז פון מיט סתירות און די זאך איז נאך נישט אויסגעקלארט, ווייסען מיר גארנישט פון די עתידות צו דאס האט מיט משיח צו מיט גלות און די פרטי דברי הנביאים מאכען בכלל נישט אויס. אפשר איז דער מדינה א חלק פונ'ם גאולה, אפשר גאר ווייט דערפון. אפשר גייט משיח קומען דורך דער מדינה אפאראט, אפשר וועט ער נאר קומען מיט'ן ביטול המדינה, און אפשר גאר אויף אן אנדער'ן אופן. די זאך איז באגרעניצט מיט וואס דיין דמיון קען אפירקראצען. דער רמב"ם זאגט אונז קלאר אז ס'איז נישט קיין חלק פון אמונה אין ביאת המשיח, און ס'איז טאקע אומקלאר פאר דער וואס זוכט עס נאך. אלזא דער גאנצע ענין קען מען קיינמאל נישט אויפווייזען הונדרעט פערצענט, און דער וואס טראכט אנדעריש איז נישט קיין אפיקורס צו א שוטה. דער גאנצע זיכערקייט פון דער פותח האשכול איז באזירט אויף זיין ווילען, נישט אויף אן אמת'ן ראיה.
ווען מ'קוקט און טראכט אריין אין די תכלית פון ביאת המשיח און וואס ס'דארף אויפטוהן און איהר אמת'ער באדייט, וואס מ'זעט אין רמב"ם 'לא נתאוו החכמים והנביאים וכו' ולא יהיה עסק כל העולם אלא לדעת את ה' בלבד', זעט מען אז דאס בליען פון די בערג פון יהודה און זיצען פון אלטעלייט אין די געסער פון ירושלים איז גאר א זייטיגע חלק פונ'ם גאולה, נישט דער עיקר. ווען מ'זעט אן אלטיטשקע אין ירושלים האט מען נאך קיין גאולה נישט געקוקט אין פנים אריין. דאס פרוכטבארע עקאנאמיע פון די פעלדער און וועלדער זענען די טפלים שבטפלים פון דער גאולה וואס אונז שטרעבען און בענקען דערצו. אין הקדמה לפרק חלק רעדט דער רמב"ם ארום די טועים וואס נעמען אגדות חז"ל און נבואות הנביאים מיט גשמיות'דיגע אויגען.
יעצט דארף מען פרעגען; זענען מיר היינט נענטערער צום גאולה פון די רמב"ם ווי ווייטער? איז דער וועלט אויפ'ן ריכטונג צום 'לדעת את ה' בלבד' צו אויפ'ן פארקערט'ן? אפגעזען פון באוועגונגען און שיטות. דערווייל האט דער וועלט גארנישט באוויזען צו ווערען בעסער אין אלע הינזיכטען, אין מאנכע איז עס בעסער און מאנכע ערגער, און דאס וועלען אז ס'וועט זיין גוט מאכט עס נישט גוט (זאג דיין באבע דאס אויך).
ווען א ראציאנאלע מענטש זעט א מדינת ישראל, זעט ער א קהלה ווי אלע קהלות, מענטשען מאכען ביזנעס, שלאגען זיך, מאכען זיך אפ, גנבנ'ן, טיילען מכות, האבען חתונה, פראדוצירען קינדער, שטארבען און צומאל ווערען בא'ערדיגט, מ'מאכט געזעצען לויט'ן געשמאק פון די איינוואוינער'ס, און מ'ווענט אפ געזעצען לויט די געשמאק פון די ריכטער'ס, מ'וויילט איין א פרעמיער לויט זיין דעהויבענע מדת השחצנות, און מ'וויילט אויס כאווער כנסת'ס לויט זייער פלאמפייערדיגע דרשות מיט געקייטעלטע הענט צו גראבע לאזונגען. גארנישט אנדעריש ווי סיי וואס פאר א לאנד און שטאט אין די גארער וועלט. יעדער האט זיך איהר טעם און איהר שמעק, אבער קיין עמטליכע חילוק איז נישט דא. זאגען אז משיח איז ביים שוועל און די ערשטע טריטען זעט מען אין מדינת ישראל וויבאלד מ'זעט א מדינה, איז פונקט ווי זאגען אז משיח איז שוין אט אט וויבאלד אין אמעריקא עסט מען חומוס אין גרויסען, אזש דער קוקא-קולה חברה האבען אפגעקויפט דער סאברא חומוס פאבריק, און דער וועלט גייט זיך נעמען איינשלינגען חומוס אין די מאסען, וואס דאס איז א חלק פון הפצת המעיינות פון דער רבי ר' תיאודור, וואס נאכ'ן הקמת המדינה גילט עס אויף יעדער שטיק קולטור פון אט דער יודען-שטאט.
