ויהי בימי כורש...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

ויהי בימי כורש...

שליחה דורך בר-כוכבא »

און ס'איז געווען אין די צייטן פון שיבת ציון, נאך דעם וואס די עטליכע יארצענדליג פון גלות בבל איז געקומען צו אן ענדע, ווען צוויי פירנדע פערזענליכקייטן פונעם עולם וואס האט זיך געפונען אין בלל, ששבצר און זרובבל, האבן אונטערגעקומען א קאמפיין צווישן דעם עולם אז מ'זאל פארקויפן די הייזער פארמעגנס, פארפאקן דאס האב און גוטס, און זיך ארויסלאזן אויפ'ן וועג.

די צייט איז געקומען, האבן זיי דעקלארירט מיט פאטאס. כורש, דער גוטער קעניג פון דער פערסישער אימפעריע, האט איינגעוויליגט צו דערלויבן די אידישע באפעלקערונג פון זיין קעניגרייך זיך אומצוקערן צו זייער היימלאנד, יהודה, פון וואו די בבל'ישע אימפעריע האט זיי פארטריבן מיט עטליכע צענדליגער יארן פריער. כורש, האט זרובבל דערציילט דעם עולם, איז נישט נאר מסכים צו דערלויבן אידן זיך צו באזעצן אין ארץ ישראל און פריי פראקטיצירן זייער רעליגיע און לעבנסשטייגער, נאר אפילו דעם בית המקדש, וועלכן נבוכדנצר האט צעשטערט, מעגן זיי אויפבויען פון דאסניי.

די צייט איז געקומען! וואס הייסט געקומען? פשוט! מיר זענען פון ארץ ישראל ארויסגעווארפן געווארן דורכ'ן פארגייער-גרויסמאכט פון כורש, נבוכדנצר, און די בבל'ישע פירערס האבן אונז בשום אופן נישט געלאזט זיך אומקערן אהין. איז געקומען כורש, קעניג פון פרס, צעשטויסן די בבל'ישע אימפעריע, איבערגענומען איר פלאץ אלץ וועלטס-גרויסמאכט, און באשלאסן אונז צו געבן דעם רשות צוריקצוגיין צו ארץ יהודה; ער האט פארזיכערט אונז צו שענקען ברייטע אויטאנאמישע רעכטן, מיט דער מעגליכקייט צו פירן א פולשטענדיג אידישע ווירטשאפט און אויפבויען דעם בית השם.

וואס נאך דארף מען?

דער ברייטער ציבור האט אבער צו די פייערדיגע אויסרופן רעאגירט מיט סקעפטיציזם און אפאטיע. כ'מיין, אין סך הכל האבן מיר באקומען רשות צו ארויפצוגיין אהין, קיין ארץ ישראל. און אפילו דאס, מיט'ן תנאי פון בלייבן אונטערגעווארפן דער פערסישער אימפעריע. נע, נישט פון דעם האט דער פסוק גערעדט. די באשטעטיגונג וואס איז געקומען פון די נביאים אחרונים, די לעצטע צו וועמען ס'איז נאך געקומען די השראה פון נבואה איידער זי איז פארשווינדן, האט קיין סך נישט געהאלפן: דער עולם האט נישט געהאלטן ביים גיין.

מיט גרויסע שוועריגקייטן איז פאר זרובבל'ען געלונגען צוזאמצונעמען עטליכע צענדליגער טויזנט בבל'ישע אידן, וועלכע זענען גרייט געווען איבערצולאזן די באקוועמע היים און מאכן דעם שווערן, עטליכע-הונדערט מייל-לאנגען וועג קיין ארץ ישראל. דער ציפער, וואס איז ווי עס באקומט זיך פון די מקורות, איז באשטאנען פון מאקסימום פופציג טויזנט אידן - א באשיידענער פראצענט פון דעם ריזיגן, ווירבלענדן אידישן ציבור וואס האט געוואוינט בלויז אין מעסעפאטאמיע אליין, שוין אפגערעדט פון אנדערע לענדער וואוהין אידן זענען דערגאנגען נאכ'ן חורבן בית ראשון.

דער ציבור וואס איז באשטאנען מיטצוגיין מיט זרובבל'ס אוואנטורע איז אויך נישט באשטאנען פון דער סמעטענע פון כלל ישראל. דווקא פארקערט: געגאנגען זענען בעיקר ארעמע, יונגערע, שוואכערע - שוואכערע אידן און שוואכערע מענטשן - וואס האבן נישט געהאט קיין סך צו פארלירן מיט'ן איבערלאזן דאס רייכע, שיינע, באקוועמע לעבן אין גלות. נישט נאר איז דאס גלות-לעבן געווען שיין און באקוועם, נאר אפילו תורה און רוחניות בכלל איז דארט געשטאנען אויף א הערליכן צושטאנד.

