ברעיקינג: קאווע טרינקער'ס ערשטע סינגל!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
ברעיקינג: קאווע טרינקער'ס ערשטע סינגל!
ס'נישט זעלטן ווען גוטע-פריינד - וואס ווייסן פון מיינע באהאלטענע טאלאנטן - האלטן מיך פאר: נו, קאווע'לע, ווען קומסטו שוין ארויס מיט א סינגל?
דר'אמת איז, איך וואלט שטארק געוואלט ארויסקומען מיט א סינגל, אבער איך קען נישט באווייזען דעם קונץ פון זינגען יעדע שורה אין אן אנדער פלאץ, איך בין ממש פארגאפט וויאזוי די היינטיגע סינגעל-מאכערס קענען אנהייבן די פארשטעלע אינעם סטודיאו, פון דארט איז מען ממשיך – מיט איין אטעם – ביים וואסער, א רגע שפעטער איז מען צוריק אין סטודיאו, מ'פליעט אהער מ'פליעט אהין, און ס'הערט זיך ווי ס'וואלט געזינגען געווארן ברציפות ממש.
חוצמזה, לויט ווי די סינגעל-מאכערס טענה'נען, לייגן זיי אריין שעות שעות ארבעט אין שרייבן דעם סינגעל, און נאך עטליכע וואכן צו שרייבן די מוזיק-שטריכן, און דערנאך קומט די ארבעט פון "צוזאמשטעלער", ס'קען נעמען חדשים!, און – אויב מ'האט סייעתא דשמיא, און הילף פון נאך 20 30 מענטשען וואס זענען אויסגערעכט לשבח אינעם סינגעל-האלטער, איז כלל ישראל זוכה צו א סינגעל וואס ווערט געזונגען ביי די קומענדיגע צוויי דינער'ס, און שפעטער – אין די זוממער חדשים – ביי די געהויבענע קומזיצען.
ס'האט מיר אלעמאל געוואונדערט צי ס'איז טאקע אזוי. וואו שטעקט די גרויסע טאלאנט פון פאבריצירן א תנועה'לע אויף א פסוק מיט נאך אייןline אין אידיש?! מ'קען שוין מיינען. רוב מאל קלעבן נישט די ווערטער און זענען אינהאלט-לאז.
אין ערגעסטן פאל, אז די תנועה'ס שטימען נישט איינס מיטן צווייטען קען מען אלץ זאגן אז יוסי גרין איז דער מחבר, און קיינער וועט זיך נישט דערוואגען צו קריטיקירן. און אויב ס'איז נאר אין תנועה, אן קיין ארויף און אן קיין אראפ, איז אלץ דא א וועג ארויס: זאג זיי אז דאס שלמה'ס, און אלע וועלן עס ליב האבן.
האב איך זיך צוקלערט אזוי, צו פראבירן שרייבן א סינגעל, לאמיר זעהן ווי לאנג ס'נעמט. – יעצט קלאפט די זייגער 9:15
ס'נאכט, ס'טינקל, וואו גייט מען, וואו?
די לבנה שטראלט, כשם שאני
מארגן א טאג, זאג מודה אני
אין חדר מ'גייט
אין ישיבה מ'שטייגט
אין כולל מ'קייט
א שאד די צייט!
ווען וועל איך שוין בויען מיין שטוב
אוי, טאטע, איך האב דיך ליב
נעם מיך ארויס פון גרוב
אפילו כ'האב געטוהן נישט גוט
אוי, רבי, נעם מיך מיט
ראש השנה, צו דיך איך פאהר
בן פיגא, גליק אויף א גאנץ יאהר
ווייל א מאמע ווערט א באבע
ווען קינדער האבן קינדער
און אויך אן עלטער-באבע צומאל
תם ונשלם מיין ערשטן סינגל
א חרוסת בינגל און מינגל
ווי א כיתה אלף אינגל
9:30 – נישט שלעכט. 15 מינוט נאר פאר די ליריקס, איך שיק ארויס דעם סינגעל פאר די גרעסטע ערעינדז'ערס, און ס'איז צום האפן אז בקרוב ממש וועט עס זיין צו באקומען אויף וואצ-עפפ.