ס'איז עולם כמנהגו הולך, יעדער טוט וואס ס'שמעקט איהם, אין כאן לא נבואה ולא פסיעה, לא מרידה ולא כפירה, לא בשורה ולא הכחשה, לא חזרה ולא גאולה ולא הכרה. יש כאן מדינה ויושביה, עסקים ועמליה, גנבים ושוטריה, צדיקים וגבאיהם, וישיבות ויושבי ראשיהם. פונקט ווי אין דער ברייטערע וועלט.
הרחמן הוא ישלח לנו משיחו הולך תמים, ללא עקמימיות מחבלי כרמים, ולא נטעה בדרכינו המיושרים, בדרך המלך נלך בשלומים.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- בר-כוכבא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 365 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
Re: ביים לעצטן גלות-שטאפל
זייער פיין געזאגט
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
- בר-כוכבא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 365 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
ביים לעצטן גלות-שטאפל
קיבוץ גלויות איז איין פאזע אין דער גאולה, און דאס משמעות פון קיבוץ גלויות איז פשוט און קלאר. דאס אז גענוי וואס די גאולה מיינט ווייסט מען נישט איז א פאקט נאך בדברי חז״ל.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
איך בין מסופק אויב בכלל דער "חורבן/גלות" איז טאקע דער אמת'ער ריכטיגע חורבן השלימה פון וואס די נביאים האבן גערעדט..
למעשה זענען מיר טאקע פארטריבן געווארן פון לאנד, אבער דאס איז א זייטיגע נקודה אין דעם חורבן, דער עיקר חורבן איז נאכנישט באמת געווען, דער חורבן הדעת, דער אמת'ע שכינתא בגלותא בעת מיר האבן למעשה געהאט תנאים אמוראים גאונים ראשונים וכו' אינעם צווי טויזענט יעריגן כמו-חורבן זענען טאקע פארגעקומען צרות אכזריות שונות, לאידך גיסא זענען געווען מלכות של חסד'ן וועלכע האבן זיך געפירט בנימוס מיטן אידישן פאלק.
אלזא: א פראבלעם יא! א געמיינזאמע פארטרייבונגס וואס האט געברענגט פארשידענע מיטמאכענישן יא, אבער נישט פון דעם חורבן האבן אונזערע הייליגע נביאים גערעדט, נישט אויף דעם האבן אונזערע עלטרן אזוי שטארק געציטערט, ווען זיי האבן דערמאנט חורבן! האבן זיי געמיינט אמת'ע חורבן השלימה ווי עס דארף צו זיין! וואס איז נאך דערווייל נישט אנגעקומען.

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בן אדם האט געשריבן:זאג, אויב דו בוסט אזא ציוני'סט, בוזטו אפשר שוין אמאל געווען באזוכן ביי איינע פון די פילע צה"ל באזעס? האסט שוין אמאל מיטגעהאלטן א שיסעריי לייוו אדער אויף א ווידאו? דו ווייסט וויאזוי ס'פילט אונזערע ברודער זענען פארנומען זיך שלאגן פאר זייער לעבן? איז דיר שוין אמאל איינגעפאלען גייענדיג צום כותל, וויפיל אידיש בלוט דאס האט אפגעקאסט רח"ל אז זאלסט קענען שפאצירן אזוי געמיטלעך דורך די שער יפו?