ווען די נאכגעלאזטע גרופע פון נאכגעלאזטע אידן האט זיך ענדליך דערשלאגן קיין ארץ ישראל, האבן זיי געטראפן דאס לאנד אין א סאמע נעבעכדיגן צושטאנד - חרוב, פארוויסט, פול מיט דערנער און זומפן, און פוסט פון יעדן ברעקל מענטשליכקייט און אידישקייט. די ווייניג איינוואוינערס זענען באשטאנען פון גויים און אפגעפרעמדטע אידן, וואס האבן די ארויפגעקומענע באטראכט ווי פרעמדע אריינדרינגערס, און זיי טאקע געגעבן אזא קבלת פנים אז ס'האט זיך אנגעקומענע אידן זיך געגליסט נישט עפעס אנדערש ווי זיך אויסדרייען און צוריקלויפן קיין בבל. קיין האניג האבן זיי טאקע אין גלות אויך נישט געלעקט; איז עס אבער פארט געווען האניג-זיס ווען געשטעלט נעבן דעם מצב און אומשטענדן וואס האט זיי אפגעווארט אין ארץ ישראל.

א סך האבן זיך טאקע אומגעקערט, און די איבעריגע זענען געבליבן דארט מיואש, אן קיין טראפן מוט צוריק אויפצובויען דאס לאנד, שוין אפגערעדט דעם בית המקדש.

די שמועות וועגן דעם נעבעכדיגן, אפילו געפארפולן צושטאנד אין וועלכן ארץ ישראל געפינט זיך האבן נישט געשפעטיגט צוריקצוקומען "אהיים", קיין בבל און דער אומגעגנט, און האבן דערשטיקט דאס ביסל חשק וואס האט נאך אפשר יא געהערשט ביי מאנכע, אפצולאזן דאס רייכע, באקוועמע, פולבלוטיג אידיש לעבן דא אינדערהיים, און זיך ארויסלאזן אויף דעם שווערן וועג צו יענעם, ווייטן, פוסטן, מלא שונאים און שוועריגקייטן לאנד.

זרובבל און די נביאים האבן גערופן, אבער דער עולם - רבנים, חכמים, שיינע אידן, באלעבאטים, גבירים, עסקנים, געשעפטסלייט, און סתם אידן פון א גאנץ יאר - האט עס נישט ערנסט גענומען. ווייס איך וואס: דאהי איז תורה'דיג, אידיש, באקוועם, און אלעס קלאפט. דארט, אין יהודה, איז פוסט אין יעדן זין פון ווארט. נישט אויף דעם קוקן מיר ארויס שוין א וואסערע זיבעציג יאר.

כורש איז נאך עטליכע יאר געשטארבן און מיט שיבת ציון האט זיך גארנישט גערירט. פארקערט, עס זענען כסדר אונטערגעקומען פרישע מניעות און פראבלעמען. דער עולם איז געבליבן לעבן, לאכן און לערנען אין גלות, און צו דער מאכט פון דער פערסישער אימפעריע איז ענדליך געקומען א נייער קעניג מיט'ן נאמען אחשורוש. יענער האט זיך געמאכט זיינע חשבונות און געקומען צו דער מסקנא אז זיי מלוכה איז פעסט און זיכער. די אידן, וואס זענען געווען א שטארקער פאקטאר פון דעם פינאנציעלן און קולטורעלן לעבן אין זיין מלוכה, בלייבן שוין אויף דורי דורות.

אחשורות האט דאן פאררופן א גרויסע פייערונג, צו וועלכער אויך די אידן זענען איינגעלאדנט געווארן. ביים דאזיגן באל האט דער פערסישער קעניג זיך אנגעטאן אין די מלכות'דיגע קליידער פונעם כהן גדול, און אויסגעצירט דעם אויבנאן מיט די גאלדענע כלים און פרעכטיגן געשיר פונעם חרוב געווארענעם בית המקדש. די אנוועזנדע אידן האבן זיך מיטגעפרייט און מיטגעפייערט, ווייל אויך זיי, פונקט ווי דעם קעניג, זענען נישט געווען אנטציקט פונעם דעם שיבת ציון געדאנק. ס'איז זיי גוט געגאנגען דאהי, און דארט איז דער מצב געווען זויער און ביטער.