איין בקשה האב איך, איך בעהט
איך גלייב אין אייך, איך האב פעיהט
אז איר וועט נישט מאכן קאפי-פעיסט
מיין ארבעט, מיין יגיעה, דו זעהסט

Under influence
אוי טייערע [tag]קאווע טרינקער[/tag],
געמאכט א סינגל א פלינקער,
ביזט שוין מער נישט קיין שטינקער.
פארשאף דיר גראבע פלעסטיק ברילן,
א הויזן טראגער אזויווי מיכאל טוט ווילן,
צוויי שמייסער'ס אין די זייט צו מיטשפילן.
יעצט א שפאציר איבער גראז און ביימער,
מיט א גאנצע 'בענד' שפאצירן גיימער,
קוק אויפן בלויען הימל, בבחינת 'מאן יימר'.
דיינע ליפן זיך שאקלן אויפן טאקט פונעם ניגון,
דיינע הענט אויסגעשפרייט: 'טאטע!' מיט פארגעניגן,
דיין אלבום וועט אין יעדן היימישן שטוב ליגן.
געדענק איין וויכטיגע כלל למען לא לריק ניגע,
איין ספייס פעלט זיך שטארק אויס פאר די היגע,
אויפן קליפ - מאך דיך וואס מער מ ש ו ג ע ...
מיט הצלחה...!

- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
די נאז לעכער צייגן
פיאות אויפן אויערן לייגן
א קאפל א רויטע
אויפן באן מיט א גויטע
טיימס סקווירא נישט פארגעסן
צווישן די תנועות א סלייס פרעסן
גוים לכתחילה שווארצע
מיט דיר טאנצן קדאשקע
טאנצן ווי מער צודרייט
מיט הויזן גאר טייט
ווייזן שינעס מיט בריק
מיט גראפיטי ארט שטיק
דער גאטאר אין פעלד שלעפן
ווי מאסקיטאס זעפען
דער תנועה לכאורה א קוויטש פון פיין
ווען דער מאסקיטא בייסט אריין
צו זעהן אויף יוטוב מארגן
אויף פילע קליקס זארגן
די נאז הארעלעך אזוי קלאר און איידל
וואו! איבער די וועלט געגאנגען וויירעל.
פיאות אויפן אויערן לייגן
א קאפל א רויטע
אויפן באן מיט א גויטע
טיימס סקווירא נישט פארגעסן
צווישן די תנועות א סלייס פרעסן
גוים לכתחילה שווארצע
מיט דיר טאנצן קדאשקע
טאנצן ווי מער צודרייט
מיט הויזן גאר טייט
ווייזן שינעס מיט בריק
מיט גראפיטי ארט שטיק
דער גאטאר אין פעלד שלעפן
ווי מאסקיטאס זעפען
דער תנועה לכאורה א קוויטש פון פיין
ווען דער מאסקיטא בייסט אריין
צו זעהן אויף יוטוב מארגן
אויף פילע קליקס זארגן
די נאז הארעלעך אזוי קלאר און איידל
וואו! איבער די וועלט געגאנגען וויירעל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די נאז לעכער צייגן
פיאות אויפן אויערן לייגן
א קאפל א רויטע
אויפן באן מיט א גויטע
טיימס סקווירא נישט פארגעסן
צווישן די תנועות א סלייס פרעסן
גוים לכתחילה שווארצע
מיט דיר טאנצן קדאשקע
טאנצן ווי מער צודרייט
מיט הויזן גאר טייט
ווייזן שינעס מיט בריק
מיט גראפיטי ארט שטיק
דער גאטאר אין פעלד שלעפן
ווי מאסקיטאס זעפען
דער תנועה לכאורה א קוויטש פון פיין
ווען דער מאסקיטא בייסט אריין
צו זעהן אויף יוטוב מארגן
אויף פילע קליקס זארגן
די נאז הארעלעך אזוי קלאר און איידל
וואו! איבער די וועלט געגאנגען וויירעל.