בד"וו כ'בין נישט קיין סאטמארער און קיינמאל נישט געווען
בן אדם: נו, פון דעם רעדט ער דאך (בר כוכבא). מיין שאלה צו דיר איז...צו ביסטו אן אמת'דיג'ער איד פאר וועם ס'טוט אמת'דיג וויי אז אזויפיהל אידיש בלוט איז פארגאסן געווארן דורך די פארשאלטענע אראבערס, ימ"ש איבער אונזער אייגן אידיש לאנד וואס הקב"ה האט געגעבן פאר זיינע קינדער. אדער ביסטו איינער פףון די פאלשע ברואים וועלכע וויינען מיט קראקאדיל טרערן איבער דעם אזוי-גערופענעם אידישן בלוט וועלכער איז פארגאסן געווארן דורך די פארשאלטענע ציונים, ימ"ש, וועלכע האבן צוגערויבט דאס לאנד פאלעסטינע פון די וואוילע, שטילע, אומשולדיגע אראבערס, מיט וועם אונז האבן געהאט אזעלכע גוטע באציאונגען אז מ'האט געהאנגען די וועש אויף דעם זעלבן שטריק (אבי נישט זיך אליינס) און אז די אראבישע גוי'טעס האבן גע' בעיסיט' די אידישע קינדער. און אונז האבן דאס אלעס שאדן געהאט איבער די רשעות פון די ציונים, שר"י, עפ"ל, ימ"ש. כדברי הרב שמאפלאן זיכרונו לעבראכע....?
דאס איז נאר א רעטארישע שאלה. ווייל איך ווייס דעם ענטפער ממילא...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מאטי האט געשריבן:איך בין מסופק אויב בכלל דער "חורבן/גלות" איז טאקע דער אמת'ער ריכטיגע חורבן השלימה פון וואס די נביאים האבן גערעדט..
למעשה זענען מיר טאקע פארטריבן געווארן פון לאנד, אבער דאס איז א זייטיגע נקודה אין דעם חורבן, דער עיקר חורבן איז נאכנישט באמת געווען, דער חורבן הדעת, דער אמת'ע שכינתא בגלותא בעת מיר האבן למעשה געהאט תנאים אמוראים גאונים ראשונים וכו' אינעם צווי טויזענט יעריגן כמו-חורבן זענען טאקע פארגעקומען צרות אכזריות שונות, לאידך גיסא זענען געווען מלכות של חסד'ן וועלכע האבן זיך געפירט בנימוס מיטן אידישן פאלק.
אלזא: א פראבלעם יא! א געמיינזאמע פארטרייבונגס וואס האט געברענגט פארשידענע מיטמאכענישן יא, אבער נישט פון דעם חורבן האבן אונזערע הייליגע נביאים גערעדט, נישט אויף דעם האבן אונזערע עלטרן אזוי שטארק געציטערט, ווען זיי האבן דערמאנט חורבן! האבן זיי געמיינט אמת'ע חורבן השלימה ווי עס דארף צו זיין! וואס איז נאך דערווייל נישט אנגעקומען.
מאטי: ס'הייסט, דו זאגסט (אדער שרייבסט) אז דער האלאקאוסט איז נאר געווען א ריהוירס'ל. אז אוישוויץ-טרעבלינקא זענען נעמען פון ריזארט שטעטלעך. און די אכזריות'דיגע רציחות פון די נאציס ימ"ש און זייערע פוילישע, אוקריינער און אונגארישע מיט העלפערס זענען נאר געווען טעאטרישע פארשטעלונגען פון א מאווי וועלכע סטיווען שפילבערג האט זיך געגרייט ארויסצוגעבן. דו קענסט ווארטן געזונטערהייט אויפ'ן אמת'דיגן חורבן אז ער/זי זאלל אנקומען. אבער איך האב שוין גענוג געהאט סיי פון דעם האלאקאוסט און סיי פון די אנדערע חורבנות דורכאויס די לאנגע און טרויעריגע אידישע היסטאריע. און איך האלט אז דאס אידישע פאלק האט שוין גענוג געהאט פון אט די זאכן. די איינציגע זאך איז אז אונז דארפן זיך עפעס ארויסלערנען פון די אלע געשעענישן. און נישט איבערחזר'ן די טעותים. ווי למשל, אמאל האבן די רעפארמערס און אנדערע אנטי-רעליגיעזע גרופעס געשריגן אז דאס אנטיסעמיטיזם קומט וועגן די ערליכע אידן. און די פארבלאנדזשעטע אידן האבן געשריגן אז דאס אנטיסעמיטיזם קומט וועגן די ציונים. האמיר געזעהן בשעת דעם לעצטן חורבן אז די נאציס ימ"ש האבן אריינגעלייגט אין דעם זעלבן געטא און אין דעם זעלבן גאז קאמער דעם פרומסטן און ערליכסטן איד מיט דעם גרעסטן ציוני. אויך זעען מיר אז קיין שום ..."נטרונא"... און קיין שום נטורי חרתא האט נאכנישט געראטעוועט אפילו איין איד'ס לעבן און די בלוטדורשטיגע רוצחים סיי אין אייראפע און סיי אין די אראבישע מדינות זענען גרייט צו הרג'נען ח"ו יעדן איינציגן איד. און אפילו וועם ס'דאכט זיך זיי אז ר'איז א איד...השיבנו אל ה' ונשובה. חדש ימנו כקדם...! ואין הדבר תלוי אלא בתשובה. נישט צו זוכן די פעלערס ביי יענעם. נאר ביי זיך אליינס...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
מאטי האט געשריבן:איך בין מסופק אויב בכלל דער "חורבן/גלות" איז טאקע דער אמת'ער ריכטיגע חורבן השלימה פון וואס די נביאים האבן גערעדט..
