היינט זענען אפגעהאלטן געווארן פריימעריס אין ארץ ישראל פארן אמט פון קדימה פארטיי פארזיצער. די לויפערס זענען געווען די עקזעסטירענדע ציפי לבני אנטקעגן שאול מופז.
נאך רוב פון די שטימען אפגעציילט האט שאול מופז געווינען מיט א שטארקען מערהייט פון 65 קעגן 35 פראצענט.
די רעזולטאטן ווען זיכער שאפן א פאליטישן איבערקערעניש אין לאנד. קודם ווערט יעצט שאול מופז אויטאמאטיש דער אפאזיציע פירער.
ווי אויך צייגט די רעזולטאטן אז די אנטי חרדים מאוומענט איז היבש אפגעשוואכט געווארן, היות די פירשפרעכערין ליבני איז אריינגעקומען אזוי שוואך.
שאול מופז געווינט פירערשאפט פון "קדימה" פארטיי!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
שאול מופז געווינט פירערשאפט פון "קדימה" פארטיי!
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
- לאדיך אפ
- ידיד ותיק
- הודעות: 658
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
- האט שוין געלייקט: 220 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל
Re: שאול מופז געווינט פירערשאפט פון "קדימה" פארטיי!
פיינע נייעס, מיין מיינונג. עס איז אויך א שטארקע זאך פאר מופז וועלכער פלעגט אלץ טענה'ן אז ספרדים זענען דיסקרימינעטד.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 266
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 77 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
Re: שאול מופז געווינט פירערשאפט פון "קדימה" פארטיי!
די נייע פירער פון די אנטי חרדים באוועגונג איז יאיר לפיד, וואס גייט נאך אין די וועגן פון זיין פאטער ר' טאמי לפיד ז''ל.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: שאול מופז געווינט פירערשאפט פון "קדימה" פארטיי!
יאנקל האט געשריבן:קול גדול האט געשריבן:די נייע פירער פון די אנטי חרדים באוועגונג איז יאיר לפיד, וואס גייט נאך אין די וועגן פון זיין פאטער ר' טאמי לפיד ז''ל.
דאס איז א היבשע גוזמא. בעת טומי לפיד האט געהאט די חרדים פאר זיין טאג-טעגליכער אגענדע, איז יאיר לפיד א פאליטיקאנט וועלכער רעדט ״אויך״ פון דעם ערנסטן פראבלעם וואס שאפט זיך אין דער מדינה צוליב דעם חרדישן ארט לעבן. בכלל האט ער אין לויף פון די אלע יארן אלץ טעלעוויזיע פערזענליכקייט זיך בכלל נישט ארויסגעשטעלט מיט אן אנטי-חרדישער אגענדע.
לכאורה צוליב פאליטישע חשבונות, וד"ל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
Re: שאול מופז געווינט פירערשאפט פון "קדימה" פארטיי!
לבני איז געווען אן עליטע, אשכנזישע, ליבעראלע פרוי. מופז איז אן אריענטאלישער מיליטערמאן מער רעכט געשטימט. מופז'ס געווינס איז נאך א רוק צורעכטס, אזוי ווי די אלגעמיינע ווינט אין די מדינה רוקט זיך רעכטס.
לפיד איז אן אנדערע סארט, אין די מדינה איז מען נישט געוואוינט צו א פענסי, גוד-לוקינג געשליפען פיסקל וועמען עס פארגליסט זיך סתם צו גיין צו פאליטיק. ער איז ענדליך צו אסאך אמעריקאנער פאליטישאנס, און אנדערש ווי די איזראעלי פאליטישנס וועלכע זענען בדרך כלל פון אן אנדערע קלאס אינגאנצן.
לפיד האט נישט קיין שטארקע אגענדעס, ער איז צענטריסטיש געשטימט אין אלע אישוס, אויך לגבי די חרדים

- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
Re: שאול מופז געווינט פירערשאפט פון "קדימה" פארטיי!
קופערניקוס האט געשריבן:לפיד האט נישט קיין שטארקע אגענדעס, ער איז צענטריסטיש געשטימט אין אלע אישוס, אויך לגבי די חרדים
ווי אזוי איז דאס טאקע מעגליך מיט אזא פאטער ווי טומי?
Re: שאול מופז געווינט פירערשאפט פון "קדימה" פארטיי!
אזוי גייט עס, ירידת הדורות, איך בין אויך מער צענטריסטיש געשטימט ווי מיין פאטער.
טומי איז געווען אן אלטער אונגארישער איד וואס האט אלס א סייד-זשאב געשריבן רעסעפי בוקס, ליב געהאט גולאש מיט ביר, די ביטערע טראפן, געווען אפען די אויבערשטע דרייסיג פערציג קנעפלעך פונעם רויטן העמד און א ווייס-האריגע בויך האט ארויסגעהאנגען; דער אויסגעקעמלטער יפה תואר'דיגער זון איז שוין א פולער אמעריקאנער מענטש מיט זעלבסט-רעספעקט, סטייל. לעומת זה דער טאטע איז געווען א איד, האט ליב געהאט, פיינט געהאט, זיך געקריגט און קאמאנדערוועט, דער זון איז שוין אן אויסגעביגלטער חונף, פאליטיקל קארעקט און אן קיין עכטע מיינונגען.