דאס איז שוין art!
Under influence
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1303 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
א סינגל אדער א פרענקלין
א באדווייזער אדער א העינקין
א באס קול און א ראק חזק
א חתונה א קנאק
ווייל היינט איז יאסיס נאכט
א כלה א פראכט
באלד גייט ער אהיים
נישט בלייבן שטיין
ער איז א דיגער
בויען א הויז ביגער ענד ביגער
טשילען מיט שרי ווי א ניגער
גימי עי ברעיק
פאר גאדס סעיק
וואונטשן פאר שור
ברכות מור ענד מור
ווייל איך בין תיקון חצות
און א סייז פלאס
מיט טאלי און די בענד
ביי די חתונה פון מיין פרענד
משיח קומט מיט נח'ס ארק
וועט זיין ווי צו געבן פארק
א באדווייזער אדער א העינקין
א באס קול און א ראק חזק
א חתונה א קנאק
ווייל היינט איז יאסיס נאכט
א כלה א פראכט
באלד גייט ער אהיים
נישט בלייבן שטיין
ער איז א דיגער
בויען א הויז ביגער ענד ביגער
טשילען מיט שרי ווי א ניגער
גימי עי ברעיק
פאר גאדס סעיק
וואונטשן פאר שור
ברכות מור ענד מור
ווייל איך בין תיקון חצות
און א סייז פלאס
מיט טאלי און די בענד
ביי די חתונה פון מיין פרענד
משיח קומט מיט נח'ס ארק
וועט זיין ווי צו געבן פארק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: ברעיקינג: קאווע טרינקער'ס ערשטע סינגל!
ווי נישט ווי האב אביסל איך הנאה פון דעם אז מ'לאזט נישט פרויען אין די זינגען ביזנעס אזוי אז א היבשע צאל קניידעלעך וואס קענען יא אדער נישט זינגען מאכן עס דורך צום פאדיום אפגעזען פונעם דעת הקהל. ס'איז אינאף די כסף הקהל. פאר די פאמפע פון די חסידות כידוע. בארעכהשעם אז די בעלי כישרון באקומען א שאנס ארויסצוגיבן זייערער כשרונות אנדעם וואס מזאל דעם הסתכלות בקנקן אויך מצרף זיין צו דעם איקוועיזשאן.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- ביליג
- היימישער באניצער
- הודעות: 561
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
- האט שוין געלייקט: 356 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
Re: ברעיקינג: קאווע טרינקער'ס ערשטע סינגל!
אויף מיין זינגען
קען מען זיך דינגען
אבער אויף די גראמען
קען מען זיך אנווארעמען
איך זינג ווי א גראגער
מיט שיינע הויזן טראגער
מיט מאדנע ברילן
טוה איך פלייש גרילן
צוויי אויגן קרומע
הייב איך מיין שטימע
מיט אפאר באגלייטער
שריי איך ווי א צודרייטער
חב"ד, ברסלב, קארילבאך
וויינען טאנצען אויך א לאך
די עיקר זאלסט אויף מיר קוקען
און אויף גרופס עס ארום שיקן
עפעס טוה איך שוין ווערן
אין נגינה א נייע שטערן
טייערע אידן, א גוטע וואך
איך גיי צוריק אין מיין לאך
קען מען זיך דינגען
אבער אויף די גראמען
קען מען זיך אנווארעמען
איך זינג ווי א גראגער
מיט שיינע הויזן טראגער
מיט מאדנע ברילן
טוה איך פלייש גרילן
צוויי אויגן קרומע
הייב איך מיין שטימע
מיט אפאר באגלייטער
שריי איך ווי א צודרייטער
חב"ד, ברסלב, קארילבאך
וויינען טאנצען אויך א לאך
די עיקר זאלסט אויף מיר קוקען
און אויף גרופס עס ארום שיקן
עפעס טוה איך שוין ווערן
אין נגינה א נייע שטערן
טייערע אידן, א גוטע וואך
איך גיי צוריק אין מיין לאך
ביליג איז טייער...