אין הימל איז געווארן א רעש. לא די וואס כלל ישראל האט זיך באקוועם געמאכט אין גלות און אויפגעהערט בענקען נאך ציון און ירושלים, נאר אפילו ווען די געלעגנהייט זיך אומצוקערן אהיים איז אונטערגעקומען, האבן זיי זי אפגעווארפן און בכלל נישט גענומען ערנסט די גאנצע זאך. א גזירה איז ארויסגעגעבן געווארן, כדי צו דערמאנען דעם עולם אז גלות איז נישט אונזער היים.

כלל ישראל האט זיך פלוצלונג דערזען אין א שרעקליכער צרה. מ'האט אנגעהויבן פאסטן און וויינען און מתפלל זיין. די השגחה עליונה האט אנגענומען די תפילות און געלאזט אין גאנג א ריי געשעענישן וואס האבן געפירט דערצו, אז די גזירה איז בטל געווארן.

פארפאלן, האט די שכינה אונטערגעזיפצט. זיי זענען נאכנישט גרייט; זיי ווילן נישט ארויס פון גלות. נו, צווינגען וועלן מיר זיי נישט, די אידן. זיי זענען בעצם גוט און ערליך, נאר זענען נאכנישט גרייט אויף דער גאולה. וואס קען מען טאן.

אחשורוש איז עווענטועל געשטארבן און געקומען צו דער מאכט איז דריוש, וועלכער האט, אויף דער בקשה פון נחמיה, אויפגעפרישט דעם קעניגליכן דעקרעט פון כורש און דערלויבט די אידן אויפצובויען דעם בית המקדש. אבער, דער עולם האט נישט געהאלטן ביים גיין און די נאכפאלגנדע עליות, אין שפיץ פון עזרא און שפעטער נחמיה, האבן געטראגן נאך א שוואכערן פנים ווי די ערשטע אין שפיץ פון זרובבל. די גרופעס זענען באשטאנען פון בסך הכל עטליכע טויזנט מענטשן פונעם שוואכסטן וואס כלל ישראל האט פארמאגט.

קיין ניסים און התגלות השכינה איז נישט געווען, ווייל ס'איז נישט געווען מיט וועמען צו גיין צום טיש. כמעט אלע גדולים, חכמים, און סתם לייטישע אידן זענען געבליבן אין גלות. עזרא האט געדארפט מוסר'ן די ארויפגעקומענע אידן אפצולאזן די גוי'אישע ווייבער זייערע און אוועקווארפן עבודה זרה'ס.

שיבת ציון, ווי די נביאים האבן פאראויסגעזאגט, איז געשען, אבער אויף אזא נעבעכדיגן צושטאנד וואס האט נישט געלאזט קיין פלאץ פאר אפענע ניסים און השראת השכינה - נישט אין ארץ ישראל, נישט אין גלות. אין ארץ ישראל איז נישט געווען מיט וועמען צו גיין צום טיש, און אין גלות קען קיין השראת השכינה נישט זיין. אפילו דער נס פון פורים איז געקומען אויף זייער א "פשוט'ן", נאטירליכן אופן.

מיר פייערן דעם יום טוב פורים, אבער מ'דארף אונז דערביי אונטערטרייבן מרבה צו זיין בשמחה. ס'איז נישט ספאנטאן און זעלבספארשטענדליך, ווייל דער נס פורים טראגט א געוויסן זויערן נאך'טעם.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בר כוכבא: (אדער. בר-כוזיבא. ווי געוויסע טיילן פונ'ם אידישן פאלק וועלכע ווייסן נאכנישט אויב זיי זענען א קהילה אדער חסידות, האבן דיך ליעב צו רופן...!) דיין טעזע איז וואונדערבאר. ס'איז נאר דא איין פראבלעם מיט דעם. אז געוויסע מאן דאמרי אין די גמרא האלטן אז כורש איז געווען א זון פון אחשורוש און אסתר המלכה. ממילא האט ער נישט געקענט ארויסגעבן זיין דעקרעט וועגן ארץ ישראל פאר ער איז געבוירן צו זיין טאט'ן, אחשורוש...!
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

ויהי בימי כורש...

שליחה דורך בר-כוכבא »

כורש, זון פון אחשורוש, איז דער געווען דער צווייטער כורש און דער טאטע פון דריוש. דער ערשטער כורש וואס האט דערלויבט אויפצובויען דעם בית המקדש האט געקעניגט פאר אחשורוש. (ער איז געווען ממש פאר אחשורוש און לויט אן אנדערער דעה איז געווען נאך א קעניג צווישן זיי.)

אגב, ס׳איז נישט מיין טעזע נאר מער א ליקוט. אלעס וואס כהאב געשריבן שטייט אין נ״ך אדער חז"ל.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
פארשפארט