למעשה זענען מיר טאקע פארטריבן געווארן פון לאנד, אבער דאס איז א זייטיגע נקודה אין דעם חורבן, דער עיקר חורבן איז נאכנישט באמת געווען, דער חורבן הדעת, דער אמת'ע שכינתא בגלותא בעת מיר האבן למעשה געהאט תנאים אמוראים גאונים ראשונים וכו' אינעם צווי טויזענט יעריגן כמו-חורבן זענען טאקע פארגעקומען צרות אכזריות שונות, לאידך גיסא זענען געווען מלכות של חסד'ן וועלכע האבן זיך געפירט בנימוס מיטן אידישן פאלק.
אלזא: א פראבלעם יא! א געמיינזאמע פארטרייבונגס וואס האט געברענגט פארשידענע מיטמאכענישן יא, אבער נישט פון דעם חורבן האבן אונזערע הייליגע נביאים גערעדט, נישט אויף דעם האבן אונזערע עלטרן אזוי שטארק געציטערט, ווען זיי האבן דערמאנט חורבן! האבן זיי געמיינט אמת'ע חורבן השלימה ווי עס דארף צו זיין! וואס איז נאך דערווייל נישט אנגעקומען.
הרב מאטי, איך סטראגעל אביסל צו פארשטיין דיינע ווערטער. ווילסט מיר דען זאגן אז מיר זענען נישט אין א גלות הדעת?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 44
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:11 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
פרייוויליג האט געשריבן:
די איינציגסטע טענה איז אז די נסים האבן פאסירט דורך די שטן, אזוי ווי סאטמר רב האלט.
סאטמארע רב האט נישט געהאלטען אז ס'געווען ניסים פון די סיטרא אחרא, ס'קען זיין אז ער האט עס אמאל געזאגט ווייל צו אונגערישע דארף מען אזוי רעדען, כדי זיי זאלען נישט ווערען צימישט, אבער בעצם האט ער נישט אזוי געהאלטען,
דא האסטע וואס ער שארייבט און די הקדמה צו על הגאולה אז דער באשעפער האט רחמנות געהאט, נישט אז די סיטרא אחרא האט עס געמאכט....:
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
פרייוויליג האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:איך בין מסופק אויב בכלל דער "חורבן/גלות" איז טאקע דער אמת'ער ריכטיגע חורבן השלימה פון וואס די נביאים האבן גערעדט..
למעשה זענען מיר טאקע פארטריבן געווארן פון לאנד, אבער דאס איז א זייטיגע נקודה אין דעם חורבן, דער עיקר חורבן איז נאכנישט באמת געווען, דער חורבן הדעת, דער אמת'ע שכינתא בגלותא בעת מיר האבן למעשה געהאט תנאים אמוראים גאונים ראשונים וכו' אינעם צווי טויזענט יעריגן כמו-חורבן זענען טאקע פארגעקומען צרות אכזריות שונות, לאידך גיסא זענען געווען מלכות של חסד'ן וועלכע האבן זיך געפירט בנימוס מיטן אידישן פאלק.
אלזא: א פראבלעם יא! א געמיינזאמע פארטרייבונגס וואס האט געברענגט פארשידענע מיטמאכענישן יא, אבער נישט פון דעם חורבן האבן אונזערע הייליגע נביאים גערעדט, נישט אויף דעם האבן אונזערע עלטרן אזוי שטארק געציטערט, ווען זיי האבן דערמאנט חורבן! האבן זיי געמיינט אמת'ע חורבן השלימה ווי עס דארף צו זיין! וואס איז נאך דערווייל נישט אנגעקומען.
הרב מאטי, איך סטראגעל אביסל צו פארשטיין דיינע ווערטער. ווילסט מיר דען זאגן אז מיר זענען נישט אין א גלות הדעת?
ס'איז געשריבן אין א סארקאסטישע אילוסטראציע ארויסצוברענגן דעם שיטה פון די גאולה שלימה'ניקעס וועלכע טרעפן אלס חסרונות אין גאולה, ס'איז אלס אבער נישט די ריכטיגע גאולה.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
יהושפט קליין האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:
די איינציגסטע טענה איז אז די נסים האבן פאסירט דורך די שטן, אזוי ווי סאטמר רב האלט.
סאטמארע רב האט נישט געהאלטען אז ס'געווען ניסים פון די סיטרא אחרא, ס'קען זיין אז ער האט עס אמאל געזאגט ווייל צו אונגערישע דארף מען אזוי רעדען, כדי זיי זאלען נישט ווערען צימישט, אבער בעצם האט ער נישט אזוי געהאלטען,
דא האסטע וואס ער שארייבט און די הקדמה צו על הגאולה אז דער באשעפער האט רחמנות געהאט, נישט אז די סיטרא אחרא האט עס געמאכט....:
איך האב מיך גראדע נישט באצויגן דוקא צו סאטמאר רב. וואס אגב האט כמה פעמים געזאגט אז די נסים קומען מצד הטומאה. איך האב נישט קיין נערווען צו זוכן די מראה מקום, אבער גוגל איז פיל מיט די מאמרים פון אים. למשל דא האסטו א ריזן שלל וואו ער איז מברר אויב עס איז אתחלתא דגאולה אדער מעשה שטן. שוין לאמיר נישט פארקריכן.
יהושפט קליין האט געשריבן: ס'קען זיין אז ער האט עס אמאל געזאגט ווייל צו אונגערישע דארף מען אזוי רעדען, כדי זיי זאלען נישט ווערען צימישט, אבער בעצם האט ער נישט אזוי געהאלטען,
דאס איז גאנץ מעגליך. טייל באבאכטער זאגן אז לויט וויאזוי זיי האבן געקענט סאטמאר רב וואלט ער געקענט ארויסגעבן א ספר א סך גרעסער פון ויואל משה וואס איז מברר פונקט די פארקערטע. סא וואס ער האט באמת געהאלטן ווייסט קיינער נישט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פרייוויליג: איין זאך איז זיכער. אז ער האט נישט געהאלטן אז די מדינה זאלל גיין אין ד'רערד. אזוי ווי די פארשאלטענע, שטינקעדיגע נטורי חרתא זאגן. ווייל אין די הקדמה צו זיין ספר ויואל משה (דף ח') שרייבט ער קלאר ארויס אז היינט אז ס'איז שוין דא א מדינת ישראל דארפן מיר מתפלל זיין אז ס'זאלל ח"ו נישט בטל ווערן דורך די גויים. ווייל דאמאלס וועט ח"ו נישט זיין גוט פאר כלל ישראל..."וצריכין להתפלל שלא יבטל ע"י האומות. כי אם ע"י האומות, לא יהיה טוב לישראל, ח"ו"...!,
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:אזוי ווי די פארשאלטענע, שטינקעדיגע נטורי חרתא
גראדע פונקט נעכטן האב איך געטראפן א נטורי קרתא איד ביי א חתונה. ער האט געשמעקט פון פינקע DOVE זייף. אויך האט ער מיר מעורר געווען אז מען זאגט נטורי 'קרתא' מיט א ק', ער זאגט אז שרייבן חרתא מיט א ח' איז א טעות סופר.
דזשאסט סעיאינג. צוריק צום נושא.
וירח ה' את ריח הניחוח